בלאט 2 פון 3

טראפישע שטורעם 'האמבערטא'?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:25 pm
דורך וואס טוט זיך
די NHC געט א 60% פאר א שטורעמישע דיסטערבענס נעבן די באהאמאס צו ווערן א טרופישע שטורעם, אויב דאס געשעט איז די וויירשיינליכע דרךב ארויפגיין קיין פלארידע אדורכקרוזן די סטעיט פון די ברייט, און אריינגיין אינ'ם גאלף, וואס דארט זיך נאכאמאל אביסל דערפרישן און אנקלאפן לאזויאנע אלאבאמא.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:00 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
וואס טוט זיך האט געשריבן:די NHC געט א 60% פאר א שטורעמישע דיסטערבענס נעבן די באהאמאס צו ווערן א טרופישע שטורעם, אויב דאס געשעט איז די וויירשיינליכע דרךב ארויפגיין קיין פלארידע אדורכקרוזן די סטעיט פון די ברייט, און אריינגיין אינ'ם גאלף, וואס דארט זיך נאכאמאל אביסל דערפרישן און אנטלאפן לאזויאנע אלאבאמא.

נישט א 60% נאר 70%.

אנטלאפן קיין לואיזאנא אלבאמא? דערווייל הייסט נישט אז ס'גייט אנטלויפן אהין.

ווי ס'קוקט אויס וועט עס זיין א קליינע טראפישע שטורעם וואס וועט מאכן לענדפאל אויף פלארידא'ס פענהענדל, נישט אויף לואיזאנא אדער אלאבאמא. ס'וועט אבער זיין ממש א קליינע שטורעם.

די נעקסטע, איינס נאכדעם קען יא זיין א ערענסטע שטורעם, און קען מעגליך שפאנען אין די פיסטריט פון "דאריען".

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:32 pm
דורך בענקעל
דו מיינסט דווקא אין די זעלבע פיסטריט אדער מיינסטו מיט די זעלבע גרויסע שיך?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:01 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די "קינג" יורא האט געטוישט טאן!

די לעצטע צוויי ראנס ווייזן אז ס'קען יא זיין א ערענסטע שטורעם, און קען גאר גרייכן דירעקט קיין ניו יארק קומענדיגע סוף וואך (ארום שבת תבא)
אבער דאס איז ווייט פון א פיינעל, אסאך וואסערן וועלן נאך דורכפליסן דעם האדסאן ביז מ'וועט וויסן קלארער וואס ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן.

פאר דערווייל דארף מען נאך נישט פארקלאפן די פענסטער מיט האלץ, און מ'דארף נישט קענסלען קיין פלי רייזעס, אבער ס'איז גוט צו זיין אלערט.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:15 am
דורך ק.נ.א. וועטער
די פרישע יורא מאדל פון איבערנאכט האט צוריקגעצויגן
און ווייזט אז ס'וועט מאכן א שארפן דריי ארויס צום ים בעפאר די קאראליינעס

א רייע ספעציעלע האריקעין מאדלס זענען אויך איינשטימיג מיט דעם [זעה בילד]

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:50 pm
דורך וואס טוט זיך
פרייטאג צונאכטס איז עס אפיציעל געווארןא טראפישע שטורעם האמבערטא, ווי ס'קוקט יעצט אויס גייט עס בכלל נישט אנקלאפן די יו.עס..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 8:28 pm
דורך וואס טוט זיך
א טראפישע שטורעם פונעם מעקסיקאנע גאלף האט היינט אנגעקלאפט טעקסעס א שעה איידער ווערן טראפישע שטורעם Imelda, ס'גייט ווייטער אריין טיפער ביז יוסטאן וואס קען ערווארטן ביז 18 אינטשעס רעגן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:24 pm
דורך שמואל שמעלקא
וואס טוט זיך מיט דשזערי ער קומט צו אינז אדער גייט ער די זעלבע וועג ווי האמבערטא ?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:25 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ענליך צו האמבערטא

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:26 pm
דורך יש בו
שמואל שמעלקא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט דשזערי ער קומט צו אינז אדער גייט ער די זעלבע וועג ווי האמבערטא ?

גייט ביזדערווייל אין ריכטונג פון דאריען

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:33 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
יש בו האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט דשזערי ער קומט צו אינז אדער גייט ער די זעלבע וועג ווי האמבערטא ?

גייט ביזדערווייל אין ריכטונג פון דאריען

נאכאמאל! "דזשערי" וועט 99.9% בכלל נישט האבן דאס מינדעסטע אימפעקט אויף אמעריקאנע יבשה.
אויב עפעס וועט פארטא ריקא אביסל שפירן די עפעקט, אבער נישט ערנסט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:37 pm
דורך יש בו
שטארקע מעגליכקייט אז עס וועט אפעקטן די אויבערשטע באהאמעס אינזלען

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
יש בו האט געשריבן:שטארקע מעגליכקייט אז עס וועט אפעקטן די אויבערשטע באהאמעס אינזלען

"גאר קליינע" מעגליכקייט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:46 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
רובא דרובא האריקעין מאדלס ווייזן אז ס'וועט בכלל נישט האבן קיין אימפעקט, נישט אויף פארטא ריקא און נישט אויף די באהאמעס
בלויז איינצעלנע ווייזן אז ס'קען קומען נאנט צו האבן א שטיקעלע אימפעקט, אבער בכלל נישט ערנסט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:15 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די אפיציעלע טרעק פון די NHC (נאציאנאלע האריקעין סענטער) ווייזט אויך אז ס'וועט זיך אוועקדרייען און בכלל נישט האבן קיין אימפעקט אויף די באהאמעס.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 8:21 am
דורך zugurnish
ק.נ.א.
מען קאן עפעס וויסען מער פרטים איבער די קליינע שטורעמען געצייכענט אין געל?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:30 am
דורך ק.נ.א. וועטער
zugurnish האט געשריבן:ק.נ.א.
מען קאן עפעס וויסען מער פרטים איבער די קליינע שטורעמען געצייכענט אין געל?

דאונט ווארי; מאוסט לייקלי גייט זיך עס בכלל נישט פארמירן, און אפילו אויב יא וועט עס זיין ממש א קליינע שטורעם, וואס איז ניטאמאל ווערד צו רעדן פון דעם.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:38 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יש בו האט געשריבן:שטארקע מעגליכקייט אז עס וועט אפעקטן די אויבערשטע באהאמעס אינזלען

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:רובא דרובא האריקעין מאדלס ווייזן אז ס'וועט בכלל נישט האבן קיין אימפעקט, נישט אויף פארטא ריקא און נישט אויף די באהאמעס
בלויז איינצעלנע ווייזן אז ס'קען קומען נאנט צו האבן א שטיקעלע אימפעקט, אבער בכלל נישט ערנסט.


דאס גייט טאקע למעשה בכלל נישט האבן דאס מינדעסטע עפעקט אויף די באהאמעס.

די קליינטשיגע Bermuda אינזל איז ערווארטעט כאפן א דירעקטן לענדפאל.


150031_5day_cone_with_line_and_wind.png
150031_5day_cone_with_line_and_wind.png (83.44 KiB) געזען 1641 מאל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:48 am
דורך zugurnish
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:ק.נ.א.
מען קאן עפעס וויסען מער פרטים איבער די קליינע שטורעמען געצייכענט אין געל?

דאונט ווארי; מאוסט לייקלי גייט זיך עס בכלל נישט פארמירן, און אפילו אויב יא וועט עס זיין ממש א קליינע שטורעם, וואס איז ניטאמאל ווערד צו רעדן פון דעם.

ישר כח

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2019 10:37 pm
דורך יש בו
א סיסטעם אין די אטלאנטיק, וואס האט א 60% שאנס זיך צו דעוועלאפן אלץ א טראפישע שטורעם,
99L_geps_latest.png
99L_geps_latest.png (65.98 KiB) געזען 1530 מאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:12 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די איצטיגע אפיציעלע טרעק פון די NHC פאר די נייע שטורעם KAREN
AL122019_5day_cone_no_line_and_wind.png
AL122019_5day_cone_no_line_and_wind.png (83.97 KiB) געזען 1385 מאל


ווי איר קענט זעהן הייבט זיך עס אן צו דרייען לינקס פרייטאג
די יורא מאדל ווייזט אבער אז ס'וועט נישט זיין א ביסלעכווייזע לינקס, נאר גאר א שארפע לינקס, און וועט ביז מאנטאג אדר"ה גרייכן דרום פלארידא - מעגליך די מיאמי געגנט

פון די סעט האריקעין מאדלס זעהט אויך אויס מער און מער אז ס'נויגט צו די גאנג פון די קינג יורא מאדל.

אין אנדערע ווערטער: דאס איז א שטורעם וואס די פלארידען'ס דארפן וואטשן קלאוסלי
(איר הערט @zugurnish?)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:52 pm
דורך zugurnish
יא איך הער אדאנק.
א גרויסער דאנק פאר מיר שרייבן. קיפ מי פוסטעט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:54 am
דורך ק.נ.א. וועטער
באמערקט ווי די אפיציעלע טרעק פון די NHC האט זיך געטוישט פון נעכטן און ווייזט שוין די שארפע דריי לינקס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:09 am
דורך zugurnish
בלייבען א טראפישע שטורעם אדער קאן זיין ארוף גיין צו א האריקיין?
און וואס מיט לורענזא? דערוויילע קוקט אויס דרייט זיך ארויף אין די וואסער.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:42 am
דורך ק.נ.א. וועטער
לעת עתה קוקט אויס אז ס'וועט בלייבן א טראפישע שטורעם, ס'עקזיסטירט אבער א שטיקל מעגליכקייט אז ס'וועט זיין א קאטעגאריע 1 האריקעין אדער העכער.

ס'איז אבער נאך בכלל נישט זיכער אז ס'וועט טאקע קומען קיין דרום פלארידא, ס'איז נאך אלס מעגליך אז ס'וועט נישט מאכן די שארפע לינקס.
אזוי אויך איז דא א מעגליכקייט אז ס'וועט פארבייפארן דרום פון די דרום שפיץ פון פלארידא אריין צום גאלף, און אנפאלן אויף טעקסעס.
דאס אלעס וועט ווערן מער קלארער אין די קומענדיגע טעג.

די נייע פריש געווארענע טראפישע שטורעם LORENZO וועט בכלל נישט גרייכן אמעריקאנע ברעגעס.