נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
ברוכים הבאים צום אשכול ווי מען וועט מעלדן נייעס פון שטאט פאריז פראנקרייך און ארום.
לעצט פארראכטן דורך הבעש''ט אום דאנערשטאג יוני 06, 2019 3:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
אידישע צירונג געשעפט בארויבט אין פאריז
זיכערהייט ווידעא האט אפגעכאפט דעם גאנצן אינצידענט, ווי באוואפענטע רויבערס האבן אנגעשלאָגן אַ פּאַריזער צירונג קראָם מיט אידישע אייגענטומער, און אויסגעליידיגט זיינע פאליצעס אינמיטן העלן טאג, ווען די דורכגייער האלטן דאס מיט לעבעדיג.
דער אייגענטומער שמואל חדד איז געווען איז זיין געשעפט, ווען אַ מענטש האט געקלינגען ביים טיר. חדד איז צוגעגאנגען צו די טיר, און די סעקונדע וואס ער האט אריינגעלאָזן דעם פארשוין, איז אַ ביקס געציהלט געווארן צו זיין געזיכט. א צווייטער פארשוין, וואָס האט געטראָגן אַ מאָטאָציקל העלמעט האט זיך אויך אריינגעשטופט אין דעם געשעפט, און די צוויי האבן אומגעווארפן דעם איד צו דער ערד. ער איז געווארן געשלאגן און געשטויסן אין די פּנים און אַקסל און זיי האבן אים געווארנט צו בלייבן אויף דער ערד, ווען די צוויי פארשוינען האבן אנגעהויבן אויסצוליידיגן די פאליצעס, ווען זיי זענען ארויסגעקומען אויף די גאס מיט די אנגעפילטע טאשקעס האבן עטליכע זיי געפריווט אפצוהאלטן זיי זאלן נישט קענען אנטלויפן, למעשה איז זיי געלונגן נעלם צו ווערן מיט די סחורה וואס ווערט געשאצט א ערך פין $200.000.

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- טאטע זיי מיר מוחל
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm
"דראמאטישע, שרעקעדיגע רויבעריי אויף דזשולערי געשעפט אין פאריז-פראנקרייך, פון גניבה ביז פאליציי געיעג"
https://drive.google.com/open?id=1Yxa4o ... B3t-0ZZEtm
https://drive.google.com/open?id=1DAkqb ... jfNhzLsDxF
https://drive.google.com/open?id=1KqFBU ... o92pBPOGAS
https://drive.google.com/open?id=1qvMLR ... tzZTrERlRd
https://drive.google.com/open?id=1zgfOV ... YV0aQQM1ZR[/quote]

די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
פרוי אטאקירט פארנט
פון פאריזער שוהל
פראנקרייך – א 79 יעריגע אידישע פרוי איז פארוואונדעט געווארן אינדרויסן פון א שוהל אין פאריז, ווען זי איז באטראפן געווארן פון א מעטאלענעם אביעקט וואס עמיצער האט געשאסן אויף איר. די פרוי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן אויפ'ן קאפ, אבער איר צושטאנד איז ב"ה סטאביל. עדות אינדרויסן פונעם שוהל האבן געזאגט אז זיי האבן נישט געקענט זען פון וואו דער אביעקט איז געשאסן געווארן, אבער מען פארדעכטיגט אז ס'קומט פון א פענסטער פון א הויכע אפארטמענט געביידע דערנעבן.
קרעדיט - טעגליכער דער איד

געהויבענער 'כינוס חיזוק' שע"י מפעל 'חומת יהדות אייראפע' פאר אברכי הכולל ד'סארסעל - פראנקרייך בויעט אויף פעסטן יסוד פאר יהדות סארסעל! דרשות נלהבות אויף לשה"ק און פראנצעזיש זענען אויסטערליש מחזק די לומדי תורה אין שטאט
'כינוס חיזוק' פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג וישלח העעל"ט | רבנים ומגידים פון אייראפע ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד | להשקות צמאי חסדך: ברענענדיגע דורשט נאך יעדן דבר חיזוק אויף תורה און אידישקייט שטראלט ארויס פון די תמימות'דיגע יונגעלייט | ארטיגע תושבים דרוקן אויס מיט איבעראשונג אז דאס איז אן ערשטמאליגן ערשיינונג ווי חסידישע אידן זארגן זיך פאר זיי! | ברייטע פלענער אויפ'ן צוקונפט ווערן אצינד באהאנדלט | שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט דרוקן אויס ווארימסטע שטיצע פאר שלוחי דרחמנא להציל שארית הפליטה
***
מיט גאר געהויבענע געמיטער האבן זיך רבני ועסקני מפעל הכביר 'חומת יהדות אייראפע' צוריקגעקערט פונעם גייסטרייכן באזוך אין שטאט סארסעל, פראנקרייך, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דעם הערליכן 'כינוס חיזוק' וואס דינט ווי א שוועבלע אנצוצינדן די מערערע פעולות למען חיזוק הדת אין שטאט. שוין נישט פון היינט וואס מפעל הכביר 'חומת יהדות אייראפע' איז שטארק אקטיוו אין די פעולות נמרצות לטובת תושבי העיר סארסעל, וואס דינט אלס פאר-שטאט צו פאריז, און איז געדעכט באוואוינט מיט קרוב צו 20.000 אידן, רובם ככולם יוצאי מאראקא, אלדזשיר, און נאך. וואס מיט זייערע ספרדישע תמימות אינאיינע מיט די אלגעמיינע נידעריגע פראנצויזישע קלוטור, שטייען זיי אויס גרויסע שוועריגקייטן אין יעדע הינזיכט פון אידישקייט. באזונדער זייט דער גרויסער מנהיג ומאיר עיניהם הרב אליעזר פאזען שליט"א האט צוליב סיבות זיך געמוזט אוועקציען פון דארט, וואס האט אויטאמאטיש גורם געווען א שטארקע רוחניות'דיגע סכנה פאר די ארטיגע קהילה, אויסשטייענדיג דעם געפאר אז די ציוניסטיש אגענטן זאלן זיך אויף זיי פארלייגן, יעדעם איינעם צו עוואקואירן קיין 'איזראעל', ווי עס ערווארטעט זיי שמד ה"י במלא מובן המלה.
עס דארף באטאנט ווערן אז בעצם דער טויש פון וואוינונגס-ארט פאר אזעלכע וואס זענען נישט גאר שטארק געבויעט אין אידישקייט, איז געפארפול. א נייער ארט ברענגט מיט פרישע נסיונות אונטער וואס מען איז נישט אויפגעוואקסן און נישט באהאוונט דערין. דער שרייבער פון די שורות זעלבסט איז באקאנט מיט א תלמוד תורה ליוצאי צרפת אין דרום-אמעריקא, וואו עס ווערן ערצויגן כהיום אריבער 100 קינדערלעך כ"י אויפ'ן ארגינעלן ספרדישן שטייגער, לויט זייער מסורה אין קבלה. דאס קומט נאך וואס שוין מער ווי 20 יאר וואס עס האבן זיך דארט באזעצט צווישן 20 און 40 טויזנט פראנצעזישע משפחות! א חלק דערפון זענען מסודר געווארן אין די לאקאלע מוסדות החינוך, און ליידער טיילן דערפון זענען פארפאלן געווארן, אדער אין בעסטן פאל 'עולה' געוען קיין איזראעל אין שאטן פון די דארטיגע 'עליה' ווינטן, און דאן ענדגילטיג אפגעלאזט תורה ומצוות ה"י.
ווע עס האנדלט זיך אבער אין די מדינה הטמאה איז די סכנה פילפאכיג גרעסער, ווען די רשעי ישראל האבן פאר זיך דעם קלארן ציל, אפצו'שמד'ן ווי מער אידן, בפרט פון די אומוויסנדע עולים. זיי ווערן באלד פון אנפאנג געשיקט אין פארשטופטע פרייע ישובים, ווייט פון חרדישע אידן, אן די מינדעסטע באדינגען פון א ערליכן אידישן לעבן. אפילו א ארטיגער איינוואוינער דארף זיין אויסטערליש שטארק זיך צו האלט ביי אידישקייט, ווער רעדט נאך פון א פרעמדער אומבאהאוונטער גאסט, וואס ווערט שנעל פארלוירן און מיואש ה"י. אין די לעצטערע יארן מיט די אויפשטייג פון 'מיליטער מאבליזירונג' (גיוס חרדים) ווערט שווערע כוחות אריינגעלייגט דורך די רשעי ישראל דירעקט אויף אט די פארלוירענע אימיגראנטן, וואס ווייסן נאכנישט די באדייט פון מדינת ישראל מיליטער, אדער ווייסן נישט וויאזוי מען געבט זיך אן עצה דערמיט. דאס אלעס ברענגט אז פאר פראנצעזישע אידן 'עולה' צו זיין קיין ארץ ישראל איז א סכנת שמד במלא מובן המלה.
דערבער, ווערט אריינגעלייגט שווערע כוחות מצד די העראישע עסקני מפעל הכביר 'חומת יהדות אייראפע', צו שטארקן און מוטיגן די פראנצעזישע קהילות הקודש, יעדער לויט זיין שטייגער, און העלפן אוועקשטעלן די ארטיגע תושבים מיט פעסטע פונדאמענטן אין אידישקייט, זיי זאלן נישט צובלאזן ווערן פון די בייזוויליגע ווינטן וואס בוזשעווען אין די גאסן.
אין ראמען פון אט די פעולות, איז אפגעראכטן געווארן דער רייכער 'כינוס חיזוק' לאברכי הכולל ד'סארסעל פארלאפענעם דאנערשטאג וישלח העעל"ט, ווי עס זענען אנוועזנד געווען רבנים ומגידים פון אייראפע, צווישן זיי הרה"צ שמעלקא כהנא שליט"א מפשעצלאוו, הרב אליעזר יואל אייזיקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבת תורת חיים, הרב אברהם יעקב כהן שליט"א חבר הנהלת המפעל אין אנטווערפען, און נאך חשובע רבנים ועסקנים. נאך מערערע שטרויכלונגען און מניעות וואס זענען געשאפן געווארן איז ב"ה דער מעמד צושטאנד געקומען און אפגעראכטן געווארן גאר סוקסעפול.
דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט די גאר ווארימע באגריסונג פון די חשובע יונגעלייט, וואס האבן ארויסגעברענגט די נאנטע קשר וואס הערשט צווישן זיי, זיך פילנדיג ווי איין גרויסע משפחה, אלע אינעם זעלבן שיף וואס פארט ליידער אן א רודער, און וואקלט זיך אינעם ברויזנדן ים. דאס האט נאכגעפאלגט מיט הערליכע ספרדישע ניגונים וואס זענען געזונגען געווארן מיט נאסטאלגיע, ערוועקנדיג די טיפסטע הרגשים פון בענקעניש צו השראת השכינה וגאולה השלימה.
דאן האט אויפגעטרעטן הרב מרדכי שטויבער שליט"א מנהל בית חינוך 'בית רחל' – אנטווערפען, וואס האט מסיים געווען מס' ביצה וואס איז געלערנט געווארן דורך די משתתפים, און דאן איינגעלייטעט דעם מעמד מיט גאר טרעפליכע ווערטער, אנצייגנדיג אויף גי געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס די לומדי תורה זענען משפיע אויף די גאנצע שטאט. דאן האט אויפגעטרעטן מיט א רירנדע דרשה הרה"צ רבי שמעלקא כהנא שליט"א, ווי ער האט א לענגערע וויילע עלעקטריזירט די אנוועזנדע מיט זיין רייכע רעיונות און פאסיגע דיבורים, הרה"צ רבי שמעלקא וועלכער איז פערזענליך נאנט מיט תושבי צרפת פארמאגנדיג דארט מערערע משפחה מיטגלידער, האט מיט הארץ און געפיהל אפעלירט צו די חשובע יונגעלייט צו שטיין על המשמר, נישט מיטגעשלעפט צו ווערן מיט די נסיונות הזמן. מיט זיין געוואלדיגע בקיאות און שלל פון מראי מקומות האט ער באגייסטערט די חשובע לומדים, און געוויזן דעם ריכטיגן ביישפיל פון 'והוי שקוד ללמוד תורה'.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן 'דבר המפעל' הרה"ג רבי מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ באנטווערפען ומרבני המפעל, מיט וועמען מערערע פון די ארטיגע יונגעלייט האבן אנגעקניפט פערזענליכן קשר ידידות, און זענען זיך שואל עצה מזמן לזמן אויף די עניני היהדות אין שטאט. הרב רבי מאיר האט ארויסגעברענגט אז נישט קענענדיג די שפת המדינה – פראנצויזיש, וועט ער רעדן אויף לשון הקודש, אבער עס איז דא נאך א שפראך, דאס איז דער 'לשון הלב' – די שפראך פון הארץ, וואס דערמיט זענען מיר אלע אייניג.
דאן האט ער לבקשת פון די חשובע יונגעלייט גערעדט א פלפול בהלכה, און אויסגעפירט מיט הארציגע דברי חיזוק, וויאזוי כלל ישראל שטייט מיט צו זייער האנט, די עסקנים שלאפן נישט טעג און נעכט זיכער צו מאכן אז מען קען זיי ארויסהעלפן. טראץ וואס עס איז נאך אין א פארנעם פון 'התחלות קשות', האפט מען אבער און מען קוקט ארויס אויף דעם אויספיר פון 'מכאן ואילך יערב לכם'. דאן האט ער א לענגערע צייט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך הבנים והבנות אויף דעם אויסגעטראטענעם וועג, ווי מען זעט ביי יעקב אבינו וואס האט 14 יאר נישט געקענט שלאפן בבית שם ועבר אלס דאגה פאר זיינע דורות ווייטער.
פון דארט האט הרב רבי מאיר שליט"א ווייטער געשפינט זיינע ווערטער מיט הארציגע דברי חיזוק, נישט צו ווערן צובראכן פון די שוועריגקייטן און מאורעות הזמן, נאר ארויסנעמען די מוסר השכל פון יעקב אבינו וואס איז אויסגעשטאנען ביטערע צרות זייענדיג ביי לבן, און דאך נישט געווארן צובראכן און געבליבן פעלזן-פעסט.
די ווארימע רייד האבן ווירקליך אויפגעשטורעמט די געמיטער, וואס האט זיך אויסגעדרוקט אין לענגערע פייערליכע ריקודין, זינגענדיג די ווערטער 'אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה' כל ימי חיי'. פאר א לענגערע צייט זענען נאך די יונגעלייט געבליבן אויסשמועסן זייערע שאלות און פראגעס, זיך נישט קענענדיג אפגעזעגענען פון דעם געהויבענעם אטמאספער.
ווי עס געבן איבער די עסקני המפעל וערט אין די טעג אויסגעראבעט גאר א ברייטער פראיעקט לחיזוק הדת אין סארסעל און ארומיגע שטעט, וואס האלט נאך אצינד אין די פריע שטאפלען, און וועט בעז"ה געמאלדן ווערן ווען עס וועט קומען לידי מעשה בס"ד.
שלומי אמוני ישראל איברע די וועלט דרוקן אויס די ווארימסטע וואונטשן פאר די העלדישע שלוחי דרחמנא ושלוחי דידן, די עסקנים פון מפעל 'חומת יהדות אייראפע', וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין א פעלד וואס ווערט ווייניג באזוכט, און איז ווייט נישט באקאנט מיט איר קריטיש-וויכטיגע פעולות וואס מוזן געטוען ווערן אפצוראטעווען שווערע טויזנטער אידן פון שמד, זיי זאלן בלייבן געטריי לה' ולתורתו.
לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל!

מעמד "סיום הש"ס" דרשו לייו פון פאריז
https://www.c-live.co.il/archives/17838
https://www.c-live.co.il/archives/17838
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
איינער מיט א באריכט וויאזוי פורים איז אריבער אינטערן קורפיו?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
געוועזענע פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי איז געפונען געווארן שולדיג דורך א פאריזער געריכט אויף קארופציע קלאגעס, און איז פאראורטיילט געווארן פאר 1 יאר טורמע מיט 2 יאר סוספענדעט סענטענס (טאמער פארלעצט ער נישט קיין געזעצן אין די צוויי יאר, קען ער מעגליך פריי געלאזט ווערן אן דינען די יאר טורמע). די געריכט האט צוגעלייגט אז סארקאזי וועו קענען פארלאנגן צו זיין אינטער הויז ארעסט מיט אן עלעקטראנישע ברעיסלעט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
ווייסט איינער פארוואס מענטשן ווילען נאך זיין פאלעטישענס?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
מאנסי'ייט האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס מענטשן ווילען נאך זיין פאלעטישענס?
אמאל געהערט פון די משנה: הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם?
דאס ארבעט אזוי: צוליב כבוד וויל מען ווערן א פאלעטישאן כאטש מ'ווייסט אז מ'גייט ווערן אויסגעפראקט. דערנאך ווען מ'איז שוין ברום המעלה בא'נער'ישט מען זיך צוליב "התאוה" (עיין ערך קאומא ועוד). מ'פארלירט פשוט די שכל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
מאנסי'ייט האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס מענטשן ווילען נאך זיין פאלעטישענס?
און פארוואס מענטשן גנב'נען נאך, פארשטייסטו יא?
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
דריידל האט געשריבן:איינער מיט א באריכט וויאזוי פורים איז אריבער אינטערן קורפיו?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 698
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
דרמה בצרפת
16 אנשי צוות בישיבת "בית יוסף - נובהרדוק", בבוסייר שליד פריז שבצרפת נעצרו ע"י המשטרה בשל חשדות חמורים; (חדשות)
16 אנשי צוות בישיבת "בית יוסף - נובהרדוק", בבוסייר שליד פריז שבצרפת נעצרו אמש (שני) על-ידי המשטרה המקומית בחשד כי שיכנו את התלמידים בתנאים לא ראויים וכן בחשד להתעללות. נכון להבוקר, רוב הצוות עדיין היה במעצר.
בישיבה, לומדים עשרות בחורים, מרביתם מישראל ומארה"ב. הישיבה, הפועלת שנים רבות, משמשת מסגרת תורנית מחנכת לבחורים, חלקם "נוער מתמודד", שלא מצאו את מקומם בישיבות הרגילות.
בחודשים האחרונים צולם סרט על המקום יחד עם מספר בחורים שנשרו מהמוסד וטענו לשיטות אלימות הפועלות במקום, באמצעות נידוי חברתי והשפלות, ניתוק מהעולם ושליטה על התקשורת עם המשפחה.
לפי דיווחי התקשורת המקומית, בחודש יולי האחרון, נער בן 15 מארה"ב, נמלט מהישיבה ופנה לשגרירות ארה"ב כדי לבקש עזרה. הוא טען כי הוא נתון להתעללות ומחוזק בתנאים ירודים.
בעקבות הטענות, פשטה אמש המשטרה הצרפתית בכוחות גדולים על מתחם הישיבה, הנמצא במרחק מאחד הכפרים המקומיים, ועצרה 16 אנשי צוות, בעוד התלמידים, הועברו באוטובוסים למקום אחר.
לורלין פיירפיט, התובעת הציבורית של Meaux, אמרה לתקשורת כי "בישיבה למדו באופן לא מוצהר קטינים רבים, בעלי אזרחות אמריקאית וישראלים ושאינם דוברי צרפתית, בתנאים פוגעניים של כליאה, החרמת דרכונים, התעללות, תנאי חיים ירודים, וללא אפשרות של חזרה למשפחות".
גורמים המעורים בנעשה בישיבה טוענים מנגד כי "מדובר בשטחים ענקיים, שחלקם בכלל לא בשימוש של הישיבה והתיעודים שפורסמו - הם משם, מהמקומות בהם הבחורים כלל לא נמצאים. יש פה כמה שיצאו למאבק בישיבה, ניסו לרתום את מי שיכלו, זה לא מאבק שהתחיל היום".
"זו ישיבה שהצילה כמויות של נוער נושר, הצילה המון בני נוער מכל העולם", מספרים גורמים המכירים את הישיבה, הדוחים את האשמות החמורות שהועלו כלפי הצוות. הם מסבירים כי "מבחינת הרשויות הבעיה היא שהכל לא חוקי ומרבית התלמידים לא מצרפת, אז מבחינתם לסגור את המקום".

- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3228
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
אידיש?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 698
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
זעכצן שטאב-מיטגלידער אין דער ישיבה "בית יוסף - נובהרדוק" אין בוסיער, נעבן פאריז, פראנקרייך, זענען נעכטן (מאנטאג) ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי, פארדעכטיגט אז זיי האבן געוואוינט די בחורים אין אומפאסטישע באדינגונגען.
זינט דעם מאָרגן, רובֿ פון די קאָמאַנדע איז נאָך אין אַרעסט. אין דער ישיבה וואוינען צענדליגער בחורים, רוב פון זיי פון ישראל און די פאראייניגטע שטאטן. אין די לעצטע מאנאטן איז געשאסן געווארן א פילם וועגן דעם פלאץ צוזאמען מיט א צאל בחורים וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט פון די אינסטיטוציע און האבן געטענהט געוואלדיקע מעטאדן וואס אפערירן אינעם ארט, דורך סאציאלע אויסשליסן און דערנידערונג, דיסקאַנעקשאַן פון דער וועלט און קאנטראל פון קאמיוניקאציע מיט די פאמיליע .
לויט די לאקאלע מעדיע באריכטן, איז פארגאנגענעם יולי א 15-יעריגער בחור פון אמעריקע אנטלאפן פון ישיבה און זיך ווענדן צו דער אמעריקאנער אמבאסאדע פאר הילף. ער האָט געטענהט אַז ער איז פאַרשטאַרקן אין אָרעמע תנאָים.
זינט דעם מאָרגן, רובֿ פון די קאָמאַנדע איז נאָך אין אַרעסט. אין דער ישיבה וואוינען צענדליגער בחורים, רוב פון זיי פון ישראל און די פאראייניגטע שטאטן. אין די לעצטע מאנאטן איז געשאסן געווארן א פילם וועגן דעם פלאץ צוזאמען מיט א צאל בחורים וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט פון די אינסטיטוציע און האבן געטענהט געוואלדיקע מעטאדן וואס אפערירן אינעם ארט, דורך סאציאלע אויסשליסן און דערנידערונג, דיסקאַנעקשאַן פון דער וועלט און קאנטראל פון קאמיוניקאציע מיט די פאמיליע .
לויט די לאקאלע מעדיע באריכטן, איז פארגאנגענעם יולי א 15-יעריגער בחור פון אמעריקע אנטלאפן פון ישיבה און זיך ווענדן צו דער אמעריקאנער אמבאסאדע פאר הילף. ער האָט געטענהט אַז ער איז פאַרשטאַרקן אין אָרעמע תנאָים.
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3228
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
אקיצור אינסייד מוסרים...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך
!want to be good האט געשריבן:זעכצן שטאב-מיטגלידער אין דער ישיבה "בית יוסף - נובהרדוק" אין בוסיער, נעבן פאריז, פראנקרייך, זענען נעכטן (מאנטאג) ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי, פארדעכטיגט אז זיי האבן געוואוינט די בחורים אין אומפאסטישע באדינגונגען.

??