דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:25 pm

אה, זאג אזוי, אז דאס איז א טשארט פון די בעטינג מארקעט. דאס האב איך נישט געזען אין דיין לינק.

איך בין נישט קיין אנאנלפאבעט צו ברויכן הסבר אויף וואס אויב מען געווינט די פריימעריס מיינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:32 pm

Goodmorning האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די אלע דאטא איז גארנישט ווערט אן קיין פארמילע. אויף וואס איז עס בעיזד.

טראמפ זאגט נישט אייביג וואס ער האלט, לויט סורסעס שוויצט ער די מערסטע פון ביידן.


פעיר ענאף, דערפאר איז טאקע זייער גוט אז די סאורס קאוד איז צוגעלינקט אויפן טשארט. מער הסבר.

זייער שווער צו גלייבן ער זאל מורא האבן די מערסטע פון ביידען, חוץ אויב מיינסטו סיי וועלכע מעסיגע קאנדידאט. אבער יענג ציט מער דרויסנדיגע שטיצע ווי די מעסיגע קאנדידאטן.

יש ברירה האט געשריבן:עס איז בכלל מאדנע ביז גאר צו זאגן א סטעיטמענט אז דער קאנדידאט וואס האט 1.3% אין די אנקעטעס ער איז דער וואס האט די גרעסטע שאנסן צו געווינען טראמפ.

דאס איז געזאגט געווארן אפגעזען וועלכע "דאטע" מען צייגט.


Chances for winning the presidency for major candidates, given that they win the primary

העי, איז שרייבן אידיש אויך איין פון דיינע שטוינענדע קוואליפיקאציעס מר יענג? איך הייב שוין אן גלייבן אז דער קאנדידאט אליין שרייבט דא לויט די שטארקע געטריישאפט אין גלויבן אין אים....


לויט ווי איך ווייס קען יענג נישט רעדן קיין גוטן טשייניזיש, כאטש עס איז די שפראך פון זיינע עלטערן, און נישט קיין ספאניש, כאטש ער האט עס געלערנט אין שולע. שפראך קענטעניש איז נישט פון זיינע שטוינענדע קוואליפיקאציעס, פאר דעם דארפסטו גיין צו בוטידזשעזש'ס נארוועגיש...

אין די תגובה וואס דו האסט ציטירט איז גראדע נישט דא קיין געטריישאפט אדער גלויבן, נאר איין factual claim, אז יענג ציט מער דרויסנדיגע שטיצע ווי די מעסיגע קאנדידאטן. און די דאטא צייגט דאס. די איינציגסטע וואס ציען דאבל דיזשיטס פון טראמפ וואוטערס אין 2016 זענען סענדערס און יענג, און עס איז צום גלייבן אז א גרויס חלק פון סענדערס שטיצער זענען שוין געווען זיינע שטיצער אין 2016, און האבן געשטימט פאר טראמפ צו גיין קעגן קלינטאן און די DNC.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:07 pm

Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך האב געמיינט אז די 1.3% פון וואס דו רעדסט איז פון געווינען די פריימערי. פון וואו דען קומט די נאמבער?

איך וויל פשוט ארויסברענגן וואספארא דורכפאל ער איז... ער קען נישט גרייכן 1.5% אין די פריימערי אבער "ער" האט די מערסטע שאנסן צו געווינען טראמפ... וואו איז זיין אפיעל יעצט?

כ'מיין... דו ביסט כמעט מער פאפולער ווי אים...



אין מיינע אויגן ווייזט עס מער וואספארא דורכפעלער די דעמאקראטן זענען, אדער וואספארא בר מזל טראמפ איז...

אבער איך האב פונקט לעצטענס געכאפט אז דריי ניו יארקער לויפן יעצט אין דעמאקראטישע פריימעריס.
איינער, דער יעצטיגער און לאנגיעריגער מעיאר אין די גרעסטע סיטי אין לאנד, קומט פון א פאליטישע משפחה און האט די ריכטיגע קאנעקשאנס. די אנקעטעס שטעלן אים ביי ארום 0.0%. האט נישט קיין שאנס צו קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
די צווייטע, די יעצטיגע און לאנגיעריגע סענאטאר אין איינע פון די גרעסטע סטעיטס, מיט א לאנגע פאליטישע קאריערע און די ריכטיגע קאנעקשאנס און א טאכטער פון א לאביאיסט. די אנקעטעס שטעלן איר אויך נישט צופיל העכער ווי 0.0%. וועט כמעט זיכער נישט קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
דער דריטער, א ערשטע-גענעראציע אמעריקאנער און אינגאנצן אומבאוויסט, האט געארבעט נאר אין די פרייוועט סעקטאר און אין נאן-פראפיט, האט נישט קיין קאנעקשאנס און איז נישט קיין ביליאנער. די אנקעטעס שטעלן אים ארום 2%, און ער איז געגאנגען פון דער לעצטער אין 24 צו די זעקסטע-אכטע פלאץ. האט שוין קוואליפיצירט פאר די נעקסטע דעבאטעס.

אויך אויב בלייבט ער דא שטיין איז ער שוין נישט קיין דורכפאל.

איך וועל נישט אוועקנעמען וואס ער האט... יא ער האט 1.3% פון די דעמעקראטישע בעיס וואס שטיצן אים. ער איז נישט די שוואכסטע קאנדידאט!!! עס זענען זאגאר דא קאנדידאטן וואס האבן בלויז 1.29%... א צווייטע לוזער האט 1%...

דו האלטסט און איין ברענגען ציפערן צו צייגן זיין שטארקייט. אבער ליידיגע ציפערן זאגן אונז גארנישט. ער איז געגאנגען פון 0% צו 1.3% נאך חדשים פון קאמפיינען. דאס האט ער און דאס נעם איך אים נישט אוועק... ער האט א באזע פון יונגע שטיצער פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין וואס שטיצן אים.

אבער מען מוז דאך אמאל קוקן אויף רעאליטעט אויך. ער האט נישט קיין ברייטע אפיעל. זיינע אנקעטע ציפערן זענען פלאך אפשר מיט א קליינע קנייטש אראפ די לעצטע עטליכע וואכן. ענדרו יענג איז א שוואכע קאנדידאט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:00 pm

דער שמועס איז טאקע א "דעבאטע" אבער באלאנגט פארט אין יענג'ס אשכול.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:04 pm

יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך האב געמיינט אז די 1.3% פון וואס דו רעדסט איז פון געווינען די פריימערי. פון וואו דען קומט די נאמבער?

איך וויל פשוט ארויסברענגן וואספארא דורכפאל ער איז... ער קען נישט גרייכן 1.5% אין די פריימערי אבער "ער" האט די מערסטע שאנסן צו געווינען טראמפ... וואו איז זיין אפיעל יעצט?

כ'מיין... דו ביסט כמעט מער פאפולער ווי אים...



אין מיינע אויגן ווייזט עס מער וואספארא דורכפעלער די דעמאקראטן זענען, אדער וואספארא בר מזל טראמפ איז...

אבער איך האב פונקט לעצטענס געכאפט אז דריי ניו יארקער לויפן יעצט אין דעמאקראטישע פריימעריס.
איינער, דער יעצטיגער און לאנגיעריגער מעיאר אין די גרעסטע סיטי אין לאנד, קומט פון א פאליטישע משפחה און האט די ריכטיגע קאנעקשאנס. די אנקעטעס שטעלן אים ביי ארום 0.0%. האט נישט קיין שאנס צו קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
די צווייטע, די יעצטיגע און לאנגיעריגע סענאטאר אין איינע פון די גרעסטע סטעיטס, מיט א לאנגע פאליטישע קאריערע און די ריכטיגע קאנעקשאנס און א טאכטער פון א לאביאיסט. די אנקעטעס שטעלן איר אויך נישט צופיל העכער ווי 0.0%. וועט כמעט זיכער נישט קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
דער דריטער, א ערשטע-גענעראציע אמעריקאנער און אינגאנצן אומבאוויסט, האט געארבעט נאר אין די פרייוועט סעקטאר און אין נאן-פראפיט, האט נישט קיין קאנעקשאנס און איז נישט קיין ביליאנער. די אנקעטעס שטעלן אים ארום 2%, און ער איז געגאנגען פון דער לעצטער אין 24 צו די זעקסטע-אכטע פלאץ. האט שוין קוואליפיצירט פאר די נעקסטע דעבאטעס.

אויך אויב בלייבט ער דא שטיין איז ער שוין נישט קיין דורכפאל.

איך וועל נישט אוועקנעמען וואס ער האט... יא ער האט 1.3% פון די דעמעקראטישע בעיס וואס שטיצן אים. ער איז נישט די שוואכסטע קאנדידאט!!! עס זענען זאגאר דא קאנדידאטן וואס האבן בלויז 1.29%... א צווייטע לוזער האט 1%...

דו האלטסט און איין ברענגען ציפערן צו צייגן זיין שטארקייט. אבער ליידיגע ציפערן זאגן אונז גארנישט. ער איז געגאנגען פון 0% צו 1.3% נאך חדשים פון קאמפיינען. דאס האט ער און דאס נעם איך אים נישט אוועק... ער האט א באזע פון יונגע שטיצער פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין וואס שטיצן אים.

אבער מען מוז דאך אמאל קוקן אויף רעאליטעט אויך. ער האט נישט קיין ברייטע אפיעל. זיינע אנקעטע ציפערן זענען פלאך אפשר מיט א קליינע קנייטש אראפ די לעצטע עטליכע וואכן. ענדרו יענג איז א שוואכע קאנדידאט.

אבער זיינע דיפרענט איידיעס זענען גראדע דערפרישענד. למעשה וויל יעצט רוב עולם פשוט צוריק צו מענטשליכקייט און ווי געווען, נאך די טראמפ טראומא, מען זוכט נישט אזוי ווייט חדשות מיין איך
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:26 pm

וואו איז יענג2020 מיט די נייעס פון יענג'ס געהילף וואס לויפט קעגן נאדלער?
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:45 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:וואו איז יענג2020 מיט די נייעס פון יענג'ס געהילף וואס לויפט קעגן נאדלער?

יענג האט א באזונדערע אשכול.

ער איז טאקע קוואליפיצירט צום נעקסטן דעבאטע, ס'האט זיך אבער נאכנישט אנגעהויבן...
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:23 am

איך בין נישט דער וואס האט אריינגעברענגט יענג אינעם יעצטיגן שמועס, אבער לאמיר טאקע ציען דעם שמועס אין יענג'ס אשכול און דא צוריקגיין צום נושא.

בולאק האט זיך געלאזט הערן:
We’re kidding ourselves if we’re calling a $10 million purchase of 130,000 donors a demonstration of grassroots support.


אויף וואס סטייער'ס קאמפיין האט געענטפערט:
Fewer than half of Tom's donations came from advertising.


איך האב א חשד אז איך ווייס פארוואס זיי האבן גענוצט די ווארט "דאונעישאנס" און נישט "דאונארס"...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:34 am

רעדנדיג פון סטייער, און בהמשך צום נעכטיגן שמועס, איז יעצט זיין שאנס קעגן טראמפ 38.23% אויף primary.guide. דאס איז נידריגער פון יעדעם חוץ פון הילערי קלינטאן (35.20%)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:03 am

צל עובר האט געשריבן:איינער ברענגט ארויס אז די דעמאקראטן ווילן נישט זעהן סטייער אויפן סטעידזש, ווייז איך אן אז זיי ווילן אויך נישט זעהן יענג, אזוי ווי יענג אליינס ווי אויך להבדיל יענג 2020 האבן געהאלטן אז די די ען סי טוט שטיקעס אז ער זאל נישט דארט זיין.


יעדער האט א רעכט צו ווילן וואס ער וויל, און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינעם וואס דרוקט אויס זיין ווידערווילן אז יענג איז אויפן סטעידזש. אבער מאניפולירן די רולס, לאזן זאכן אומקלאר וואכן לאנג און זיי נאר אויסקלארן ווען עס קען איינעם שעדיגן, איגנארירן איינעם אויפן סטעידזש און אים נאר פרעגן צוויי אומפאסיגע פראגן אין צוויי שעה, די זאכן זענען שוין אינגאנצן עפעס אנדערש.

א ארטיקל אין בלומבערג אפיניאן רופט אפן פאר די די ען סי "to rig the rules" אויסצושליסן סטייער, יענג און וויליאמסאן. חוץ פון דעם, געבט ער אן פארשידענע טאקטיקן וויאזוי צו starve'ן זייערע קאמפיינען, דורכן נישט געבן ענדארסמענטס און איגנארירן אין די מידיא. ער ווייזט אויך אן אז עס זאל געמאכט ווערן אויף א איידעלע אופן, ווייל אויפגערעגטע ביליאנערן איז נישט וואס די פארטיי זוכט יעצט.


נישט אז די זאכן זענען מיר א חידוש, אבער עס אפן ארויסצושרייבן אין א רעספעקטירטע צייטונג האב איך נאר געמיינט איז אמעריקע נאכנישט גרייט. America is already great!
די רוסן דארפן זיך שוין נישט מישן אין די וואלן, מיר טויגן אליין קעניינעהארע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], גרויסע-גדולה, טוט זיך...? און 31 געסט