2020 למספרם פאליטישע ראליס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האלצשטיין
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יוני 22, 2020 11:15 am

צו זאגן אז קאראנע האט געשפילט א ראלע א מענטשן-טראמפ שטיצער זאלן נישט אנקומען דאס אליינס איז שוין א ווארענוג סיגנאל פאר טראמפ
וויבאלד ביי אים איז שוין קאראנע א פארגאגנגענהייט און דא זעסטו אז די שטיצער האבן נאך יא מורא פון קאראנע און דאס איז נישט גוט פאר אים פאליטיש

פארסקעל האט זיך שוין לכאורה אנגעהויבן צו צוזאמפאקן זיינע פעקלעך

ער זיכט צו דינגען א באנגעלאו און עני באנגעלאו קאלאני וואס האט נאך אוועילעבל איינס פאר אים

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך אפשר פארקערט » מאנטאג יוני 22, 2020 11:51 am

איך מיין אז די נעקסטע ראלי זאל טראמפ מאכען און וויליאמסבורג דא קען ער האבען סאך א גרעסערע עולם ווי אין אקלעהומע

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך mosha g » מאנטאג יוני 22, 2020 11:58 am

מארגען קומט פאר א מאסיווער קאמפיין פאנדרעיזער/ראלי מיט ביידען/אבאמא. הונדערטער טויזענטער טיקעטס זענען שוין פארקויפט געווארן, מען האלט דאס מיט אנליין נאר דורך א טיקעט קאד.

* אזא מאסיווער פאנדרעיזינג ראלי טרייבט אויף מיליונען, און קאסט כמעט גארנישט

האלצשטיין
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יוני 22, 2020 12:00 pm

mosha g האט געשריבן:מארגען קומט פאר א מאסיווער קאמפיין פאנדרעיזער/ראלי מיט ביידען/אבאמא. הונדערטער טויזענטער טיקעטס זענען שוין פארקויפט געווארן, מען האלט דאס מיט אנליין נאר דורך א טיקעט קאד.

* אזא מאסיווער פאנדרעיזינג ראלי טרייבט אויף מיליונען, און קאסט כמעט גארנישט

וויפיל טיקעטס איז שוין געבוקט? מער ווי א מיליאן...?

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 22, 2020 12:21 pm

טראמפ , בעפאר די ראלי ענד עפטער....

https://www.dropbox.com/s/lr9bubjf8uiqh ... y.mp4?dl=0

קרעדיט: די לינקלן פראיעקט.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג יוני 22, 2020 12:28 pm

WOW
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 22, 2020 12:29 pm

יש ברירה האט געשריבן:טראמפ , בעפאר די ראלי ענד עפטער....

https://www.dropbox.com/s/lr9bubjf8uiqh ... y.mp4?dl=0

קרעדיט: די לינקלן פראיעקט.

די געילי איד האט באריכטעט אז טראמפ האט אפגעהאלטן א מאסיווע ראלי אין ארקענסאס כאטש די מידיע באריכטעט אז עס זענען נישט געווען אזוי סאך. זייער פאני. די איינמאל זענען שוין סופארטערס אויך מודה אז עס איז געווען א שטיפל דורכפאל, וועמען ווילן זיי פאפן? אפילו טראמפ זעט אויס ווי ער האלט נישט ווי זיי
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 22, 2020 12:35 pm

קענסט ברענגען די אויסצוג?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יוני 22, 2020 12:38 pm

פרעזידענט קאמפיין 2020 - טולסא, אקלעהאמע. נעכטן איז ענדליך פארגעקומען אין ''טולסא אקלעהאמע'' דער לאנג ערווארטעטע ''מעגא ראלי'' פון פרעזידענט טראמפ'ס 2020 ווידערערוויילונג קאמפיין, מיט די באטייליגונג פון 100,000 מענטשן..; לינקע פראטעסטירער האבן אנגעמאכט פארשידענע 'פראוועקאציעס' לענגאויס עטליכע פונקטן אין דאונטאון טולסא, אבער 'אווער אלל' איז דער גאנצע ראלי אריבער אן קיין ערנסטע אינצידענטן..; פרעזידענט טראמפ האט מיט דעם ''מעגא ראלי'' אנגעהויבן די ערנסטע פאזע פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און וועט יעצט גיין ''פול פארס'' ביז צו 'נאוועמבער 3' צו זיין ענדגילטיגע ניצחון..; דער פרעזידענט האט אויך נעכטן בעצם אויפגעדעקט זיינע "מעין פוינטס" וועלכע וועלן ''דאמינעיטן'' זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און לויט ווי עס האט אויסגעקוקט נעכטן... איז דאס זייער 'שלעכטע נייעס' פאר 'דזשאו ביידן' מיט די דעמאקראטישע פארטיי...

נישטא וואס צו רעדן... דער בחור האט עס אין די בלוט...! ער איז געווען אזוי 'ריזיג' נעכטן, אז מען קען עס פשוט נישט אראפגעבן אויף פשוטע טרוקענע פאפיר... עס איז געווען עפעס איינ'ס אין די וועלט..! פאר איבער א שעה אין א האלב אין א ציה! איז דער פרעזידענט געשטאנען אויפן פאדיום אין דעם ריזיגן גינגאטישן סטעידיום אין דאונטאון טולסא אקלעהאמע, און האט פשוט און פראסט ''עלעקטרעזירט'' די אמעריקאנע מאסן... דער פרעזידענט האט יעדע פאר מינוט ארויסגעשאסן א פרישע ציפעדיגע קאמפיין מעסעדזש... און האט אויפגעברענגט אסאך 'טעמעס' און 'אישוס' וועלכע די ליבעראלן וואלטן זיך ווען געוואונטשן אז ער ברענגט עס ווען נישט אויף... (מיר האבן פריער געשריבן, אז דער פרעזידענט האט עלעקטרעזירט "די אמעריקאנע מאסן"... מיר האבן דאס אזוי געשריבן, כאטשיג וואס אין די BOK ארענע אין דאונטאון טולסא גייט נאר אריין 25,000 מענטשן די מאקסימום... און די סיבה צו דעם איז, ווייל אדאנק די ווילדע העץ קאמפיין וואס די 'מעין סטריעם מידיא' האט אנגעפירט אקעגן דעם ראלי, האבן מיליאנע אמעריקאנע בירגער מיטגעהאלטן דעם ראלי פון זייערע היימען, און א 'רעקארד נומבער' פון מענטשן האבן דאס מיטגעהאלטן לעבעדיג..! לויט ''פאקס ניוז'' באריכטן, האבן מער מענטשן מיטגעהאלטן נעכטן דער ''מעגא ראלי'' אין טולסא, ווי סיי וועלכע אנדערע נעשענעל געשעעניש..! געווענליך ביי א עכטע נעשענעל געשעעניש, ווי למשל ווען דער פרעזידענט רעדט צום פאלק, אדער ביי א וויכטיגע פאסירונג, האלטן עס געווענליך מיט בערך 10 ביז 15 מיליאן מענטשן, אין בעסטן פאל, (חוץ פון די 'פרעזידענט דעבעיט'ס' וואס דעמאלט'ס זענען פארהאן ארום 60 מיליאן צוקוקער...), אבער נעכטן האבן טעלעוויזיע באריכטן געלייגט דער נומבער ערגעץ ווי אין די געגענט פון 23 מיליאן צוקוקער..! וואס דאס איז זיכער צו פארדאנקן פאר דער 'גרויסע טומל' וואס די 'מעין סטריעם מידיא' האט אנגעמאכט אקעגן דעם ראלי, וועלכע האט ווי געווענליך געברענגט די געוואונטשענע 'קעגן רעאקציע', און האט געברענגט אזא מאסיווע אינטערעסע אין א פשוטע ראלי...).

בקיצור הדברים אין טרוקענע ווערטער... איז נעכטן ענדליך פארגעקומען אין ''טולסא אקלעהאמע'' דער לאנג ערווארטעטע ''מעגא ראלי'' פון פרעזידענט טראמפ'ס 2020 ווידערערוויילונג קאמפיין, און אנדערש ווי די מידיא האט געהאט געהאפט א גאנצע צייט, און אנדערש ווי זיי האבן געהאט נעכטן 'פאלטש' באריכטעט, איז דאס פארגעקומען מיט די ריזיגע באטייליגונג פון 100,000 מענטשן..! גאנץ דאונטאון טולסא איז געווען פארפלייצט מיט טויזענטע טראמפ שטיצער'ס, און 'גינגאטישע מייקס' מיט 'קאלירפולע סקרינס' האבן ארומגעטראגן דעם פרעזידענט'ס שטימע אין א שטח פון 'א מייל' ארום דעם גרויסן BOK סטעידיום. ווי שוין געהאט געמאלדן דא אויף די שפאלטענעס פון 'קול ברמה', איז אדאנק די ווילדע העצע וואס די מידיא האט געהאט אנגעפירט אקעגן דעם ראלי, האבן איבער 'א מיליאן מענטשן' פראבירט צו קויפן 'טיקעטס' צו דעם ראלי..! וועלכע איז פארגעקומען אין דעם BOK סטעידיום אין טולסא, וועלכע פארמאגט בלויז 19,000 זיצן, מיט פלאץ פאר נאך 5500 זיצן אויפן גראונד פלאר. דער טראמפ קאמפיין האט צו ערשט באטראכט עטליכע 'אפשענס' ווי אזוי צו ערמעגליכן פאר ''הונדערטע טויזענטע'' מענטשן מיטצוהאלטן דעם ראלי לעבעדיג, אבער האט דערנאך באשלאסן אז דאס וועט מעגליך שאטן פאר ווייטערדיגע קומעדיגע ראליס, און האבן דעריבער באשלאסן אפצוהאלטן דעם ראלי אויפן זעלבן שטייגער ווי דער פרעזידענט'ס ביז יעצטיגע ראליס, און האבן געמאלדן אז דער גאנצע שטח ארום דעם סטעידיום וועט פארמאגן ריזיגע גינגאטישע מייקס מיט סקרינס, און דאס וועט ערמעגליכן פאר 'נאך' טויזענטע מענטשן מיטצוהאלטן דעם ראלי. לינקע פראטעסטירער האבן אנגעמאכט פארשידענע 'פראוועקאציעס' לענגאויס עטליכע פונקטן אין 'דאונטאון טולסא', עס זענען פארגעקומען פארשידענע מארטשעס פון די "בלעק לייוו מעטערס'' באוועגונג, אבער 'אווער אלל' איז דער גאנצע ראלי אריבער אן קיין ערנסטע אינצידענטן...

די מידיא מיט די דעמאקראטישע 'קארפן קעפ' ווייסן דאך יא די כוח פון דעם פרעזידענט'ס ראליס... זיי ווייסן זייער גוט די סיבה פארוואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען אין 2016 ... דעריבער האבן זיי געהאט אריינגעלייגט ''אוממענטשליכע כוחות'' אז דער פרעזידענט'ס "מעגא ראליס'' זאלן זיך נאך נישט אנהייבן יעצט... נאר הערשט נאכן זומער... וואס האבן זיי נישט אלץ פראבירט דאס אפצושטעלן... קודם האבן זיי געטומעלט און פארפירט אז דער ראלי וועט אנשטעקן גאנץ אקלעהאמע מיטן וויירעס... ווען זיי האבן געזען אז דער טראמפ קאמפיין לאכט זיך אויס פון די גרויסע מידיא היסטעריע.. האבן זיי פראבירט צו נוצן די מאכט פונעם דעמאקראטישן מעיאר פון טולסא אפצושטעלן די ראלי... ווען דאס איז נישט געגאנגן, אדאנק די שטייפע שטעלונג פון דעם רעפובליקאנע גאווערנער, האבן זיי אנגעהויבן מיט א רעגן פון געשיכטעס וואס דער טראמפ ראלי וועט אלץ אנטון שלעכטס און שאדענס פאר א האלבע וועלט... עס איז ממש נישט צו גלייבן וויפיל כוחות די חברה האבן אריינגעלייגט אפצושטעלן א פשוטע ראלי פונעם פרעזידענט... (יא, יא... עס וואלט געווען 'א פשוטע ראלי' ווען נישט די דאזיגע ליצים... פרעזידענט טראמפ דארף ווען באמת שיקן א קראנץ בלומען פאר די מידיא פאר זיין נעכטיגע הצלחה...) אפילו נעכטן נאכט נאכן ראלי, האט די מידא געהאלטן אמעריקאנער געשפאנט מיט ''פאנטאסטישע געשיכטעס''... ווי אז איבער 10 טראמפ קאמפיין ארבעטער זענען געווארן אנגעשטעקט פונעם וויירעס... און אז די סטעידיום איז האלב ליידיג... און אז עס זענען פארגעקומען "געפערליכע צוזאמשטויסן" צוישן די טראמפ שטיצער'ס מיט די פראטעסטירער, און אזוי ווייטער און ווייטער, און דער אמת איז, אז נאכן נעכטיגע ראלי פונעם פרעזידענט, פארשטייען מיר זייער גרויסע שרעק... זיי האבן באמת געהאט פון וואס מורא צו האבן... דער ראלי איז געווען אזוי מאסיוו, אז דאס איז געווען פאר זיי ממש א קאטעסראפע...
מארגן בעזר השם, וועלן מיר באריכות 'אויסשמועסן' און 'צולייגן' די 'תוכן' פון דעם פרעזידענט'ס ווערטער נעכטן ביים ראלי. בעזר השם.

קרעדיט: קול ברמה זונטאג

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 22, 2020 12:44 pm

פּרעזידענט טראמפּ
פירט דורך ריזן ראלי
אין אקלעהאמע

טאלסע – פּרעזידענט טראמפּ איז נעכטן געפארן קיין טאלסע, אקלעהאמע, וואו ער האט אפיציעל באנייט זיין קאמפּיין פאר ווידערוויילונג, מיט'ן דורכפירן א ריזיגן ראלי מיט דער באטייליגונג פון פילע טויזנטער מענטשן, געבנדיג א פייערדיגע רעדע.

פארשידענע לינקע אקטיוויסטן און פּראטעסטירער האבן פּרובירט אפּצושרעקן אנטיילנעמען, דורכ'ן בונטעווען אין די גאסן ארום דעם גרויסן סטאדיום, אבער דער פּרעזידענט איז ערשינען צו אן אנגעפילטן זאל מיט טויזנטער באטייליגטע.

די רעדע פונעם פּרעזידענט האט זיך געצויגן פאר בערך איינס און אהאלב שעה, וואו ער האט געלופטערט פארשידענע אישוס און טעמעס, אריינגערעכנט דאס זאגן אז די סיבה פארוואס פאזיטיווע קאראנא קעיסעס שטייגן איז בלויז ווייל מ'טעסט נאך.

די ליבעראלע מידיא האט פּרובירט אנצודרייען א שטורעם מיט'ן זאגן אז דער פּרעזידענט האט זיך געהאט געריכט אויף איין מיליאן באטייליגטע, צוליב וואס אזויפיל טיקעטס זענען געבוקט געווארן, און די גאנצע זאך איז בלויז געווען אנגעדרייט דורך לינקע יוגנטליכע וואס האבן ספעציעל געבוקט פאלשע טיקעטס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 22, 2020 12:48 pm

Goodmorning האט געשריבן:פּרעזידענט טראמפּ
פירט דורך ריזן ראלי
אין אקלעהאמע

טאלסע – פּרעזידענט טראמפּ איז נעכטן געפארן קיין טאלסע, אקלעהאמע, וואו ער האט אפיציעל באנייט זיין קאמפּיין פאר ווידערוויילונג, מיט'ן דורכפירן א ריזיגן ראלי מיט דער באטייליגונג פון פילע טויזנטער מענטשן, געבנדיג א פייערדיגע רעדע.

פארשידענע לינקע אקטיוויסטן און פּראטעסטירער האבן פּרובירט אפּצושרעקן אנטיילנעמען, דורכ'ן בונטעווען אין די גאסן ארום דעם גרויסן סטאדיום, אבער דער פּרעזידענט איז ערשינען צו אן אנגעפילטן זאל מיט טויזנטער באטייליגטע.

די רעדע פונעם פּרעזידענט האט זיך געצויגן פאר בערך איינס און אהאלב שעה, וואו ער האט געלופטערט פארשידענע אישוס און טעמעס, אריינגערעכנט דאס זאגן אז די סיבה פארוואס פאזיטיווע קאראנא קעיסעס שטייגן איז בלויז ווייל מ'טעסט נאך.

די ליבעראלע מידיא האט פּרובירט אנצודרייען א שטורעם מיט'ן זאגן אז דער פּרעזידענט האט זיך געהאט געריכט אויף איין מיליאן באטייליגטע, צוליב וואס אזויפיל טיקעטס זענען געבוקט געווארן, און די גאנצע זאך איז בלויז געווען אנגעדרייט דורך לינקע יוגנטליכע וואס האבן ספעציעל געבוקט פאלשע טיקעטס.

Daily yid
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 22, 2020 12:49 pm

קול ברמה איז פאר רעיל?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 22, 2020 12:54 pm

Goodmorning האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:פּרעזידענט טראמפּ
פירט דורך ריזן ראלי
אין אקלעהאמע

טאלסע – פּרעזידענט טראמפּ איז נעכטן געפארן קיין טאלסע, אקלעהאמע, וואו ער האט אפיציעל באנייט זיין קאמפּיין פאר ווידערוויילונג, מיט'ן דורכפירן א ריזיגן ראלי מיט דער באטייליגונג פון פילע טויזנטער מענטשן, געבנדיג א פייערדיגע רעדע.

פארשידענע לינקע אקטיוויסטן און פּראטעסטירער האבן פּרובירט אפּצושרעקן אנטיילנעמען, דורכ'ן בונטעווען אין די גאסן ארום דעם גרויסן סטאדיום, אבער דער פּרעזידענט איז ערשינען צו אן אנגעפילטן זאל מיט טויזנטער באטייליגטע.

די רעדע פונעם פּרעזידענט האט זיך געצויגן פאר בערך איינס און אהאלב שעה, וואו ער האט געלופטערט פארשידענע אישוס און טעמעס, אריינגערעכנט דאס זאגן אז די סיבה פארוואס פאזיטיווע קאראנא קעיסעס שטייגן איז בלויז ווייל מ'טעסט נאך.

די ליבעראלע מידיא האט פּרובירט אנצודרייען א שטורעם מיט'ן זאגן אז דער פּרעזידענט האט זיך געהאט געריכט אויף איין מיליאן באטייליגטע, צוליב וואס אזויפיל טיקעטס זענען געבוקט געווארן, און די גאנצע זאך איז בלויז געווען אנגעדרייט דורך לינקע יוגנטליכע וואס האבן ספעציעל געבוקט פאלשע טיקעטס.

Daily yid

דער איד איז געשריבן געווארן מוצאי שבת אין איינלעניש, ער האט זיך גוט צומישט מיט די זייטן ווער ס'האלט וואס... היינט האט ער שוין פארבעסערט.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג יוני 22, 2020 12:56 pm

מען דארף שיקן דעם קול ברמה פאר טראמפ. ווען טראמפ ווייסט ווען דאס וואלט ער נישט געווען אזוי אנידערגעשלאגן נאכן ראלי...

און בנוגע דער איד דעילי ברענגט ער נאך וואס טראמפ זאגט אז דער פראבלעם פון קאראנא איז ווייל מען טעסט נאך... א גאונות!

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 22, 2020 12:56 pm

זעהט אויס אז דער איד נעמט אפשר אינפארמאציע פון דא און האט נישט געכאפט פון דער ונהפוך הוא פראגראם...

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 22, 2020 12:56 pm

Goodmorning האט געשריבן:קול ברמה איז פאר רעיל?

אזוי קוקט עס אויס טעגליך... און אלע בחורים קויפן אפ זיינע דמיונות...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 22, 2020 12:58 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קול ברמה איז פאר רעיל?

אזוי קוקט עס אויס טעגליך... און אלע בחורים קויפן אפ זיינע דמיונות...

לויט ווי איך פארשטיי שרייבט עס א בחור. עכ"פ לויט די פינטלעך, סוגנון, שפראך, און תוכן.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6047
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 22, 2020 1:00 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:קול ברמה איז פאר רעיל?

אזוי קוקט עס אויס טעגליך... און אלע בחורים קויפן אפ זיינע דמיונות...

לויט ווי איך פארשטיי שרייבט עס א בחור. עכ"פ לויט די פינטלעך, סוגנון, שפראך, און תוכן.

איך האב אויך אזוי געמיינט... ער איז נישט קיין בחור. א באזעצענער מענטש מיט שכל. נאר ער קען פשוט נישט שרייבן.

קוקט אויס ווי ער פרובירט נאכצומאכן הערשל פר"מ'ס אנאליזן, וואס זענען גראדע אויך אפטמאל געקראכן אויף גראדע ווענט און צומאל פעיק ניוז. אבער הערשל קען כאטש רעדן און שרייבן, ער קען דאס אויך נישט...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 22, 2020 1:31 pm

יש ברירה האט געשריבן:טראמפ , בעפאר די ראלי ענד עפטער....

https://www.dropbox.com/s/lr9bubjf8uiqh ... y.mp4?dl=0

קרעדיט: די לינקלן פראיעקט.

יעדער איז אזוי קאנווינסד אז מען דארף דא עפעס זען אז מען זעט עס שוין ווירקליך...

#פראפאגאנדע
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
myrtle
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm

Re:

תגובהדורך myrtle » מאנטאג יוני 22, 2020 1:48 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די ווידעא צייגט אז ער האט געווארט 13 סעקונדן פון ווען די געשרייען האבן זיך אנגעהויבן פארשטארקן ביז ער האט אנגעהויבן רעדן ווייטער


גלייך ווען דער איינצעלנע שרייער האט אנגעהויבן דעם ״שיק איר צוריק״ געשריי האט ער יא גלייך אריינגעהאקט און ממשיך געווען צו רעדן. ער האט דאן געזאגט אז זי [אומאר] לאזט כסדר פאלן שלעכטע און אנטיסאמיטישע סטעיטמענט׳ס, דאן האט זיך די געשרייען פארשפרייט אינעם גאצן זאל.

אויף זיין געזיכט איז אבער קענטיג אז ער שפירט אומבאקוועם דערמיט, ווער עס פארשטייט צו געזיכט קנייטשן.

https://www.dropbox.com/s/mymweg2nxpxl8 ... 8.mp4?dl=0

ארבעט נישט

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 22, 2020 1:51 pm

הו! דאס איז גירסא דינקותא..
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך mosha g » מאנטאג יוני 22, 2020 2:27 pm

אבאמא האט פריער ארויסגעטוויט פאר 120 מיליון מענטשן, א איינלאדענונג צום מארגעדיגן פאנדרעזינג/ראלי.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יוני 22, 2020 4:11 pm

טולסא, אקלעהאמע. פרעזידענט טראמפ האט מיט זיין ''מעגא ראלי'' אנגעהויבן די ערנסטע פאזע פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און וועט יעצט גיין ''פול פארס'' ביז צו 'נאוועמבער 3 'צו זיין ענדגילטיגע ניצחון..; דער פרעזידענט האט אויך ''אויפגעדעקט'' ביים ראלי זיינע "מעין פוינטס" וועלכע וועלן ''דאמינעיטן'' זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און לויט ווי עס האט אויסגעקוקט... איז דאס זייער 'שלעכטע נייעס' פאר 'דזשאו ביידן' מיט די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי...

מיר האבן נעכטן אויסגעלאזט דעם ארטיקל, אז מיר וועלן היינט אויסשמועסן באריכות, וואס עס איז געווען דעם פרעזידענט'ס 'תוכן הדיבורים' ביי דעם ריזיגן ראלי אין טולסא אקלעהאמע, און אז מיר וועלן דאס היינט צולייגן אויף קליין געלט. נו... אז מיר האבן אזוי געזאגט וועלן מיר מקיים פסק זיין... און מיר וועלן נישט סתם אזוי צורייצן די געמיטער פונעם חשובן עולם... אזוי אויך וועט איר אזוי ארום פארשטיין, פארוואס מיר האבן נעכטן געשריבן אנפאנג פונעם ארטיקל, אז דער פרעזידענט האט עפעס מורא'דיג 'אויסגענומען' ביים עולם, און אז זיינע ווערטער זענען געווען עפעס 'אויסנאם געלונגען'...

פאר מיר גייען אבער צו איבערצוגעבן די תוכן פונעם פרעזידענט'ס ווערטער, דארפן מיר קודם כל קלאר מאכן עטליכע זאכן אויף וועלכע מיר האבן באקומען פולע הערות פונעם חשוב'ן ציבור. צום ערשט איז דער עולם געווען גוט צומישט, אז מיר האבן נעכטן אראפגעלייגט אז דער ראלי איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס, אין דער צייט וואס אויף אלע נייעס זייטלעך איז געשטאנען אז עס זענען געווען אסאך ליידיגע זיצן אינעם סטעידיום. דער תירוץ צו דעם איז זייער פשוט. ווען דער טראמפ קאמפיין האט לכתחילה געהאט געמאלדן אז זיי גייען האבן 'א גינגאטישע ראלי' אין טולסא אקלעהאמע, האט א יעדע 'שמוגער' געקענט גיין אויפן זייטל פונעם טראמפ קאמפיין און זיך איינהאנדלען א טיקעט... ווי נאר דער סך הכל פון די 19000 זיצן פונעם ארענע, און די צוגעלייגטע 5500 זיצן אויפן ערד האט זיך געענדיגט, האט דער טראמפ קאמפיין פארמאכט דעם אפשען פון קענען קויפן זיצן אינעם סטעידיום. און אלע איבריגע מיליאן מענטשן וועלכע האבן פראבירט צו קויפן א זיץ, האבן באקומען א מודעה אויפן אימעיל, אז זיי זאלן נאכפאלגן ווייטערדיגע מעלדונגען, און אז דער קאמפיין טראכט פון פארשידענע 'געדאנקן' ווי אזוי צופארברייטערן די מעגליכקייט פון צו קענען קויפן א זיץ. למעשה אבער האט דער טראמפ קאמפיין דערנאך באשלאסן, אז דאס וועט שאטן פאר ווייטערדיגע קומעדיגע ראליס, און האבן דעריבער באשלאסן אפצוהאלטן דעם ראלי אויפן זעלבן שטייגער ווי דער פרעזידענט'ס ''ביז יעצטיגע'' ראליס. דער קאמפיין האט געמאלדן, אז דער גאנצע שטח ארום דעם סטעידיום וועט פארמאגן ריזיגע גינגאטישע מייקס מיט סקרינס, און דאס וועט ערמעגליכן פאר 'נאך' טויזענטע מענטשן מיטצוהאלטן דעם ראלי, אבער מען וועט נישט קענען קויפן טיקעט'ס פאר אינדערויסן, נאר כל הקודם זכה. ווער עס וועט זיך קענען בעסער צושטופן נאנט צום סטעידיום, דער וועט קענען בעסער מיטהאלטן מיטן ראלי.

במציאות האט זיך געהאט ארויסגעשטעלט, אז ווען עס איז געקומען צו דער נאכט פונעם ראלי, זענען א גוטע צוויי טויזענט זיצן געווען ליידיג... דאס נעמט זיך פון עטליכע סיבות. 1 )אז הייסע טראמפ שטיצער'ס האבן זיך איינגעהאנדעלט טיקעט'ס ווען די נושא איז נאך געווען הייס, אבער האבן למעשה נישט געקענט אנקומען צום ראלי... דעריבער איז זייער זיץ געבליבן ליידיג. 2 )איז נעכטן געווען באריכטעט אין די מידיא, אז פולע דעמאקראטן האבן געהאט געקויפט טיקעט'ס צו דער ראלי, מיט די כונה אז זיי וועלן נישט אנקומען, און עס וועט זיין עטליכע טויזענט ליידיגע זיצן אינעם סטעידיום... אזוי צו אזוי, קען דער טראמפ קאמפיין נישט אריינשטעלן אנדערע מענטשן אויף די ליידיגע זיצן, ווייל א יעדע ליאדע מינוט קען אנקומען דער 'בעל הזיץ' און פאדערן צו זיצן אויף זיין טייער געקויפטע זיץ... דעריבער ווען עס קומט אונטער אזא מעשה, איז נישטא וואס צו טון... מען קען אביסל בעסער אויסשטעלן דעם עולם... אבער אין סך הכל איז נישטא וואס צו טון. יעצט דער מידיא האט טאקע געטון זייער חלק פונעם דורכפאל... און האט פראמינענט און ברייט באריכטעט איבער די ליידיגע זיצן פונעם ראלי... אבער וואס די מידיא האט ''פארגעסן'' צו באריכטן... איז אז די ''פאליס דעפארטמענט'' פון טולסא, וועלכע זענען אונטער די קאנטראול פון די לינקע סיטי פאליטישאנ'ס, האבן אפיציעל באריכטעט אז איבער 100,000 מענטשן האבן פארפלייצט ''דאונטאון טולסא'' אין די שעה'ן פונעם ראלי...!! און ווי מיר האבן שוין נעכטן באריכטעט דא, איז גאנץ דאונטאון טולסא געווען פארפלייצט מיט טויזענטע טראמפ שטיצער'ס, און 'גינגאטישע מייקס' מיט 'קאלירפולע סקרינס' האבן ארומגעטראגן דעם פרעזידענט'ס שטימע אין א שטח פון '1 מייל' ארום דעם גרויסן BOK סטעידיום. ממילא.. איז די מידיא'ס קריטיק ממש א ליצנות... יא, מ'קען מאכן מטעמים פון א ליידיגע סטעידיום, און עס פאסירט גאנץ אפט ביי פאליטישע ראליס פון פארשידענע פרעזידענט קאנדידאטן.. אבער וואס פאר פנים טראגט דער ''טשעפע'', אויב בשעת מעשה שטופן זיך אינדערויסן 80,000 פייערדיגע שטיצער'ס מיטצוהאלטן דעם פרעזידענט'ס ווערטער פון א ווידיאו סקרין...

דער פרעזידענט דארף אבער בעיקר זיין ''שטאלץ''.. פון זיינע ''באמבאדיסטישע ווערטער'', וואס ער האט אזוי קונצליך ארויסגעברענגט ביי דער ראלי זעלבסט... )פון דעם וועט די "ארנטליכע מידיא" חלילה נישט רעדן...(. דאס וואס מיר האבן געהאט געווארענט מיט עטליכע וואכן צוריק, דאס האט זיך 'ארויסגעשטעלט' ביים ראלי מיט די 'הארבסטע קאלירן'. דער פרעזידענט האט ביים ראלי געמאכט "זיין קעיס" פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און האט 'בטוב טעם ודעת' ארויסגעברענגט, פארוואס מען דארף 'ענדערש' וועלן פאר אים ווי איידער פאר 'דזשאו ביידן'. דער 'עיקר מעסעדזש' איז געווען געשפינט און געוועבט צוזאמען אויף עטליכע "טיפע מעסעדזשעס". דער פרעזידענט האט ''באריכות גדול'' ארויסגעברענגט דער "שרעקליכע חורבן" וואס ווארט אויף אמעריקע אויב די ליבעראלן נעמען דא איבער... אנגעהויבן ביי דער פאקט אז עס וועט הערשן דא א געפערליכע טאטאלע 'הפקרות' און 'אנארכיע'.. היות אז שוין יעצט ווילן די ליבעראלן טאטאל "דיסמענטלען" די פאליס דעפארטמענט.. און ווי דער פרעזידענט האט עס אזוי גוט אראפגעלייגט, קען זיך נישט דזשאו ביידן 'ארויסדרייען' און טענה'ן אז ער שטיצט נישט די סארט 'ראדיקאלע געדאנקן', היות דזשאו ביידן איז בכלל נישט באלעבאס אויפן פארטיי... דער פרעזידענט האט ''אומצאליגע מאל'' אריינגעהאמערט דעם ''טיפע מעסעדזש".. אז דזשאו ביידן איז נישט מער ווי א "פאפעט" פאר די דעמאקראטישע פירערשאפט, און וואס זיי הייסן אים וועט ער טון... דער פרעזידענט האט זיך געאייסערט: "עטץ פרעגט'ס מיר אויב ''סליפי דזשאו'' שטיצט די סארט ראדיקאלע געדאנקן..?? דער תירוץ איז, אז ער אליין ווייסט נישט גענוי... ער געדענקט דאך נישט פון איין שעה אויפן צווייטן... אבער דער שרעקעדיגסטע געדאנק פון אלעמען איז, אז ער איז א פשוטע "פאפעט" אין די הענט פון 'AOC( ...'דער ראדיקאלע קאנגרעספרוי פון ניו יארק סיטי... דער 'נייע פנים' פון די 'ראדיקאלע פראקציע' פון די דעמאקראטישע פארטיי(.

ווייטער האט דער פרעזידענט "ארויסגעברענגט" דער ''שטארקע חורבן'' וואס דא זיין "עקאנאמיש", אויב די ליבעראלן נעמען דא איבער... דער פרעזידענט האט 'טרעפליך' ארויסגעברענגט, אז פאר 'קאוויד', איז אונטער זיין פירערשאפט די אמעריקאנע עקאנאמיע געשטאנען ביים' שפיץ פון אלע שפיצן'... און אז ער איז דער בעסטער קאנדידאט צוריקצושטעלן די אמעריקאנע עקאנאמיע יעצט נאכן וויירעס. דער פרעזידענט האט זיך געאייסערט: "שטעלט אייך פאר אויב "סליפי דזשאו" געווינט אין נאוועמבער"... וועט ער דען וויסן ווי אזוי צוריקצושטעלן די עקאנאמיע..?? "ער ווייסט דאך נישט וואס טוט זיך מיט זיך"...! "ווען א קאמפעני איז 'אויף צרות' נעמט מען איינעם וואס האט שוין אמאל באוויזן דאס צו ראטעווען"... "און נישט איינער וואס מ'האט בטעות ארויסגעלאזט פון א "אלד עידזש האום"... אזוי האט דער פרעזידענט געהאלטן אין איין אריינהאמערן אז דזשאו ביידן ווייסט בכלל נישט וואס טוט זיך מיט זיך... אין דער צייט וואס ער איז דער בעסטער קאנדידאט פאר אמעריקע אין אזא שווערע צייט... און נאכאמאל, ער האט דאס אלעס נישט גערעדט צו די 23 טויזענט מענטשן אינעם זאל... ער האט דאס געזאגט צו די מיליאנען וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן לעבעדיג... און צו די מיליאנען וועלכע האבן דאס 'געוואטש' שפעטער...

קרעדיט = קול ברמה מאנטאג

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג יוני 22, 2020 4:19 pm

דממה דקה האט געשריבן:טולסא, אקלעהאמע. פרעזידענט טראמפ האט מיט זיין ''מעגא ראלי'' אנגעהויבן די ערנסטע פאזע פון זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און וועט יעצט גיין ''פול פארס'' ביז צו 'נאוועמבער 3 'צו זיין ענדגילטיגע ניצחון..; דער פרעזידענט האט אויך ''אויפגעדעקט'' ביים ראלי זיינע "מעין פוינטס" וועלכע וועלן ''דאמינעיטן'' זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, און לויט ווי עס האט אויסגעקוקט... איז דאס זייער 'שלעכטע נייעס' פאר 'דזשאו ביידן' מיט די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי...

מיר האבן נעכטן אויסגעלאזט דעם ארטיקל, וכו'...

פאר מיר גייען אבער צו איבערצוגעבן די תוכן פונעם פרעזידענט'ס ווערטער, וכו'...

במציאות האט זיך געהאט ארויסגעשטעלט, אז ווען עס איז געקומען צו דער נאכט פונעם ראלי, זענען א גוטע צוויי טויזענט זיצן געווען ליידיג... דאס נעמט זיך פון עטליכע סיבות. וכו'...

דער פרעזידענט דארף אבער בעיקר זיין ''שטאלץ''.. פון זיינע ''באמבאדיסטישע ווערטער'', וואס ער האט אזוי קונצליך ארויסגעברענגט ביי דער ראלי זעלבסט... )פון דעם וועט די "ארנטליכע מידיא" חלילה נישט רעדן וכו'...

ווייטער האט דער פרעזידענט "ארויסגעברענגט" דער ''שטארקע חורבן'' וואס דא זיין "עקאנאמיש", אויב די ליבעראלן נעמען דא איבער... דער פרעזידענט האט 'טרעפליך' ארויסגעברענגט, וכו'...

קרעדיט = קול ברמה מאנטאג


בלייבט נישט איבער נאר צוצולייגן :lol: :lol: :lol: :lol:
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום מאנטאג יוני 22, 2020 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: 2020 למספרם פאליטישע ראליס

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 22, 2020 4:20 pm

איך האב געמיינט אז דער קול ברמה שרייבער איז סתם א בחור'ל, יעצט זעה איך אז ער איז פשוט א בעל דמיון.

די גאנצע באבע מעשה אין די ערשטע העלפט מיט די אימעילס, און מען האט פארמאכט טיקעט'ס פאר זיצן איז פשוט שקר, און יעדער ווייסט אז עס ארבעט ווייט נישט אזוי, נאר עס ארבעט אז פירסט קאום פירסט סערוו, דער שרייבער זאגט סתם ליגענט טעגליך פאר תמומי לב אין בארא פארק. איך האף אז ער האט כאטש צוגעלייגט א בילד פון די מאסן פארזאמעלטע אינדרויסן... 2000 ליידיגע זיצן....
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: great, maybeeynot, Newegg, police, אחד הרבנים, בן הצעיר, היכי תמצא, מטעמים, קול זעקה, שתקן און 38 געסט