דאס פאלשקייט פון די קאנסערוועטיוון

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

דאס פאלשקייט פון די קאנסערוועטיוון

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:34 am

ווי באקאנט ווערט ליידער א טייל פון די וועלט מער און מער קאנסערוואטיוו געשטומט, וואס די עולם גולם ווערט מער און מער צודרייט.
איז כדי צו אהערברענגען נייעסלעך וכדומה מיט וואס די צודרייטע חברה שיסן זיך אליינס אין קאפ נאר ווייל דאס איז די קאנסערוואטיווע אדילאגיע..
לעצט פאראכטן דורך גרויסע-גדולה אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:38 am

שלאגן זיך אויף די confederate אדעאלאגיעס, פאן און מאניומענטן, אלעס ווייל טיף אין הארצן האלטן זיי אז ווייסע זענען בעסער ווי שווארצע.
זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:42 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

נישט אז איך בארעכטיגט עס אבער וויאזוי האט עס פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:45 am

הענדימען האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

נישט אז איך בארעכטיגט עס אבער וויאזוי האט עס פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע?

ס'איז אן אריכות. בקיצור, עס האט פאר'הרג'עט innovation. ווייל יעדער טעכנאלאגישע חידוש פארמינערט די געברויך פאר manpower. און דאס מאכט די ווערט פון זייערע שקלאפן פאלן, און גרובט אונטער זייער אינוועסטמענט אין די עקאנאמיע פון שקלאפעריי און אירע צווייגן. ע''כ האבן זיי דאס געפייט אלע יארן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:49 am

ממש נאר דאס האסטו געטראפן אלס פראבלעם מיט קאנסערוועטיווס? Wow!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:51 am

די קרעיזי קאנסערוואטיוון ווילן נישט לאזן געבן רעכטן פאר טענענטס. נאר זיי ווילן געבן דאס ערגסטע tenement dwellings פאר ווער עס קען נישט אפארדן בעסערס. זיי וואלטן געוואלט קענען בעטן די טייערסטע רענטס דורך קאנטראלן וויפיל רענטעלס זענען עוועילעבל, און אזוי קאנטראלן די מארקעט און מאכן געלט.
זיי כאפן אבער נישט אז דאס ברענגט חולאים און א צוריקשטויס פון די ארבייטער און מיטל קלאס, און זיי פאראייניגן זיך עווענטועל אונטער כוח פון די יוניאנס און ערוויילטע פאליטישאןס, און מען רעגיולירט נאך מער די ביזנעס.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:52 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווי באקאנט ווערט ליידער א טייל פון די וועלט מער און מער קאנסערוואטיוו געשטומט, וואס די עולם גולם ווערט מער און מער צודרייט.
איז כדי צו אהערברענגען נייעסלעך וכדומה מיט וואס די צודרייטע חברה שיסן זיך אליינס אין קאפ נאר ווייל דאס איז די קאנסערוואטיווע אדילאגיע..


יא, אבער פארוואס איז די אשכול אינעם "נייעס" סעקשן? שטעל עס אריין אין קרעטשמע, היימישע דזשורנאל, אדער אין ולאחיו יאמר חזק, לאז די "נייעס" סעקשן דינען איר צוועק.

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:53 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ממש נאר דאס האסטו געטראפן אלס פראבלעם מיט קאנסערוועטיווס? Wow!!

געגאנגען! ברענג סחורה! עס איז געהעריג קריגס צושטאנד דא מיטן דערנעבענדיגע אשכול וואס טוט שרעקליכע mudslinging אויף די ליבעראלן. ווי קען מען דא שטיין גלייכגילטיג? ווער עס קען זאל זיך אנשליסן צו ראטעווען דאס אמעריקאנע חלום!

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:56 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווי באקאנט ווערט ליידער א טייל פון די וועלט מער און מער קאנסערוואטיוו געשטומט, וואס די עולם גולם ווערט מער און מער צודרייט.
איז כדי צו אהערברענגען נייעסלעך וכדומה מיט וואס די צודרייטע חברה שיסן זיך אליינס אין קאפ נאר ווייל דאס איז די קאנסערוואטיווע אדילאגיע..


יא, אבער פארוואס איז די אשכול אינעם "נייעס" סעקשן? שטעל עס אריין אין קרעטשמע, היימישע דזשורנאל, אדער אין ולאחיו יאמר חזק, לאז די "נייעס" סעקשן דינען איר צוועק.

אנטלויף נישט פון די פראנט! דא, ממש קייגן איבער די אשכול פון אנטי ליבעראלן, וועלן מיר צוריק שיסן א קויל פאר א קויל!
און ביטע העלף, און לייג אריין נייעס, כדי מען זאל אונז נישט מרחק זיין פונ'ם שלאכטפעלד

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:59 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווי באקאנט ווערט ליידער א טייל פון די וועלט מער און מער קאנסערוואטיוו געשטומט, וואס די עולם גולם ווערט מער און מער צודרייט.
איז כדי צו אהערברענגען נייעסלעך וכדומה מיט וואס די צודרייטע חברה שיסן זיך אליינס אין קאפ נאר ווייל דאס איז די קאנסערוואטיווע אדילאגיע..


יא, אבער פארוואס איז די אשכול אינעם "נייעס" סעקשן? שטעל עס אריין אין קרעטשמע, היימישע דזשורנאל, אדער אין ולאחיו יאמר חזק, לאז די "נייעס" סעקשן דינען איר צוועק.

אנטלויף נישט פון די פראנט! דא, ממש קייגן איבער די אשכול פון אנטי ליבעראלן, וועלן מיר צוריק שיסן א קויל פאר א קויל!
און ביטע העלף, און לייג אריין נייעס, כדי מען זאל אונז נישט מרחק זיין פונ'ם שלאכטפעלד


טויזענטער אידן קומען אהער ליינען "נייעס", ביטע שיס די קוילן אין פארברענגן אדער אינדערהיים.

קאטאגאריש
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:06 am

צידרייטע חברה, זיי ווילן ארבעטען אליינס אין נישט לעבן אויף די שטאטס חשבון, בהמות

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:14 am

קאטאגאריש האט געשריבן:צידרייטע חברה, זיי ווילן ארבעטען אליינס אין נישט לעבן אויף די שטאטס חשבון, בהמות

זיי ווילן לעבן א גוט'ן טאג, און יענער זאל פגר'ן פאר הונגער! און זיך האלטן פעסט נישט צו באצאלן גענוג אויף צו לעבן א decent לעבן. הלמאי, יענער איז ארעם, פארוואס זאל זיך איהם קומען צו האבן גענוג צו עסן? ממילא דער קאנסערוועטיוו ער האט קאפיטאל, איז קומט זיך איהם אלעס, אבער דער עני? וואספארא רעכט האט ער ארויסצוגיין פון גדר אביונות?

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:59 am

איך בין נישט קיין גרויסע פאליטק פארשטייער, איך האב נישט קיין קלארע מיינונגען בנוגע פאלעסיס וכד'
אבער צוקיקענדיגג די לעצטע פאר יאר וואס קומט פאר אין אמעריקע מיין איך קען איעדע שמויגער פארשטיין אז וואס דא קומט פאר איז לאנג אינדרויסען פון פושטע קאנסירוועטיוו vs פראגרעססיוו דיבאטע.

דאס איז קלאר אז די קאנסערוואטיווען גייען מיט געוויסע זאכן מיטן קאפ און וואנט, אבער דאס איז נארמאל, אזוי ארבעט עס מיט א פארטיי, מען פראבירט צו שטיין און אנהאלטן די אידעלאגיע פונעם פארטיי אפילו עס איז נישט און פלאץ...
אבער נישט דאס מיינט מען יעצט ווען מען רעדט פון די צידרייטקייט פון די ליבעראלן!
אויב קענט איר אביסעלע היסטאריע וועט איר זען וויאזוי עס שפילט זיך דא איבער א שפיל וואס האט שוין געשפילט אסאך מאל און די היסטאריע..
די שפיל איז אז מען נעמט איבער די אינגע המון עם מיט שטורימישע ענטוזיאסטישע געפילען אז מען גייט פארעכטן די וועלט! אינטערברענגן שלעכטס! עס גייט מער נישט זיין קיין פראבלעמן!
גענדיגט מיט ראסיזעם, גענדיגט מיט אומרעכטן פאר פרויען, געענדיגט מיט ארימעלייט, אינז גיימיר ראטעווען די וועלט פון קליימיט טשענדזש, יעדער גייט האבען העלט קעיר. וכו' וכו'
מען שפילט אויף די געפילען פון די המון עם, און איעדער וואס קען פראבירט צו צייגען מער רחמנות און מיטגעפיל נישט קיין חילוק אויף וועלכע צידרייטע אופן אדער נושא עס זאל נאר זיין, אדער ארפרייסען און פארשרייען די וואס לשיטתם שטערן זייער ציל אלס ראסיסטען העיטרס, און זיי באקעמפען מיט איעדע מיטל וואס עס זאל נאר נישט זיין.
די זעלבע שפיל מיט אביסלע אנדערע ווערטער האט זיך אפגעשפילט ביי קאמינוזעם און און פארשידענע צייטען און היסטאריע, צומאל האט זיך עס גענדיגט מיט שרעקליכע טראגעדיעס און צומאל אביסעלע לייכטערע, אבער עס האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט גיט.

אוועטאר
האאאטשו
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך האאאטשו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:53 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן: דאס אמעריקאנע חלום!

הלוואי בלייבט עס א חלום!
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:52 am

איימעניט! וואס אידאס אמעריקאנער חלום?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:01 pm

שרייזשע האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסע פאליטק פארשטייער, איך האב נישט קיין קלארע מיינונגען בנוגע פאלעסיס וכד'
אבער צוקיקענדיגג די לעצטע פאר יאר וואס קומט פאר אין אמעריקע מיין איך קען איעדע שמויגער פארשטיין אז וואס דא קומט פאר איז לאנג אינדרויסען פון פושטע קאנסירוועטיוו vs פראגרעססיוו דיבאטע.

דאס איז קלאר אז די קאנסערוואטיווען גייען מיט געוויסע זאכן מיטן קאפ און וואנט, אבער דאס איז נארמאל, אזוי ארבעט עס מיט א פארטיי, מען פראבירט צו שטיין און אנהאלטן די אידעלאגיע פונעם פארטיי אפילו עס איז נישט און פלאץ...
אבער נישט דאס מיינט מען יעצט ווען מען רעדט פון די צידרייטקייט פון די ליבעראלן!
אויב קענט איר אביסעלע היסטאריע וועט איר זען וויאזוי עס שפילט זיך דא איבער א שפיל וואס האט שוין געשפילט אסאך מאל און די היסטאריע..
די שפיל איז אז מען נעמט איבער די אינגע המון עם מיט שטורימישע ענטוזיאסטישע געפילען אז מען גייט פארעכטן די וועלט! אינטערברענגן שלעכטס! עס גייט מער נישט זיין קיין פראבלעמן!
גענדיגט מיט ראסיזעם, גענדיגט מיט אומרעכטן פאר פרויען, געענדיגט מיט ארימעלייט, אינז גיימיר ראטעווען די וועלט פון קליימיט טשענדזש, יעדער גייט האבען העלט קעיר. וכו' וכו'
מען שפילט אויף די געפילען פון די המון עם, און איעדער וואס קען פראבירט צו צייגען מער רחמנות און מיטגעפיל נישט קיין חילוק אויף וועלכע צידרייטע אופן אדער נושא עס זאל נאר זיין, אדער ארפרייסען און פארשרייען די וואס לשיטתם שטערן זייער ציל אלס ראסיסטען העיטרס, און זיי באקעמפען מיט איעדע מיטל וואס עס זאל נאר נישט זיין.
די זעלבע שפיל מיט אביסלע אנדערע ווערטער האט זיך אפגעשפילט ביי קאמינוזעם און און פארשידענע צייטען און היסטאריע, צומאל האט זיך עס גענדיגט מיט שרעקליכע טראגעדיעס און צומאל אביסעלע לייכטערע, אבער עס האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט גיט.

האסט עס גענאגעלט! נעם ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:56 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:שלאגן זיך אויף די confederate אדעאלאגיעס, פאן און מאניומענטן, אלעס ווייל טיף אין הארצן האלטן זיי אז ווייסע זענען בעסער ווי שווארצע.
זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

דער ערשטע שורה ביזטו גערעכט, דער צווייטע שורה נישט. שקלאפעריי איז גראדע געווען גוט פאר די עקענאמיע, און וועגען דער קולטור פון שקלאפעריי, דאס איז א נושא פאר זיך, א נושא וואס גייט שוין צוריק ביז בריאת העולם, די בריטיש האבען עס נישט אויס געטראפען. פאר'הרג'עט איז נישט דער ריכטיגע ווארט, אבער קולוטור יא.
It was a cultural norm, and normal and good people once upon had slaves

קענסט נישט קוקען מיט תשע"ט גלעזער
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:12 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:די קרעיזי קאנסערוואטיוון ווילן נישט לאזן געבן רעכטן פאר טענענטס. נאר זיי ווילן געבן דאס ערגסטע tenement dwellings פאר ווער עס קען נישט אפארדן בעסערס. זיי וואלטן געוואלט קענען בעטן די טייערסטע רענטס דורך קאנטראלן וויפיל רענטעלס זענען עוועילעבל, און אזוי קאנטראלן די מארקעט און מאכן געלט.
זיי כאפן אבער נישט אז דאס ברענגט חולאים און א צוריקשטויס פון די ארבייטער און מיטל קלאס, און זיי פאראייניגן זיך עווענטועל אונטער כוח פון די יוניאנס און ערוויילטע פאליטישאןס, און מען רעגיולירט נאך מער די ביזנעס.


איינער קען מסביר זיין וואס דא שטייט?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:13 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

נישט אז איך בארעכטיגט עס אבער וויאזוי האט עס פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע?

ס'איז אן אריכות. בקיצור, עס האט פאר'הרג'עט innovation. ווייל יעדער טעכנאלאגישע חידוש פארמינערט די געברויך פאר manpower. און דאס מאכט די ווערט פון זייערע שקלאפן פאלן, און גרובט אונטער זייער אינוועסטמענט אין די עקאנאמיע פון שקלאפעריי און אירע צווייגן. ע''כ האבן זיי דאס געפייט אלע יארן

הייסטעס אז דאס וואס מענטשן ארבעטן הארגעט אויך די עקענאמיע...

אבער ערנסט גערעדט, די ליבעראלן שרייען כסדר, אז כאטש זיי ווילן שניידן פארשידענע אינדוסטריעס, א שטייגער ווי קוילן גרעבער, מוז מען נעמען אינאכט אז פרישע טעכנעלאגיע ברענגט אטאמאטיש פרישע דזשאבס. אויב איז דאס אמת פארוואס זאל פאר די קאנסערוואטיוון אנגיין וועלכע סארט דזשאבס גייט פאר שקלאפן/ארבייטער? און אויב זענען די ליבעראלן נישט גערעכט, און דזשאבס פאלן אוועק אנדעם וואס עס זאלן צוקומען פרישע, זענען דאך די קאנסערוואטיוון גערעכט?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:16 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:די קרעיזי קאנסערוואטיוון ווילן נישט לאזן געבן רעכטן פאר טענענטס. נאר זיי ווילן געבן דאס ערגסטע tenement dwellings פאר ווער עס קען נישט אפארדן בעסערס. זיי וואלטן געוואלט קענען בעטן די טייערסטע רענטס דורך קאנטראלן וויפיל רענטעלס זענען עוועילעבל, און אזוי קאנטראלן די מארקעט און מאכן געלט.
זיי כאפן אבער נישט אז דאס ברענגט חולאים און א צוריקשטויס פון די ארבייטער און מיטל קלאס, און זיי פאראייניגן זיך עווענטועל אונטער כוח פון די יוניאנס און ערוויילטע פאליטישאןס, און מען רעגיולירט נאך מער די ביזנעס.

גלייב נישט די פורים תורות פון די לינקע. עס ארבעט נישט פינקט אזוי; און אלע קאנסערוואטיוון קען מען נישט אריין לייגען אין איין שיסעל. (ליבעראלען יא)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:26 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ממש נאר דאס האסטו געטראפן אלס פראבלעם מיט קאנסערוועטיווס? Wow!!

געגאנגען! ברענג סחורה! עס איז געהעריג קריגס צושטאנד דא מיטן דערנעבענדיגע אשכול וואס טוט שרעקליכע mudslinging אויף די ליבעראלן. ווי קען מען דא שטיין גלייכגילטיג? ווער עס קען זאל זיך אנשליסן צו ראטעווען דאס אמעריקאנע חלום!

נישט קיין קריגס צושטאנד, לא מיניה ולא מקצתיה. אויף דער מלחמה סו-פאר קען מען געבען א גרויסען געניץ.

און נישט mudslinging אויף די ליבעראלן, נאר א ביסעל אויף לאזען די ווייסע שניי און אויף דעקען די בלאטע אינטער דעם אין וואס די ליבעראלען ליגען.

ליבעראליזם איז א אחוזת העיניים און מען דארף פשוט ווייזען אז the emperor has no clothes
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:43 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

נישט אז איך בארעכטיגט עס אבער וויאזוי האט עס פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע?

ס'איז אן אריכות. בקיצור, עס האט פאר'הרג'עט innovation. ווייל יעדער טעכנאלאגישע חידוש פארמינערט די געברויך פאר manpower. און דאס מאכט די ווערט פון זייערע שקלאפן פאלן, און גרובט אונטער זייער אינוועסטמענט אין די עקאנאמיע פון שקלאפעריי און אירע צווייגן. ע''כ האבן זיי דאס געפייט אלע יארן

הייסטעס אז דאס וואס מענטשן ארבעטן הארגעט אויך די עקענאמיע...?

יעדער זאך וואס א מענטש owns הרג'עט די עקאנאמיע. ווייל אויב איינער קומט אויף מיט א טעכנאלאגיע וואס מאכט אז מען האט מער נישט קיין געברויך פאר די אייטעם וואס ער באזיצט, וועט ער פייטען די טעכנאלאגיע.
אויב די ארבייטער own זייער labor, וועלן זיי פייטען טעכנאלאגיע וואס פארמינערט זייער דימענד.
ע''כ איז בעסער אז קיינער זאל נישט האבן קיין ownership אין גארנישט...
די צעדרייטע קאנסערוואטיוון פארשטיין דאס נישט

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:46 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:שלאגן זיך אויף די confederate אדעאלאגיעס, פאן און מאניומענטן, אלעס ווייל טיף אין הארצן האלטן זיי אז ווייסע זענען בעסער ווי שווארצע.
זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

אלס א זייטיגע נאטיץ, די שקלאפן זענען געווארן באפרייט דורך פרעזידענט לינקאלן - א רעפובליקאנער, בשעת די דעמאקראטן - היינטיגע פראגרעסיוון האבן געקעמפט דערקעגן

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:50 pm

דאס באלאנגט אין "די צודרייטקייט פון ליבעראלן" אשכול, נעמליך, טוהן ככל העולה על רוחם, און דערנאך באשולדיגן אנדערע.

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:50 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:שלאגן זיך אויף די confederate אדעאלאגיעס, פאן און מאניומענטן, אלעס ווייל טיף אין הארצן האלטן זיי אז ווייסע זענען בעסער ווי שווארצע.
זיי כאפן נישט אז שקלאפעריי האט פשוט פאר'הרג'עט זייער עקאנאמיע און קולטור.

אלס א זייטיגע נאטיץ, די שקלאפן זענען געווארן באפרייט דורך פרעזידענט לינקאלן - א רעפובליקאנער, בשעת די דעמאקראטן - היינטיגע פראגרעסיוון האבן געקעמפט דערקעגן

יאפס. אריגינעל זענען די דעמאקראטן געווען קאנסערוועטיוו און די רעפאבליקענס געווען פראגרעסיוו. במשך די יארן האט זיך דאס געטוישט מן הקצה אל הקצה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט