פנימחדשות האט געשריבן:אזויווי איך האב איינגעזען אז די טראמפיסטן וועלען געווענטליך קומען מיט טענות קעגען די שיטה אדער קעגען די מעשים פון די ליבעראלען-דעמאקראטן, און די דעמאקראטישע ניקס וועלען פיל מאל טענה'ן בלויז דאס אז טראמפ איז א כמו דיקטאטור אד"ג, האב איך אנגעהויבען אריינטראכטן צו איז טאקע אזוי געפערליך אז טראמפ זאל זיין א כמו דיקטאטור, און דערפאר שטעל איך דער אנקעטע, נאר איידערן שטימען ביטע ליינט מיין הקדמה.
די אנקעטע איז על הצד אז מארגען פאסירט דאס אומגלויבליכע, און אמעריקע ווערט צוטיילט אויף צוויי, אן בלוט פארגיסונג האפענטליך, איין האלב איז אינגאנצען קאנטראלירט ביי די דעמאקראטישע פארטיי, אבער אן א דיקטאטור, און די צווייטער האלב איז קאנטראלירט ביי די רעפאבליקאנער פארטיי מיט טראמפ אלס סעמי דיקטאטור בראש, [און איך שרייב נאר סעמי דיקטאטור, ווייל אין ביידע אמעריקעס וועט די קאנסטיטוציע זיין די הויפט געזעץ, און די געריכט וועט האבען די כח איבער די דיקטאטור צו דעמאקראטישע פארטיי, און ס'וועט זיין פרידאם פון ספיטש אא"וו], און איר זענט געגעבען די מעגליכקייט צו קלייבען אין וועלכע אמעריקע צו וואוינען, וואס וואלט איר אויסגעקליבען?
דאס איז באקאנט אז ע"פ התורה איז די ריכטיגע מהלך צו האבען א קעניג, אבער פון דארט קען מען נישט ברענגען א ראיה ווייל די קעניג איז באשטימט געווארען ע"פ נביא דורך די אייבערשטער, אבער די מהלך אין די גאנצע וועלט פלעגט זיין צו האבען א קעניג, און מען קען טאקע טענה'ן אז דאס האט גורם געווען צו פיל פון די אומזינסטע מלחמות וואס האט גורם געווען צו די טויט פון צענדליגע מיליאנען מענטשען איבער די דורות, און מען קען אויך טענה'ן אז היינט צו טאגס זענען אויך די גרויסע ארעסטאנט און מארד לאגערן אין די דיקטאטורישע לענדער כינע און צפון קאריע, און נישט אין קיין דעמאקראטישע לענדער, און דערפאר מינדערוויכטיג איך נישט די וויכטיגקייט פון דעמאקראטיע, אבער למעשה זענען דא פיל מענטשען וואס שפירען, ואני בתוכם, אז היינט איז עס פיל מער די לינקע וואס גייען מיט די דיקטאטורישע מהלך ווי איידער די רעכטע, וקאומאו וכת דיליה יוכיחו, און היינט נאכט האט @שיעלע בהמה געברענגט א נייעס אז אין פראנקרייך האט מען אויפגעברענגט א געזעץ אז מען זאל נישט טארען פילמירען די פאליציי, און אזוי זענען דא נאך פיל הוכחות צו דער ענין (למשל די אויפפירונג פון טוויטער אא"וו) וואס האפענטליך אנדערע וועלען צוברענגען אין דער אשכול, נאר ביי די לינקע איז עס דיקטאטורשאפט אן א דיקטאטור, ד. ה. די פארטיי צו די רעגירונג אד"ג ווערט די דיקטאטור, נישט א ספעציפישע מענטש, אבער מהיכי תיתי אז דאס איז עפעס בעסער ווי איידער אז א ספעציפישער מענטש איז די דיקטאטור?
יעצט דאס איז באקאנט (אדער אפשר נישט) אז בעצם איז די בעסטע זאך א גוטער קעניג וואס קימערט זיך באמת מיט די מענטשען פון זיין קעניגרייך און ווייסט וויאזוי צו פירען א לאנד גוט, נאר זעלבסטפארשטענדליך קען מען קיינמאל נישט וויסען וויאזוי זיינע קינדער וועלען זיין, און דערפאר אויף למעשה איז דעמאקראטיע די בעסטער מהלך, אבער יעצט אז אונז רעדען פון א ספעציפישער מענטש, דאנאלד טראמפ, וואס האט שוין אויפגעוויזען אז ער ווייסט זייער גוט וויאזוי צו פירען א לאנד, און אזוי אויך האט ער ליב אונז אידעלעך, געלויבט די באשעפער, זעה איך נישט פארוואס ס'איז אפגעפרעגט אז ער וואלט אויך געווען גוט אלס א כמו דיקטאטור, אזויווי למשל אין רוסלאנד איז באוואוסט אז די אידען זענען פאניא בראט מיטן דיקטאטור פוטין.
און איך טו דא קלארשטעלען אז די צד אויפן אנקעטע אז טראמפ וועט זיין א סעמי דיקטאטור, מיינט צו זאגען אז ס'וועט זיין א פרידאם פון ספיטש און צייטונגען אד"ג, נישט אזויווי אין רוסלאנד, ד. ה. אז די קאנסטיטוציע וועט ווייטער פאנקצינירען, נאר אויסער די חלקים וואס רעדען פון עלעקטען א פרעזידענט אד"ג, און איך פארשטיי אז ס'איז דא א חשש אז די סעמי דיקטאטור וועט דאס פראבירען צו טוישען, אבער די געריכט וועט האבען א כח איבער עם, און כאטש אויך דאן איז דא א ווייטער( ?) חשש אז טראמפ וועט זיך שטארקען אויך איבער דעם, איז אבער אויף די פארקערטער צד פון א ליבעראלער אמעריקע אויך דא א ווייטער (?) חשש אז מען וועט נישט טארען מאכען קיין ברית מילה דארטען און להבדיל וועט מען נישט טארען דרייווען קיין קארס אד"ג וכו' וכו', איז ממילא די שאלה אין די אנקעטע זענט איר מער חושש פאר די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א טראמפ סעמי דיקטאטורשאפט, אדער פון די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א 100% ליבעראל געפירטע אמעריקע.
נ. ב. די לעצטע פאר וואכען האב איך געהאלטען, און געזאגט אזוי צו מיינע חבירים, אז איך וויל נאר אז טראמפ זאל געווינען דורך די נארמאלע וועג, און נישט דורך קאורט אויך אויב ער איז גערעכט, ווייל ס'וועט אודאי ברענגען צו גאר גרויסע כאאס, אבער די לעצטע פאר טעג נאכן הערען וואס טוט זיך אפ אין טוויטער, און נאכן ליינען א שיינע פאר שאנדפולע תגובות פון געוויסע פרא ביידען ניקס (איך גלייך קיינמאל נישט ווען מענטשען זענען מדמה די פאליציי אין א"י צו די נאציס אד"ג, אבער גיין צושטעלען א ספעציפישע מענטש צום אשמדאי אליין, ווען זיין צוגאנג צו אידען לכה"פ איז גענוי די פארקערטע פון דער ימח שמו'ניק, איז נעקסט לעוועל ביג טיים), האב איך געטוישט מיין מיינונג, און איך האף אז טראמפ וועט יא געווינען דורכן געריכט.
אזויווי איך קען זיך נישט צו גוט אויס אין די אייוועלט קארידארען, ווייס איך נישט פונקטליך ווי דאס באלאנגט, איז איך לייג עס אין נייעס, היות דאס ליינען די נייעס אשכולות האט גורם געווען אז איך זאל נעמען די מי און עפענען דער אשכול, און טאמער די מנהלים ווילען קענען זיי עס איבערלייגען ערגעץ אנדערש, נאר נישט אין פארברענגען.
הוספה: איך לייג דא צו עטליכע תגובות פון ווייטער אינעם אשכול וואס קען אויסקלארען אביסל די אנקעטע.
פנימחדשות האט געשריבן:הערה: אודאי געוויס וואלט איך פיל מער הנאה געהאט פון א נארמאלער מענטש, וואס זאל אויפטאן די זעלבע ווי טראמפ, נאר אז סיז נישט דא מוז מען זיך באגנוגענען מיט דער שור מועד.
פנימחדשות האט געשריבן:אודאי האלט איך אז די יעצטיגע אמעריקע איז בעסער פון ביידע אפציעס, נאר די שאלה איז וועלכע פון די צוויי אפציעס איז בעסער, אדער אין אנדערע ווערטער זענט איר מער חושש פון די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א טראמפלאנד אדער פון א ליבעראללאנד.
פנימחדשות האט געשריבן:די שאלה איז על הצד אז ס'וועט נאר בלייבען די דעמאקראטישער פארטיי אין די ליבעראל-לאנד, און משום איזה סיבה וועט זיך נישט עפענען דארט א כמו רעפאבליקאנער פארטיי.
פארשטייט זיך אז די שאלה איז נאר טעארעטיש, עס איז בעיקר אויף ארויסצוברענגען טאמער מען האט מער געטרוי אין די דעמאקראטישע פארטיי אדער אין טראמפ.
פנימחדשות האט געשריבן:אודאי וויל איך בעסער אז ביידען זאל זיין פרעזידענט, און די פאראייניגטער אמעריקע זאל ווייטער אנגיין, ווי איידער אז טראמפ זאל ווערען א סעמי דיקטאטור אא"וו, נאר אזויווי איך האב געזען אז גאר א גרויסער טאלקינג פוינט פון די פרא ביידען, אדער בעסער געזאגט אנטי טראמפ, ניקס איז דאס אז טראמפ פירט זיך אויף עטוואס דיקטאטוריש אא"וו, אבער איך האב נישט געזען די זעלבע ניקס האבען די זעלבע סארט טענות אויף די לינקע סעמי דיקטאטורשאפט, האב איך געעפענט דער אנקעטע, און די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:
די ערשטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די ערשטע (אדער צווייטער...) האלב אמעריקע ווי בדרך נס וועט נאר זיין א דעמאקראטישע פארטיי, וואס וועט שטענדיג אריינגעוועלט ווערען ביושר, און זיי וועלען קענען טאן וואס ס'גלוסט זיך זיי אלס פארטיי אויס, און די צווייטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די אנדערע האלב אמעריקע ווי טראמפ וועט ווערען פרעזידענט פאר זיין גאנצע לעבען אן קיין וואלען, און ווען ער וועט שטארבען וועלען זיך ביידע אמעריקעס פאראייניגען בדרך נס, און ס'וועט צוריק ווערען אזויווי ס'איז יעצט.
איז אין אנדערע ווערטער איז די שאלה בעצם צו האט איר מער מורא פון די דעמאקראטישע פארטיי אן איינער וואס האלט זיי צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע און געריכט, איבער וואס זיי קענען זיך אודאי פראבירען צו מתגבר זיין, למשל דורכן אריינשטעלען ראדיקאלע געריכטער אא"וו), אדער צו האט איר מער מורא פון טראמפ אלס סעמי דיקטאטור אן איינער וואס האלט עם צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע וכו', אזויווי פריער). [ווי אויך קען זיין אזעלכע וואס ס'גייט זיי נישט אן די תוצאות, די עיקר איז אז ס'זאל זיין "דעמאקראטיע", ד. ה. אז די רעגירונג דארף זיין אריינגעוועלט ביושר, און אויך זיי וועלען אודאי שטימען פאר די ערשטער צד, כאטש ס'קען זיין אז בעצם האבען זיי מער מורא פון א ליבעראלע ווערטשאפט, און איך האף אז דאהי אויף אייוועלט געפינען זיך נישט אזעלכע ניקס].
איך מיין אז מיט דער הסבר פאלען אוועק פיל, אויב נישט אלע, פון די טענות וואס מ'האט קעגען די צווייטער צד אינעם אנקעטע און קעגען יעדער איינער וואס האט געשטימט פאר דער צד, און ס'איז אודאי זייער מעגליך אז אלע וואס האבען געשטימט פאר דער צד האבען ריכטיג פארשטאנען די צוויי צדדים.