אלעס ארום די National Popular Vote Interstate Compact

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

אלעס ארום די National Popular Vote Interstate Compact

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 4:53 pm

די NPVIC ווי מיר וועלן עס דא רופן איז אן אפמאך צווישן סטעיטס, וואו די סטעיט'ס נעמען זיך אונטער צו געבן זייער 'עלעקטארל וואטס' פאר דער װאס געווינט די פאפולער וואט, און נישט דער וואס געווינט זייער סטעיט, די אפמאך גייט אבער נאר אריין אין קראפט אויב אלע סטעיט'ס וואס האבן אונטערגעשריבן די אפמאך עלעקטארל וואטס קומען אויס צו 270, די נאמבער װאס מ'דארף צו געווינען, וואס דעמאָלטס קומט אויס אז דער וואס געווינט די פאפולער וואט, געווינט די עלעקשאן.

די אשכול האב איך יעצט גע'עפענט נאכדעם וואס די סטעיט "נעוואדע'ס" סענאט האט געפעסט די אפמאך אויף פארטיי ליינס (דעמאקראטן יא, רעפאבליקאנער ניין), שיקנדיג די בילל צו די געווארנער וואס איז א דעמאקראט און דאס קען מאכן די סטעיט די פופצנטע סטעיט צו זיין א חלק פון די אפמאך.

די נאמבער פון די 'עלעקטארל קאלעזש וואטס' וואס זענען א חלק פונעם אפמאך שטייט יעצט ביי 189, דארפנדיג נאך 81 אריינצולייגן די אפמאך אין קראפט.

אט איז א ליסט פון סטעיט'ס וואס האבן עס געפעסט (די נאמבער מיינט די צאל 'עלעקטארל וואטס' וואס די סטעיט האט):

קאליפארניע 55
קאלאראדא 9
קאנעטיקעט 7
דיסטריקט אף קאלומביע 3
דעלעווער 3
Hawaii 4
illinois 20
מאסעטשוסעטס 11
מערילענד 10
נוי זשערזי 14
נוי מעקסיקא 5
נוי יארק 29
ראוד איילענד 4
ווערמאנט 3
וואשינגטאן (די סטעיט) 12

נעוואדע 6, האט ווי דערמאנט געפעסט ביידע סטעיט לעגיסלאטורן, און ווארט פאר די געווארנער.

די סטעיט ארעגאן 7, האט געפעסט די סטעיט סענאט, די סטעיט האוז קאמיטע האט שוין געהאלטן אן hearing, און א וואט פון די קאמיטע איז ערווארטעט.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 23, 2019 4:58 pm

שכח פארן עפענען א אשכול איבער די נושא, איך מיין אז אסאך טינט וועלן נאך געגאסן ווערן בנוגע דעם ענין.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 5:04 pm

פעיק נוז האט געשריבן:שכח פארן עפענען א אשכול איבער די נושא, איך מיין אז אסאך טינט וועלן נאך געגאסן ווערן בנוגע דעם ענין.

יא יא, כ'האב שוין געוואלט עפענען אן אשכול איבער בכלל די "עלעקטארעל קאלעזש", כ'האב שוין געשריבן א זייער לאנגע תגובה איבער די זאך בכלל און די מעלות און חסרנות, ממש ביי די לעצטע פאראגראף האט זיך די גאנצע זיך בײ מיסטעיק אויסגעמעקט, נא גם זו לטובה.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מאי 23, 2019 7:53 pm

נאך טעקסאס און פלארידע, און ס'האלט ביי 269.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:50 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:נאך טעקסאס און פלארידע, און ס'האלט ביי 269.

יא, איין פראבלעם נאר, די צוויי סטעיטס האבן עס נאך אין ערגעץ נישט ארויפגעברענגט, איך וואלט ענדערש גערעכנט פאר פינף אנדערע.

ואגב, 269 איז נישט גענוג, עס מוז זיין 270.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 24, 2019 1:20 am

כ'קען קוים ווארטן צו זעהן וויזוי ס'גייט אויסקוקן ווען מ'גייטעס טוישן, און א ריפאבליקען גייט געווינען די פאפולערע וואוט... יויש גייט רוסלאנד זיין שולדיג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בולקע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 2:55 am

תגובהדורך בולקע » פרייטאג מאי 24, 2019 1:50 am

טאמער זאל עס ווערן די מציאות פאר '20 עלעקשען זעה איך נישט ווי אזוי א ריפובליקען אפגערעדט א קאנסעוועטירוו זאל קענען אמאל געוואונען. עס מער'ן זיך די לינקע אין אמעריקע מיט מיליאנען אימיגראנטען ליגאל צו נישט וואס 'עלען וואוטן פאר דער סאציעליסט וואס גייט זיי אלעס צוזאגן און טאקע געבן. פארשטייט זיך די היימישע עסקנים גייען שרייען אז די מוסדות זענען אין א סכנה און מען מוז וואוטען פאר דער לינקע פארטיי וואס גייט זיי אלעס געבן און פרעזידענט קאנעדעיט מרת אסקיא קארטעז דארף זעהן אז אונז שטיצען איהר. דער לאנד גייט באלד זיין לינק פון לענין און דער ריקעווייערמענט אז מען ברויך געבארן ווערן אין אדער אויף אמעריקאנער טערעטארי אויף צו קענען צו דינען אלס פרעזידענט וועט זיין אויס. און באלד גייען מיר אלע זינגען פארענדיג אויף פרעזידענט קארטעז'ס באן איבער די בערינג סי קיין סיביר, יאאא סיביר, סיביר קאפראשע וכו'

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג מאי 24, 2019 10:27 am

בולקע האט געשריבן:טאמער זאל עס ווערן די מציאות פאר '20 עלעקשען זעה איך נישט ווי אזוי א ריפובליקען אפגערעדט א קאנסעוועטירוו זאל קענען אמאל געוואונען. עס מער'ן זיך די לינקע אין אמעריקע מיט מיליאנען אימיגראנטען ליגאל צו נישט וואס 'עלען וואוטן פאר דער סאציעליסט וואס גייט זיי אלעס צוזאגן און טאקע געבן. פארשטייט זיך די היימישע עסקנים גייען שרייען אז די מוסדות זענען אין א סכנה און מען מוז וואוטען פאר דער לינקע פארטיי וואס גייט זיי אלעס געבן און פרעזידענט קאנעדעיט מרת אסקיא קארטעז דארף זעהן אז אונז שטיצען איהר. דער לאנד גייט באלד זיין לינק פון לענין און דער ריקעווייערמענט אז מען ברויך געבארן ווערן אין אדער אויף אמעריקאנער טערעטארי אויף צו קענען צו דינען אלס פרעזידענט וועט זיין אויס. און באלד גייען מיר אלע זינגען פארענדיג אויף פרעזידענט קארטעז'ס באן איבער די בערינג סי קיין סיביר, יאאא סיביר, סיביר קאפראשע וכו'


איך מיין אז גארנישט וועט זיך נישט טוישן, מ'וועט וויטער האבן רעכטע און לינקע.

אבער אויב איז אמת אז רוב לאנד איז לינק, איז נישט מער ווי יושר צו האבן א לינקע פרעזידענט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 24, 2019 10:41 am

ווי כאילו ריפאבליקענס האבן נאך קיינמאל נישט געוואונען די פאפולער וואוטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » פרייטאג מאי 24, 2019 10:45 am

סאמהאוי זענען עס די דעמאקראטן װאס װילן דעים טױש, זעהט אױס זײ װעלן האבן מער ריוח דערפון.

אבער כ׳פארשטײ נישט, קענען דעיס סטעיטס טוהן אױף די אײגענע האנט?? איז עס נישט קלעיר קאָט אקעגן די קאנסטעטושן??

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 24, 2019 10:47 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי כאילו ריפאבליקענס האבן נאך קיינמאל נישט געוואונען די פאפולער וואוטס...

1 מאל אין די לעצטע 25 יאר.. און אויך בלויז מיט א האר, אין די צייט וואס דעמס. האבן געווינען עטליכע לענדסליידס

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג מאי 24, 2019 11:47 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי כאילו ריפאבליקענס האבן נאך קיינמאל נישט געוואונען די פאפולער וואוטס...

1 מאל אין די לעצטע 25 יאר.. און אויך בלויז מיט א האר, אין די צייט וואס דעמס. האבן געווינען עטליכע לענדסליידס


זייט 1992

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 11:58 am

בולקע האט געשריבן:טאמער זאל עס ווערן די מציאות פאר '20 עלעקשען זעה איך נישט ווי אזוי א ריפובליקען אפגערעדט א קאנסעוועטירוו זאל קענען אמאל געוואונען. עס מער'ן זיך די לינקע אין אמעריקע מיט מיליאנען אימיגראנטען ליגאל צו נישט וואס 'עלען וואוטן פאר דער סאציעליסט וואס גייט זיי אלעס צוזאגן און טאקע געבן. פארשטייט זיך די היימישע עסקנים גייען שרייען אז די מוסדות זענען אין א סכנה און מען מוז וואוטען פאר דער לינקע פארטיי וואס גייט זיי אלעס געבן און פרעזידענט קאנעדעיט מרת אסקיא קארטעז דארף זעהן אז אונז שטיצען איהר. דער לאנד גייט באלד זיין לינק פון לענין און דער ריקעווייערמענט אז מען ברויך געבארן ווערן אין אדער אויף אמעריקאנער טערעטארי אויף צו קענען צו דינען אלס פרעזידענט וועט זיין אויס. און באלד גייען מיר אלע זינגען פארענדיג אויף פרעזידענט קארטעז'ס באן איבער די בערינג סי קיין סיביר, יאאא סיביר, סיביר קאפראשע וכו'

קוקט אויס ווי עס איז דא דא א מיספארשטענדעניש לאמיר עס מאכן קלאר, די גרויס חלק פון פאלק (רוב דעמאקראטן, אבער נישט אלע וואס ווילן זענען דעמאקראטן, אזוי ווי מיך) ווילן אויפלעזן די יעצטיגע 'עלעקטארל קאלעזש' און מאכן עפעס אנדערש (טאקע אסאך ווילן פאפולער וואט, אבער נישט אלע אזוי ווי מיך), אבער דאס העט דארפן אן קאנסטיטוציע אמענדמענט, דהיינו: וויבאלד די קאנסטיטוציע בשלוסט ווי אזוי צו עלעקטאן א פרעזידענט און זיי האבן באשלאסן די עלעקטארעל קאלעזש, מוז מען האבן אן אמענדמענט עס צו טוישן , וואס דאס פארלאנגט צוויי דריטל פון ביידע הייזער פון קאנגרעס און 38 סטעיט'ס צושטימונג!!! וואס דאס מאכט אז עס מוז זיין *זייער* אן אומפארטייאישער זאך, וואס דאס איז נישט די קעיס מיטן עלימינירן די עלעקטארעל קאלעזש, וועגן דעם מוזן זיי מאכן עפעס וואס מ'דארף נישט אן אמענדמענט קאנסטיטוציע, אזוי עס וועט עקספלעינט ווערן אין די קומענדיגע תגובה.
און פאר די סיבה העט מען נישט קענען טוען וואס @בולקע שרייבט און איך האב עס געמאכט אין באלד, ווייל צו דעם דארף מען אן קאנסטיטוציע אמענדמענט וויבאלד די קאנסטיטוציע שרייבט אז מען מוז געבוירן ווערן אין לאנד צו קענען זיין א פרעזידענט, וועגן דעם העט זיך דאס נישט אזוי שנעל טוישן.
לגבי די רעפאבליקאנער און די דעמאקראטען, יא! עס איז דא מער דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער, נאר וואס דען עס איז דא אינדיפענדענטס, וואס דאס דארפן טאקע די רעפס סאך מער ווי די דעמס, אבער מען קען נישט זאגן אז די דעמס דארפן אויך גארנישט די אינדיפענדענטס, אבער *זיכער* נישט אזוי סאך, וועגן דעם מוז א רעפאבליקאן האבן עפעס אן עקסטערע זאך ווי למשל זייער כאריזמאטיש ווי רעיגען, שפילן אויף א גוטע צושטאנד פון די לאנד ווי בוש די ערשטע, אדער אויף זייער א שלעכטע צושטאנד פון די לאנד ווי רעיגען ועוד.
אלעס קלאר?
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג מאי 24, 2019 5:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג מאי 24, 2019 11:59 am

פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג מאי 24, 2019 12:05 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
בולקע האט געשריבן:טאמער זאל עס ווערן די מציאות פאר '20 עלעקשען זעה איך נישט ווי אזוי א ריפובליקען אפגערעדט א קאנסעוועטירוו זאל קענען אמאל געוואונען. עס מער'ן זיך די לינקע אין אמעריקע מיט מיליאנען אימיגראנטען ליגאל צו נישט וואס 'עלען וואוטן פאר דער סאציעליסט וואס גייט זיי אלעס צוזאגן און טאקע געבן. פארשטייט זיך די היימישע עסקנים גייען שרייען אז די מוסדות זענען אין א סכנה און מען מוז וואוטען פאר דער לינקע פארטיי וואס גייט זיי אלעס געבן און פרעזידענט קאנעדעיט מרת אסקיא קארטעז דארף זעהן אז אונז שטיצען איהר. דער לאנד גייט באלד זיין לינק פון לענין און דער ריקעווייערמענט אז מען ברויך געבארן ווערן אין אדער אויף אמעריקאנער טערעטארי אויף צו קענען צו דינען אלס פרעזידענט וועט זיין אויס. און באלד גייען מיר אלע זינגען פארענדיג אויף פרעזידענט קארטעז'ס באן איבער די בערינג סי קיין סיביר, יאאא סיביר, סיביר קאפראשע וכו'

קוקט אויס ווי עס איז דא דא א מיספארשטענדעניש לאמיר עס מאכן קלאר, די גרויס חלק פון פאלק (רוב דעמאקראטן, אבער נישט אלע וואס ווילן זענען דעמאקראטן, אזוי ווי מיך) ווילן אויפלעזן די יעצטיגע 'עלעקטארל קאלעזש' און מאכן עפעס אנדערש (טאקע אסאך ווילן פאפולער וואט, אבער נישט אלע אזוי ווי מיך), אבער דאס העט דארפן אן קאנסטיטוציע אמענדמענט, דהיינו: וויבאלד די קאנסטיטוציע בשלוסט ווי אזוי צו עלעקטאן א פרעזידענט און זיי האבן באשלאסן די עלעקטארעל קאלעזש, מוז מען האבן אן אמענדמענט עס צו טוישן , וואס דאס פארלאנגט צוויי דריטל פון ביידע הייזער פון קאנגרעס און 38 סטעיט'ס צושטימונג!!! וואס דאס מאכט אז עס מוז זיין *זייער* אן אומפארטייאישער זאך, וואס דאס איז נישט די קעיס מיטן עלימינירן די עלעקטארעל קאלעזש, וועגן דעם מוזן זיי מאכן עפעס וואס מ'דארף נישט אן אמענדמענט קאנסטיטוציע, אזוי עס וועט עקספלעינט ווערן אין די קומענדיגע תגובה.
און פאר די סיבה העט מען נישט קענען טוען וואס @בולקע שרייבט און איך האב עס געמאכט אין באלד, ווייל צו דעם דארף מען אן קאנסטיטוציע אמענדמענט וויבאלד די קאנסטיטוציע שרייבט אז מען מוז געבוירן ווערן אין לאנד צו קענען זיין א פרעזידענט, וועגן דעם העט זיך דאס נישט אזוי שנעל טוישן.
לגבי די רעפאבליקאנער און די דעמאקראטען, יא! עס איז דא מער רעפאבליקאנער ווי דעמאקראטן, נאר וואס דען עס איז דא אינדיפענדענטס, וואס דאס דארפן טאקע די רעפס סאך מער ווי די דעמס, אבער מען קען נישט זאגן אז די דעמס דארפן אויך גארנישט די אינדיפענדענטס, אבער *זיכער* נישט אזוי סאך, וועגן דעם מוז א רעפאבליקאן האבן עפעס אן עקסטערע זאך ווי למשל זייער כאריזמאטיש ווי רעיגען, שפילן אויף א גוטע צושטאנד פון די לאנד ווי בוש די ערשטע, אדער אויף זייער א שלעכטע צושטאנד פון די לאנד ווי רעיגען ועוד.
אלעס קלאר?

צי ס׳איז דא מער ריפאבליקאנער אדער דעמיקראטען איז נישט אזאך װאס מ׳קען װיסען װאל נאר אין 31 שטעט ברױכט מען זיך רעגעסטרירען מיט א פארטײ אפעליאציע אין אין די 31 שטאטען זענען דא 12 מיליאן מער דעמיקראטען װי ריפאבליקאנער
Among the 31 states (plus D.C.) with party registration, there are nearly 12 million more registered Democrats than Republicans. 40% of all voters in party registration states are Democrats, 29% are Republicans, and 28% are independents.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 12:09 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:סאמהאוי זענען עס די דעמאקראטן װאס װילן דעים טױש, זעהט אױס זײ װעלן האבן מער ריוח דערפון.

אבער כ׳פארשטײ נישט, קענען דעיס סטעיטס טוהן אױף די אײגענע האנט?? איז עס נישט קלעיר קאָט אקעגן די קאנסטעטושן??

ניין!!! די קאנסטיטוציע זאגט אז יעדע סטעיט'ס לעגיסלאטורן קענען באשלוסן ווי אזוי צו געבן די עלעקטארלס פון זייער סטעיט, וועגן דעם האב איך געשריבן אין די פריערדיגע תגובה אז פאר דעס דארף מען נישט אן קאנסטיטוציע אמענדמענט.

זייטיגע נאטיץ: אין אנפאנג האט די קאנסטיטוציע געזאגט אז די סטעיט לעגיסלאטורן זאלן עלעקטאן די יו. עס. סענאטארן פון זייער סטעיט אן פרעגן די פיפעל, און אזוי איז טאקע געווען א שיינע שטיקל צייט, און דאס טענה'נען די אנטי עלעקטארל קאלעזש, "די זעלבע וועג ווי מ'האט דעס געטוישט ווייל ס'פשוט נישט די באדייט פון פרייהייט (וויבאלד עס זענען דא וואס ווילן דעמס פאר די סטעיט לעגיסלאטורן, אבער רעפס פאר די יו. עס. סענאט און די זעלבע פארקערט), די זעלבע וועג זאלן מען טוישן די וועג ווי מ'עלעקט א פרעזידענט".
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 12:14 pm

abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

זייער פשוט, ווייל מאכן א געזעץ אז הילערי אז פרעזידענט איז פשוט אומ'יושר'דיג און אין קעגנזאץ פון פרייהייט.
משא"כ די עלעקטארעל קאלעזש, איז די עלעקטארעל קאלעזש אומ'יושר'דיג און א קעגנזאץ פון פרייהייט.
כאפסט די חילוק?

דיסקלעימער: די לעצטע פאראגראף איז מיין אפיניען.
און אדרבה אויב איינער קען אריינקומען פארוואס עס איז יא יושר'דיג.

איך וויל אבער קלאר שטעלן די אלע תגובות וואס איך שרייב איבער דעם אן איך שרייב לענ"ד מיש איך בכלל נישט אריין מיין אפיניען.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

נאך איינער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » פרייטאג מאי 24, 2019 1:31 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

זייער פשוט, ווייל מאכן א געזעץ אז הילערי אז פרעזידענט איז פשוט אומ'יושר'דיג און אין קעגנזאץ פון פרייהייט.
משא"כ די עלעקטארעל קאלעזש, איז די עלעקטארעל קאלעזש אומ'יושר'דיג און א קעגנזאץ פון פרייהייט.
כאפסט די חילוק?

דיסקלעימער: די לעצטע פאראגראף איז מיין אפיניען.
און אדרבה אויב איינער קען אריינקומען פארוואס עס איז יא יושר'דיג.

איך וויל אבער קלאר שטעלן די אלע תגובות וואס איך שרייב איבער דעם אן איך שרייב לענ"ד מיש איך בכלל נישט אריין מיין אפיניען.

איך וואלט געוואלט פארשטיין פין אלע וואס זענען פרא עלעקטארעל קאלעדזש, פארוואס עפעס נאר צוטיילן די עלעקטארעל קאלעדזש פער סטעיט, פארוואס זאל נישט זייו צי טיילט פער קאנטי, ד"מ יעדע קאנטי זאל האבן א סכום וואטס, אין די פרעזידענטליכע עלעקשאנס, אין אויב שוין יעדע קאנטי זאל זיין יעדע טאן, אין אויב שוין יעדע טאן זאל זיין יעדע גאס אין די טאן, אין אויב שוין יעדע גאס זאל זיין יעדע בילדונג אין דעי גאס, אין אויב שוין יעדע בילדונג זאל זיין יעדע מענטש, אין שלום על ישראל,

מיין פאוינט איז, אויב פארשטייסטי אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 50 לענדער, אי די 50 לענדער ערוועלן די פרעזידענט, אין נישט די באפעלקערונג ערוועלט, פארוואס נישט זאגן אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 3,007 קאנטיס, אין די 3,007 קאנטיס ער וועלן די פרעזידענט,
לעצט פאראכטן דורך נאך איינער אום פרייטאג מאי 24, 2019 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 1:35 pm

גוט גוט.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » פרייטאג מאי 24, 2019 1:50 pm

נאך איינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

זייער פשוט, ווייל מאכן א געזעץ אז הילערי אז פרעזידענט איז פשוט אומ'יושר'דיג און אין קעגנזאץ פון פרייהייט.
משא"כ די עלעקטארעל קאלעזש, איז די עלעקטארעל קאלעזש אומ'יושר'דיג און א קעגנזאץ פון פרייהייט.
כאפסט די חילוק?

דיסקלעימער: די לעצטע פאראגראף איז מיין אפיניען.
און אדרבה אויב איינער קען אריינקומען פארוואס עס איז יא יושר'דיג.

איך וויל אבער קלאר שטעלן די אלע תגובות וואס איך שרייב איבער דעם אן איך שרייב לענ"ד מיש איך בכלל נישט אריין מיין אפיניען.

איך וואלט געוואלט פארשטיין פין אלע וואס זענען פרא עלעקטארעל קאלעדזש, פארוואס עפעס נאר צוטיילן די עלעקטארעל קאלעדזש פער סטעיט, פארוואס זאל נישט זייו צי טיילט פער קאנטי, ד"מ יעדע קאנטי זאל האבן א סכום וואטס, אין די פרעזידענטליכע עלעקשאנס, אין אויב שוין יעדע קאנטי זאל זיין יעדע טאן, אין אויב שוין יעדע טאן זאל זיין יעדע גאס אין די טאן, אין אויב שוין יעדע גאס זאל זיין יעדע בילדונג אין דעי גאס, אין אויב שוין יעדע בילדונג זאל זיין יעדע מענטש, אין שלום על ישראל,

מיין פאוינט איז, אויב פארשטייסטי אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 50 לענדער, אי די 50 לענדער ערוועלן די פרעזידענט, אין נישט די באפעלקערונג ערוועלט, פארוואס נישט זאגן אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 3,007 קאנטיס, אין די 3,007 קאנטיס ער וועלן די פרעזידענט,

ווייל אמעריקע איז נישט צוזאם געשטעלט פון 3,000 קאונטיס נאר פון 50 לענדער וואס האבן זיך אױס גענומען אדעתא דהכי אז אפילו די קליינע לענדער זאלן האבן א שטיקל ווארט למחצה לשליש ולרביע.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 24, 2019 1:56 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

זייער פשוט, ווייל מאכן א געזעץ אז הילערי אז פרעזידענט איז פשוט אומ'יושר'דיג און אין קעגנזאץ פון פרייהייט.
משא"כ די עלעקטארעל קאלעזש, איז די עלעקטארעל קאלעזש אומ'יושר'דיג און א קעגנזאץ פון פרייהייט.
כאפסט די חילוק?

דיסקלעימער: די לעצטע פאראגראף איז מיין אפיניען.
און אדרבה אויב איינער קען אריינקומען פארוואס עס איז יא יושר'דיג.

איך וויל אבער קלאר שטעלן די אלע תגובות וואס איך שרייב איבער דעם אן איך שרייב לענ"ד מיש איך בכלל נישט אריין מיין אפיניען.

איך וואלט געוואלט פארשטיין פין אלע וואס זענען פרא עלעקטארעל קאלעדזש, פארוואס עפעס נאר צוטיילן די עלעקטארעל קאלעדזש פער סטעיט, פארוואס זאל נישט זייו צי טיילט פער קאנטי, ד"מ יעדע קאנטי זאל האבן א סכום וואטס, אין די פרעזידענטליכע עלעקשאנס, אין אויב שוין יעדע קאנטי זאל זיין יעדע טאן, אין אויב שוין יעדע טאן זאל זיין יעדע גאס אין די טאן, אין אויב שוין יעדע גאס זאל זיין יעדע בילדונג אין דעי גאס, אין אויב שוין יעדע בילדונג זאל זיין יעדע מענטש, אין שלום על ישראל,

מיין פאוינט איז, אויב פארשטייסטי אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 50 לענדער, אי די 50 לענדער ערוועלן די פרעזידענט, אין נישט די באפעלקערונג ערוועלט, פארוואס נישט זאגן אז אמעריקע איז צוזאמענגעשטעלט פין 3,007 קאנטיס, אין די 3,007 קאנטיס ער וועלן די פרעזידענט,

ווייל אמעריקע איז נישט צוזאם געשטעלט פון 3,000 קאונטיס נאר פון 50 לענדער וואס האבן זיך אױס גענומען אדעתא דהכי אז אפילו די קליינע לענדער זאלן האבן א שטיקל ווארט למחצה לשליש ולרביע.

פיין ענדליך האט זיך איינער אנגערופן, איז בכלל די גאנצע טענה אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט הוילע שטותים, אבער לאמיר רעדן די וועג זאג, מ'האט זיך אויך אונטערגענומען אז די קליינע סטעיט'ס זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי די גרויסע?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 2:23 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איז בכלל די גאנצע טענה אז די קליינע סטעיט'ס זאלן אויך האבן א ווארט הוילע שטותים,

קענסט עס אביסל ברייטער אויסשמועסן?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג מאי 24, 2019 2:29 pm

די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 2:30 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכן די אלע סטעיטס צו טױשען די עלעקטארעל סיסטעם אלעס װעגען זײ האבן פארלױרען די 16' װאלן זײ קענען טאהן סאך א פושטערע עצה זײ קענען דורכפירן א געזעץ אז הילערי איז פרעזידענט

זייער פשוט, ווייל מאכן א געזעץ אז הילערי אז פרעזידענט איז פשוט אומ'יושר'דיג און אין קעגנזאץ פון פרייהייט.
משא"כ די עלעקטארעל קאלעזש, איז די עלעקטארעל קאלעזש אומ'יושר'דיג און א קעגנזאץ פון פרייהייט.
כאפסט די חילוק?

דיסקלעימער: די לעצטע פאראגראף איז מיין אפיניען.
און אדרבה אויב איינער קען אריינקומען פארוואס עס איז יא יושר'דיג.

איך וויל אבער קלאר שטעלן די אלע תגובות וואס איך שרייב איבער דעם אן איך שרייב לענ"ד מיש איך בכלל נישט אריין מיין אפיניען.

איך האב אין די פארגאנגענהייט געשריבן עטליכע תגובות בנוגע קאנגרעס און סענאט, אבער סיז שייך אויך אהער (כאטש ס'נישט ממש די זעלבע).

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@טינק ענד טענק, ניין נאר דאס אז א מענטש אין דעלעווער און ווערמאנט האט בערך 35 מאל א גרעסערע ווארט אין סענאט ווי א מענטש אין טעקסאס. נאכדעם האט מען אזא בערני פאר א סענעטאר. די מציאות אז אמעריקע איז אויף רוב זאכן מער נישט קיין פעדערעל רעפאבליק, נאר איין גרויסע לאנד, און די סטעיטס זענען א בחינה ווי קאונטיס נאר שטערקער. איך נוץ די ווארט שטערקער ווייל גרעסער ווי קאונטיס זענען זיי לאו דוקא, זינט מאריקאופע קאונטי למשל פאקט איין זייער אסאך סטעיטס, אין פאפולעישן און אפילו אין שטח.

און יא, קאליפארניע איז א ריזיגע געגנט אין אמעריקע מיט אסאך ריזיגע שטעט, ראוד איילענד איז סך הכל פראווידענס והגלילות.

@טעאריע וואס לעבט, דאס אז די קאנסטיטושען לאזט נישט פאר דעם רוב טון זייער אסאך זאכן צו באצווינגען דעם מיעוט איז אסאך מער אין אמעריקע ווי א צווייטע לאנד, און איך מיין אז אין שווייץ שטימט מען פאר יעדע געזעץ, און מען האט טאקע גע'אסר'ט דארט בורקעס, וואס אין אמעריקע ברויך מען ווען טוישן די קאנסטעטושען צו קענען אסר'ן.

האסט געהערט פון די האוז אף רעפרעזענטיטיווס? דארט האט יעדע שטאט פארטרעטער לויט די באפעלקערונג!

דו קענסט למשל טוישן דיין כתובה נאך דרייסיג יאר ווייל לויט די יעצטיגע מצב מאכט מער סענס כך וכך? די שטאטן האבן מסכים געווען זיך צו פאראייניגן בלויז אויף דעם אופן, און האבן זיך ארויסגענומען פארשידענע זאכן זיכער צו מאכן אז די רעכטן פון יעדע שטאט ווערט נישט צוגענומען. דו ווייסט אז קאנגרעס קען נישט אריינרעדן אין אינטרא-סטעיט (אין די זעלבע שטאט) האנדל טראץ וואס די שטאט איז אין אמעריקע? די קאנסטיטושען שענקט די אויסשליסליכע רעכט צו רעגולאציעס טרעיד אין א שטאט פאר די שטאט!
פארשטייצעך אז די פאראייניגונג איז פיל שטערקער ווי למשל די אי יו, אבער עס איז פארט פוציג באזונדערע שטאטן מיט באזונדערע מענטאליטעט, באדערפענישן, אקצענטן און קולטור, און ווען מען האט זיך צוזאמענגענומען האט מען אויסגעארבעט די פשרה פון קאנגרעס און סענאט, אז סיי די שטאטן זאלן האבן פארשטייער לויט די באפעלקערונג (די האוז) און סיי די גרויסע שטאטן זאלן נישט קענען 'איבערפארן' די קליינע (די סענאט).


Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן: דער סענאט ווערט גאר אריינגעוועלט פער סטעיט, וואס לויט די מציאות היינט איז עס לפענ"ד פשוט צודרייט,

וואס איז צודרייט, אז קאליפארניע זאל נישט קענען איבערפארן ראוד איילענד?


קאליפארניע אדער ראוד איילענד זענען נישט קיין מענטשן, זיי זענען רעגירונג'ס קערפערשאפטן אויף טעריטאריעס אין וואו מענטשןן וואוינען.

צו זאגן אז ס'איז פראבלאמאטיש ווען "קאליפארניע פארט איבער ראוד איילענד" איז אזויווי צו זאגן אז ס'איז פראבלאמאטיש ווען "איין מענטש האט איין שטימע".

אין פאקט, אויב זאלן צוואנציג מיליאן קאליפארניענ'ס מופן קיין ראוד איילענד וועט ראוד איילענד האבן א שטערקערע כח ווי קאליפארניע אפילו אן א סענאט, סאו אוועקנעמען דעם סענאט איז נישט קיין אומ'יושר קעגן "ראוד איילענד" אלס א "רעגירונג'ס קערפערשאפט" אדער אלס א "טעריטאריע", נאר ענדערש א יושר פאר "קאליפארניענ'ס" אלס "מענטשן"!


סאו טאמער די איינוואוינער פון קאליפארניע דעסיידן אוועקצונעמען די רעכטן פון סטעיטס צו רעגולירן אינטרא-סטעיט האנדל איז עס יושר'דיג כלפי ראוד איילענד?


די איינוואוינער פון ראוד איילענד האבן געהאט אן אייגענע רעגירונג פאר אמעריקע איז געווארן א לאנד, און זיי האבן מסכים געווען אריינצוקומען אין די יוניאן נאר מיט געוויסע פארלאנגען. די דיעל וואס מען האט אויסגעארבעט איז געווען אז אין די האוז וועט קאליפארניע האבן א ווארט לויט די באפעלקערונג, אבער פון די אנדערע זייט וועט אין די סענאט יעדע סטעיט האבן או אייניג ווארט און אזוי ארום זיין אין א בעסערע פאזיציע צו באשיצן די אינטערעסן פון די סטעיט.

-----
הענדימען האקט


טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:סאו טאמער די איינוואוינער פון קאליפארניע דעסיידן אוועקצונעמען די רעכטן פון סטעיטס צו רעגולירן אינטרא-סטעיט האנדל איז עס יושר'דיג כלפי ראוד איילענד?


צו זיי גייען זיך פרייען מסתמא נישט, אבער לויט'ן אפמאך קען מען עס לעגאל טוהן! צו טוישן א קאנסטיטוציאנאלע רעכט וואס סיי ווער האט דארף מען דריי-פערטל פון די סטעיטס און צוויי-דריטל סענאטארן און קאננגרעסלייט זאלן עס באשטעטיגן און דאס איז א חלק פון די אפמאך!

Think and Thank האט געשריבן:די איינוואוינער פון ראוד איילענד האבן געהאט אן אייגענע רעגירונג פאר אמעריקע איז געווארן א לאנד, און זיי האבן מסכים געווען אריינצוקומען אין די יוניאן נאר מיט געוויסע פארלאנגען. די דיעל וואס מען האט אויסגעארבעט איז געווען אז אין די האוז וועט קאליפארניע האבן א ווארט לויט די באפעלקערונג, אבער פון די אנדערע זייט וועט אין די סענאט יעדע סטעיט האבן או אייניג ווארט און אזוי ארום זיין אין א בעסערע פאזיציע צו באשיצן די אינטערעסן פון די סטעיט.


און דא קומט אריין מיין פרעזענליכע מיינונג אז היינט ווען א קליינע סטעיט זאל זאגן פאר די גרויסע אז זיי גייען ארויס אויב מ'צוברעכט דעם סענאט ווייל ס'לוינט זיי נישט צו זיין אונטער א לאנד וואו זיי האבן אזא קליינע כח וועלן די גרויסע זאגן לחיים ולשלום!

Think and Thank האט געשריבן:די פאראייניגטע שטאטן איז נישט קיין אפמאך צווישן צוויי לענדער, עס איז א 'פאראייניגונג' צווישן צוויי לענדער. עס איז ווי א כתובה, נישט ווי נאפטא.

בנוגע טוישן, אודאי קען מען טוישן, אבער מען קען עס נאר טוישן לויט די תקנות וואס מען האט אוועקגעשטעלט, און מען האט עס טאקע אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג אז מ'זאל עס נישט קענען טוישן כאפ לאפ נאר ס'זאל מוזן דורכגיין א ריזיגע רוב אין סענאט און רובא דרובא סטעיטס, אז גרעסערע סטעיטס קענען נישט צוטרעטן די קלענערע ווייל עס קען נישט דורכגיין אן די הסכמה פון רוב קלענערע.

בנוגע ארויסשטעלן, לעת עתה איז נישטא די מעגליכקייט ארויסצונעמען פון די יוניאן. דאס איז געווען דער גורם פון די ציווילער קריג, אז די יוניאן האט אנגעקוקט די אפברעכונג פון די דרום שטאטן אלס אומלעגאל. אז דו ווילסט דוקא טוישן סענאט 'און' לאזן סטעיטס ארויסגיין, גאו אהעד, געדענק נאר מיר אויפצואוועקן ווען דו ביזט פארטיג.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 24, 2019 2:32 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:די טויש איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אז גרעסערע שטאַטן זאלן האבן א גרעסערע ווארט ווי ביז יעצט, אדער אז קלענערע זאלן האבן א קלענערע ווארט, ווייל סיי ווייאמינג אין סיי קאליפארניע האבן ביז יעצט בכלל נישט באקומען קיין אויפמערקזאמקייט, און ביידע גייען מיט די טויש אנהויבן צו באקומען.

אודאי האט קאליפארניע געהאט א ווארט, זיי האבן דאך די מערסטע עלעקטארעל וואוטס!
אויפמערקזאמקייט האבן זיי נישט באקומען ווייל דער רעפובליקאנער האט עניוועיז נישט געהאט קיין שאנס. אבער א ווארט?!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יעך'בין שוין גרויס, כאפצעם, נקדימון און 43 געסט