אלעס ארום די National Popular Vote Interstate Compact

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 2:44 pm

@think and thank יא, און אזוי ווי געזאגט כ'האב שוין געשריבן אזא לאנגע תגובה איבער דעם און עס האט זיך ליידער ממש די לעצטע מינוט אויסגעמעקט.

כ'העל פרובירן מוצאי שבת צו שרייבן אביסל לענגערס, אבער פאר יעצט, וואס מיינט דעס אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט? וואס איז דאס חילוק צו די ווארט גיבט מען דורך די פיפעל אדער דורך עלעקטארס? מ'פארשטייט אליינס אז א סטעיט מיט מער מענטשן גייט האבן מער עלעקטארס, ניין? נאר פארוואס קען מען נישט גיין לויט עלעקטארס? ווייל אין די סיסטעם באקומט די סטעיט וואימינג א גרעסערע ווארט ווי קאליפארניע יא!!!
און איבער סטעיט'ס ווארט, אין די יעצטיגע סיסטעם באקומט סיי וואימינג און סיי קאליפארניע נישט קיין ווארט, נאר וועלכע סטעיט'ס? פלארידע, קאלאראדא, נעוואדע, נארט קאראליינע ועוד, און דעס איז נאר מיטן עלעקטארל קאלעזש ווייל מיט דעס מאכט נישט קיין חילוק צו מ'געווינט א סטעיט מיט 10,000 וואטס אדער מיט 500,000 וואטס, מ'געווינט די זעלבע צאל עלעקטארס, קומט אויס אז אויב איין סטעיט איז פארזיכערט פאר איינעם די שאלה איז נאר מיט וויפיל, העט מען זיך נישט רעכענען מיט יענע סטעיט'ס, נאר מיט די סטעיט'ס וואס איז א ספק ווער ס'געווינט.

איבער פופציג עקסטערע לענדער, די טענה אליין ברענגט ארויס פארוואס מ'דארף עס עלימינירן, ווייל דו זאגסט אליינס אז ס'נישט קיין גוטע זאך נאר די סטעיטס האבן זיך נישט מסכים געווען צו פאראייניגן אן דעם, סא היינט וואס אונז זענען שוין סאוביל, זאל מען עלימינירן די זאך וואס איז א קעגן פרייהייט ניין?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 2:47 pm

Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.

אודאי האט קאליפארניע געהאט א ווארט, זיי האבן דאך די מערסטע עלעקטארעל וואוטס!
אויפמערקזאמקייט האבן זיי נישט באקומען ווייל דער רעפובליקאנער האט עניוועיז נישט געהאט קיין שאנס. אבער א ווארט?!

יא, אבער א גאנצע טאץ פון רעפאבליקאנער וואטס גייען לעיבוד לכבוד די עלעקטארל קאלעזש, און די זעלבע זאך פארקערט אין טעקסעס.

נאכאמאל אינ'ם קאנסטיטוציע שטייט by the people
נישט by the states
די פיפעל מאכן די רעגירונג, *נישט* די סטעיטס
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג מאי 24, 2019 3:09 pm

Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.

אודאי האט קאליפארניע געהאט א ווארט, זיי האבן דאך די מערסטע עלעקטארעל וואוטס!
אויפמערקזאמקייט האבן זיי נישט באקומען ווייל דער רעפובליקאנער האט עניוועיז נישט געהאט קיין שאנס. אבער א ווארט?!

וועגן דעם האב איך טאקע נישט געשריבן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין ווארט.

מיין פוינט איז אבער אז די טויש איז נישט אז גרעסערע זאלן ווערן שטערקער אויפ'ן חשבון פון קלענערע, נאר אז קאנדידאטן זאלן זיך זארגן פאר בירגער וואס וואוינען אין שטאַטן וואו די איינוואוינער זענען זייער שטארק אויף איין זייט, פונקט אזויווי די בירגער וואס וואוינען אין שטאַטן וואו די איינוואוינער זענען זייער שטארק צוטיילט.

און דאס איז נישט מער ווי יושר: פארוואס זאל מען זיך רעכענען מיט איינעם וואס רוב פון זיינע שכנים האבן אנדערע פאליטישע מיינונגען, מער ווי מיט איינעם וואס רוב פון זיינע שכנים האבן ענליכע פאליטישע מיינונגען???...
-
אגב, וואס ס'איז געבליבן פון יענע דעסקוסיע וואס דו האסט ערשט אראפגעברענגט איז, אז אויב א געוויסע טויש איז מעגליך צו טוהן לויט'ן סיסטעם, איז עס בכלל נישט קיין אישו ווייל אויף די תנאים האט מען געמאכט דעם פאראיין. דאס אז עלעקטארס זאלן געבן זייער שטימע לויט וויאזוי די שטאַט'ס באפעלקרונג האט געוועלט, איז בכלל נישט קיין חלק פונעם אפמאך. אדרבא, טאקע צוליב די כח וואס שטאַטן האבן, קענען זיי באשליסן צו געבן זייערע עלעקטארעלס פאר די געווינער פון די פאפולער וואוט אויב זיי ווילן, און זיי דארפן זיך בכלל נישט רעכענען מיט די וויילער פון יענע שטאַט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 3:12 pm

@טעאריע די סווינג סטעיט פראבלעם איז נאר איינע פון א שיינע פאר פראבלעמען מיט די אומ'יושר'דיגע סיסטעם.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 3:15 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:@think and thank יא, און אזוי ווי געזאגט כ'האב שוין געשריבן אזא לאנגע תגובה איבער דעם און עס האט זיך ליידער ממש די לעצטע מינוט אויסגעמעקט.

כ'העל פרובירן מוצאי שבת צו שרייבן אביסל לענגערס, אבער פאר יעצט, וואס מיינט דעס אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט? וואס איז דאס חילוק צו די ווארט גיבט מען דורך די פיפעל אדער דורך עלעקטארס? מ'פארשטייט אליינס אז א סטעיט מיט מער מענטשן גייט האבן מער עלעקטארס, ניין? נאר פארוואס קען מען נישט גיין לויט עלעקטארס? ווייל אין די סיסטעם באקומט די סטעיט וואימינג א גרעסערע ווארט ווי קאליפארניע יא!!!

כאב אריגינעל געשריבן מיין תגובה מסביר צו זיין פארוואס עס פעלט זיך אויס א סענאט אין צוגאב צו קאנגרעס. אין קאנגרעס ווער'ן פארטרויטן די 'מענטשן' פון אמעריקע, און אין סענאט ווערן פארטרויטן די סטעיטס פון אמעריקע.
די עלעקטארעל קאלעדזש איז א צוזאמענשטעל פון ביידע.

וואס טוט זיך האט געשריבן:און איבער סטעיט'ס ווארט, אין די יעצטיגע סיסטעם באקומט סיי וואימינג און סיי קאליפארניע נישט קיין ווארט, נאר וועלכע סטעיט'ס? פלארידע, קאלאראדא, נעוואדע, נארט קאראליינע ועוד, און דעס איז נאר מיטן עלעקטארל קאלעזש ווייל מיט דעס מאכט נישט קיין חילוק צו מ'געווינט א סטעיט מיט 10,000 וואטס אדער מיט 500,000 וואטס, מ'געווינט די זעלבע צאל עלעקטארס, קומט אויס אז אויב איין סטעיט איז פארזיכערט פאר איינעם די שאלה איז נאר מיט וויפיל, העט מען זיך נישט רעכענען מיט יענע סטעיט'ס, נאר מיט די סטעיט'ס וואס איז א ספק ווער ס'געווינט.

דו רעדסט נישט פון האבן א ווארט, נאר פון באקומען אויפמערקזאמקייט. די מציאות בלייבט אז די סטעיט מיט די גרעסטע ווארט אויף די וואלן איז קאליפארניע, היות זי האט די גרעסטע צאל עלעקטארעל וואוטס - טאקע וויבאלד זי האט די מערסטע מענטשן. דו ווילסט קאליפארניע זאל אויך באקומען אטענשאן פון די קאנדידאטן? זאלן נאך 25% קאליפארניער זיך דערקלערן רעפובליקאנער... סיז קיינעמ'ס שולד אז זיי וואוטן אלעמאל איין וועג און דערפאר וועט א רעפובליקאנער נישט קיין דארט קאמפיינען. זיי האבן די ברירה אים צו געבן א שאנס.

וואס טוט זיך האט געשריבן:איבער פופציג עקסטערע לענדער, די טענה אליין ברענגט ארויס פארוואס מ'דארף עס עלימינירן, ווייל דו זאגסט אליינס אז ס'נישט קיין גוטע זאך נאר די סטעיטס האבן זיך נישט מסכים געווען צו פאראייניגן אן דעם, סא היינט וואס אונז זענען שוין סאוביל, זאל מען עלימינירן די זאך וואס איז א קעגן פרייהייט ניין?

איך הייב נישט אן צו כאפן וויאזוי די עלעקטארעל קאלעדזש איז קעגן פרייהייט.
ביסיידס, סטאביליטעט קומט נישט דא אריין. מען איז אריינגעקומען מיט דעם תנאי און פארטיג.

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.

אודאי האט קאליפארניע געהאט א ווארט, זיי האבן דאך די מערסטע עלעקטארעל וואוטס!
אויפמערקזאמקייט האבן זיי נישט באקומען ווייל דער רעפובליקאנער האט עניוועיז נישט געהאט קיין שאנס. אבער א ווארט?!

יא, אבער א גאנצע טאץ פון רעפאבליקאנער וואטס גייען לעיבוד לכבוד די עלעקטארל קאלעזש, און די זעלבע זאך פארקערט אין טעקסעס.

דו כאפסט אבער נישט אז אויב מען וועט גיין לויט די פאפולער וואוטס און איינער וועט געווינען מיט 52% וואוטס, וועלן די איבריגע 48% וואוטס פון איבער גאנץ אמעריקע גיין לאיבוד. אזוי ארבעט דערעקטע וואלן (משא"כ וואלן פאר פארטיי אזויווי אין ענגלאנד אדער מד"י) - איינער געווינט, און די קעגנערישע וואוטס גייען אין גארבעדזש. ס'נישט קיין חילוק צו דו טוסט עס סטעיט ביי סטעיט אדער ביים גאנצן לאנד אויפאמאל, וועלן אלע וואוטס פאר'ן פארלירער גיין אין גארבעדזש.

וואס טוט זיך האט געשריבן:נאכאמאל אינ'ם קאנסטיטוציע שטייט by the people
נישט by the states
די פיפעל מאכן די רעגירונג, *נישט* די סטעיטס

ביי די פיפעל שטייט נישט בנוגע ווער עס עלעקט דעם פרעזידענט, נאר אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך פשוט'ע מענטשן (נישט די אריסטאקראטיע נוסח ענגלאנד). אין די זעלבע קאנסטיטושען שטייט בפירוש אז דייקא די סטעיטס זענען די וועלכע ערוועלן דעם פרעזידענט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 3:16 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:@טעאריע די סווינג סטעיט פראבלעם איז נאר איינע פון א שיינע פאר פראבלעמען מיט די אומ'יושר'דיגע סיסטעם.

ווי כאב שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם. אלע שטאטן האבן די מעגליכקייט צו אפעלירן צו קאנדידאטן פון אלע פארטייען. אויב זיי טוען עס נישט איז עס זייער אייגענע פראבלעם.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 3:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:@think and thank יא, און אזוי ווי געזאגט כ'האב שוין געשריבן אזא לאנגע תגובה איבער דעם און עס האט זיך ליידער ממש די לעצטע מינוט אויסגעמעקט.

כ'העל פרובירן מוצאי שבת צו שרייבן אביסל לענגערס, אבער פאר יעצט, וואס מיינט דעס אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט? וואס איז דאס חילוק צו די ווארט גיבט מען דורך די פיפעל אדער דורך עלעקטארס? מ'פארשטייט אליינס אז א סטעיט מיט מער מענטשן גייט האבן מער עלעקטארס, ניין? נאר פארוואס קען מען נישט גיין לויט עלעקטארס? ווייל אין די סיסטעם באקומט די סטעיט וואימינג א גרעסערע ווארט ווי קאליפארניע יא!!!

כאב אריגינעל געשריבן מיין תגובה מסביר צו זיין פארוואס עס פעלט זיך אויס א סענאט אין צוגאב צו קאנגרעס. אין קאנגרעס ווער'ן פארטרויטן די 'מענטשן' פון אמעריקע, און אין סענאט ווערן פארטרויטן די סטעיטס פון אמעריקע.
די עלעקטארעל קאלעדזש איז א צוזאמענשטעל פון ביידע.
ס'נישט, ס'איז נאר די סענאט. און האסט נישט אפגעפרעגט מיין פוינט אז יעצט האט וויאמינג מער רעפרעזענטאציע אינ'ם עלעקטארל קאלעזש.
וואס טוט זיך האט געשריבן:און איבער סטעיט'ס ווארט, אין די יעצטיגע סיסטעם באקומט סיי וואימינג און סיי קאליפארניע נישט קיין ווארט, נאר וועלכע סטעיט'ס? פלארידע, קאלאראדא, נעוואדע, נארט קאראליינע ועוד, און דעס איז נאר מיטן עלעקטארל קאלעזש ווייל מיט דעס מאכט נישט קיין חילוק צו מ'געווינט א סטעיט מיט 10,000 וואטס אדער מיט 500,000 וואטס, מ'געווינט די זעלבע צאל עלעקטארס, קומט אויס אז אויב איין סטעיט איז פארזיכערט פאר איינעם די שאלה איז נאר מיט וויפיל, העט מען זיך נישט רעכענען מיט יענע סטעיט'ס, נאר מיט די סטעיט'ס וואס איז א ספק ווער ס'געווינט.

דו רעדסט נישט פון האבן א ווארט, נאר פון באקומען אויפמערקזאמקייט. די מציאות בלייבט אז די סטעיט מיט די גרעסטע ווארט אויף די וואלן איז קאליפארניע, היות זי האט די גרעסטע צאל עלעקטארעל וואוטס - טאקע וויבאלד זי האט די מערסטע מענטשן. דו ווילסט קאליפארניע זאל אויך באקומען אטענשאן פון די קאנדידאטן? זאלן נאך 25% קאליפארניער זיך דערקלערן רעפובליקאנער... סיז קיינעמ'ס שולד אז זיי וואוטן אלעמאל איין וועג און דערפאר וועט א רעפובליקאנער נישט קיין דארט קאמפיינען. זיי האבן די ברירה אים צו געבן א שאנס.
אויב אויפמערקזאמקייט איז קיין פראבלעם, איז די גאנצע טענה פון די קלענערע סטעיט'ס אויך קיין פראבלעם, אז זיי ווילן זאלן זיי באקומען נאך 10,000,000 וואינען צו זייערע סטעיט'ס
וואס טוט זיך האט געשריבן:איבער פופציג עקסטערע לענדער, די טענה אליין ברענגט ארויס פארוואס מ'דארף עס עלימינירן, ווייל דו זאגסט אליינס אז ס'נישט קיין גוטע זאך נאר די סטעיטס האבן זיך נישט מסכים געווען צו פאראייניגן אן דעם, סא היינט וואס אונז זענען שוין סאוביל, זאל מען עלימינירן די זאך וואס איז א קעגן פרייהייט ניין?

איך הייב נישט אן צו כאפן וויאזוי די עלעקטארעל קאלעדזש איז קעגן פרייהייט.
ביסיידס, סטאביליטעט קומט נישט דא אריין. מען איז אריינגעקומען מיט דעם תנאי און פארטיג.
פרייהייט מיינט אז מ'רעכנט זיך מיט די מענטשן, סא אויב איין סטעיט האט מער מענטשן זאלן זיי טאקע האבן א גרעסערע ווארט, ס'נישט די סטעיט האט א גרעסערע ווארט ס'פשוט אז יעדע מענטש האט איין שטימע.
איך ווייס מ'איז אריינגעקומען מיט די תנאי, מ'דיסקוסירט יעצט צו די תנאי איז גוט.

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.

אודאי האט קאליפארניע געהאט א ווארט, זיי האבן דאך די מערסטע עלעקטארעל וואוטס!
אויפמערקזאמקייט האבן זיי נישט באקומען ווייל דער רעפובליקאנער האט עניוועיז נישט געהאט קיין שאנס. אבער א ווארט?!

יא, אבער א גאנצע טאץ פון רעפאבליקאנער וואטס גייען לעיבוד לכבוד די עלעקטארל קאלעזש, און די זעלבע זאך פארקערט אין טעקסעס.

דו כאפסט אבער נישט אז אויב מען וועט גיין לויט די פאפולער וואוטס און איינער וועט געווינען מיט 52% וואוטס, וועלן די איבריגע 48% וואוטס פון איבער גאנץ אמעריקע גיין לאיבוד. אזוי ארבעט דערעקטע וואלן (משא"כ וואלן פאר פארטיי אזויווי אין ענגלאנד אדער מד"י) - איינער געווינט, און די קעגנערישע וואוטס גייען אין גארבעדזש. ס'נישט קיין חילוק צו דו טוסט עס סטעיט ביי סטעיט אדער ביים גאנצן לאנד אויפאמאל, וועלן אלע וואוטס פאר'ן פארלירער גיין אין גארבעדזש.
יא, סא ביי א גאווערנער פון א סטעיט גייט טאקע אזוי, אבער ביי א פרעזידענט וואס איז א לידער אויף די גאנצע לאנד נישט איין סטעיט, דארף עס זיין אויף א נעשאנעל לעוועל.
וואס טוט זיך האט געשריבן:נאכאמאל אינ'ם קאנסטיטוציע שטייט by the people
נישט by the states
די פיפעל מאכן די רעגירונג, *נישט* די סטעיטס

ביי די פיפעל שטייט נישט בנוגע ווער עס עלעקט דעם פרעזידענט, נאר אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך פשוט'ע מענטשן (נישט די אריסטאקראטיע נוסח ענגלאנד). אין די זעלבע קאנסטיטושען שטייט בפירוש אז דייקא די סטעיטס זענען די וועלכע ערוועלן דעם פרעזידענט.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 3:32 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:@think and thank יא, און אזוי ווי געזאגט כ'האב שוין געשריבן אזא לאנגע תגובה איבער דעם און עס האט זיך ליידער ממש די לעצטע מינוט אויסגעמעקט.

כ'העל פרובירן מוצאי שבת צו שרייבן אביסל לענגערס, אבער פאר יעצט, וואס מיינט דעס אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט? וואס איז דאס חילוק צו די ווארט גיבט מען דורך די פיפעל אדער דורך עלעקטארס? מ'פארשטייט אליינס אז א סטעיט מיט מער מענטשן גייט האבן מער עלעקטארס, ניין? נאר פארוואס קען מען נישט גיין לויט עלעקטארס? ווייל אין די סיסטעם באקומט די סטעיט וואימינג א גרעסערע ווארט ווי קאליפארניע יא!!!

כאב אריגינעל געשריבן מיין תגובה מסביר צו זיין פארוואס עס פעלט זיך אויס א סענאט אין צוגאב צו קאנגרעס. אין קאנגרעס ווער'ן פארטרויטן די 'מענטשן' פון אמעריקע, און אין סענאט ווערן פארטרויטן די סטעיטס פון אמעריקע.
די עלעקטארעל קאלעדזש איז א צוזאמענשטעל פון ביידע.
ס'נישט, ס'איז נאר די סענאט. [/b]

אר יו פאר ריעל? דו ווייסט פון וויפיל וואוטס די עלעקטארע קאלעדזש באשטייט, און וויאזוי זיי ווערן צוטיילט?

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 3:40 pm

למעשה די סטעיט'ס עלעקטאן?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 3:51 pm

פארוואס פארדרייסטו דעם שמועס?

היות דו ענטפערסט נישט וועל איך ענטפערן.

די עלעקטארעל קאלעדזש באשטייט פון 538 עלעקטארס. 435 קעגן די 435 רעפרעזענטאטן אין די האוז אף רעפרעזענטיטיווס, 100 קעגן די הונדערט סענאטארן, און נאך דריי צו וואס מיר וועלן שוין צוקומען. יעדע סטעיט באקומט גענוי אויפ'ן האר אזויפיל עלעקטארס ווי וויפיל פארטרעטער זיי האבן אין קאנגרעס (ד.ה. אין די האוז 'און' אין די סענאט). קאליפארניע למשל האט די מערסטע עלעקטארס (55), וויבאלד זי האט די מערסטע פארשטייער אין קאנגרעס (53 אין די האוז און 2 אין סענאט ווי יעדע סטעיט). אויסער דעם זאגט די 23'סטע אמענדמענט אז די דיסטריקט אף קאלאמביע, וועלכע פארמאגט בכלל נישט קיין פארטרעטער אין קאנגרעס, זאל באקומען אזויפיל עלעקטארס ווי די ווייניגסטע פאפולעס סטעיט, וואס דאס קומט אויס דריי עלעקטארס.

יעצט זיי מסביר פארוואס קאליפארניע האט נישט קיין גרעסערע ווארט ווי וויאמינג, און פארוואס סיז נאר די סענאט.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 4:20 pm

Think and Thank האט געשריבן:פארוואס פארדרייסטו דעם שמועס?

וועגן דעס אז קאלי. האט וויניגער ווארט ווי וויאמינג האב איך שוין געשריבן ערגעץ און כ'האב עס נישט געוואלט איבערשרייבן ווילאנג איינער פרעגט נישט, איז אז דו פרעגסט איז אזוי
אז דו נעמסט די 55 פון קאליפארניע (די מערסט פאפולעידעט סטעיט) און די צוטיילסט עס ביי וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט, און דו טוסט די זעלבע מיט די דריי פון וויאמינג (די ווייניגסטע פאפולעידעט סטעיט), און דו נעמסט די איקוועל פון וויאמינג און קאלי., קומט אויס אז די איקוועל פון קאליפארניע איז מער ווי פון וויאמינג. וואס דאס מיינט אז די מענטשן פון וויאמינג זענען מער רעפרעזענטירט ווי די מענטשן פון קאליפאריניע.
וועגן די סענאט, למעשה קומט אויס אז די סטעיט'ס עלעקטאן, וואס דאס מיינט אז עס איז מער גענויגט צו די סענאט ווי צו די האוז.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 4:38 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:פארוואס פארדרייסטו דעם שמועס?

היות דו ענטפערסט נישט וועל איך ענטפערן.

די עלעקטארעל קאלעדזש באשטייט פון 538 עלעקטארס. 435 קעגן די 435 רעפרעזענטאטן אין די האוז אף רעפרעזענטיטיווס, 100 קעגן די הונדערט סענאטארן, און נאך דריי צו וואס מיר וועלן שוין צוקומען. יעדע סטעיט באקומט גענוי אויפ'ן האר אזויפיל עלעקטארס ווי וויפיל פארטרעטער זיי האבן אין קאנגרעס (ד.ה. אין די האוז 'און' אין די סענאט). קאליפארניע למשל האט די מערסטע עלעקטארס (55), וויבאלד זי האט די מערסטע פארשטייער אין קאנגרעס (53 אין די האוז און 2 אין סענאט ווי יעדע סטעיט). אויסער דעם זאגט די 23'סטע אמענדמענט אז די דיסטריקט אף קאלאמביע, וועלכע פארמאגט בכלל נישט קיין פארטרעטער אין קאנגרעס, זאל באקומען אזויפיל עלעקטארס ווי די ווייניגסטע פאפולעס סטעיט, וואס דאס קומט אויס דריי עלעקטארס.

יעצט זיי מסביר פארוואס קאליפארניע האט נישט קיין גרעסערע ווארט ווי וויאמינג, און פארוואס סיז נאר די סענאט.

וועגן דעס אז קאלי. האט וויניגער ווארט ווי וויאמינג האב איך שוין געשריבן ערגעץ און כ'האב עס נישט געוואלט איבערשרייבן ווילאנג איינער פרעגט נישט, איז אז דו פרעגסט איז אזוי
אז דו נעמסט די 55 פון קאליפארניע (די מערסט פאפולעידעט סטעיט) און די צוטיילסט עס ביי וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט, און דו טוסט די זעלבע מיט די דריי פון וויאמינג (די ווייניגסטע פאפולעידעט סטעיט), און דו נעמסט די איקוועל פון וויאמינג און קאלי., קומט אויס אז די איקוועל פון קאליפארניע איז מער ווי פון וויאמינג. וואס דאס מיינט אז די מענטשן פון וויאמינג זענען מער רעפרעזענטירט ווי די מענטשן פון קאליפאריניע.

סאו דו ווילסט אז ווייאמינג זאל בכלל נישט האבן קיין קאנגרעסמאן? אדער זאל מען צושניידן זייער קאנגרעסמאן אין העלפט?

וואס טוט זיך האט געשריבן:וועגן די סענאט, למעשה קומט אויס אז די סטעיט'ס עלעקטאן, וואס דאס מיינט אז עס איז מער גענויגט צו די סענאט ווי צו די האוז.

לויט'ן סענאט וואלט קאליפארניע געהאט צוויי, און ווייאמינג צוויי. לויט'ן קאנגרעס וואלט קאליפארניע געהאט 53, און ווייאמינג איינס. לויט'ן עלעקטארעל קאלעדזש האט ווייאמינג דריי און קאליפארניע מער ווי אכצן מאל אזויפיל - 55.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 4:59 pm

אויב מ'גייט לויט די פאופלער וואט האסטו נישט די פראבלעם.

וואס טוט זיך האט געשריבן:וועגן די סענאט, למעשה קומט אויס אז די סטעיט'ס עלעקטאן, וואס דאס מיינט אז עס איז מער גענויגט צו די סענאט ווי צו די האוז.

לויט'ן סענאט וואלט קאליפארניע געהאט צוויי, און ווייאמינג צוויי. לויט'ן קאנגרעס וואלט קאליפארניע געהאט 53, און ווייאמינג איינס. לויט'ן עלעקטארעל קאלעדזש האט ווייאמינג דריי און קאליפארניע מער ווי אכצן מאל אזויפיל - 55.

איך רעד נישט איבער די נאמבערס, די סענאט מיינט די סטעיט'ס עלעקטאן, די האוז מיינט די פיפעל, למעשה עלעקטאן די סטעיט'ס.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 5:16 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סאו דו ווילסט אז ווייאמינג זאל בכלל נישט האבן קיין קאנגרעסמאן? אדער זאל מען צושניידן זייער קאנגרעסמאן אין העלפט?
אויב מ'גייט לויט די פאופלער וואט האסטו נישט די פראבלעם.

סיניש אזא גרויסע פראבלעם אז מען זאל דארפן דערפאר טוישן פונדאמענטאל די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט.
אגב, אפי' אזוי האט קאליפארניע נאכאלץ מער ווי אכצן מאל א גרעסערע ווארט ווי ווייאמינג.

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וועגן די סענאט, למעשה קומט אויס אז די סטעיט'ס עלעקטאן, וואס דאס מיינט אז עס איז מער גענויגט צו די סענאט ווי צו די האוז.

לויט'ן סענאט וואלט קאליפארניע געהאט צוויי, און ווייאמינג צוויי. לויט'ן קאנגרעס וואלט קאליפארניע געהאט 53, און ווייאמינג איינס. לויט'ן עלעקטארעל קאלעדזש האט ווייאמינג דריי און קאליפארניע מער ווי אכצן מאל אזויפיל - 55.

איך רעד נישט איבער די נאמבערס, די סענאט מיינט די סטעיט'ס עלעקטאן, די האוז מיינט די פיפעל, למעשה עלעקטאן די סטעיט'ס.

דאסי שיינע פילאזאפיעס. במציאות אבער האט יעדע סטעיט אריינצורעדן אינ'ם עלעקטארעל קאלעדזש לויט וויפיל מענטשן ער האט, נישט ווי אין סענאט וואס יעדע סטעיט האט די זעלבע וואוטס, אפגעזעהן די צאל איינוואוינער.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 5:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סאו דו ווילסט אז ווייאמינג זאל בכלל נישט האבן קיין קאנגרעסמאן? אדער זאל מען צושניידן זייער קאנגרעסמאן אין העלפט?
אויב מ'גייט לויט די פאופלער וואט האסטו נישט די פראבלעם.

סיניש אזא גרויסע פראבלעם אז מען זאל דארפן דערפאר טוישן פונדאמענטאל די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט.
אגב, אפי' אזוי האט קאליפארניע נאכאלץ מער ווי אכצן מאל א גרעסערע ווארט ווי וויאמינג

ס'טאקע נישט די איינציגסטע פראבלעם, אבער אדרבה קום אריין מיט איין פארשטענדליכע מעלה פונעם עלעקטארל קאלעזש.

במחילות כבודכם איז דיין צווייטע פאראגראף פשוט טפשות, איר ווייסט אין קאליפארניע וואינען 39 מיליאנען מער מענטשן ווי וויאמינג, אוואדי האט עס מער עלעקטארס, אבער למעשה רעפרעזענטירט א עלעקטאר אין קאלי. איבער 50 טויזענט מער מענטשן ווי אן עלעקטאר אין וויאמינג.
אגב, די פראבלעם איז נישט נאר מיט וויאמינג עס איז מיט אלאסקע אויך, און אפשר נאך ווייניג פאפולעידעט סטעיט'ס אויך.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 5:50 pm

עס איז טפשות אז מען דארף עס מסביר זיין, ווייל מענטשן שרייבן אז די עלעקטארעל קאלעדזש איז די סענאט.

אין אמעריקע איז דא ארום צוואנציג טויזנט סיטיס, פלאס נאך שווערע צענדליגער טויזנטער טאונס און ווילעדזשעס. די צען גרעסטע שטעט האבן א צוועלפטל פון די באפעלקערונג פון גאנץ אמעריקע. יעצט שטעל זיך פאר אויב מען טוישט אריבער צו די פאפולער וואוטס. שטעלסטו זיך אודאי פאר אז די פרעזידענט קאנדידאטן וועלן אפהאלטן ראליס ביי דיר אין לעיקוואוד, וואס? א פייג! זיי וועלן האלטן ראליס אין ניו יארק סיטי, אין לאס אנדזשעלעס, און יוסטאן, און אין אנדערע שטארק באוואוינטע שטעט, און אלע ווייניגער באוואוינטע שטעט - שוין אפגערעדט פון די רורעל פלעצער - וועלן איגנארירט ווערן. די שוואך באוואוינטע שטאטן ווי ווייאמינג און אלאסקע וועלן גענצליך איגנארירט ווערן. קיינער וועט נישט אפעלירן צו זייער וואוט, און קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט זייערע באדערפענישן.

משא"כ מיט די סיסטעם פון עלעקטארעל קאלעדזש מוז מען זיך רעכענען מיט די איינוואוינער פון יעדע סטעיט, כאטש פארשטייט זיך עס גייט הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו. איי, די סטעיטס וואס זענען טונקל בלוי אדער טונקל רויט? סאט זיי קיינער נישט געצווינגען דערצו! זיי האבן אלע רעכטן און אלע מעגליכקייטן צו אפעלירן פאר קאנדידאטן פון ביידע פארטייען. אז זיי האלטן נישט דערביי איז עס זייער פראבלעם.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 5:56 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
בולקע האט געשריבן:טאמער זאל עס ווערן די מציאות פאר '20 עלעקשען זעה איך נישט ווי אזוי א ריפובליקען אפגערעדט א קאנסעוועטירוו זאל קענען אמאל געוואונען. עס מער'ן זיך די לינקע אין אמעריקע מיט מיליאנען אימיגראנטען ליגאל צו נישט וואס 'עלען וואוטן פאר דער סאציעליסט וואס גייט זיי אלעס צוזאגן און טאקע געבן. פארשטייט זיך די היימישע עסקנים גייען שרייען אז די מוסדות זענען אין א סכנה און מען מוז וואוטען פאר דער לינקע פארטיי וואס גייט זיי אלעס געבן און פרעזידענט קאנעדעיט מרת אסקיא קארטעז דארף זעהן אז אונז שטיצען איהר. דער לאנד גייט באלד זיין לינק פון לענין און דער ריקעווייערמענט אז מען ברויך געבארן ווערן אין אדער אויף אמעריקאנער טערעטארי אויף צו קענען צו דינען אלס פרעזידענט וועט זיין אויס. און באלד גייען מיר אלע זינגען פארענדיג אויף פרעזידענט קארטעז'ס באן איבער די בערינג סי קיין סיביר, יאאא סיביר, סיביר קאפראשע וכו'

קוקט אויס ווי עס איז דא דא א מיספארשטענדעניש לאמיר עס מאכן קלאר, די גרויס חלק פון פאלק (רוב דעמאקראטן, אבער נישט אלע וואס ווילן זענען דעמאקראטן, אזוי ווי מיך) ווילן אויפלעזן די יעצטיגע 'עלעקטארל קאלעזש' און מאכן עפעס אנדערש (טאקע אסאך ווילן פאפולער וואט, אבער נישט אלע אזוי ווי מיך), אבער דאס העט דארפן אן קאנסטיטוציע אמענדמענט, דהיינו: וויבאלד די קאנסטיטוציע בשלוסט ווי אזוי צו עלעקטאן א פרעזידענט און זיי האבן באשלאסן די עלעקטארעל קאלעזש, מוז מען האבן אן אמענדמענט עס צו טוישן , וואס דאס פארלאנגט צוויי דריטל פון ביידע הייזער פון קאנגרעס און 38 סטעיט'ס צושטימונג!!! וואס דאס מאכט אז עס מוז זיין *זייער* אן אומפארטייאישער זאך, וואס דאס איז נישט די קעיס מיטן עלימינירן די עלעקטארעל קאלעזש, וועגן דעם מוזן זיי מאכן עפעס וואס מ'דארף נישט אן אמענדמענט קאנסטיטוציע, אזוי עס וועט עקספלעינט ווערן אין די קומענדיגע תגובה.
און פאר די סיבה העט מען נישט קענען טוען וואס @בולקע שרייבט און איך האב עס געמאכט אין באלד, ווייל צו דעם דארף מען אן קאנסטיטוציע אמענדמענט וויבאלד די קאנסטיטוציע שרייבט אז מען מוז געבוירן ווערן אין לאנד צו קענען זיין א פרעזידענט, וועגן דעם העט זיך דאס נישט אזוי שנעל טוישן.
לגבי די רעפאבליקאנער און די דעמאקראטען, יא! עס איז דא מער רעפאבליקאנער ווי דעמאקראטן, נאר וואס דען עס איז דא אינדיפענדענטס, וואס דאס דארפן טאקע די רעפס סאך מער ווי די דעמס, אבער מען קען נישט זאגן אז די דעמס דארפן אויך גארנישט די אינדיפענדענטס, אבער *זיכער* נישט אזוי סאך, וועגן דעם מוז א רעפאבליקאן האבן עפעס אן עקסטערע זאך ווי למשל זייער כאריזמאטיש ווי רעיגען, שפילן אויף א גוטע צושטאנד פון די לאנד ווי בוש די ערשטע, אדער אויף זייער א שלעכטע צושטאנד פון די לאנד ווי רעיגען ועוד.
אלעס קלאר?

Wowow וואט א מיסטעיק איים סארי
כ'האב געמיינט צו שרייבן
עס איז דא מער דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער
ערשטע יעצט באמערקט, שוין פאראכטן.

ואתכם הסליכה.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג מאי 24, 2019 6:06 pm

Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סאו דו ווילסט אז ווייאמינג זאל בכלל נישט האבן קיין קאנגרעסמאן? אדער זאל מען צושניידן זייער קאנגרעסמאן אין העלפט?
אויב מ'גייט לויט די פאופלער וואט האסטו נישט די פראבלעם.

סיניש אזא גרויסע פראבלעם אז מען זאל דארפן דערפאר טוישן פונדאמענטאל די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט.
אגב, אפי' אזוי האט קאליפארניע נאכאלץ מער ווי אכצן מאל א גרעסערע ווארט ווי ווייאמינג.

א) מ'רעדט נישט דא פון "טוישן פונדאמענטאל" די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט. סוף כל סוף בלייבן די עלעקטארעלס אין קראפט, און די שטאַטן גייען ווייטער "באשליסן" ווער ס'גייט זיין פרעזידענט.

בסך הכל איז די טויש, אז אנשטאט די שטאַטן זאלן געבן זייערע עלעקטארעל'ס פאר די געווינער פון יענע שטאַט, וועלן זיי עס געבן פאר ווער ס'געווינט די נאציאנאלע פאפולער וואוט (און איך דארף דיר נישט זאגן אז ס'איז די שטאַטנ'ס אייגענע באשלוס צו זיי ווילן אריינגיין אין דעם הסכם צו נישט).

ב) לויט די 2018 באפעלקרונג קומט אויס אז קאליפארניע האט איין אלעקטארעל פאר יעדע 719,218 מענטשן, און וויאמינג האט איין עלעקטארעל פאר יעדע 192,579 מענטשן. דאס מיינט אז די ווערט פון ווייאמינג וויילער זענען באלד פיר מאל וויפיל ס'איז די ווערט פון קאליפארניע וויילער.

צו זאגן אז די סיסטעם איז יושר'דיג ווייל קאליפארניע האט אכצן מעל מער כח, ווען פאקטיש האט קאליפארניע באלד 69 מאל! די מענטשן וואס וויאמינג האט, איז ליצנות אויפ'ן העכסטן פארנעם (פון וועם?)

וועגן דעם אז מ'קען נישט געבן א האלבע קאנגרעסמאן פאר שטאַט, קודם כל פארוואס דארפן קאנגרעסלייט זיין געבונדן די שטאַט גרעניצן? סווכ"ס שטימען זיי אויף פעדעראלע געזעצן און זיי האבן גארנישט מיט די שטאַט רעגירונג איינגעשטויסן, שטעל דיך פאָר אז מ'זאל איינפירן אז סטעיט סענאט דיסטריקטס דארפן זיין אין קאונטי גרעניצן... ס'האט עכט נישט קיין פשט.

אבער אפילו אויב מ'וויל יא אנהאלטן די טראדיציע, קען מען טוהן עפעס וואס פעלט סתם אזוי אויס, און דאס איז פארמערן די צאל זיצן אינעם הויז,

אויב - למשל - ס'וואלט געווען 5,000 הויז דיסטריקטס וואלט ווען נישט די רעפרעזענטאציע געווען אסאך מער גלייך אין יעדע שטאַט? ווייאמינג וואלט באקומען 9 זיצן, און קאליפארניע 601 -דאס איז כמעט 67 מאל אזויפיל, און אסאך נענטער צום מציאות פון כמעט 69 מאל מער מענטשן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג מאי 24, 2019 6:14 pm

Think and Thank האט געשריבן:עס איז טפשות אז מען דארף עס מסביר זיין, ווייל מענטשן שרייבן אז די עלעקטארעל קאלעדזש איז די סענאט.

אין אמעריקע איז דא ארום צוואנציג טויזנט סיטיס, פלאס נאך שווערע צענדליגער טויזנטער טאונס און ווילעדזשעס. די צען גרעסטע שטעט האבן א צוועלפטל פון די באפעלקערונג פון גאנץ אמעריקע. יעצט שטעל זיך פאר אויב מען טוישט אריבער צו די פאפולער וואוטס. שטעלסטו זיך אודאי פאר אז די פרעזידענט קאנדידאטן וועלן אפהאלטן ראליס ביי דיר אין לעיקוואוד, וואס? א פייג! זיי וועלן האלטן ראליס אין ניו יארק סיטי, אין לאס אנדזשעלעס, און יוסטאן, און אין אנדערע שטארק באוואוינטע שטעט, און אלע ווייניגער באוואוינטע שטעט - שוין אפגערעדט פון די רורעל פלעצער - וועלן איגנארירט ווערן. די שוואך באוואוינטע שטאטן ווי ווייאמינג און אלאסקע וועלן גענצליך איגנארירט ווערן. קיינער וועט נישט אפעלירן צו זייער וואוט, און קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט זייערע באדערפענישן.

משא"כ מיט די סיסטעם פון עלעקטארעל קאלעדזש מוז מען זיך רעכענען מיט די איינוואוינער פון יעדע סטעיט, כאטש פארשטייט זיך עס גייט הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו. איי, די סטעיטס וואס זענען טונקל בלוי אדער טונקל רויט? סאט זיי קיינער נישט געצווינגען דערצו! זיי האבן אלע רעכטן און אלע מעגליכקייטן צו אפעלירן פאר קאנדידאטן פון ביידע פארטייען. אז זיי האלטן נישט דערביי איז עס זייער פראבלעם.

דאס איז א טענה וואס מ'הערט אייביג פון מענטשן וואס דעפענדן די עלאקטארעל קאלידזש.

די פראבלעם מיט די טענה איז נאר, אז ווען יעדע שטימע ציילט גייען אויך ציילן אלע שטימעס פון די רורעל געגנטער, און א קאנדידאט וואס גייט וועלן פארזיכערן א געווינס גייט גיין קאמפיינען איבעראל.

אודאי גייט זיין מער ראליס אין ניו יארק ווי אין ווייאמינג, ווייל דארט וואוינען מער מענטשן! אויב אבער א קאנדידאט האלט אז ניו יארק איז ווערט אז מ'זאל מאכן דארט 35 ראליס, פארוואס זאל ער נישט האלטן אז ווייאמינג איז ווערט אז מ'זאל מאכן דארט איין ראלי? סאו גרויסע שטאטן וועלן טאקע האבן מער ראליס אין עדס, אבער פער מענטש וועט זיין די זעלבע צאל איבעראל. פארוואס דען נישט?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 6:21 pm

1)כאפסט אז ביסט דיך סותר אין די איינע תגובה, אויב עס איז די טונקל בלוי און טונקל רויט סטעיט'ס אייגענע שולד אז זיי באקומען נישט קיין אויפמערקזאמקייט, נא וועמענס שולד איז עס אז די שטאטן וויאמינג און אלאסקא ציען נישט קיין מענטשן צו זיך?

2)אויב אין קאליפארניע וואינען 39 מיליאן מענטשן מער ווי וויאמינג אוואדי גייען זי באקומען מער אויפמערקזאמקייט, און דאס איז פשוט'ע יושר און פרייהייט.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » פרייטאג מאי 24, 2019 6:24 pm

מ׳טענה׳ט זיך מיט מציאות וואס יעדער ווייסט:

מיט פאפולערע וואוטס געווינען די דעמס 100 פראצענט.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 6:24 pm

Think and Thank האט געשריבן:עס איז טפשות אז מען דארף עס מסביר זיין, ווייל מענטשן שרייבן אז די עלעקטארעל קאלעדזש איז די סענאט.

אין אמעריקע איז דא ארום צוואנציג טויזנט סיטיס, פלאס נאך שווערע צענדליגער טויזנטער טאונס און ווילעדזשעס. די צען גרעסטע שטעט האבן א צוועלפטל פון די באפעלקערונג פון גאנץ אמעריקע. יעצט שטעל זיך פאר אויב מען טוישט אריבער צו די פאפולער וואוטס. שטעלסטו זיך אודאי פאר אז די פרעזידענט קאנדידאטן וועלן אפהאלטן ראליס ביי דיר אין לעיקוואוד, וואס? א פייג! זיי וועלן האלטן ראליס אין ניו יארק סיטי, אין לאס אנדזשעלעס, און יוסטאן, און אין אנדערע שטארק באוואוינטע שטעט, און אלע ווייניגער באוואוינטע שטעט - שוין אפגערעדט פון די רורעל פלעצער - וועלן איגנארירט ווערן. די שוואך באוואוינטע שטאטן ווי ווייאמינג און אלאסקע וועלן גענצליך איגנארירט ווערן. קיינער וועט נישט אפעלירן צו זייער וואוט, און קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט זייערע באדערפענישן.

משא"כ מיט די סיסטעם פון עלעקטארעל קאלעדזש מוז מען זיך רעכענען מיט די איינוואוינער פון יעדע סטעיט, כאטש פארשטייט זיך עס גייט הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו. איי, די סטעיטס וואס זענען טונקל בלוי אדער טונקל רויט? סאט זיי קיינער נישט געצווינגען דערצו! זיי האבן אלע רעכטן און אלע מעגליכקייטן צו אפעלירן פאר קאנדידאטן פון ביידע פארטייען. אז זיי האלטן נישט דערביי איז עס זייער פראבלעם.

3) וואס איז א גרעסערע פראבלעם, אז די רורעל איינוואוינער באקומען נישט קיין אויפמערקזאמקייט, אדער ווי אין נוי יארק למשל ווי אלע רורעל וואטס גייט לעיבוד וויבאלד אין די גרויסע סיטי'ס האלט מען אנדערש ווי זיי??
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 6:27 pm

ווייזער האט געשריבן:מ׳טענה׳ט זיך מיט מציאות וואס יעדער ווייסט:

מיט פאפולערע וואוטס געווינען די דעמס 100 פראצענט.

לאו דווקא, וואס יא ס'מוז זיין עפעס ספעשיל פאר די רעפס, גוטע קאנדידאט וואס כאפט די אינדיפענדענטס, לאו טורנאט ביי די דעמס וכדומה.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 7:33 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סאו דו ווילסט אז ווייאמינג זאל בכלל נישט האבן קיין קאנגרעסמאן? אדער זאל מען צושניידן זייער קאנגרעסמאן אין העלפט?
אויב מ'גייט לויט די פאופלער וואט האסטו נישט די פראבלעם.

סיניש אזא גרויסע פראבלעם אז מען זאל דארפן דערפאר טוישן פונדאמענטאל די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט.
אגב, אפי' אזוי האט קאליפארניע נאכאלץ מער ווי אכצן מאל א גרעסערע ווארט ווי ווייאמינג.

א) מ'רעדט נישט דא פון "טוישן פונדאמענטאל" די וועג וויאזוי מען ערווויילט א פרעזידענט. סוף כל סוף בלייבן די עלעקטארעלס אין קראפט, און די שטאַטן גייען ווייטער "באשליסן" ווער ס'גייט זיין פרעזידענט.

בסך הכל איז די טויש, אז אנשטאט די שטאַטן זאלן געבן זייערע עלעקטארעל'ס פאר די געווינער פון יענע שטאַט, וועלן זיי עס געבן פאר ווער ס'געווינט די נאציאנאלע פאפולער וואוט (און איך דארף דיר נישט זאגן אז ס'איז די שטאַטנ'ס אייגענע באשלוס צו זיי ווילן אריינגיין אין דעם הסכם צו נישט).

דו מישסט צוויי שמועסן. די שמועס מיט @וואס איז איז בהחלט יא איבער ידעלעקטארעל קאלעדזש וו.ס פאפולער וואוטס.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 7:40 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:עס איז טפשות אז מען דארף עס מסביר זיין, ווייל מענטשן שרייבן אז די עלעקטארעל קאלעדזש איז די סענאט.

אין אמעריקע איז דא ארום צוואנציג טויזנט סיטיס, פלאס נאך שווערע צענדליגער טויזנטער טאונס און ווילעדזשעס. די צען גרעסטע שטעט האבן א צוועלפטל פון די באפעלקערונג פון גאנץ אמעריקע. יעצט שטעל זיך פאר אויב מען טוישט אריבער צו די פאפולער וואוטס. שטעלסטו זיך אודאי פאר אז די פרעזידענט קאנדידאטן וועלן אפהאלטן ראליס ביי דיר אין לעיקוואוד, וואס? א פייג! זיי וועלן האלטן ראליס אין ניו יארק סיטי, אין לאס אנדזשעלעס, און יוסטאן, און אין אנדערע שטארק באוואוינטע שטעט, און אלע ווייניגער באוואוינטע שטעט - שוין אפגערעדט פון די רורעל פלעצער - וועלן איגנארירט ווערן. די שוואך באוואוינטע שטאטן ווי ווייאמינג און אלאסקע וועלן גענצליך איגנארירט ווערן. קיינער וועט נישט אפעלירן צו זייער וואוט, און קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט זייערע באדערפענישן.

משא"כ מיט די סיסטעם פון עלעקטארעל קאלעדזש מוז מען זיך רעכענען מיט די איינוואוינער פון יעדע סטעיט, כאטש פארשטייט זיך עס גייט הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו. איי, די סטעיטס וואס זענען טונקל בלוי אדער טונקל רויט? סאט זיי קיינער נישט געצווינגען דערצו! זיי האבן אלע רעכטן און אלע מעגליכקייטן צו אפעלירן פאר קאנדידאטן פון ביידע פארטייען. אז זיי האלטן נישט דערביי איז עס זייער פראבלעם.

דאס איז א טענה וואס מ'הערט אייביג פון מענטשן וואס דעפענדן די עלאקטארעל קאלידזש.

די פראבלעם מיט די טענה איז נאר, אז ווען יעדע שטימע ציילט גייען אויך ציילן אלע שטימעס פון די רורעל געגנטער, און א קאנדידאט וואס גייט וועלן פארזיכערן א געווינס גייט גיין קאמפיינען איבעראל.

אודאי גייט זיין מער ראליס אין ניו יארק ווי אין ווייאמינג, ווייל דארט וואוינען מער מענטשן! אויב אבער א קאנדידאט האלט אז ניו יארק איז ווערט אז מ'זאל מאכן דארט 35 ראליס, פארוואס זאל ער נישט האלטן אז ווייאמינג איז ווערט אז מ'זאל מאכן דארט איין ראלי? סאו גרויסע שטאטן וועלן טאקע האבן מער ראליס אין עדס, אבער פער מענטש וועט זיין די זעלבע צאל איבעראל. פארוואס דען נישט?

משוגע דארף ער זיין צו ספענדן א מיליאן דאלער אין ווייאמינג ווען די זעלבע מיליאן דאלער אין ניו יארק סיטי קען אים ברענגען פופציג מאל אזויפיל שטימען. משוגע דארף ער זיין צו ספענדן אפילו איין שעה אין אלאסקא פאר א ראלי ווען די זעלבע שעה אין טעקסעס ברענגט אים פופציג מאל אזויפיל שטימען. משוגע דארף ער זיין זיך צו טון צו מאכן פון ווערמאנט'ס באדערפענישן ווען זיי קענען אים נישט אפילו ברענגען איין פראצענט פון די נויטיגע שטימען.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”