האריקען סעזאן תשע"ט-2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

טראפישע שטורעם 'האמבערטא'?

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:25 pm

די NHC געט א 60% פאר א שטורעמישע דיסטערבענס נעבן די באהאמאס צו ווערן א טרופישע שטורעם, אויב דאס געשעט איז די וויירשיינליכע דרךב ארויפגיין קיין פלארידע אדורכקרוזן די סטעיט פון די ברייט, און אריינגיין אינ'ם גאלף, וואס דארט זיך נאכאמאל אביסל דערפרישן און אנקלאפן לאזויאנע אלאבאמא.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:00 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:די NHC געט א 60% פאר א שטורעמישע דיסטערבענס נעבן די באהאמאס צו ווערן א טרופישע שטורעם, אויב דאס געשעט איז די וויירשיינליכע דרךב ארויפגיין קיין פלארידע אדורכקרוזן די סטעיט פון די ברייט, און אריינגיין אינ'ם גאלף, וואס דארט זיך נאכאמאל אביסל דערפרישן און אנטלאפן לאזויאנע אלאבאמא.

נישט א 60% נאר 70%.

אנטלאפן קיין לואיזאנא אלבאמא? דערווייל הייסט נישט אז ס'גייט אנטלויפן אהין.

ווי ס'קוקט אויס וועט עס זיין א קליינע טראפישע שטורעם וואס וועט מאכן לענדפאל אויף פלארידא'ס פענהענדל, נישט אויף לואיזאנא אדער אלאבאמא. ס'וועט אבער זיין ממש א קליינע שטורעם.

די נעקסטע, איינס נאכדעם קען יא זיין א ערענסטע שטורעם, און קען מעגליך שפאנען אין די פיסטריט פון "דאריען".

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:32 pm

דו מיינסט דווקא אין די זעלבע פיסטריט אדער מיינסטו מיט די זעלבע גרויסע שיך?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:01 pm

די "קינג" יורא האט געטוישט טאן!

די לעצטע צוויי ראנס ווייזן אז ס'קען יא זיין א ערענסטע שטורעם, און קען גאר גרייכן דירעקט קיין ניו יארק קומענדיגע סוף וואך (ארום שבת תבא)
אבער דאס איז ווייט פון א פיינעל, אסאך וואסערן וועלן נאך דורכפליסן דעם האדסאן ביז מ'וועט וויסן קלארער וואס ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן.

פאר דערווייל דארף מען נאך נישט פארקלאפן די פענסטער מיט האלץ, און מ'דארף נישט קענסלען קיין פלי רייזעס, אבער ס'איז גוט צו זיין אלערט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:15 am

די פרישע יורא מאדל פון איבערנאכט האט צוריקגעצויגן
און ווייזט אז ס'וועט מאכן א שארפן דריי ארויס צום ים בעפאר די קאראליינעס

א רייע ספעציעלע האריקעין מאדלס זענען אויך איינשטימיג מיט דעם [זעה בילד]
צוגעלייגטע
09L_tracks_latest.png
09L_tracks_latest.png (153.44 KiB) געזעהן 337 מאל

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:50 pm

פרייטאג צונאכטס איז עס אפיציעל געווארןא טראפישע שטורעם האמבערטא, ווי ס'קוקט יעצט אויס גייט עס בכלל נישט אנקלאפן די יו.עס..
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער און 21 געסט