מאסיווער קורצשלוס אין פלארידא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

מאסיווער קורצשלוס אין פלארידא

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 26, 2008 6:07 pm

דרינגענדע אלערט פון ק.נ.א. פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער וואס וויילן יעצט אין פלארידא:

א מאסיווער "בלעק-אוט" האט היינט נאכמיטאג פאסירט אין סאוט פלארידא וואס דאס נעמט אריין טיילן פון מיאמי און ארלענדאו און נאך,

ווי די עלעקטעריצעטעט קאמפעניס גיבן איבער עס איז געשאצט אויף איבער פיר מיליאן בירגער וואס זענען יעצט שטעקן אן עלעקטעריק!

רויט-לייט גרין-לייט'ס ארבייטן נישט ווי געווענליך, אין די ערשטע האלבע שעה זעען שוין געווען באריכטעט 9 עקסידענטן דערפון.

די גענויער סיבה פאר די מאסיווער אויסשאלטערונג איז נאך נישט באוויסט, וויפיל עס איז יא באוויסט האט עס צוטוען מיט א נוקלארער פלענט וואס מ'האט פאר זיכערהייט סיבות אפגעשפארט, אכט פאוער פלענט זענען טויט צילוב דער אויסשאלטערונג, ווי די קאמפעני זאגט יעצט קען עס אנהאלטן ביז טיף אינדערנאכט אריין.

די פאליציי האבן אויפמערקזאם געמאכט אז עס האט קלאר נישט צוטוען מיט קיין טעראריסטישע אטאקע, מער איינצעלהייטן דערפון האט ער נישט.

ק.נ.א. האט יעצט אראפגעלייגט דער טעלעפאון מיט א היימישער אינגערמאן וואס וויילט יעצט אין פלארידא, ווי ער זאגט האט ער נאכנישט באמערקט אז עפעס זאל פארגיין, ביי אום ארבייט אלעס נארמאל.

מיר האבן זיך אויך פארבינדן מיט נאך א אינגעאמאן - א נאנטער מיטגלידער פון די קרעטשמע - וואס וויילט יעצט אין ארלענדאו, און פון אים הערן מיר דאס זעלביגע, דאס גאנצע עלקטעריצעטעט ארבייט ביי אום כתמול וכשלשום, אלעס ארבייט נארמאל.

איך האב שוין מורא אז דאס איז נאך א טריק פון אבאמא אז מ'זאל נישט רעדן פון די שטארקע אישו'ס...

ווען מיר וועלן האבן מער צייט וועלן מיר ברענגען נאך נייעס.

צייטליך, פאור די ק.נ.א. פען סטריט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג פאברואר 26, 2008 6:17 pm

שכח ר' צייטליך פאר די באריכט.

אין אלט וויליאמסבורג דרייען זיך שמועות אז מ'ווייסט יא די סבה וואס האט גורם געווען די קורץ שלאס.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 26, 2008 6:19 pm

חחחחחחחחחחחחחחח, אנדי, גוט גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 26, 2008 7:38 pm

אוי ביסטו גוט אנדי, האסט מיר געמאכט פארגעסן דאס טונקלקייט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 26, 2008 7:42 pm

לאמיך עס כאטש אהערברענגען אז אנדערע זאלן נישט ברויכן עפענען.

שכוח צייטליך פאר די נייעס און אנדי פאר די וויץ (קענסט ווערן וויצע קארעספאנדענט..........)
צוגעלייגטע
playing_641.gif
playing_641.gif (255.04 KiB) געזעהן 1638 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 26, 2008 7:45 pm

מיללער;

דער עולם קליקט געווענליך גלייך יעדן לינק, מען ווארט נישט ביז ענדע אשכול.

אבער די וויצע קארעספאנדאנט איז א גוטס.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 26, 2008 8:30 pm

יו איז דער אנדי גוט, און יא מיללער כאב געדרוקט.

צייטליך, מעידשאר אראפגעלייגט.

די וויצע וויצע וויץ איז גראדע מאשקע'ס נאך ווען ער איז ערוועלט געווארן פאר זיין ערשטע טערמין אלץ וויצע ראש הקהל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 26, 2008 9:15 pm

מילער, יו מעיד מיי דעי, איך האב געווענליך נישט ליב צו דריקן גראד, איך בין אן היבש געדולדיגער מענטש, און יעצט האט זיך מיר עס אויסגעצאלט, שכוח.

אנדי, ס'נעמט נישט אוועק גארנישט פון דיר, ס'איז א גוטס עניוועי.

צייטליך, שכוח פאר די נייעס, איי עפרישיעט דעט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 26, 2008 9:30 pm

יאנאש, יו רימעמבערד? טעינקס!
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך פאברואר 27, 2008 5:53 am

שכוח צייטליך, און שכוח אנדי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך פאברואר 27, 2008 5:23 pm

אה, כ'האב פארגעסן צו אפדעיטן דעם עולם.

אלעס איז צירוק אנגעצינדן ב"ה, דער עולם קען צירוק גיין צו די גמרות, די רבי קומט שוין מארגן צירוק.

די פונקטליכע דעטאלן און סיבות פון די אויסשאלטערונג וועט נאכפאלגן אי"ה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מיטוואך פאברואר 27, 2008 5:49 pm

צייטליך האט געשריבן:אה, כ'האב פארגעסן צו אפדעיטן דעם עולם.
די רבי קומט שוין מארגן צירוק.

די פונקטליכע דעטאלן וועט נאכפאלגן אי"ה.


ט"ס, וצ"ל צוריק

אריין אין שפראך (אדער אפשר אין על הצדיקים)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, א_נייע_גרינער, משה צימערינג און 15 געסט