דזשאו ביידען סקאנדאלן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:15 am

צל עובר האט געשריבן:ווען טראמפ האט געהאלטן דעם גלעזל וואסער, האט מען סך הכל ארויסגעברענגט די פערדערייי פון ביידן קאלעכט...

און ווען ביידן האט זיך פארגעסן האט מען אויך ארויסגעברענגט די פערדעריי פון טראמפ'ס שוואכקייטן..?
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:17 am

נפשי חמדה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווען טראמפ האט געהאלטן דעם גלעזל וואסער, האט מען סך הכל ארויסגעברענגט די פערדערייי פון ביידן קאלעכט...

און ווען ביידן האט זיך פארגעסן האט מען אויך ארויסגעברענגט די פערדעריי פון טראמפ'ס שוואכקייטן..?

אויב דו האסט פארגעסן, ביי די פארלאפענע וואלן איז איינס פון די עיקר קאמפיינס פון איין זייט געווען אז דער קאנדידאט פון די אנדערע פארטיי קאלעכט.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:31 am

צל עובר האט געשריבן:דער חשוב'ער פריזען רעפארם עסקן ווען דזשאונס איז עמטליך א ליבעראלער העק, ריק סענטוירם דינט אלס קאנסערוואטיווער העק געווענליך קעגן אים אויף טרוט ניוז.

יא, ווען איז א חשובער עסקן....
(ער האט זיך זייער גוט פארשטאנען מיט קושנער, וואס איז מארץ מולדתו א טריי סטעיט ליבעראל...)

איך זע אין די אלגעמיינע פרעסע און מידיא א געהעריגע מערכה וואס ארבעט צו דעקן די דעמאקראטן און אונטעררייסן די רעפובליקאנער. אויב זעסטו עס נישט, ביסטו בארעכטיגט צו דיין מיינונג. אבער איך זע עס אזוי.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 12:53 pm

איך האלט נישט אז די מידיע איז נייטראל צווישן ביידע פארטייען, און זיי זאלן נישט זיין נייטראל צווישן פאשיזם און דעמאקראטיע, אבער ווען דזשאונס איז קיין ראי'...

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:26 pm

צל עובר האט געשריבן:איך האלט נישט אז די מידיע איז נייטראל צווישן ביידע פארטייען, און זיי זאלן נישט זיין נייטראל צווישן פאשיזם און דעמאקראטיע, אבער ווען דזשאונס איז קיין ראי'...

פאשיזם?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:50 pm

יא

די רעפאבליקאנער 2024 פלאטפארמע איז עמטליך געווען: וואטעווער טראמפ האלט. און סיי פאר די וואלן און סיי נאך די וואלן ביז די ביטערע ענדע האט מען קלאר געשטעלט אז געווינען לעדזשיט קען נאר ער, און נישט געוואלט פארשפרעכן קיין פיספול טרענספער אף פאוער, נאר אויב עפעס די פארקערטע, וכך הוה, עס איז נישט געווען קיין פיספול טרענספער.

ביידן איז נישט פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די וואלן, ער איז פרעזידענט ווייל די רעפאבליקאנער האבן נישט געהאט די האוז אף רעפרענעטיווס, און מיט דעם האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט נישט צו באשטעטיגן זיין געווינס.

(פאשיזם איז נישט די זעלבע זאך ווי נאציזם, צום ביישפיל: מאסוליני האט נישט גע'רצח'עט אידן.)

וואס נאך פעלט זיך אויס צו זיין א פאשיסטישע פארטיי?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:57 pm

אזאנע שטותים צוזאמצורעדן. אבער שוין...
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 1:58 pm

סתם געשאסן א לאטקע.

קענסט אנצייגן פונקטן וואס דו פארשטייסט אנדערש ביטע?

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:03 pm

צל עובר האט געשריבן:יא

די רעפאבליקאנער 2024 פלאטפארמע איז עמטליך געווען: וואטעווער טראמפ האלט. און סיי פאר די וואלן און סיי נאך די וואלן ביז די ביטערע ענדע האט מען קלאר געשטעלט אז געווינען לעדזשיט קען נאר ער, און נישט געוואלט פארשפרעכן קיין פיספול טרענספער אף פאוער, נאר אויב עפעס די פארקערטע, וכך הוה, עס איז נישט געווען קיין פיספול טרענספער.

ביידן איז נישט פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די וואלן, ער איז פרעזידענט ווייל די רעפאבליקאנער האבן נישט געהאט די האוז אף רעפרענעטיווס, און מיט דעם האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט נישט צו באשטעטיגן זיין געווינס.

(פאשיזם איז נישט די זעלבע זאך ווי נאציזם, צום ביישפיל: מאסוליני האט נישט גע'רצח'עט אידן.)

וואס נאך פעלט זיך אויס צו זיין א פאשיסטישע פארטיי?

מישט מעקאנעל איז געווען אין שטיצע פון אבדזשעקשן? מייק פענס איז געווען אין שטיצע פון אבדזשעקשן?
מיר זענען דא צוריק!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:06 pm

צל עובר האט געשריבן:יא

די רעפאבליקאנער 2024 פלאטפארמע איז עמטליך געווען: וואטעווער טראמפ האלט. און סיי פאר די וואלן און סיי נאך די וואלן ביז די ביטערע ענדע האט מען קלאר געשטעלט אז געווינען לעדזשיט קען נאר ער, און נישט געוואלט פארשפרעכן קיין פיספול טרענספער אף פאוער, נאר אויב עפעס די פארקערטע, וכך הוה, עס איז נישט געווען קיין פיספול טרענספער.

ביידן איז נישט פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די וואלן, ער איז פרעזידענט ווייל די רעפאבליקאנער האבן נישט געהאט די האוז אף רעפרענעטיווס, און מיט דעם האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט נישט צו באשטעטיגן זיין געווינס.

(פאשיזם איז נישט די זעלבע זאך ווי נאציזם, צום ביישפיל: מאסוליני האט נישט גע'רצח'עט אידן.)

וואס נאך פעלט זיך אויס צו זיין א פאשיסטישע פארטיי?

סאררי, דו ווייסט נישט וואס ס'מיינט פיספול טרענספער, פיספול טרענספער מיינט אז מ'גיבט איבער די לייצעס פון די גאווערמענט פאר די אריינקומענדע אדמיניסטראציע, און דאס איז וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געטון
מיר זענען דא צוריק!

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:06 pm

צל עובר האט געשריבן:יא

די רעפאבליקאנער 2024 פלאטפארמע איז עמטליך געווען: וואטעווער טראמפ האלט. און סיי פאר די וואלן און סיי נאך די וואלן ביז די ביטערע ענדע האט מען קלאר געשטעלט אז געווינען לעדזשיט קען נאר ער, און נישט געוואלט פארשפרעכן קיין פיספול טרענספער אף פאוער, נאר אויב עפעס די פארקערטע, וכך הוה, עס איז נישט געווען קיין פיספול טרענספער.

ביידן איז נישט פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די וואלן, ער איז פרעזידענט ווייל די רעפאבליקאנער האבן נישט געהאט די האוז אף רעפרענעטיווס, און מיט דעם האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט נישט צו באשטעטיגן זיין געווינס.

(פאשיזם איז נישט די זעלבע זאך ווי נאציזם, צום ביישפיל: מאסוליני האט נישט גע'רצח'עט אידן.)

וואס נאך פעלט זיך אויס צו זיין א פאשיסטישע פארטיי?

הייסט אין 2016 ווען די דעמס האבן נישט געוואלט אנערקענען זייער פארלוסט האט די מידיע זיך יא געמעגט אן נעמן פאר א פאשיסטישע פארטיי
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:07 pm

מייק פענס האט דאס נישט געוואלט נעמען צו די נעקסטע לעוול, אפשטעלן די וואלן אן האבן די שטימען אפי'. אבער ער האט אויסגעדריקט שטיצע פאר אבדזשעקטן.

מיטש מעקאנעל האט טאקע נישט געוואלט טון וואס מעקארטי האט יא געטון נאר נישט געהאט די שטימען, אבער דו האלטסט אז מעקאנעל וואלט עומד בנסיון געווען און נישט געשטימט אויף דעם אויב עס גייט אדורך אין אנדערן הויז? רעכן אריין אז כמעט דאס גאנצע רעפאליקאנער פאלק וואלט אים באמת געוואלט אומברענגען אלס פאררעטער אין אזא פאל.

איך האלט קלאר אז נישט, עין ערך זיין נעכטיגע וואויט אז עס איז אנקאנסטעטושענעל צו קאנוויקטן א געוועזענעם פרעזידענט, א זאך וואס איז גאנץ קלאר די לעצטע פאר וואכן אז עס איז נישט זיין עכטע מיינונג.

אז עס גיסט בלוט איז עס נישט פיספול, א טרענספער יא, אבער נישט פיספול, נישט שייך צו זאגן אנדערש.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:09 pm

צל עובר האט געשריבן:יא

די רעפאבליקאנער 2024 פלאטפארמע איז עמטליך געווען: וואטעווער טראמפ האלט. און סיי פאר די וואלן און סיי נאך די וואלן ביז די ביטערע ענדע האט מען קלאר געשטעלט אז געווינען לעדזשיט קען נאר ער, און נישט געוואלט פארשפרעכן קיין פיספול טרענספער אף פאוער, נאר אויב עפעס די פארקערטע, וכך הוה, עס איז נישט געווען קיין פיספול טרענספער.

ביידן איז נישט פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די וואלן, ער איז פרעזידענט ווייל די רעפאבליקאנער האבן נישט געהאט די האוז אף רעפרענעטיווס, און מיט דעם האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט נישט צו באשטעטיגן זיין געווינס.

(פאשיזם איז נישט די זעלבע זאך ווי נאציזם, צום ביישפיל: מאסוליני האט נישט גע'רצח'עט אידן.)

וואס נאך פעלט זיך אויס צו זיין א פאשיסטישע פארטיי?


איך האלט נישט אז רעפובליקאנער וואלטן איבערגעדרייט די עלעקשאן ווען זיי האבן די האוז, און ווען זיי וואלטן ווען פרובירט , גלייב איך אז די סופרים קאורט וואלט זיי אפגעשטעלט, אבער אפי' אויב זיי וואלטן יא מצליח געווען, וואלטן זיי נאך אלץ געדארפט געווינען די האוז אין א דעמאקראטישע עלעקשאן.
אין אנדערע ווערטער, אויב נעמט מען אן אז די קאנסטיטוציע געט די רעכט פאר קאנגרעס איבערצודרייען די עלעקשאן, איז עס אזוי ווי די עלעקטארעל קאלעדזש, נישט זייער דעמאקראטיש, אבער אויך נישט פאשיזם.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:14 pm

צל עובר האט געשריבן:מייק פענס האט דאס נישט געוואלט נעמען צו די נעקסטע לעוול, אפשטעלן די וואלן אן האבן די שטימען אפי'. אבער ער האט אויסגעדריקט שטיצע פאר אבדזשעקטן.

מיטש מעקאנעל האט טאקע נישט געוואלט טון וואס מעקארטי האט יא געטון נאר נישט געהאט די שטימען, אבער דו האלטסט אז מעקאנעל וואלט עומד בנסיון געווען און נישט געשטימט אויף דעם אויב עס גייט אדורך אין אנדערן הויז? רעכן אריין אז כמעט דאס גאנצע רעפאליקאנער פאלק וואלט אים באמת געוואלט אומברענגען אלס פאררעטער אין אזא פאל.

איך האלט קלאר אז נישט, עין ערך זיין נעכטיגע וואויט אז עס איז אנקאנסטעטושענעל צו קאנוויקטן א געוועזענעם פרעזידענט, א זאך וואס איז גאנץ קלאר די לעצטע פאר וואכן אז עס איז נישט זיין עכטע מיינונג.

אז עס גיסט בלוט איז עס נישט פיספול, א טרענספער יא, אבער נישט פיספול, נישט שייך צו זאגן אנדערש.


נענסי פעלאוסי האט אויך אויסגעדריקט שטיצע פאר אבדזשעקטן אין 2004.

איך האלט גראדע אז וואס קרוז און האולי האבן יעצט געטון איז געווען א גרעסערע עוולה, ווייל עס האט געמיינט שטיצע פאר טראמפס מערכה איבערצודרייען די עלעקשאן, אבער דאס עצם אבדזשעקטן איז נישט די עוולה, צב''ש ווען זיי קומען ווען קלאר ארויס קעגן טראמפס מהלך, און זאגן קלאר אז די אבדזשעקשאן זוכט נישט איבערצודרייען די עלעקשאן אן קלארע עווידענס, וואלט עס נישט געווען קיין עוולה.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:16 pm

מען קען נישט מיט קיין האוז רעפרעזענטערטיוו אליין אפהאלטן אן עלעקשאן אויסגאנג.
טראמפ איז נישט קיין פאשיסט.
די רעפובליקאנער פארטיי זענען נישט קיין פאשיסטישע פארטיי.
די רעפובליקאנער פלאטפארמע איז נישט געווען געבויעט "וואטעווער טראמפ האלט".
עס איז יא געווען א פיספול טרענספער אף פאוער.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:18 pm

ועין ערך דער אשכול ווי 73% אייוועלט שטיצט טראמפ אלס פאשיסטישער דיקטאטור.

דאס איז די רעפאבליקאנער פארטיי האידנא, זיי האלטן קלאר נישט אז די דעמאקראטן האבן די רעכט צו פירן דאס לאנד לויט זייערע שיטות אויך אױב זײ געווינען די וואלן.

והיינו דאמרינן
צל עובר האט געשריבן:איך האלט נישט אז די מידיע איז נייטראל צווישן ביידע פארטייען, און זיי זאלן נישט זיין נייטראל צווישן פאשיזם און דעמאקראטיע



פנימחדשות האט געשריבן:אזויווי איך האב איינגעזען אז די טראמפיסטן וועלען געווענטליך קומען מיט טענות קעגען די שיטה אדער קעגען די מעשים פון די ליבעראלען-דעמאקראטן, און די דעמאקראטישע ניקס וועלען פיל מאל טענה'ן בלויז דאס אז טראמפ איז א כמו דיקטאטור אד"ג, האב איך אנגעהויבען אריינטראכטן צו איז טאקע אזוי געפערליך אז טראמפ זאל זיין א כמו דיקטאטור, און דערפאר שטעל איך דער אנקעטע, נאר איידערן שטימען ביטע ליינט מיין הקדמה.

די אנקעטע איז על הצד אז מארגען פאסירט דאס אומגלויבליכע, און אמעריקע ווערט צוטיילט אויף צוויי, אן בלוט פארגיסונג האפענטליך, איין האלב איז אינגאנצען קאנטראלירט ביי די דעמאקראטישע פארטיי, אבער אן א דיקטאטור, און די צווייטער האלב איז קאנטראלירט ביי די רעפאבליקאנער פארטיי מיט טראמפ אלס סעמי דיקטאטור בראש, [און איך שרייב נאר סעמי דיקטאטור, ווייל אין ביידע אמעריקעס וועט די קאנסטיטוציע זיין די הויפט געזעץ, און די געריכט וועט האבען די כח איבער די דיקטאטור צו דעמאקראטישע פארטיי, און ס'וועט זיין פרידאם פון ספיטש אא"וו], און איר זענט געגעבען די מעגליכקייט צו קלייבען אין וועלכע אמעריקע צו וואוינען, וואס וואלט איר אויסגעקליבען?

דאס איז באקאנט אז ע"פ התורה איז די ריכטיגע מהלך צו האבען א קעניג, אבער פון דארט קען מען נישט ברענגען א ראיה ווייל די קעניג איז באשטימט געווארען ע"פ נביא דורך די אייבערשטער, אבער די מהלך אין די גאנצע וועלט פלעגט זיין צו האבען א קעניג, און מען קען טאקע טענה'ן אז דאס האט גורם געווען צו פיל פון די אומזינסטע מלחמות וואס האט גורם געווען צו די טויט פון צענדליגע מיליאנען מענטשען איבער די דורות, און מען קען אויך טענה'ן אז היינט צו טאגס זענען אויך די גרויסע ארעסטאנט און מארד לאגערן אין די דיקטאטורישע לענדער כינע און צפון קאריע, און נישט אין קיין דעמאקראטישע לענדער, און דערפאר מינדערוויכטיג איך נישט די וויכטיגקייט פון דעמאקראטיע, אבער למעשה זענען דא פיל מענטשען וואס שפירען, ואני בתוכם, אז היינט איז עס פיל מער די לינקע וואס גייען מיט די דיקטאטורישע מהלך ווי איידער די רעכטע, וקאומאו וכת דיליה יוכיחו, און היינט נאכט האט @שיעלע בהמה געברענגט א נייעס אז אין פראנקרייך האט מען אויפגעברענגט א געזעץ אז מען זאל נישט טארען פילמירען די פאליציי, און אזוי זענען דא נאך פיל הוכחות צו דער ענין (למשל די אויפפירונג פון טוויטער אא"וו) וואס האפענטליך אנדערע וועלען צוברענגען אין דער אשכול, נאר ביי די לינקע איז עס דיקטאטורשאפט אן א דיקטאטור, ד. ה. די פארטיי צו די רעגירונג אד"ג ווערט די דיקטאטור, נישט א ספעציפישע מענטש, אבער מהיכי תיתי אז דאס איז עפעס בעסער ווי איידער אז א ספעציפישער מענטש איז די דיקטאטור?

יעצט דאס איז באקאנט (אדער אפשר נישט) אז בעצם איז די בעסטע זאך א גוטער קעניג וואס קימערט זיך באמת מיט די מענטשען פון זיין קעניגרייך און ווייסט וויאזוי צו פירען א לאנד גוט, נאר זעלבסטפארשטענדליך קען מען קיינמאל נישט וויסען וויאזוי זיינע קינדער וועלען זיין, און דערפאר אויף למעשה איז דעמאקראטיע די בעסטער מהלך, אבער יעצט אז אונז רעדען פון א ספעציפישער מענטש, דאנאלד טראמפ, וואס האט שוין אויפגעוויזען אז ער ווייסט זייער גוט וויאזוי צו פירען א לאנד, און אזוי אויך האט ער ליב אונז אידעלעך, געלויבט די באשעפער, זעה איך נישט פארוואס ס'איז אפגעפרעגט אז ער וואלט אויך געווען גוט אלס א כמו דיקטאטור, אזויווי למשל אין רוסלאנד איז באוואוסט אז די אידען זענען פאניא בראט מיטן דיקטאטור פוטין.

און איך טו דא קלארשטעלען אז די צד אויפן אנקעטע אז טראמפ וועט זיין א סעמי דיקטאטור, מיינט צו זאגען אז ס'וועט זיין א פרידאם פון ספיטש און צייטונגען אד"ג, נישט אזויווי אין רוסלאנד, ד. ה. אז די קאנסטיטוציע וועט ווייטער פאנקצינירען, נאר אויסער די חלקים וואס רעדען פון עלעקטען א פרעזידענט אד"ג, און איך פארשטיי אז ס'איז דא א חשש אז די סעמי דיקטאטור וועט דאס פראבירען צו טוישען, אבער די געריכט וועט האבען א כח איבער עם, און כאטש אויך דאן איז דא א ווייטער( ?) חשש אז טראמפ וועט זיך שטארקען אויך איבער דעם, איז אבער אויף די פארקערטער צד פון א ליבעראלער אמעריקע אויך דא א ווייטער (?) חשש אז מען וועט נישט טארען מאכען קיין ברית מילה דארטען און להבדיל וועט מען נישט טארען דרייווען קיין קארס אד"ג וכו' וכו', איז ממילא די שאלה אין די אנקעטע זענט איר מער חושש פאר די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א טראמפ סעמי דיקטאטורשאפט, אדער פון די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א 100% ליבעראל געפירטע אמעריקע.

נ. ב. די לעצטע פאר וואכען האב איך געהאלטען, און געזאגט אזוי צו מיינע חבירים, אז איך וויל נאר אז טראמפ זאל געווינען דורך די נארמאלע וועג, און נישט דורך קאורט אויך אויב ער איז גערעכט, ווייל ס'וועט אודאי ברענגען צו גאר גרויסע כאאס, אבער די לעצטע פאר טעג נאכן הערען וואס טוט זיך אפ אין טוויטער, און נאכן ליינען א שיינע פאר שאנדפולע תגובות פון געוויסע פרא ביידען ניקס (איך גלייך קיינמאל נישט ווען מענטשען זענען מדמה די פאליציי אין א"י צו די נאציס אד"ג, אבער גיין צושטעלען א ספעציפישע מענטש צום אשמדאי אליין, ווען זיין צוגאנג צו אידען לכה"פ איז גענוי די פארקערטע פון דער ימח שמו'ניק, איז נעקסט לעוועל ביג טיים), האב איך געטוישט מיין מיינונג, און איך האף אז טראמפ וועט יא געווינען דורכן געריכט.

אזויווי איך קען זיך נישט צו גוט אויס אין די אייוועלט קארידארען, ווייס איך נישט פונקטליך ווי דאס באלאנגט, איז איך לייג עס אין נייעס, היות דאס ליינען די נייעס אשכולות האט גורם געווען אז איך זאל נעמען די מי און עפענען דער אשכול, און טאמער די מנהלים ווילען קענען זיי עס איבערלייגען ערגעץ אנדערש, נאר נישט אין פארברענגען.

הוספה: איך לייג דא צו עטליכע תגובות פון ווייטער אינעם אשכול וואס קען אויסקלארען אביסל די אנקעטע.
פנימחדשות האט געשריבן:הערה: אודאי געוויס וואלט איך פיל מער הנאה געהאט פון א נארמאלער מענטש, וואס זאל אויפטאן די זעלבע ווי טראמפ, נאר אז סיז נישט דא מוז מען זיך באגנוגענען מיט דער שור מועד.

פנימחדשות האט געשריבן:אודאי האלט איך אז די יעצטיגע אמעריקע איז בעסער פון ביידע אפציעס, נאר די שאלה איז וועלכע פון די צוויי אפציעס איז בעסער, אדער אין אנדערע ווערטער זענט איר מער חושש פון די מעגליכע נישט גוטע קאנסיקווענצען פון א טראמפלאנד אדער פון א ליבעראללאנד.

פנימחדשות האט געשריבן:די שאלה איז על הצד אז ס'וועט נאר בלייבען די דעמאקראטישער פארטיי אין די ליבעראל-לאנד, און משום איזה סיבה וועט זיך נישט עפענען דארט א כמו רעפאבליקאנער פארטיי.

פארשטייט זיך אז די שאלה איז נאר טעארעטיש, עס איז בעיקר אויף ארויסצוברענגען טאמער מען האט מער געטרוי אין די דעמאקראטישע פארטיי אדער אין טראמפ.

פנימחדשות האט געשריבן:אודאי וויל איך בעסער אז ביידען זאל זיין פרעזידענט, און די פאראייניגטער אמעריקע זאל ווייטער אנגיין, ווי איידער אז טראמפ זאל ווערען א סעמי דיקטאטור אא"וו, נאר אזויווי איך האב געזען אז גאר א גרויסער טאלקינג פוינט פון די פרא ביידען, אדער בעסער געזאגט אנטי טראמפ, ניקס איז דאס אז טראמפ פירט זיך אויף עטוואס דיקטאטוריש אא"וו, אבער איך האב נישט געזען די זעלבע ניקס האבען די זעלבע סארט טענות אויף די לינקע סעמי דיקטאטורשאפט, האב איך געעפענט דער אנקעטע, און די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

די ערשטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די ערשטע (אדער צווייטער...) האלב אמעריקע ווי בדרך נס וועט נאר זיין א דעמאקראטישע פארטיי, וואס וועט שטענדיג אריינגעוועלט ווערען ביושר, און זיי וועלען קענען טאן וואס ס'גלוסט זיך זיי אלס פארטיי אויס, און די צווייטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די אנדערע האלב אמעריקע ווי טראמפ וועט ווערען פרעזידענט פאר זיין גאנצע לעבען אן קיין וואלען, און ווען ער וועט שטארבען וועלען זיך ביידע אמעריקעס פאראייניגען בדרך נס, און ס'וועט צוריק ווערען אזויווי ס'איז יעצט.

איז אין אנדערע ווערטער איז די שאלה בעצם צו האט איר מער מורא פון די דעמאקראטישע פארטיי אן איינער וואס האלט זיי צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע און געריכט, איבער וואס זיי קענען זיך אודאי פראבירען צו מתגבר זיין, למשל דורכן אריינשטעלען ראדיקאלע געריכטער אא"וו), אדער צו האט איר מער מורא פון טראמפ אלס סעמי דיקטאטור אן איינער וואס האלט עם צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע וכו', אזויווי פריער). [ווי אויך קען זיין אזעלכע וואס ס'גייט זיי נישט אן די תוצאות, די עיקר איז אז ס'זאל זיין "דעמאקראטיע", ד. ה. אז די רעגירונג דארף זיין אריינגעוועלט ביושר, און אויך זיי וועלען אודאי שטימען פאר די ערשטער צד, כאטש ס'קען זיין אז בעצם האבען זיי מער מורא פון א ליבעראלע ווערטשאפט, און איך האף אז דאהי אויף אייוועלט געפינען זיך נישט אזעלכע ניקס].

איך מיין אז מיט דער הסבר פאלען אוועק פיל, אויב נישט אלע, פון די טענות וואס מ'האט קעגען די צווייטער צד אינעם אנקעטע און קעגען יעדער איינער וואס האט געשטימט פאר דער צד, און ס'איז אודאי זייער מעגליך אז אלע וואס האבען געשטימט פאר דער צד האבען ריכטיג פארשטאנען די צוויי צדדים.


----------

ר' יואל, דער 1877 געזעץ - נישט זיכער אז עס קאנסטיטוציאנאל - געבט די רעכט פאר קאנגרעס נישט צו באשטעטיגן וואלן אויב זיי האלטן אז עס איז געווען פראוד וואס האט געטוישט די וואלן כמובן, ווייל אויב נישט, איז דער עלעקטארל קאלעדזש עמטליך גארנישט ווערט ווי מעקאנעל האט מסביר געווען, און קעווין מעקארטי מיט רוב פון זיינע מעמבערס טענה'ן ניטאמאל אז זיי האלטן אז עס איז געווען פראוד, זיי האבן פשוט גענוצט זייער לעגאלע מאכט צו פרובירן צו סאבווערטן דעמאקראטיע, מעקארטי האט איין תירוץ, אז עס האט נישט געקענט דורכגיין...

דער סופרים קאורט האט נישט קיין עכטע ווארט אין די ענינים, חוץ אויב זיי וואלטן געהאלטן ביים פסק'ענען אז דער 1877 געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנאל, אבער זיך דינגען מיט קאנגרעס אויב די וואלן זענען געווען פרי ענד פעיר קענען זיי נישט.

און איך זעה אז דו ווייסט פיין דעם חילוק צווישן 2004 און 2016 ווען געוויסע האבן פשוט געוואלט שטיין אויפן קאפ אביסעלע, לגבי יעצט ווען די גאנצע פארטיי אפאראט איז געווען איינגעשפאנט אין די זאך, ובעיקר אז עס איז געווען געפירט דורך זייער קאנדידאט, דער אינקאמבענט פרעזידענט.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:37 pm

צל עובר האט געשריבן:מייק פענס האט דאס נישט געוואלט נעמען צו די נעקסטע לעוול, אפשטעלן די וואלן אן האבן די שטימען אפי'. אבער ער האט אויסגעדריקט שטיצע פאר אבדזשעקטן.

מיטש מעקאנעל האט טאקע נישט געוואלט טון וואס מעקארטי האט יא געטון נאר נישט געהאט די שטימען, אבער דו האלטסט אז מעקאנעל וואלט עומד בנסיון געווען און נישט געשטימט אויף דעם אויב עס גייט אדורך אין אנדערן הויז? רעכן אריין אז כמעט דאס גאנצע רעפאליקאנער פאלק וואלט אים באמת געוואלט אומברענגען אלס פאררעטער אין אזא פאל.

איך האלט קלאר אז נישט, עין ערך זיין נעכטיגע וואויט אז עס איז אנקאנסטעטושענעל צו קאנוויקטן א געוועזענעם פרעזידענט, א זאך וואס איז גאנץ קלאר די לעצטע פאר וואכן אז עס איז נישט זיין עכטע מיינונג.

אז עס גיסט בלוט איז עס נישט פיספול, א טרענספער יא, אבער נישט פיספול, נישט שייך צו זאגן אנדערש.

דו האסט אראפגעלייגט א הנחה אז ווען די רעפאבליקנס זאלן ווען קאנטראלן ביידע הייזער וואלט ביידען נישט געווען פרעזידענט, א שיינע טאלקינג פוינט אבער דו פאקטן גייען אקעגן דיר

* לויט דיר וואלטן אלע רעפאבליקן קאנגרעסלייט געדארפט שטימען פאר אבדזשעקשן, דאס האט נישט פאסירט

* רוב רעפאבליקן סענעטארס זענען נישט מיטגעגאנגן מיט אבדזשעקשן

* מייק פענס און מיטש מעקאנעל זענען געווען קעגן איבערדרייען די רעזאלטס, דו האלטס אז מעקאנעל וואלט נישט עומד בנסיון געווען, קען זיין אבער נאכאלץ נישט א פאקט

לגבי פיספול טרענספער, דו זאגסע א שיינע געפילישע פוינט, אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט געווען א פיספול טרענספער, יא ס'איז געווען גרויליג צוצוקוקן וואס דארט האט פאסירט אבער דאס האט נישט צוטון מיט יא פיספול טרענספער אדער נישט
מיר זענען דא צוריק!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:38 pm

עס איז גאר א אנדערע בחינה צו שטימען קעגן עפעס ווען עס גייט ממילא נישט אדורך, ווי ווען עס האט א עכטע טשענס.

מייק פענס האט געשטיצט אבדזשעקשן אויף די רעקארד.

פיספול האט א דעפינישאן.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:43 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז גאר א אנדערע בחינה צו שטימען קעגן עפעס ווען עס גייט ממילא נישט אדורך, ווי ווען עס האט א עכטע טשענס.

מייק פענס האט געשטיצט אבדזשעקשן אויף די רעקארד.

פיספול האט א דעפינישאן.

איך האף דו פארשטייסט אז סאיז גרינגער צו שטימען אויף אזאך וואס גייט סייווי נישט דורך גיין

------------

מייק פענס איז געווען קעגן איבערדרייען די רעזאלטס, יא אדעק ניין? אבדזשעקטן מיינט נישט איבערדרייען, אבדזשעקשן איז אלעמאל געווען, מען ווערט נישט פאשיסטיש פאר דעם

פעלאוסי האט אבדזשעקדעד בוש'ס געווינס אין 2004
לעצט פאראכטן דורך בעסער אזוי אום מיטוואך ינואר 27, 2021 5:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מיר זענען דא צוריק!

פארשער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך פארשער » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:47 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז גאר א אנדערע בחינה צו שטימען קעגן עפעס ווען עס גייט ממילא נישט אדורך, ווי ווען עס האט א עכטע טשענס.


קען אויך זיין פונקט פארקערט, אז געוויסע האבן געשטימט צו אבדזשעקטן וויסענדיג אז עס וועט ממילא נישט דורכגיין און זיי האבן עס בלויז געטון כדי צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו זייער פארלאנג צו פארשן וואטער פראוד וואס לשיטתם האט מען עס נישט געהעריג אויסגעפארשט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:50 pm

'פאשיזם' האט א דעפענישאן.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 4:43 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:'פאשיזם' האט א דעפענישאן.


זעה אויך די צווייטע
Screenshot_20210127-163629_Chrome.jpg
Screenshot_20210127-163629_Chrome.jpg (212.38 KiB) געזעהן 376 מאל


-----------

און בנוגע פענס, מקור אז ער האט געשטיצט די אבדזשעקשנס, נאר נישט געוואלט גיין צו די נעקסטע לעוול, פון עס מבטל זיין אן האבן די וואויטס.
Screenshot_20210127-164233_Chrome.jpg
Screenshot_20210127-164233_Chrome.jpg (603.7 KiB) געזעהן 376 מאל

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 4:56 pm

סוי פעלאוסי איז אויך א פאשיסט?
מיר זענען דא צוריק!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 5:10 pm

געשריבן דא אויבן פאר ר' יואל.

און איך זעה אז דו ווייסט פיין דעם חילוק צווישן 2004 און 2016 ווען געוויסע האבן פשוט געוואלט שטיין אויפן קאפ אביסעלע, לגבי יעצט ווען די גאנצע פארטיי אפאראט איז געווען איינגעשפאנט אין די זאך, ובעיקר אז עס איז געווען געפירט דורך זייער קאנדידאט, דער אינקאמבענט פרעזידענט.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דזשאו ביידען סקאנדאלן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2021 5:12 pm

אין איין ווארט, דו זאגסט אז די רעפאבליקן פארטי איז פאשיסטיש פארן טון עפעס וואס איז 100% אויסגעהאלטן און אזאך וואס דעמאקרעטס האבן געטון ביי א רעפאבליקן פרעזידענט, און ס'איז נישט דא קיין שום עווידענס אז די רעפאבליקנס וואלטן ווען איבערגעדרייט די רעזאלטס פון די וואלן ווען זיי האבן ווען א מאיאריטעט, אויב עפעס פארקערט

מעגליך אז דו קענסט זייער שטארק באשטיין אז דאס זאל האבן געווען די קעיס, אבער דאס טוישט נאך נישט די מציאות
מיר זענען דא צוריק!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 3 געסט