האריקען סעזאן תשע"ט-2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

האריקען סעזאן תשע"ט-2019

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:14 pm

די שבת קודש יוני 1 האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די 2019 הארקעין סעזאן! עקספערטן שאצן פאר א מער מילדע סעזאן אזוי ווי לעצטע יאר, אנדערש פון צוויי יאר צוריק וואס איז געווען א שווערע סעזאן. אין average קומט פאר 12 טראפיקל שטורעמעס אינ'ם אנטלאנטישן אקעאן א סעזאן, זעקס פון דעם ווערן האריקענס, און דריי פון די זעקס ווערן מעיזשאר האריקענס (קאטאגאריע דריי און העכער). דאס יאר שאצט מען פאר 12-14 טראפישע שטורעמ'ס, 5-7 האריקענס, און 2-4 מעיזשאר האריקענס.
ביז דערווייל איז דא איין אביסל שטורעמישע וואסער אינ'ם מעקסיקאנע גאלף, וואס מ'זאגט פאר דאס קען ווערן אן טראפיקל שטורעם אין געציילטע טעג.


געדענקט, דאס איז אלעס אפשאצונגען פון פשוטע בשר ודם'ס, דער כל יכול איז א "משנה עיתים ומחליף את הזמנים".
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 12, 2019 8:09 pm

אין לואיזיאנא גרייט מען זיך העפטיג צום מארגנדיגער שטורם בערי. פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט א סטעיט אוו עמערזשענסי.

די שטורעמישע ווינטן און נאסע רעגנס שפירן זיך שוין אין די געגנטער נעבן וואסער, די זארג פאר פארפלייצונגען איז גרויס צוליב די הויכקייט פון די דארטיגע וואסערן.

א לעכטיגן שבת!!
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יולי 14, 2019 12:11 am

טאקע געלאנדעט דעם שבת אלס טראפישע שטורעם, אבער באגלייט מיט מאסיווע רעגנס אויך יעצט ווען ס'איז שוין אפגעשוואכט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג יולי 14, 2019 12:15 am

געמאכט לענדפאל אלס א קאטעגאריע 1 האריקעין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: oh vei און 32 געסט