דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:04 pm

מטעמים האט געשריבן:מען האט געפרעגט יענג פארוואס זאל ״ער״ ווערן פרעזידענט ווי איידער די לאנגע פאליטישע רעקארד פון זיינע אפאנענטען האט ער געענטפערט עפעס א נארישע לאנגע תירוץ- אין מיין אפיניען האט ער פארלוירען א שטארקע געלעגנהייט דאן


די שאלה איז געווען וועגן די מיליטער, "פארוואס ביסטו בעסער אלץ קאמאנדיר אין טשיף ווי די אלע מיט מיליטערישע עקספיריענס". ווען זיי קענען טרעפן נארמאלע שאלות אים צו פרעגן, וועט ער קענען ענטפערן.

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:06 pm

IMG_20190912_230522_187.jpg
IMG_20190912_230522_187.jpg (82.56 KiB) געזעהן 1044 מאל

mosha g
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:09 pm

bucker says now live on ABC burich hashem we are doing good....

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:11 pm

קארי בוקער האט יעצט געזאגט 'ברוך השם' אויף לייוו טעלעוויזיע. ווען דער אינטערוויער האט אים קאמפלימענטירט אויף זיין פיינעם אידיש האט קארי גערעדט איבער א 'דבר תורה' וואס ער האט אנגעגרייט..
:P
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:14 pm

ראם עמאניעל אויף בוקער ווען ער האט געזאגט ברוך השם אויף נאציאנאלע טעלעוויזשען: דו רעדסט זייער א גוטע אידיש קענסט קומען צו מיין שוהל וועסט נאר דארפען באצאלען אביסעל יעצט פאר די הייליגע טעג.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

mosha g
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:19 pm

there's a reason why yang always gets less time at debates. he never interrupt. and no one is attacking him.. he's not a politician that can say policy he had and did. so he only answers questions

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:35 pm

און ער ענדיגט אייביג מיט איבעריגע צייט אויפן זייגער.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:43 pm

עי.בי.סי. האט ברוך השם ארויפגעשטעלט די קליפ פון די בוקער אויסטויש.
https://twitter.com/ABCPolitics/status/ ... 21506?s=19
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:46 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס בעטא איז נישט העכער אין די אנקעטעס.


CNN's David Axelrod Praises Beto for 'Outstanding' Debate: 'Passionate, Commanding in a Way'

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:02 am

בת היענה האט געשריבן:קאסטרא'ס אטאקע אויף ביידען טרייענדיג צו שפילן "age קארטעל" איבער זיין פארגעסן וואס ער האט געזאגט א מינוט צוריק, ביסיידס זייענדיג ביליג און רייצעריש - איז ער פשוט געווען ראונג אין קאנטעקסט.

קאסטראו האט געשטעלט מצבה מיט זיין טשיעפ אטאקע.

די מידיע וועט זיין העווי ביזי דערמיט.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:42 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ביידען נישט ספעציעל שוואך, בעסער ווי ערווארטעט. ווארען נישט ספעציעל שטארק, שוואכער ווי ערווארטעט. פארהאלטנסמעסיג, פארשטייט זיך.

איך מיין אז בערני טראץ זיין שטימע איז געווען רעלאטיוו בעסער ווי ווארן, דאס קען אפשר אפשטעלן דאס וואס זי נעמט אוועק פון זיינע מענטשן.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:What a decent, heartfelt statement by @JoeBiden about the terrible tragedies he’s faced in his family. He’s such a fundamentally good guy.


זאגט ווער?

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:עי.בי.סי. האט ברוך השם ארויפגעשטעלט די קליפ פון די בוקער אויסטויש.
https://twitter.com/ABCPolitics/status/ ... 21506?s=19


ישר כח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:46 am

ווארען איז גאר ארויפגעשאסן אויף ElectionBettingOdds.com.
1.2%+ אין די לעצטע פיר שעה און די העכסטע וואס זי איז סיי ווען געווען.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190913-004228__01.jpg
Screenshot_20190913-004228__01.jpg (165.9 KiB) געזעהן 851 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

mosha g
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:50 am

castro will probably go down in the polls. biden will stay or a little up, and beto booker klobuchar will probably gain.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:51 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווארען איז גאר ארויפגעשאסן אויף ElectionBettingOdds.com.
Screenshot_20190913-004228__01.jpg
Screenshot_20190913-004228__01.jpg (165.9 KiB) געזעהן 837 מאל


1.2%+ אין די לעצטע פיר שעה און די העכסטע וואס זי איז סיי ווען געווען.

העריס נעבעך.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

mosha g
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:55 am

warren continually avoid to answer if middle middle class taxes will go up to pay for her health care plan

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:56 am

צל עובר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:What a decent, heartfelt statement by @JoeBiden about the terrible tragedies he’s faced in his family. He’s such a fundamentally good guy.


זאגט ווער?

איך און אסאך מענטשן אויף טוויטער וואס האבן געהערט זיין ענטפער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:00 am

העריס לעצטע נאכט האט מיר אויסגעקוקט אביסל ווי א העריס-וויליאמסאן הייבריד, א זאך וואס איך האב נישט באמערקט אין די ערשטע צוויי דעבאטעס...
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:04 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:What a decent, heartfelt statement by @JoeBiden about the terrible tragedies he’s faced in his family. He’s such a fundamentally good guy.


זאגט ווער?

איך און אסאך מענטשן אויף טוויטער וואס האבן געהערט זיין ענטפער.


דאס הייסט אז דאס האסטו געשריבן?

איך האב געמיינט אז דו קוואויטסט איינעם, ווארום געווענליך שרייבסטו דאך אויף אידיש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:13 am

יענג קאנטראווערסיע...

יענג'ס פערפארמענסעס נעכטן האט נאר באשטעטיגט וואס איך האב געהאלטן פארדעם. ער איז נישט גוט אדער באקוועם אין דעבאטעס און קוקט אויס ווי א לייטוועיט.
זיין טויזנט דאלער לאטערי 'סטאנט' איז געווען נאריש לויט מיין מיינונג, אבער ס'איז נישט צו געפערליך און ס'ברענגט אים אויפמערקזאמקייט און מער באזוכער צו זיין וועבזייטל.
וואס ער מוז יא אויפהערן איז זיינע נארישע דזשאוקס איבער זיך אלס אזיאנער. קיינער וויל דיר נישט הערן זיך זעלבסט אויסרומען איבער דיינע רעכענען סקילס אדער וועלכע פראפעסיע אזיאנער אמעריקאנער באזיצן.

____

נישט איך, ס'איז ציטירט פון א רענדאם טוויט וואס איך האב געזען מיט וועלכע איך בין איינשטימיג. אויב עס איז דיר וויכטיג קען איך אויפזוכן פון וועם דאס איז.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

mosha g
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

תגובהדורך mosha g » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:32 am

btw obama probably enjoyd tonights debate. almost everyone realy praisd him strong and told to follow him. different than the last debates when allot attacked obama policies

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:36 am

דיסקלעימער: איך האב נאר געקוקט ביז די ערשטע ברעיק. צווייטע דיסקלעימער: איך גיי יעצט שרייבן נאר איבער יענג.
ער רעדט די ווייניגסטע פשוט ווייל ער ווערט נישט יושר'דיג געפרעגט. קוקט צוריק ביטע, וועט איר זען אז ער איז פשוט אויסגעלאזט געווארן אפאר מאל, אריינגערעכנט ביי די גאן קאנטראל וויכוח, אויף וואס ער האט די מערסט דיטעילד פראפאזעל.
וואס איז ער יא געפרעגט געוארן? איבער טשיינע, נאכאמאל.
ווען דאס וואלט געווען אויף פאקס ניוז וואלטן אלע דעמאקראטן פארפירט קעגן די ראסיזם, און זיי וואלטן געהאט א שטיקל פוינט.
עס איז נישט דווקא דירעקטע ראסיזם, אבער יא Implicit bias.

איבער די "סטאנט", ער האט א שטיקל פראבלעם. פון איין זייט דארף ער ציען אטענשאן דורך אומגעווענליכע מיטלען, ווייל די מידיא געבט אים נישט געהעריג דעקונג, אבער פון די צווייטע זייט טאר ער נישט גיין צו ווייט, ווייל נישט באטראכט ווערן סיריעס איז זיין הויפט פראבלעם. ער האט גענומען א שטיקל געמבל דא, מיטן איבערטרייבן פארדעם און דעליווערן א "מע" נאכדעם האט ער פרובירט יוצא צו זיין ביידע.
איך מיין אז דאס איז אים געלונגען. ער האט געצויגן היפש פרישע אינטערעסע, און די וואס באטראכטן אים יעצט נישט ערנסט האבן פארדעם אויך נישט.

די איבריגע וועל איך אפשר שרייבן מארגן, גוטע נאכט.


אגב, לויט electionbettingodds קוקט דערווייל אויס אז פארדינט האבן ווארען (1.2%+), ביידען (1%+), און הילערי קלינטאן! (1%+). פארלוירן האבן העריס (3.7%-), און סענדערס (1.1%-). די אנדערע זענען בעיסיקלי די זעלבע ווי 24 שעה צוריק.
אינטערעסאנט אז הילערי קלינטאן איז יעצט אויפן זעקסטן ארט צוזאמען מיט בוטידזשעזש (4.4%). העכער זיי איז יענג ביי 5.5%, און גלייך העכער העריס ביי 6.5%. לויט ווי עס גייט וועט מעגליך יענג בקרוב איבערנעמען העריס. דאס וועט זיין א שטארקע סימבאלישע זיג ווען ער איז קוים יעצט געווען אויפן זעקסטן ארט, און קען ציען פרישע אינטערעסע און מאמענטום.
פארשטייט זיך אז עס מוז זיך נישט אזוי ארויסשטעלן...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:46 am

מאדנע אז אויף די שארפע פראגעס וואס יעדער ווייסט אז עס גייט קומען איז ביידען די שוואכסטע. דאס האט מען געזען ביי די ערשטע דעבאטע וועגן באסינג, דערנאך יעצט איבער איראק און דעפארטירן איליגעלס. אנשטאט האבן א גרייטע תי' א שטייגער ווי הילערי וואלט געהאט... גייט ביידען אריין אין א רעמבלינג שיסעריי פון זאצן וואס קיינער פארשטייט נישט.

עס קען זיין אז ער האט יא א ענטפער גרייט, נאר ער חזרט אזויפיל מאל איין די טאלקינג פוינטס דערפון, אז ווען די פראגע ווערט געשטעלט גיבט זיך עס א גיס אויס... ער פארגעסט די 'ווארדינג' חלק דערפון. משא"כ אויף פראגעס וואס ער האט נישט געחזרט קיין פונקטן. אזא געפיל האב איך געהאט ווען ער האט געענטפערט זיין איראק וואוט.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:15 am

איך האב נישט געקוקט ווייטער, אבער איך וועל שרייבן לויט וואס איך האב געליינט דא און אנדערע פלעצער.
יעדער ווייסט דא מיין בייעס, אבער איך בין מער ווי וויליג צו הערן וואו איך בין נישט גערעכט.

איך וועל גיין לויטן סדר פון מיינע פאראויסזאגעכצער, אבער ערשט אין דזשענעראל. די דעבאטע איז געווען זייער אומפראפעשענאל, און דאס איז נאכן דן זיין לכף זכות. געוויסע (העריס, ווארען) האבן געדרשנט אומגעשטערט צוויי מינוט אין א צי אדער מער (איך האב איינמאל געציילט צוויי מינוט מיט 50 סעקונדעס), און זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז מען האט זיי עפעס אראפגערעכנט, חוץ אויב אראפרעכענען מיינט פון יענג'ס צייט. דיקא נמי, ווייל דער מאדערעיטער האט איינמאל איבערגעהאקט יענג ווען ער האט געהאלטן ביי 20 סעקונדעס, (יענג האט זיך נישט געלאזט און געגאנגען ווייטער).
די דריי גרויסע האבן געהאלטן אין איין באקומען טוירנס צו ענטפערן אטאקעס אהין און צוריק, אבער ווען ווארען האט אפגעענטפערט יענג איז מען נישט צוריק.
יענג איז קיינמאל נישט גערופן געווארן ווען ער האט אויפגעהויבן זיין האנט, און ביי געוויסע פראגעס איז מען בכלל נישט אנגעקומען צו אים.
די שאלות זענען געווען אידיאטיש, געפרעגט פון די אומריכטיגע פערזאנען, און בכלל געוויזן א lack of education. בכלל נישט גערעדט פון די עקאנאמיע, כאילו נישט דאס איז טראמפ'ס שטארקייט וואס מען דארף איבערקומען, און זיכער נישט גערעדט פון אויטאמאציע, כאטש עס איז שוין געווארן א מעינסטרים אישו מיט ביידען, בוטידזשעזש, דיבלאזיא און נאך נאכזאגן יענג.


קלאבוטשער איז טאקע אריינגעקומען ווי געשאצט. אפאר גוטע ליינס אבער עפעס גייט עס איר נישט. איך וועל נאכאמאל באטאנען אז איך האלט אז זי איז פון די בעסערע קאנדידאטן און עס איז באמת א שאד.
(ענק מעגן לאכן, אבער פאלט מיר יעצט איין אז יענג-קלאבוטשער וואלט געווען א חלום-טיקעט. מינאריטעט מאן מיט ווייסע פרוי. קאוסטעל נארט-איסט מיט רורעל מידוועסט. אוטסיידער מיט ריזיגע און ראדיקאלע פלענער מיט מאדערעיט מיט לאנגע עקספעריענס פון טון למעשה אין וואשינגטאן. אא"וו. זיי קאמפלימענטירן זיך מורא'דיג גוט.
דאס וואלט אויך געווען די מערסט עלעקטעבל קאמבינאציע. קלאבוטשער האט די עלעקטעביליטי פון ביידען אן זיינע פראבלעמען, און יענג ברענגט גאר א צווייטע סארט עלעקטעביליטי.
אבער דערווייל דארפן זיך נאך אסאך שטערנס רוקן אין הימל אז די דעמאקראטן זאל האבן די מזל פון אזא טיקעט...)


קאסטרא איז טאקע געווען אינדערהיים, גערעדט ספאניש, (נאר ער האט עפעס געזאגט "ביי טראמפ" אנשטאט זיין "אדיאס טראמפ", סאטש עי לוסט אפערטוניטי...), און געווען אגרעסיוו קעגן ביידען איבער אימיגראציע.
נאר די אלע זאכן האט ער געטון מיט צופיל אייפער, און געמאכט א רושם פון א ווילד יונגל וועמען מען האט געשטעלט אין קארנער פאר א סיבה. ער האט פארפאטשקעט א נאכט וואס וואלט געקענט זיין גוט פאר אים. ווען ער האט געלאכט ווי א מאניאק אז ביידען האט עפעס פארגעסן פון א מינוט צוריק האב איך אים נישט געקענט קוקן אין פנים, נאכדערצו אז איך מיין אז ביידען איז גראדע געווען גערעכט דאסמאל (אדער קאלעך איך אויך?).
אדיאס קאסטרא.


ארורק איז טאקע נישט געקומען מיט הארטע סחורה, אבער כאטש האט ער שוין נישט אויסגעקוקט אזוי שוואך און פארלוירן. דער עיקר איז געווען אז ער האט זיך גענומען רעדן מיט הארץ און געפיל אנשטאט פלאוערי פראוז. אויך האט ער נושא חן געווען ביי אנדערע קאנדידאטן און זיי האבן אים באגאסן מיט קאמפלימענטן. כאטש עס האט געמאכט אביסל אויסקוקן ווי דאס צוריקגעשטאנען קינד וואס מען געבט אים א צוקערל כאילו ער האט גוט געקענט די עברי, און אפשר איז זייער פלאן טאקע געווען ער זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט ווילאנג עס גייט אים גוט, דאך האט ער נישט געהאט קיין שלעכטע נאכט.
מיין נבואה "ארורק וועט זיין פון די לוזערס" איז נישט מקויים געווארן.


בוקער האט נערווירט זיינע דערנעווירטע און אויסגענומען ביי זיינע אויסגענומענע, נאו סורפרייזעס היער.


בוטידזשעזש האט גענומען א צווייטע סטראטעגיע ווי געראכטן. ער האט געשפילט ווי איינער פון די גרויסע וואס לערנט אויס פאר די קליינע וויאזוי זיי דארפן זיך אויפפירן, דערביי טרעטנדיג אויף זיי שטילערהייט. בעיקר האט ער זיך גענומען אויף יענג, וואס וואקסט אים אונטער און קען נאך חלילה בר מצוה האבן פריער ווי אים. דאס האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך יענג'ס אריינפיר, ווען ער האט געלאכט און זיך אנגערופן זיין שפאסיגע קאמענטאר, און ווייטער די גאנצע צייט. צום שפיץ היפאקראטיע איז עס אנגעקומען ווען יענג האט באקומען רשות הדיבור, און בוטידזשעזש האט זיך אנגערופן "דאס (אז מען האקט איבער) איז פארוואס די דעבאטעס ווערן נישט צום מיטהאלטן". מיינסט טאקע דאס וואס דו טוסט יעצט, מיסטער פיט? פארמאך שיין דיין מויל און לאז יענעם אויסרעדן!
האט זיין סטראטעגיע געארבעט? שווער צו זאגן. ביי מיר האט ער זיכער פארלוירן יעדן טראפ רעספעקט, און לויט די מארקעטס האט זיך גארנישט געטוישט.
און איך האב אים אויך א מעסעדזש איבערצוגעבן...
TcZLC64NO08GCZBj3CzmNj1-3I2600JkT9sIvdm1-7s.jpg
TcZLC64NO08GCZBj3CzmNj1-3I2600JkT9sIvdm1-7s.jpg (69.01 KiB) געזעהן 610 מאל



מיט יענג איז אזוי. מענטשן האבן געמיינט אז עס קומט א "מאמענט" און זענען געווארן אנטוישט, אבער איך האב שוין אויבן געשריבן אז קיין גרויסע אויפרייס קומט נישט, עס איז נישט לויט זיין סטראטעגיע. ער דארף ערשט זיין דער פערטער אדער ערגעץ דארט, פאר ער פארמעסט זיך איבערצונעמען די דריי גרויסע. צו זיין דער פערטער דארף ער אנהאלטן זיין וואוקס, און פארשטייט זיך אז בוטידזשעזש'ס גליטשן און העריס' טראסקען העלפט אויך צו. זיין וועג יעצט איז נישט מיט שפרינגעס, נאר מיט צוביסלעך אריינקריכן אינעם אווערנעס פון מענטשן, זיינע געדאנקען זאלן זיי קראצן אין מוח פאר א שטיק צייט, ביז ווען זיי וועלן זיך אונטערגעבן. ער דארף איבערנעמען די נייעס נישט מיט א באנג, נאר די נייעס ארום אים זאל זיך ווייטער שפינען טאג איין טאג אויס.

זיין עפענונג איז געווען קלוגער ווי איך האב אנהייב געמיינט און שטימט פערפעקט מיט זיין סטראטעגיע. איבער 100K מענטשן האבן זיך איינגעשריבן אין די ערשטע מינוטן, יעדער פון זיי האט באקומען א לאנגע אימעיל מיטן קעפל "אויב וואונדערסטו זיך פארוואס איך וועל געבן טויזנט דאלער...", מיט א הערליכע לאנגע הסבר אויף UBI און וואס עס וועט אויפטון. ער האט דא עפעקטיוולי ארויסגעבראכן פונעם דעבעיט, וואס ער האט געוואוסט וועט נישט זיין גונסטיג פאר אים, און געברענגט מיליאנען צו זיין לאנגע פארמאט, וואו ער האט נישט קיין קאמפעטישען. יענג האט א אויסטערליש הויכע conversion rate ווען ער קען רעדן אין לאנגע פארמאט, (גלייבט מיר נישט, הערט זיינע פאדקעסטס אדער ליינט זיין ביכל :wink: ), און דא האט ער זיינע צוהערער אין די הענט ווייל זיי בלייבן נייגעריג אויב זיי גייען זיין די געווינער. און פארשטייט זיך אז יעצט האט ער זייערע אימעילס, און ווילאנג זיי סיינען זיך נישט אראפ קען ער זיי פארציילען אויך אנדערע זאכן...

דאס איז נאכנישט אלעס. א שיין חלק פון די נייעס די וואך גייט זיין איבער יענג'ס "לאטערי", א שיין חלק פון די נייעס נעקסטע וואך גייט זיין איבער ווער זענען די געווינער, און אזוי ווייטער. טאקע נישט קיין אויפרייס, אבער א שטענדיגע דאזע וואס וועט מאכן דער פלאן נארמאל, און מענטשן וועלן אנהייבן צו טראכטן, אפשר קען איך אויך נוצן דער טויזנטער? (הינט: וואוט יענג!)

דורכאויס די דעבאטע האט יענג'ס קאמפיין אויפגעטריבן איבער 120K, וואס מיינט אז די 120K וואס ער גייט אוועקגעבן האט זיך שוין פולשטענדיג אויסגעצאלט. פון דא און ווייטער איז אלעס פראפיט.

צוריק צו מיינע פאראויסזאגעכצער, האט ער נישט מרמז געווען איבער מידיא (ער וואלט געמעגט רעדן וועגן implicit bias מיין איך), נישט געפרעגט געווארן איבער פרידאם-דיווידענד ווס. מינימום וועידזש (אפשר בעסער אזוי פאר יעצט), ער האט יא גערעדט פון די אנדערע פאליסיס, און דעמאקראטיע דאלארן איז געווען פון די העכסטע טרענדס אויף טוויטער! מענטשן ווערן געוואויר אז ער האט מער ווי איין גרויסע איידיע. ער האט נישט אונטערגעציפט אנדערע, יא באהאנדלט געווארן מיט מער יושר ווי דורך NBC, כאטש this isn't saying much.

ער האט אנגעהאלטן זיין שטייגער פון אויפטון די מערסטע מיטן רעדן די ווייניגסטע. מערסטע טוויטער פאלאוערס, העכסטע גוגל סירטש, העכסטע טוויטער טרענד, צווייט מערסטע טוויטס איבער אים (איינס נאך ביידען).

ער האט נישט פערפארמט די בעסטע, אבער ער איז די מערסטע געדענקבאר און א טאפיק צום שמועסן. ער האט אויך נישט פערפארמט זיין בעסטע, אפשר ווייל ער איז טאקע שוואך אויף א גרויסע סטעידזש פון צען מענטשן (און נאך ווען ער ווערט איגנארירט און באקריוודעט, יו טריי איט), און אפשר ווייל ער וויל יעדעם סורפרייזן ווען ער וועט קענען בעסער נוצן דעם אפעקט. סיי וויאזוי, ער האט נישט געדארפט פערפארמען זיין בעסטע, נאר גענוג גוט פאר יעצט, און דאס האט ער געטון למהדרין.

(מער קרישקעלעך איבער יענג וועלן נאכקומען :P )


מיט העריס האב איך נישט צוגעטראפן. זי האט פרובירט צו שפילן וואויל און גוטהארציג, אויסצומעקן דעם ביטערן פראסעקיוטער אימעדזש, און ווענדן אירע אטאקעס צו טראמפ. טוישן אימעדזש איז איר נישט געלונגען און איר פאלשקייט האט נאר ערגער געמאכט, און אטאקירן טראמפ איז נישט עפעס א גרענד סטראטעגיע ווען דו שטייסט אויפן דעמאקראטישע פריימערי דעבאטע סטעידזש.
מיין שאצונג אז זי וועט מעגליך מאכן א שטיקל קאמבעק איז נישט ריכטיג געווען, פריי איך זיך צו מעלדן. זי איז די גרעסטע פארלירער פונעם נאכט.


בערני איז געווען בערני, און זיין הייזעריגקייט האט עס נאר ערגער געמאכט. מסתמא געווען א קאנספיראציע פון "דע וואן פעסענט"
אגב איז נוצן "דעמן ביל" נאכאמאל געווען זייער נאריש. זיין שטארקייט איז אז ער ווערט באטראכט אויטענטיש, און דאס האט אים געמאכט אויסקוקן ווי א שפילער וואס קען נישט גוט שפילן.


ווארען איז געווען גוט, ווי געווענליך, און איך מיין אז יעדער וועט יעצט מודה זיין אז זי האט נישט סעקיורט די נאמינעישאן מיט דעם דעבאטע. יא, אירע שאנסן זענען זייער גוט, און זיי זענען אפשר געווארן א טראפעלע בעסער, אבער דאס איז נישט געווען קיין ווענדפונקט אין איר קאמפיין, און אויב וועט זי געווינען וועט עס זייער ווייניג האבן מיט דעם.
אגב האט זי צוויי מאל געמיינט (?) אז זי דארף רעדן ווען יענג איז געפרעגט געווארן. איך ווייס נישט אויב דאס מיינט עפעס און אויב יא וואס, אבער עס איז מיר געווען אויפפאלנד.


ביידען איז געווען סורפרייזינגלי גוט. נישט עכט גוט פאר זיך, אבער זייער גוט לויט די עקספעקטעישאנס, און די ווילדע אטאקעס פון קאסטרא האבן נאר געמאכט ביידען אויסקוקען בעסער אין מיינע אויגן. די מארקעטס קרוינען יעצט ביידען אלס געווינער פון נאכט, מיט די מערסטע (2%) ארויף פון 24 שעה צוריק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:30 am

מערסט געטוויטעט איבער דורכאויס די דעבאטע
tpue43l5dam31.jpg
tpue43l5dam31.jpg (238.51 KiB) געזעהן 575 מאל


גוגל טרענדס
EEUSbYgUwAAoKc-.jpg
EEUSbYgUwAAoKc-.jpg (80.28 KiB) געזעהן 575 מאל


יענג איז געווען די דריט מערסט געזוכטע טאפיק אויף גוגל פאר יענעם טאג, העריס איז געווען #13, בוטידזשעזש #15, בוקער #16. די אנדערע קאנדידאטן זענען נישט ארויפגעקומען אין די העכסטע 20.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:48 am

דעס מוינס

געווינערס:
די וויילער (אז זיי דארפן זיך נאר קאנצענטרירן אויף 10)
די גאן דעבאטע, און בעיקר ארורק
די צייט אוועקגעגעבן פאר העלט קעיר
ענדרו יענג

לוזערס:
די קאנדידאטן נישט אויפן סטעידזש
קאסטרא
העריס
חוקי רציחה
די צוקוקער (נישט געקענט מיטהאלטן און פראסעסן די כאאטישע וויכוחים, קיין קלאוזינג סטעיטמענטס)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט