בלאט 5 פון 5

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:44 pm
דורך גלות איד
האט איינער געזען א קול קורא?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 3:51 pm
דורך גלות איד
גלות איד האט געשריבן:האט איינער שוין געזען א קול קורא?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 6:21 pm
דורך געשיקטער
גלות איד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:האט איינער שוין געזען א קול קורא?


פאר צווי וואכען עש"ק א גאנצער קונטרס אין די בתי מדרש אין ב"פ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:40 pm
דורך ציגעלע
גלות איד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:האט איינער שוין געזען א קול קורא?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:14 pm
דורך עס וועט זיין גיט
שוין לאנג געקלערט פארוואס איז נישט דא אזא זאך פאר טערעפיסטען
עס זאל זיין א וועד וואס זאגט אז דער יונגערמאן איז ערליך אין מען קען שיקן א קינד דארט
ווי נישט ווי האט די טערפיסט א גרויס השפאה אין חינוח פינעם קינד

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:20 pm
דורך קאנסילמאן
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:שוין לאנג געקלערט פארוואס איז נישט דא אזא זאך פאר טערעפיסטען
עס זאל זיין א וועד וואס זאגט אז דער יונגערמאן איז ערליך אין מען קען שיקן א קינד דארט
ווי נישט ווי האט די טערפיסט א גרויס השפאה אין חינוח פינעם קינד


און אפשר א וועד דיר צו זאגען וועלכע פרישטיג צו קויפן? און אפשר א וועד אויף אלע וועד'ס.

השי"ת האט געגעבן פאר יעדעם א אייגענע מוח פריי צו ניצען,

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:38 pm
דורך עס וועט זיין גיט
סא די האלטס אז עס פעילט נישט אויס

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:27 pm
דורך נעם אין אכט
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:שוין לאנג געקלערט פארוואס איז נישט דא אזא זאך פאר טערעפיסטען
עס זאל זיין א וועד וואס זאגט אז דער יונגערמאן איז ערליך אין מען קען שיקן א קינד דארט
ווי נישט ווי האט די טערפיסט א גרויס השפאה אין חינוח פינעם קינד

ס׳איז דא אן ארגענעזעישן רעליף וואס זאגט וועלעכע טרעפיסטן זענען גוט פאר דעם פראבלעם. אויב דאס האסטו געמיינט.

וועגן ערליכקייט, שוין לאנג געהאט א שאלה וואס איז דער מעסטער... א בארד? מנין? לערנען? בחירות? ...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 3:32 pm
דורך פייערקרעקערס
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:סא די האלטס אז עס פעילט נישט אויס

פארזיכערט איז א מענטש נאר מיטן טויט, קיינער קען דיר נישט פארזיכערן און נעמען אחריות אויף דיין קינדס חינוך, פאר א סיבה ווערט יעדע קינד געבוירן ביי צוויי עלטערן זיי זאלן שטיין דערויף און האלטן א אויג, נישט קיין נפקא מינה וויפיל וועד'ס ס'האבן אים רעקאמענדירט, ליגט אויף די עלטערן אחריות דאס זעלבסט נאכצוגיין.
אין אפוטרופוס ל....

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:48 pm
דורך אביונה
נעם אין אכט האט געשריבן:
וועגן ערליכקייט, שוין לאנג געהאט א שאלה וואס איז דער מעסטער... א בארד? מנין? לערנען? בחירות? ...


די שאלה איז נישט אויף דעם טערפיסט'ס פריוואטע התנהגות..., די שאלה איז אויף די סחורה וואס ער פארקויפט..., ודו"ק

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:22 pm
דורך איך מיין עס אמתדיג
איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע אויפטו פון די וועד הרבנים ווייל ווער עס האט שוין איינמאל געווען א מוהל באקומט סייוי א אישור
אין ווער זאגט אז ער איז ראוי' פאר דעם ? אפשר איז ער פון די וואס רבי יצחק שטיין מפאלטישאן שליט"א האט זיך שארף אויסגעדרוקט אויף אים ביים אסיפה ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:29 pm
דורך גליטשעדיג
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:שוין לאנג געקלערט פארוואס איז נישט דא אזא זאך פאר טערעפיסטען
עס זאל זיין א וועד וואס זאגט אז דער יונגערמאן איז ערליך אין מען קען שיקן א קינד דארט
ווי נישט ווי האט די טערפיסט א גרויס השפאה אין חינוח פינעם קינד


זייער א ריכטיגע פארשלאג.
אונז קלאג מיר יעצט אויפן חורבן כלל ישראל, און אויפן גלות וואס מיר זיצן, אין א שיעבוד מלכיות פון מלכי האומות העולם אדער מינים אין ארץ ישראל, דער כבוד פון ערליכע אידן וואס פירן על פי תורתינו הקדושה איז דערנידערט און אונטערדרוקט.
באמת ווען ס'וואלט געווען ידינו תקיפה, וואלט געדארפט זיין א קאנטראל פון קהילות און חכמי ישראל אויף אלע ערליי פובליק זאכן, אזוי ווי להבדיל ביי די גוים.
עס וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת לרבים.
קוקט אן למשל "חברה הצלה" אז איינער ווערט באשטעטיגט און באקומט דעם טיטל "הצלה מעמבער" מוז ער דורכגיין טרענירונג, און פארהערן, און מען זעט צו ער איז פאסיג און אזוי קען מען אים געטרויען. עס קען נישט באשלוסן איינער פון זיך אליין.
היינט צו טאגס איז דער ענין גאנץ מתוקן לגבי מלמדים און מגידי שיעור, מען דארף דורכגיין א מנהל און הנהלה פאר מען ווערט אויפגענומען, און ס'איז דא ווער ס'זאל פארצוהאלטן אז עפעס גייט נישט גוט.

ביי מוהלים איז באקאנט שוואכע מוהלים וואס זייערע בני המשפחה זענען כמעט געצווינגען זיי צו נעמען, און אזא זאך פון באקומען א "אישור" קען זיין א גרויסער תועלת.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:40 pm
דורך גליטשעדיג
איך וויל צולייגן וואס בעיני ראיתי פון איינעם פון די באקאנטע מוהלים וואס איז דא אויף ליסטע, אז איז געקומען טוישן דעם באנדאזש פון אזא סארט מוהל וואס מען האט "געמוזט נעמען", און איך האב אים געפרעגט וויאזוי ס'איז געווען, האט ער נישט געוואלט ענטפערן, ער האט נאר געוויזן זיין נאגל וואס איז געווען ניכר אז ער האט געמוזט עפעס "פיקסן".

און ס'איז טאקע אן עצה טובה קא משמע לן, אז איינער מאכט א ברית און ער איז מסופק אין די קוואליטעט פונעם מוהל, איז כדאי צו רופן א מוהל מומחה איבערקוקן, ס'איז ווערד צו באצאלן אפאר דאלער דערפאר און וויסן אז די הייליגע מצוה וואס איז א יסוד פון כלל ישראל, איז טאקע דורכגעפירט כדת וכדין.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:10 pm
דורך שמואל בארג
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע אויפטו פון די וועד הרבנים ווייל ווער עס האט שוין איינמאל געווען א מוהל באקומט סייוי א אישור
אין ווער זאגט אז ער איז ראוי' פאר דעם ? אפשר איז ער פון די וואס רבי יצחק שטיין מפאלטישאן שליט"א האט זיך שארף אויסגעדרוקט אויף אים ביים אסיפה ?


פון וואנעט נעמסטו אז מ'געט פאר אלע אלטע מוהלים, זיי ברויכן אויך אדורכגיין אן אישור פרעצעדור.

גליטשעדיג האט געשריבן:איך וויל צולייגן וואס בעיני ראיתי פון איינעם פון די באקאנטע מוהלים וואס איז דא אויף ליסטע, אז איז געקומען טוישן דעם באנדאזש פון אזא סארט מוהל וואס מען האט "געמוזט נעמען", און איך האב אים געפרעגט וויאזוי ס'איז געווען, האט ער נישט געוואלט ענטפערן, ער האט נאר געוויזן זיין נאגל וואס איז געווען ניכר אז ער האט געמוזט עפעס "פיקסן".


פרעגט נאר ר' אהרן ווייס וואס ער טוט אין אשת חיל, צומאל קען מען מאכן א ברכה.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:20 pm
דורך צו געזונט
מיר האבען גענומען שימוש ביי אהרן ווייס. ער האט מיר עטליכע מאל געזאגט אז עס זיינען פערהאן ממש וואס, לאז צורו ברכה צו נישט. אבער ממש שעדיגן דאס קינד איז אויך נישט קיין נאווינע ביי די מוהלים וואס מען "מוז" נעמען ווייל ער איז עפעס א קרוב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:31 pm
דורך יש בו
מ׳דארף זיין א מומחה צו שעדיגן א קינד ביים ברית...
מ׳רעדט נאר פון די כשרות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:12 pm
דורך איך מיין עס אמתדיג
שמואל בארג האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע אויפטו פון די וועד הרבנים ווייל ווער עס האט שוין איינמאל געווען א מוהל באקומט סייוי א אישור
אין ווער זאגט אז ער איז ראוי' פאר דעם ? אפשר איז ער פון די וואס רבי יצחק שטיין מפאלטישאן שליט"א האט זיך שארף אויסגעדרוקט אויף אים ביים אסיפה ?


פון וואנעט נעמסטו אז מ'געט פאר אלע אלטע מוהלים, זיי ברויכן אויך אדורכגיין אן אישור פרעצעדור.

פרעג א מוהל וועם די קענסט אין פרעג אים ! איך האב געפרעגט א מוהל וואפארא פרעצעדור ער האט געדארפט דורך גיין ?
איז די תירוץ געווען, אז מהאט מיר אנגעקלינגען געבן א אישור !!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:19 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע אויפטו פון די וועד הרבנים ווייל ווער עס האט שוין איינמאל געווען א מוהל באקומט סייוי א אישור
אין ווער זאגט אז ער איז ראוי' פאר דעם ? אפשר איז ער פון די וואס רבי יצחק שטיין מפאלטישאן שליט"א האט זיך שארף אויסגעדרוקט אויף אים ביים אסיפה ?


פון וואנעט נעמסטו אז מ'געט פאר אלע אלטע מוהלים, זיי ברויכן אויך אדורכגיין אן אישור פרעצעדור.

פרעג א מוהל וועם די קענסט אין פרעג אים ! איך האב געפרעגט א מוהל וואפארא פרעצעדור ער האט געדארפט דורך גיין ?
איז די תירוץ געווען, אז מהאט מיר אנגעקלינגען געבן א אישור !!!

שטייט דאך קלאר אינעם קול קורא אז דאס שליסט אויס "אלו שכבר מוחזקים משנים למוהלים מומחים", נישט ווי דו זאגסט "ווער עס איז שוין איינמאל געווען א מוהל".

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:55 pm
דורך בריווח
יש בו האט געשריבן:מ׳דארף זיין א מומחה צו שעדיגן א קינד ביים ברית...
מ׳רעדט נאר פון די כשרות

א שאד אז מען שרייבט וואס מען איז נישט באקאנט.