נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

נייעס און קרישקעלעך פון פאריז פראנקרייך

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:43 am

ברוכים הבאים צום אשכול ווי מען וועט מעלדן נייעס פון שטאט פאריז פראנקרייך און ארום.
לעצט פאראכטן דורך הבעש''ט אום דאנארשטאג יוני 06, 2019 3:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:57 am

אידישע צירונג געשעפט בארויבט אין פאריז

זיכערהייט ווידעא האט אפגעכאפט דעם גאנצן אינצידענט, ווי באוואפענטע רויבערס האבן אנגעשלאָגן אַ פּאַריזער צירונג קראָם מיט אידישע אייגענטומער, און אויסגעליידיגט זיינע פאליצעס אינמיטן העלן טאג, ווען די דורכגייער האלטן דאס מיט לעבעדיג.

דער אייגענטומער שמואל חדד איז געווען איז זיין געשעפט, ווען אַ מענטש האט געקלינגען ביים טיר. חדד איז צוגעגאנגען צו די טיר, און די סעקונדע וואס ער האט אריינגעלאָזן דעם פארשוין, איז אַ ביקס געציהלט געווארן צו זיין געזיכט. א צווייטער פארשוין, וואָס האט געטראָגן אַ מאָטאָציקל העלמעט האט זיך אויך אריינגעשטופט אין דעם געשעפט, און די צוויי האבן אומגעווארפן דעם איד צו דער ערד. ער איז געווארן געשלאגן און געשטויסן אין די פּנים און אַקסל און זיי האבן אים געווארנט צו בלייבן אויף דער ערד, ווען די צוויי פארשוינען האבן אנגעהויבן אויסצוליידיגן די פאליצעס, ווען זיי זענען ארויסגעקומען אויף די גאס מיט די אנגעפילטע טאשקעס האבן עטליכע זיי געפריווט אפצוהאלטן זיי זאלן נישט קענען אנטלויפן, למעשה איז זיי געלונגן נעלם צו ווערן מיט די סחורה וואס ווערט געשאצט א ערך פין $200.000.

Capture.PNG
Capture.PNG (562.25 KiB) געזעהן 2088 מאל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:14 am

די פאליציי האט זיי נישט געכאפט? מען זעט דאך אויפן (דריטן) ווידיאו ווי מ'בלאקירט זיי מיט עטליכע פאליציי קארס!?
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:42 am

אפשר ברענגט איינער די ווידיא
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שפאניע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

תגובהדורך שפאניע » דאנארשטאג יוני 06, 2019 10:58 am

אין אשכול אינטרעסאנטע קליפס איז דא 1 ווידיא, אבער לויט וואס אסדר שרייבט זעהט אויס אז סזענען דא נאך, קען איינער ברענגן ?

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » פרייטאג יוני 07, 2019 12:00 pm

"דראמאטישע, שרעקעדיגע רויבעריי אויף דזשולערי געשעפט אין פאריז-פראנקרייך, פון גניבה ביז פאליציי געיעג"
https://drive.google.com/open?id=1Yxa4o ... B3t-0ZZEtm
https://drive.google.com/open?id=1DAkqb ... jfNhzLsDxF
https://drive.google.com/open?id=1KqFBU ... o92pBPOGAS
https://drive.google.com/open?id=1qvMLR ... tzZTrERlRd
https://drive.google.com/open?id=1zgfOV ... YV0aQQM1ZR[/quote]
די ניק איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט שרייבן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 7:54 am

פרוי אטאקירט פארנט
פון פאריזער שוהל

paris.jpg
paris.jpg (52.29 KiB) געזעהן 1245 מאל

פראנקרייך – א 79 יעריגע אידישע פרוי איז פארוואונדעט געווארן אינדרויסן פון א שוהל אין פאריז, ווען זי איז באטראפן געווארן פון א מעטאלענעם אביעקט וואס עמיצער האט געשאסן אויף איר. די פרוי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן אויפ'ן קאפ, אבער איר צושטאנד איז ב"ה סטאביל. עדות אינדרויסן פונעם שוהל האבן געזאגט אז זיי האבן נישט געקענט זען פון וואו דער אביעקט איז געשאסן געווארן, אבער מען פארדעכטיגט אז ס'קומט פון א פענסטער פון א הויכע אפארטמענט געביידע דערנעבן.
קרעדיט - טעגליכער דער איד

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג יולי 07, 2019 5:55 pm

בילדער גענומען געווארן פון די טראנטשעט גאס אין צענטער פון פאריז, צייגט אן אויפשריפט אויפן טראטואר "אידן באלאנגען אין אויוון".
(קיין שום דורכגייער שטעלט זיך ניטאמאל אפ)

1.PNG
1.PNG (535.44 KiB) געזעהן 946 מאל

2.PNG
2.PNG (553.46 KiB) געזעהן 946 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג יולי 18, 2019 7:20 pm

בד"ה, א טראגעדיע!
א ישיבה בחור פון פאריז וועלכער האט געוויילט אויף די אלפען בערג 'וואל טראנס' אין פראנקרייך איז היינט נישט אויפגעשטאנען רח"ל,
עסקנים האבן שווער געארבעט און ארלעדיגט אז מען זאל אים ארויסלאזן וואס שנעלער כדי צו קענען קומען לקבורה אין ארה"ק נאך פאר שבת.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:32 pm

ר״ל
אין די נייעס איז געווען באריכטעט אז ערז געווען פון א״י
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 1:33 am

pp.PNG
pp.PNG (255.04 KiB) געזעהן 188 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט