שפרינגען האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:ווען טראמפ שטעלט זיך ווען אפ פאר א סענדוויטש וואס דאן דער יונגער בעהט, און דער רעסטוראן איז אינוועסירט דורך איינעם נאנט צום פרעזידענט, וואלט געווען שאק און שוידער אויף די טעליוויזיע כוואליעס.
נו שוין
לאמיך זען צו די אליין פארשטייסט וואס די שרייבסט
ווער זאגט אז האנטער האט געבעטן? ער האט נישט געקענט ווארטן צוויי מינוט אנצוקומען צום ווייסן הויז? דער מאטארקאדע איז דאך געווען אויפן וועג צום ווייסן הויז, האסט שוין אמאל געהערט אזא זאך אז א פרעזידענט דארף גיין קויפן בייגעלס אין א געשעפט?
#מען ניצט נישט די דזשעלי
וועמענס איידיע עס איז געווען איז נישט זיכער, קען זיין אז ירום הודו אליינס האט געוואלט שטיצן יענעם געשעפט, אבער יא, דער בן מלך האנטער איז אריין אין יענעם געשעפט קויפן עסן, און לכבוד דעם האט זיך דער גאנצער מאטארקאדע אפגעשטעלט ווארטן.
דאס איז געווארן באריכטעט דורך יעדן איינעם. און עס איז גאר א נארמאלע זאך אז א פרעזידענט שטעלט זיך אפ שטיצן געשעפטן. (ווער געדענקט ווען אבאמע האט געקויפט ראגעלעך אין אלאסקע...?)
שפעטער איז געווארן אנגעוויזן אז דעם פרעזידענט'ס א נאנטער איז דארט אינוועסטירט, ממילא איז מעגליך אז וועגן דעם האבן זיי באקומען די ערשטע אזא סטאפ.
לגבי דעם פארגלייך צו וואס מען וואלט ווען געזאגט ווען דאס געשעט ביים ארויסגעוועלטן פרעזידענט, דער געוועזענער פרעזידענט פלעגט מאכן באלן געצאלט דורך די רעגירונג אין זיין רעזארט, קיינמאל קיין סקאנדאל נישט געווען. (איך רעד פון דעם עצם זאך פון מאכן דארט די באלן, דאס אז מען איז לעצטענס דערגאנגן אז ער האט גערעכנט די רעגירונג $3.00 א גלעזל וואסער וואס ער האט געטרינקן האט יא געהויבן אויגן ברעמען ביי מאנכע, אבער נישט גענוג הויעך אז עס זאל אפילו זיין באריכטעט אויף אייוועלט אויב איך געדענק גוט. אויף 115 און 118 שטעל איך זיך פאר איז עס אודאי נישט געווארן באריכטעט.)
אז מען רעדט שוין פון טרוט ניוז, זייערע רעיטינגס זענען סקיי היי לייק עז איף דער איז נאו טומאראו. (עס איז אבער אנגענומען אז זייערע רעיטינגס גייען פאלן ווען דער עולם גייט צוריק ווערן אינטרעסירט אין פאליטיק אויף נארמאלע נישט טראמפ תקופה שטאפלן.)