נייע ארגענעזאציע עזר לרפואה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

נייע ארגענעזאציע עזר לרפואה

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:12 am

שוין געווען אן אשכול איבער די ארגענעזאציע אבער דארט איז פארפארן איבער די עצם פייט איבער CBD אויל, די אשכול איז געווידמעד בלויז פאר נייעס איבער די ארגענעזאציע...

פאר מער איבער CBD אויל קליקט דא...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=37845
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:14 am

דאס איז די תגובה אין די פריערדיגע אשכול געשריבן דורך די ניק געוואלטיק

באקומען פון JCN

שטראלן פון האפענונג ביי חולי ישראל מיט גרינדונג פון "עזר לרפואה" ארגאניזאציע צו העלפן בעז"ה דורכטראגן די שווערע זמנים יסורים'לאז
https://drive.google.com/file/d/1agj1UZ ... 8y4WQ/view

ניו יארק – אין א זמן ווען כלל ישראל
גרייט זיך צום יום טוב פסח בחודש אשר
ישועות בו מקיפות, ווערט אויפגענומען
מיט א שטראל פון האפענונג די עפענונג
פון דער ניי-געגרינדעטער הילפס-
ארגאניזאציע "עזר לרפואה" וואס איז
די לעצטערע וואכן נתייסד געווארן ע"פ
הוראת ובקשת גדולי ישראל שליט"א אין
שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
וועלכער שטייט אין שפיץ בהנהלת
המוסד ועל פיו ישק כל דבר.
עס איז ערשטמאליג ביים חרדי'שן
אידנטום אזא סארט ארגאניזאציע וואס
האט נישט עקזיסטירט ביז היינט, און
עס וועט בעז"ה ערפילן א קענטיגער
חלל אין געביט פון פארלינדערן די
שמערצליכע יסורים ביי חולי ישראל
ל"ע וועלכע זענען מוטלים על ערש
דוי און מוטשען זיך מיט דער ביטערער
מחלה ה"י וישלח דברו וירפאם.
באשיצונג פון ביטערע
מחלה סייד-עפעקטס
אין א בחינה פון מתוך צרה המציאם
פדות ורוחה, איז דער געדאנק פאר
אזא מוסד-גרינדונג ארויפגעשווימען
אויף דער ארענע, נאכדעם וואס דער
קאסובער רבי שליט"א האט פערזענליך
מיטגעהאלטן עטליכע פעלער פון אידן
מיט דער ביטערער מחלה ל"ע וועלכע
האבן זיך געראנגעלט מיט יסורים נוראים
וואס ווערט געשאפן דורך די זייטיגע

ווירקונגען )סיי"ד עפעקט"ס( וואס קומט
דורך די ביטערע רפואות וסמים המרים
זיי נעמען איין דורכאויס די שמערצליכע
טריעטמענטס.
אויב איז עס ביי אסאך פעלער א רעדע
פון יסורים, איז עס ביי נאך מער פעלער
א טעמע פון קריטיש-וויכטיג, און ווי
באקאנט טוען די סייד-עפעקטס צומאל
גורם זיין פרישע מסוכנ'דיגע אינפעקציעס
אין אזעלכע סענסיטיווע גלידער ווי ביים
הארץ אדער מח, וואס ברענגט ליידער
זייער נישט גוטע ערפאלגן, און ס'איז פון
דעם זייער נישט לייכט זיך ארויסצודרייען,
הגם ווען פון דער עצם מחלה וואלט מען
ווען זיך געקענט ארויסדרייען.
צו די אויערן פונעם קאסובער רבי
שליט"א איז אנגעקומען איבער דעם
עפעקטיוון מהלך פון אייננעמען דעם
באשטאנדטייל פון "קענענבעדאייל"
)cannabidiol/cannabis/CBD )בשעת'ן
אדורכגיין די שווערע טריעטמענטס ל"ע.
נאכ'ן פערזענליך מיטהאלטן און
באגלייטן ווי דאס איז גאר אפעקטירבאר
ב"ה, און האט באוויזן צו ראטעווען דעם
מצב ביי אלע פעלער וואו ער האט דאס
מיטגעהאלטן, האט דער קאסובער רבי
שליט"א פארשטענדיגט די חשוב'ע
עסקנים אז לא עת לחשות און ס'איז די
תורה'דיגע פליכט פון ורפא ירפא צו טאן
ממשות'דיגע פעולות אריינצוברענגען
דעם ענין ביי כלל ישראל, אז די חולי

ישראל זאלן געניסן פון דער ווירקזאמער
הייל-מיטל.

82 פראצענט

אמעריקאנער דאקטוירים רעקאמענדירן
נאך א לענגערע ריסוירטש און
פארבינדונגען מיט די גרעסטע דאקטוירים
אין געביט פון דער ביטערער מחלה איז
קלארגעשטעלט געווארן דער פאקט
אז אזויפיל ווי 82 פראצענט דאקטוירים
אין אמעריקע רעקאמענדירן צו נעמען
קענעביס בשעת'ן אדורכגיין טריעטמענטס
ל"ע. )זע דעם דאקומענט בייגעלייגט, און
מער אויספירליך אינעם באקסל(.
נאכ'ן גרינטליך שטודירן און דערגיין די
איינצלהייטן איבער דעם רפואה, האבן די
עסקנים זיך אריינגעלייגט מיט פלייסיגע
עסקנות אין די לענג און די ברייט צו
ברענגען פאקטישע פעולות פאר די חולי
ישראל אין דעם געביט, און מ'איז זייער
פרייליך צו קענען מבשר זיין די בשורה
מרנינה איבער דער עפענונג פון די "עזר
לרפואה" ארגאניזאציע וואס באגלייט
מיט די אנווייזונג און ווארעמע ברכות פון
גדולי ישראל, און אונטער'ן נשיאות פונעם
קאסוב'ער רבי'ן שליט"א, וועט דאס שטיין
צו דער רעכטער האנט פון חולי ישראל אין
דעם געביט.
"עזר לרפואה" וועט ספאנסערן
די צענטראלע אקטיוויטעט מיט וואס
שטראלן פון האפענונג ביי חולי ישראל מיט גרינדונג פון "עזר לרפואה"
ארגאניזאציע צו העלפן בעז"ה דורכטראגן די שווערע זמנים יסורים'לאז

ע"פ הוראות גדולי ישראל ובנשיאות כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ווערט געגרינדעט דורך חשוב'ע עסקני הקהילות

לרפואה עזר
living those to assistance and guidance Providing
challenges health emotional and physical with
על פי הוראות גדולי הרבנים שליט"א ורופאים מומחים

לרפואה עזר
living those to assistance and guidance Providing
challenges health emotional and physical with
על פי הוראות גדולי הרבנים שליט"א ורופאים מומחים
2125-674-800-1: Tine Tel Hours 24
com.Gmail@Eizerlerefia: Email

פאלגענד איז
א קאפי פונעם
גאווערמענט
וועבסייט -וואו
נאר פארמינענטע
דאקטוירים קענען
שרייבן באריכטן-
וואו עס ווערט
באריכטעט אז די
"קענביס" )CBD )
העלפן די קימאוי
זאל אויסרייניגן די
קערפער
"עזר לרפואה" וועט זיך אצינד באפאסן,
איז דאס שענקען דער מאקסימום צוטריט
פאר חולי ישראל צו דעם CBD .
אזא סארט פעולה האט זיך געשטעלט
פאר די אויגן פון די עסקנים אלס ראש
וראשון, קומענדיג צו דער אנערקענוג אז
אין געווענליכע פעלער קענען חולי ישראל
נישט אליינס פינאנצירן די דאזיגע רפואה.
עטליכע כשר'ע קאמפאניס ערצייגן
שוין טאקע פון דעם סארט אויל, און עס
ווערט טאקע פארקויפט אין די פארמאסיס
און העלט-פוד געשעפטן, אבער היות ביי
די פעלער ווען די אויל ווערט גענוצט
פאר ביטערע מחלה פאציענטן, דארף
מען נעמען פון די גאר שטארקע סחורה
וועלכע איז שוין בדוק ומנוסה ביי מערערע
אידן וועלכע האבן עס גענומען אויפ'ן יעוץ
והדרכה פונעם קאסובער רבי'ן שליט"א,
און דאס קאסט היבש טייערער ווי די
אלגעמיינע סארט, פעלט זיך דרינגענד
אויס אויסצושטרעקן א יד עזרה פאר די
ליידנדע חולי ישראל זיי זאלן קענען האבן
צוטריט צו דעם אויל וואס וועט זיי בעז"ה
פירן אויף די רעלסן פון ערהוילונג.
אין דער זעלבער צייט איז "עזר
לרפואה" טעטיג מיט פארשריט אין

אנדערע פראנטן. מ'האט זיך פארבינדן
מיט פארשידענע קאמפאניס וואס זאלן
אהערשטעלן די בעסטע סחורה כדי מ'זאל
קענען זיכער מאכן אז די חולי ישראל
באקומען דאס בעסטע וואס ס'איז דא
אויפ'ן מארקעט, און "עזר לרפואה" וועט
אי"ה ספאנסערן טייל אדער די גאנצע
קאסטן פון די הוצאות מיט די הילף פון
נדיבים בעם פאר אלע וועלכע זענען זקוק
לרחמי שמים מיט די ביטערע מחלה ל"ע.
אזוי אויך געבן איבער די עסקנים פון
"עזר לרפואה" אז אין די לעצטע טעג איז
געקומען א ווענדונג פון חשוב'ע עסקנים
וואס זענען עוסק אין פעלד פון גייסטישע
פראבלעמען, אז אויך אזעלכע ליידענדע
וועם זיי באהאנדלען, זאלן אויך געניסן
פון די סערוויסעס וואס "עזר לרפואה"
שטעלט צו.
זיי טוען אנדייטן דעם אומבא'טעמ'טן
ציפער, אז אזויפיל ווי אריבער 50
פראצענט פונעם היימישן ציבור מוטשעט
זיך מיט פארשידענע פראבלעמען און עס
איז דעריבער וויכטיג אז זיי זאלן אויך
האבן לייכטע צוטריט צו דעם דאזיגן
פארלייכטערונג-מיטל.
אבער היות ס'איז די רעדע פון גאר

א ברייטער ציבור, איז דאס נישט אזוי
לייכט פאר "עזר לרפואה" צו קענען דעקן
די קאסטן אויף אזעלכע טערמינען ווי
ס'ווערט פארגעשטעלט פאר יענע מחלה
פאציענטן, אבער עס ליגט אצינד אויפ'ן
טיש אין "עזר לרפואה" הויפטקווארטיר
ערנסטע פלענער וואס זאל שענקען
בעסערע צוטריט פאר דעם אויל, אויך
פאר די וועלכע ליידן פון גייסטישע
פראבלעמען, און דאס איז אמאל זיכער,
אויב וועט זיין גענוג ווארעמקייט ביים
ציבור און ביי די נדיבי לב וועט מען אי"ה
אנקומען צו דעם אויך אינעם עתיד.
די נומער זיך צו ווענדן צום
נייעם ארגענעזאציע "עזר לרפואה"
סיי פאר הילף און סיי פאר
דאנעישאנס להצלת חולי ישראל איז
2125-674-1800
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן
פאר דער נייער ארגאניזאציע און די
חשוב'ע רבנים און עסקנים וואס שטייען
אונטער דעם, לכו בכחכם זה והושעתם
את ישראל, מ'זאל קענען שטיין לימיל כלל
ישראל און קענען ראטעווען חולי ישראל
בגוף ובנפש, און געזונטערהייט זאל יעדער
איד קענען אקעגן גיין דעם גואל צדק.
כי אני ה' רופאיך

לרפואה עזר
living those to assistance and guidance Providing
challenges health emotional and physical with
על פי הוראות גדולי הרבנים שליט"א ורופאים מומחים

לרפואה עזר
living those to assistance and guidance Providing
challenges health emotional and physical with
על פי הוראות גדולי הרבנים שליט"א ורופאים מומחים

ספעציפיש שטארט ארויס
די הייסע רעקאמענדאציע
פאר CBD פון די באקאנטע
דאקטוירים וועלכע ווערן באנוצט
ביים היימישן ציבור פון דאהי
וועלכע ספראווען זיך ל"ע מיט דער
מחלה הידוע, א שטייגער דאקטער
הירשפעלד פון קאלאמביע
שפיטאל, דאקטאר ראאס ארעס
פון ען.וויי.יו, דאקטאר האטשעסטער פון ראטגערס
שפיטאל, דאקטאר בראנד און דאקטאר גאלדפינגער
פון מעטעדיסט שפיטאל אין ברוקלין, און נאך
פראמינענטע און אנערקענטע דאקטוירים.
א באזונדערע איבערצייגונג איבער די
אפעקטירבארקייט דערפון, איז באקאנט געווארן
נאך דער קראנטער "טוב פראבע" וואס איז
דורכגעפירט געווארן איבער דעם CBD ,וואס ארבעט
מיט א פלאסטיק טוב.
די פראפעסארן האבן אינעם פלאסטיק טוב
אריינגעלייגט באצילן פונעם מענטש און מ'זעט וואס
עס געשעט ביים נעמען די טריעטמענטס ווען אלע
באצילן פונעם מענטש, סיי די שלעכטע און ליידער
אויך די גוטע, ווערן אלע אינאיינעם פארברענט.
אבער אויב האט מען מיטגעגעבן אינאיינעם מיט די
טריעטמענטס אויך די באשטאנדטייל פון קענעביס,
האט די CBD ארומגענומען די גוטע באצילן, און עס
באשיצט פון געשעדיגט ווערן. נאר די שלעכטע
באצילן ווערן בעז"ה פארברענט, ובערת הרע
מקרבך, און דורכדעם זענען די טריעטמענטס נישט
אומשטאנד צו שאפן ערנסטע סייד עפעקטס פאר'ן
מענטשן.
אזוי אויך איז קלאר פארצייכנט אינעם געווערמענט
וועב-זייטל מיט'ן נאמען WEBMD - א זייטל וואו
נאר דאקטורים האבן צוטריט צו שרייבן, און דארט
טיילן זיי מיט וויכטיגע שטודיעס און פאקטן, און פון

דארט שעפן דאקטוירים וויכטיגע
אינפארמאציע פאר זייערע הייל-
ווערק - אז דאס העלפט אויך
צו פאר די טריעטמענטס צו
קענען פארברענען די מחלה. )זע
בייגעלייגט דאקומענט(.
חוץ מזה איז באקאנט אז אפילו
פאר קלענערע געווענליכע
פראבלעמען איז לעצטנס גאר אויפגעכאפט געווארן
די CBD טראפן, נאך וואס טויזנטער מענטשן איבער
דער וועלט זענען מעיד אז עס העלפט זיי פאר
אזעלכע גייסטישע מיטמאכענישן, ווי ענקזייעטי,
דעפרעסיע, און נאך, און אפי' אוועקצונעמען פיזישע
יסורים און פעין. דעריבער איז פשוט אז דאס איז
גאר וויכטיג פאר די ערנסטע חולי ישראל אויך פון
דעם אספעקט, זיי זאלן קענען אדורכטראגן זייער
מצב און נישט ווערן בעצבות ומרה שחורה.
ביי די כסדר'דיגע אסיפות מיט די עסקנים און כלל-
טוער צוזאמען מיט די גדולי ישראל שליט"א, איז
גלייכצייטיג אויסגעשמועסט געווארן דער נושא פון
"דראגס", צוליב וואס א גרויס טייל דאקטוירים ווען
זיי רעדן פון געבן מעדיקל קענעביס רעדן זיי פון CBD
וואס מ'נעמט ארויס פון מארכיוואנע וועלכע איז א
דראג.
לעומת זה איז אבער לעצטנס שטארק פארשפרייט
געווארן די באנוצונג פון CBD וואס ווערט געמאכט
פון דעם "העמפ פלענט" גראז וועלכע איז אינגאנצן
ריין פון סיי וועלכע דראג און איז אויך גענוג שטארק
צו קענען העלפן די חולים מיט אלע ארומיגע
פראבלעמען ווי דערמאנט, און דאס איז 100
פראצענט לעגאל, נישט אדיקטיוו און קען נישט
מאכן הויעך, ווי ס'איז דערויף די קלארסטע באווייז
די רעגירונגס שטרענגסטע געזונטהייט אגענטור, די
FDA( זע בייגעלייגט דאקומענט(.

אויסגאנג פון די
קראנטע
ריסוירטש

פאלגענד איז די
באריכט פון די עף
די עי וואו עס ווערט
קלארגעשטעלט
אז די העמפ איז א
לעגאלע עסנווארק
און עס קען נישט
מאכן הויעך

פאלגענד איז א קאפי
פונעם גאווערמענט
וועבסייט -וואו נאר
פארמינענטע דאקטוירים
קענען שרייבן באריכטן-
וואו עס ווערט באריכטעט
אז נאך א שטודיע פון די
געווערנמענט WebMD
איז ארויסגעקומען אזויפיל
ווי %82 דאקטוירים קעגן די
ביטערע מחלה זענען אין
פעיוואר אז די פאציענטן
זאלן ניצן קענעביס בשעתן
אדורכגיין די טריטמענטס
ל"ע )CBD)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:48 am

רב וויכטיג מאכער, עס איז מיר א פלא אז די האסט איבערגעלייגט די אשכול איבער די ארגאניזאציע.

אין פרידנ'ס צייטן דארף אן ארגאניזאציע באשטיין פון דריי זאכען, 1) א אמת'ע הילף פאר די באטרעפענדע /פאציענט 2) נישט זיין די לאנגע ארעם פון א פריוואטע ביזנעס אדער אינדוסטריע, 3) עס שטייען אינטער דעם אין די עפנטליך ארענטליכע מענטשן

1) די FDA און די FTC האבן צוזאמען 2 וואכען צוריק געווארנט 3 קאמפעניס וואס פארקויפן CBD און אנדערע קאנאביס פראדוקטן אז זיי זאלן אויפהערן שרייבן אז עס היילט קענסער און אלצהיימערס און נאך א גאנצע ליסטע מיט זאכען, ווייל עס היילט נישט!
עס איז נאר א פראגע פון צייט ווען זיי וועלן אנקומען צו ווארענען קאושער-גאלד צו אויפהערן זייערע פאלטשע הבטחות.

סיי עמעזאן און סיי יו-טוב האבן אראפגענומען קאושער-גאלד פראדוקטן און ווידעא'ס פאר די סיבה, א שנעלער זיך אויף גוגל האט נאך די געמעקטע פעידשעס, דער אייבערשטער זאל היטן עס זאל זיך נישט דערקייקלן צו א מצב ווי אנדערע ארגאניזאציעס וועלן דארפן קומען ראטעווען די מייסדים פון די ארגאניזאציע, נישט אזוי לאנג צוריק איז א היימישע אינגערמאן געווארן אנגעקלאגט פאר ווייטעמינען מיט פאלטשע הבטחות און פאלטשע ריוויאס.

2) איך קען נישט נאך אן ארגאניזאציע וואס איז א אפיציעלע פליגעל פון א עקזיסטירענדע ביזנעס אדער אינדוסטריע, אויב איז די פראדוקט א אמת'ער פראדוקט ברויך עס נישט אן שלייער פון אן ארגאניזאציע.

3) יעדער ארגאניזאציע האט אן אפיציעלע נאמען און מענטש וואס שטייט אינטער עס, rccs איז ר' הערשל קאהן, בוני עולם איז ר' שלמה באכנער, און קרן עזר איז ר' משה דייטש, און א יעדע ארגענעזאציע האט בריוון און המלצות פון רבנים וואס קענען די מענטשן און די פעולות פון די ארגאניזאציע, און עס פאסט לענ"ד נישט צו לאזן עפענען אן אשכול אן דעם וואס זאל זיין כאטש איינס פון די צוויי, אדער אן אנערקענטער מענטש וואס שטייט אינטער דעם, אדער אפיציעל המלצות בכתב מפורש פון פראמינענטע רבנים.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:04 am

דממה דקה האט געשריבן:רב וויכטיג מאכער, עס איז מיר א פלא אז די האסט איבערגעלייגט די אשכול איבער די ארגאניזאציע.

כ'פארשטיי נישט וואס דו מאכסט אזאלעכע קולות, קענסט דאך זאגן די זעלבע זאך מיט א דממה דקה...

1) ס'קוקט אויס ווי דו האסט נישט דורכגעליינט די בריוו'ן פון די דאקטורים אויפן בראשור, זיי שרייבן "נישט" אז ס'איז א רפואה פאר קענסער, זיי שרייבן אזוי: אז היות קימא טעראפי קלאפט אוועק סיי די קענסער צעלן, און סיי די גוטע כידוע, וואס דארט הייבט זיך רוב מאל אן די עיקר פראבלעם, ע"כ טוען זיי ראטן אז מ'זאל אינאיינעם מיט קימא טעראפי נעמען "אויך" CBD אויל, קיינער האט אבער קיינמאל נישט געזאגט אז מ'זאל נעמען "נאר" CBD אויל אלץ א רפואה פאר קענסער.

2) דאס וואס דו שרייבסט אז ס'איז אן "אפיציעלע פליגעל פון א עקזיסטירענדע ביזנעס אדער אינדוסטריע, אויב איז די פראדוקט א אמת'ער פראדוקט ברויך עס נישט אן שלייער פון אן ארגאניזאציע". הייב איך נישט אן צו פארשטיין וואס דו ווילסט דא, זיי פלאנען נישט צו בעטן קיין איין דאללער פון די וואס דארפן עס, זייער ציל איז עס צו ספאנסערן, ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן אז RCCS איז א אגענט קאמפעני פאר די אינשורענס וכו'.

3) ס'האט דערווייל נאכנישט קיין נאמען פון אן עסקן, אבער פון א רב יא כ"ק אדמו"ר מ'קאסוב שליט"א (ס'איז טאקע זייער אינטערעסאנט פ"וו ס'איז נאכנישט דא אן אפציעלע בריוו פון אים, כ'גלייב אבער אז ס'וועט נאכפאלגן בקרוב).

dinrap
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:06 am

דממה דקה האט געשריבן:רב וויכטיג מאכער, עס איז מיר א פלא אז די האסט איבערגעלייגט די אשכול איבער די ארגאניזאציע.

אין פרידנ'ס צייטן דארף אן ארגאניזאציע באשטיין פון דריי זאכען, 1) א אמת'ע הילף פאר די באטרעפענדע /פאציענט 2) נישט זיין די לאנגע ארעם פון א פריוואטע ביזנעס אדער אינדוסטריע, 3) עס שטייען אינטער דעם אין די עפנטליך ארענטליכע מענטשן

1) די FDA און די FTC האבן צוזאמען 2 וואכען צוריק געווארנט 3 קאמפעניס וואס פארקויפן CBD און אנדערע קאנאביס פראדוקטן אז זיי זאלן אויפהערן שרייבן אז עס היילט קענסער און אלצהיימערס און נאך א גאנצע ליסטע מיט זאכען, ווייל עס היילט נישט!
עס איז נאר א פראגע פון צייט ווען זיי וועלן אנקומען צו ווארענען קאושער-גאלד צו אויפהערן זייערע פאלטשע הבטחות.

סיי עמעזאן און סיי יו-טוב האבן אראפגענומען קאושער-גאלד פראדוקטן און ווידעא'ס פאר די סיבה, א שנעלער זיך אויף גוגל האט נאך די געמעקטע פעידשעס, דער אייבערשטער זאל היטן עס זאל זיך נישט דערקייקלן צו א מצב ווי אנדערע ארגאניזאציעס וועלן דארפן קומען ראטעווען די מייסדים פון די ארגאניזאציע, נישט אזוי לאנג צוריק איז א היימישע אינגערמאן געווארן אנגעקלאגט פאר ווייטעמינען מיט פאלטשע הבטחות און פאלטשע ריוויאס.

2) איך קען נישט נאך אן ארגאניזאציע וואס איז א אפיציעלע פליגעל פון א עקזיסטירענדע ביזנעס אדער אינדוסטריע, אויב איז די פראדוקט א אמת'ער פראדוקט ברויך עס נישט אן שלייער פון אן ארגאניזאציע.

3) יעדער ארגאניזאציע האט אן אפיציעלע נאמען און מענטש וואס שטייט אינטער עס, rccs איז ר' הערשל קאהן, בוני עולם איז ר' שלמה באכנער, און קרן עזר איז ר' משה דייטש, און א יעדע ארגענעזאציע האט בריוון און המלצות פון רבנים וואס קענען די מענטשן און די פעולות פון די ארגאניזאציע, און עס פאסט לענ"ד נישט צו לאזן עפענען אן אשכול אן דעם וואס זאל זיין כאטש איינס פון די צוויי, אדער אן אנערקענטער מענטש וואס שטייט אינטער דעם, אדער אפיציעל המלצות בכתב מפורש פון פראמינענטע רבנים.

הרב דממה דקה, געוואלדיג ארויסגעברענגט און צום פינטעל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:36 am

הרב דממה דקה, דיין אקיוזעישן אז די ארגענעזאציע איז א פליגל פון א קאמפאני איז א ערנסטע אקיוזעישן וואס דארף בעקינג! די פאקט אז די ארגענעזאציע שטעלט צו די סחורה בחנם איז א שטיקל סתירה מיט די ביזנעס, אבער ס'קען באמת זיין... דאס דארף אבער מער בעקונג!

דאס אז די FDA האט געהייסן טוישן לעבל איז א שוואכע ראי', ווייל יעדע גאווערמענט עידזשענסי וועטעך נישט לאזן שרייבן קיין זאך אויף א לעבל נאר אויב סיז אפראווד, און היות סיז נישט (נאכניש לויט די שטיצער) אפראווד ביי זיי איז נארמאל אז זיי זאלן נישט לאזן שרייבן אויף די לעבל גארניש... (לאמער דאס לאזן פאר די אנדערע אשכול)

דאס אז דו קענסט נישט קיין נאמען פון די ארגענעזאציע איז א שטארקע קאנסוירן, אבער גיב זיי א טשענס, זיי זאגן אז קאסובע רבי שטיצט זיי, אפשר קענען זיי ברענגען א בריוו... אידער וועי, אנלעסס דו ווייסט עפעס וואס שטייט נישט פובליק איז נישט פעיר צו אקיוזן אן ארגענעזעישן וואס זאגט אז זיי שטעלן עס צו בחנם, אלס ביזנעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:01 am

זיי שרייבן נישט אז זיי גייען געבן בחינם, זיי שרייבן צוטריט, לייכטע צוטריט, בעסערע צוטריט, שטארקע צוטריט, מאקסימום צוטריט, און נאך ליפטיגע ווערטער וואס איז גארנישט מחייב.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:08 am

וויכי, לאמיר דיר עס געבן נאך איינמאל צו פארשטיין.

דא זענען דא צוויי ניק'ס וועלכע שטעלן זיך ארויס העפטיג צו פארטיידיגן דעם קאושער גאלד קאמפאני און CBD בכלליות, אויך איז לעצטנס צוגעקומען נאך א ניק וועלכער האט א טרעק רעקארד פון זיין אויסטערליש בייעסד קעגן די מעדיצינישע וועלט מיט ענדלאזע וויכוחים, אבער יעדער איז ענטייטלד צו זיין אפיניען ווילאנג ער שטערט נישט קיינעם.

סאם האו איז איינס פון די צוויי ניקס ארויסגעקומען אז מען האט געעפנט אן ארגאניזאציע, וועלכע גייט העלפן חולי ישראל, ער האט מכלומר'שט בלויז געקריגן אן אימעיל פון JCN און דאס געפאוסט מיט גרויס פרייד, אבער סאם האו איז ער בליץ שנעל געווען פאמיליער מיט די אנפירער פון דעם ארגאניזאציע, זאגאר ער האט געוואוסט צו זאגן אז זיי גייען געבן נאר קאושער גאלד...און אויך האט ער פלוצים געוואוסט אז זיי גייען מאכן א קאמפיין, וואס דאס באדייט אז די "ארגאניזאציע" וואס באשטייט דערווייל פון א דזשימעיל אדרעס און א JCN מארקעטינג אימעיל, און זיי ספאנסערן הויפטזעכטליך א פראדוקט פון איין ספעסיפישע קאמפאני, וואס דער באלעבאס פון דעם קאמפאני קומט ניטאמאל ארויס מיט זיין נאמען, נעווערדעלעסס אז די ארגאניזאציע האט נישט קיין נאמען פון קיינעם, און קאסוב'ער רבי שליט"א האט נאך ניטאמאל געגעבן די מינדעסטע בעקונג דערפאר ברבים אדער בכתב. דר. הירשפיעלד'ס הייסע רעקאמענדאציע האט נאך אויך קיינער נישט געזעהן ערגעץ, אבער דער באלעבאס פון די קאמפאני וואס איז אפיליעטעט מיט דעם ארגאניזאציע זאגט פאר מענטשן אז עס מאכט שרינקען טומערס.

יעצט, זיי מוחל, ליין איבער דממה דקה'ס אויפרייס.

קענסט אויך טרייען צו איבערקוקן קאנסילמאנ'ס תגובות, אפשר האט עס יעצט מער סובסטאנץ.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:54 am

זאלן אלע אידן האבן א ישועה, חולי ישראל א רפואה, און זיכער קומט א גרויסען דאנק פאר'ן קאסובער רבי שליט"א וואס האט אין די פארנימענע פסח טעג אראפ גענימען צייט איבערצוגיין דיטעליס פון אזא פארצווייגטע ארג - דאס איז בנוסף זיין עסקנות אין לינדען גייט ער דא שטיין בראש און איבערגיין יעדע זאך דא.

די שפיטעלער אין מאנהעטען זענענן פיל מיט חולי ישראל ר"ל, איך בין לעצטענס געווען גאר אפט אין צוויי גרויסע שפיטעלער, די האלוועיס קוקען אויס באלד ווי א האלוועי אין ביהמ"ד פול מיט אידן, דערפאר די ארג וועט זייער שנעל האבן פיעדבעיק, און מען וועט געווואר ווערן די נעמען פון די מייסדים, עסקנים, פעולות, דאקטוירעם.

זאל השי"ת העלפן אז זיי קיינער זאל זיי נישט דארפן נוצען זיי זאלן בלייבען אן א שטאך ארבייט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:06 am

קאנסילמאן האט געשריבן:און זיכער קומט א גרויסען דאנק פאר'ן קאסובער רבי שליט"א וואס האט אין די פארנימענע פסח טעג אראפ גענימען צייט איבערצוגיין דיטעליס פון אזא פארצווייגטע ארג - דאס איז בנוסף זיין עסקנות אין לינדען גייט ער דא שטיין בראש און איבערגיין יעדע זאך דא.
.

כנראה שנתחלף לך קאסוב'ער רבי ל'קאסאן'ער רבי..

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:08 am

יא, איר זענט גערעכט, און בקרוב ממש קומט (מ'סתם) די רבי ארויס מיט א מכתב קודש, זאכען וועלן קלארער ווערן.

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

לא רופא אני, ולא בן רופא

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:08 pm

סרודערט זיך און טומעלט, לאמיר קלאר מאכן די נעפל, על מה יצא הקצף.

מיר תורה טרייע אידן פאר טויזענטע יארן פירן זיך ככל אשר יורוך, ווי גדולים ומנהיגים באפוילן כדעת השו"ע, אז מען "מוז" גיין צו א דאקטאר ואין סומכין על "הנס", און נישט סתם א דאקטאר נאר מברויך גיין צו א "בקי".
אלזו, ווען עס קומען צו פליען ווי ווערים נאכן רעגן, יעדן טאג כחדשים קאנספיראציעס מיט חלומות און ווייטאמין פארקויפער, און פארדרייען די חולים א קאפ אז ח"ו נישט גיין מיט קימאו ווי די דאקטאר זאגט, נאר נעטרועל מיט אויל וכו', טוט עס וויי, ספעציעל ווען מהאלט מיט פערזענליך כהאב געהאט 2 נאנטע קרובים וואס זענען ב"ה גענצליך געהיילט דורך געשולטע דאקטוירים מט קימאו, און זיי פארציילן פון זייער שווער מיטמאכונג די "טעראר" און קאפ פארדרייעניש פון די העלט-נאט משוגעים איז געווען יסורי הנפש, וכדי בזיון וקצף.

די יסוד דערפון איז לא דווקא א אידישע מכה, אבער ליידער אזוי ווי סקריסטעלט זיך אזוי אידישט זיך, און די גויאישע קרומע מיינוג ווערט געליפערט דא ביי אונז אידן אינעם גאנצן פעקעדזש פון אנטי-וואקסין -- פרא-דעזיז--- אנטי קימאו----- פרא-דעד ר"ל
ליידער רבים חללים הפילו.. וויפיל יונגע אידישע ביימער זענען שוין פארשניטן געווארן על במת ה-פרא-טויט---פרא-אויל/וויטאמין--אנטי-וואקסי----פרא-דעזיז מזבח? אין די יאר אליינס איז דא צענדליגע!!! קרבנות וואס זענען איבערגערעדט געווארן צו היילן יענע מעשה ר"ל מיט "נעטרול" און נעבעך שבק לעולמם ר"ל... די ליסט איז גאר גרויס ל"ע...עד מתי יהי' זה לנו למוקש.

און דערפאר ווען מלייגט ארויס פארווע אויל/דראגס צעטלעך וואס שמעקט פארדעכטיגט, איז דא אידן וואס ברענגן ארויס זייער וויטאג! נישט מער ווי גערעכט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:47 pm

פון אנקוקן סקעפטיקל ביזן ארויפלייגן באשולדיגונגן איז א ווייטע מהלך, איך בין אויך זייער סקעפטיקל און איך טוה יעצט מיין ריסוירטש, איך האף צו זיין קלארער אביסל בקרוב... אבער סיז דא אן אשכול איבער די זאכן... דא איז די רעדע איבער די ארגענעזאציע!

די ארגענעזאציע זאגט אז קאסובע רבי בעקט זיי, דאס דארף מען קענען פעסט שטעלן!

און ביידעוועי, איך עגרי שטארק אז ווילאנג די FDA קומט נישט ארויס קלאר אז דאס היילט די ביטערע מחלה ל"ע טאר עס נישט ווערן אדווערטייזד אלס היילונג! און טאמער אדווערטייזד מען עס יא, איז דמם בראשם! ס'מוז זיין קלאר אז אין פאל סאל זיך נישט מאכן, גייט מען צו א דאקטער, און אויב די דאקטער לאזט נעמען די זאכן קען די ארגענעזאציע העלפן באקומען פאר ביליג...

אבער סתם שיסן אקיוזעישענס אז די ארגענעזאציע איז א פליגל פון די קאמפאני דארף בעקונג!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג אפריל 29, 2019 2:19 pm

טוב ליהודים האט געשריבן:סרודערט זיך און טומעלט, לאמיר קלאר מאכן די נעפל, על מה יצא הקצף.

מיר תורה טרייע אידן פאר טויזענטע יארן פירן זיך ככל אשר יורוך, ווי גדולים ומנהיגים באפוילן כדעת השו"ע, אז מען "מוז" גיין צו א דאקטאר ואין סומכין על "הנס", און נישט סתם א דאקטאר נאר מברויך גיין צו א "בקי".
אלזו, ווען עס קומען צו פליען ווי ווערים נאכן רעגן, יעדן טאג כחדשים קאנספיראציעס מיט חלומות און ווייטאמין פארקויפער, און פארדרייען די חולים א קאפ אז ח"ו נישט גיין מיט קימאו ווי די דאקטאר זאגט, נאר נעטרועל מיט אויל וכו', טוט עס וויי, ספעציעל ווען מהאלט מיט פערזענליך כהאב געהאט 2 נאנטע קרובים וואס זענען ב"ה גענצליך געהיילט דורך געשולטע דאקטוירים מט קימאו, און זיי פארציילן פון זייער שווער מיטמאכונג די "טעראר" און קאפ פארדרייעניש פון די העלט-נאט משוגעים איז געווען יסורי הנפש, וכדי בזיון וקצף.

די יסוד דערפון איז לא דווקא א אידישע מכה, אבער ליידער אזוי ווי סקריסטעלט זיך אזוי אידישט זיך, און די גויאישע קרומע מיינוג ווערט געליפערט דא ביי אונז אידן אינעם גאנצן פעקעדזש פון אנטי-וואקסין -- פרא-דעזיז--- אנטי קימאו----- פרא-דעד ר"ל
ליידער רבים חללים הפילו.. וויפיל יונגע אידישע ביימער זענען שוין פארשניטן געווארן על במת ה-פרא-טויט---פרא-אויל/וויטאמין--אנטי-וואקסי----פרא-דעזיז מזבח? אין די יאר אליינס איז דא צענדליגע!!! קרבנות וואס זענען איבערגערעדט געווארן צו היילן יענע מעשה ר"ל מיט "נעטרול" און נעבעך שבק לעולמם ר"ל... די ליסט איז גאר גרויס ל"ע...עד מתי יהי' זה לנו למוקש.

און דערפאר ווען מלייגט ארויס פארווע אויל/דראגס צעטלעך וואס שמעקט פארדעכטיגט, איז דא אידן וואס ברענגן ארויס זייער וויטאג! נישט מער ווי גערעכט!

ווי זעהט איר דראג צעטלעך און ווי זעהט איר אז מזאל אפילו ברמז איינעם אפהאלטן פון נעמען קימאוי אדער אויספאלגן דעם דאקטער אינערהאלב די ארגענעזעישאן? פארקערט זיי געבן דארט אן א ליסטע פון פארמינענטע און באקאנטע דאקטוירים ווי רופא חולים און רפואה און די אנדערע שיקן דאך מילא אלע אהין וואס זיי די דאקטוירים רעקאמענדן צי נעמען א גוטע PURE CBD און ווי צענדליגער אידן מיט די מחלה ל"ע זענען שוין מעיד אז מווערט א אנדערע מענטש דערפון און עס העלפט ראטעווען דעם מצב פון די יסורים ארום
דעריבער איז עזר לרפואה דא צו ספאנסערן און יא זיי ספאנסערן די גאנצע הוצאות דערפון כבין באקאנט מיט עטליכע נעמען פון אידן אין ק"י און אין מאנסי וועלכע האבן עס שוין באקומען בחינם אין כסף דורך עזר לרפואה

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:59 pm

איך האב געליינט די בראשור. איך בין אויך געווען זייער סקעפטיקל.

בעיקר וואס האט מיר געשטערט איז געווען, וואס וויל די צעטל אויפטוהן? אז אויב איז דאס טאקע א אנגענומענע מיטל, וואס האט די הסכמה פון %82 פון די דאקטורים, אויב אזוי פארוואס דארף מען פראפעגאנדע? דער וואס דארף עס וועט דאך שוין הערן ביים דאקטאר?

שנית. פארוואס איז דאס פארבינדן מיט געוויסע קאמפעניס? אויב האלטן זיי דערביי זאלן זיי ספאנסערן וועמען אימער עס פארקויפט עס?

עפעס שמעקט עס נישט גוט. אבער איך בין זיכער אז זיי וועלן קענען ערקלערן און איינקויפן די דעת הקהל וועלן זיי קענען אויפטוהן גרויסע זאכן.

אגב, איך האב נישט באקומען די בליק פון דעם בראשור אז דאס איז אן ערזאץ פאר קימאו. נאר צוצוהעלפן אדרוך צוגיין די קימאו.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:11 pm

איך בעט איינער פון די אנטי'ס דא זאל מיר ערקלערן וואזוי קען זיין אלע שפעטעלער אין ארץ ישראל געבן קענעביס אויל פאר קענסער פעישענס און אויך פאר אנדערע מחלות, און די אינשורענס אין א"י דעקט עס, היתכן? סאיז דאך נאר א סקעם די גאנצע זאך און די FDA לאזט נישט זאגן סהיילט?
נקודה למחשבה...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:14 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב געליינט די בראשור. איך בין אויך געווען זייער סקעפטיקל.

בעיקר וואס האט מיר געשטערט איז געווען, וואס וויל די צעטל אויפטוהן? אז אויב איז דאס טאקע א אנגענומענע מיטל, וואס האט די הסכמה פון %82 פון די דאקטורים, אויב אזוי פארוואס דארף מען פראפעגאנדע? דער וואס דארף עס וועט דאך שוין הערן ביים דאקטאר?

שנית. פארוואס איז דאס פארבינדן מיט געוויסע קאמפעניס? אויב האלטן זיי דערביי זאלן זיי ספאנסערן וועמען אימער עס פארקויפט עס?

עפעס שמעקט עס נישט גוט. אבער איך בין זיכער אז זיי וועלן קענען ערקלערן און איינקויפן די דעת הקהל וועלן זיי קענען אויפטוהן גרויסע זאכן.

אגב, איך האב נישט באקומען די בליק פון דעם בראשור אז דאס איז אן ערזאץ פאר קימאו. נאר צוצוהעלפן אדרוך צוגיין די קימאו.

זייער פשוט, ווייל קאסובער רבי איז געווען אביסל קעגן די אויל וויבאלד די דאקטור האט נישט געלאסט איינער פון זיין משפחה וואס באקומט כימו עס נעמען, למעשה האט יענע יא גענימען און קאסובער רבי איז ערשטוינט געווארן וויאזוי דאס האט געטוישט דעם חולה'ס לעבן לטובה, דאן איז ער געזעצן מיט ר' אייזיק, און געשחקט צו עהם נאך אפאר חולים און געהאט ביי אלעמלען משונהדיגע גוטע ריזאלץ, דאס האט געמאכט גרינדען דען אורגעניזעשן.

יעצט פארוואס דוקא קאושער גאלד, ווייל סאיז די איינציגסטע קאמפעני אין די וועלט וואס פראדעצירט כשרע זייער שטארקע אויל ספעציעל פאר קענסער פעישענס, וואס ווילסטו, קאסובער רבי זאל געבן א הסכמה אויף טריפנה אויל בשעת סאיז דא כשרע?

אדרבה, הייב אויך א טעל צום קאסובער רבי, ער איז א מו"ץ געווען אלע יארן און ענטפערט זייער גערן.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:08 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פון אנקוקן סקעפטיקל ביזן ארויפלייגן באשולדיגונגן איז א ווייטע מהלך, איך בין אויך זייער סקעפטיקל און איך טוה יעצט מיין ריסוירטש, איך האף צו זיין קלארער אביסל בקרוב... אבער סיז דא אן אשכול איבער די זאכן... דא איז די רעדע איבער די ארגענעזאציע!

די ארגענעזאציע זאגט אז קאסובע רבי בעקט זיי, דאס דארף מען קענען פעסט שטעלן!

און ביידעוועי, איך עגרי שטארק אז ווילאנג די FDA קומט נישט ארויס קלאר אז דאס היילט די ביטערע מחלה ל"ע טאר עס נישט ווערן אדווערטייזד אלס היילונג! און טאמער אדווערטייזד מען עס יא, איז דמם בראשם! ס'מוז זיין קלאר אז אין פאל סאל זיך נישט מאכן, גייט מען צו א דאקטער, און אויב די דאקטער לאזט נעמען די זאכן קען די ארגענעזאציע העלפן באקומען פאר ביליג...

אבער סתם שיסן אקיוזעישענס אז די ארגענעזאציע איז א פליגל פון די קאמפאני דארף בעקונג!

איך פארשטיי וואס איר זאגט אבער איך פארשטיי נישט פארוואס אפטיילען?
אזא ארגענעזרציע דארף מען טשעלענדזשען און דערגיין
אזויפיל אידען האבען שוין אזויפיל שאדען געהאט פון פאלשע האפענונגען און רפיאות

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:32 pm

שרייזשע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פון אנקוקן סקעפטיקל ביזן ארויפלייגן באשולדיגונגן איז א ווייטע מהלך, איך בין אויך זייער סקעפטיקל און איך טוה יעצט מיין ריסוירטש, איך האף צו זיין קלארער אביסל בקרוב... אבער סיז דא אן אשכול איבער די זאכן... דא איז די רעדע איבער די ארגענעזאציע!

די ארגענעזאציע זאגט אז קאסובע רבי בעקט זיי, דאס דארף מען קענען פעסט שטעלן!

און ביידעוועי, איך עגרי שטארק אז ווילאנג די FDA קומט נישט ארויס קלאר אז דאס היילט די ביטערע מחלה ל"ע טאר עס נישט ווערן אדווערטייזד אלס היילונג! און טאמער אדווערטייזד מען עס יא, איז דמם בראשם! ס'מוז זיין קלאר אז אין פאל סאל זיך נישט מאכן, גייט מען צו א דאקטער, און אויב די דאקטער לאזט נעמען די זאכן קען די ארגענעזאציע העלפן באקומען פאר ביליג...

אבער סתם שיסן אקיוזעישענס אז די ארגענעזאציע איז א פליגל פון די קאמפאני דארף בעקונג!

איך פארשטיי וואס איר זאגט אבער איך פארשטיי נישט פארוואס אפטיילען?
אזא ארגענעזרציע דארף מען טשעלענדזשען און דערגיין
אזויפיל אידען האבען שוין אזויפיל שאדען געהאט פון פאלשע האפענונגען און רפיאות

איי געס אז די הנהלה דא האט עס שוין פעסטגעשטעלט, אבער אגב וויל איך פארשטיין דיינע ווערטער וואס גייט מען שאדן האבן אויב זיי טיילן עס?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:37 pm

זיי האבן גארנישט פעסטגעשטעלט, ס'דא אן עקסטערע אשכול צו טשעלענדזשן און פעסטשטעלן, לאז דא פאר נייעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:12 pm

שרייזשע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פון אנקוקן סקעפטיקל ביזן ארויפלייגן באשולדיגונגן איז א ווייטע מהלך, איך בין אויך זייער סקעפטיקל און איך טוה יעצט מיין ריסוירטש, איך האף צו זיין קלארער אביסל בקרוב... אבער סיז דא אן אשכול איבער די זאכן... דא איז די רעדע איבער די ארגענעזאציע!

די ארגענעזאציע זאגט אז קאסובע רבי בעקט זיי, דאס דארף מען קענען פעסט שטעלן!

און ביידעוועי, איך עגרי שטארק אז ווילאנג די FDA קומט נישט ארויס קלאר אז דאס היילט די ביטערע מחלה ל"ע טאר עס נישט ווערן אדווערטייזד אלס היילונג! און טאמער אדווערטייזד מען עס יא, איז דמם בראשם! ס'מוז זיין קלאר אז אין פאל סאל זיך נישט מאכן, גייט מען צו א דאקטער, און אויב די דאקטער לאזט נעמען די זאכן קען די ארגענעזאציע העלפן באקומען פאר ביליג...

אבער סתם שיסן אקיוזעישענס אז די ארגענעזאציע איז א פליגל פון די קאמפאני דארף בעקונג!

איך פארשטיי וואס איר זאגט אבער איך פארשטיי נישט פארוואס אפטיילען?
אזא ארגענעזרציע דארף מען טשעלענדזשען און דערגיין
אזויפיל אידען האבען שוין אזויפיל שאדען געהאט פון פאלשע האפענונגען און רפיאות

סיז זייער סימפל, יעדער מעג האלטן וואס ער וויל פון די CBD אויל, סיז דא אן אשכול אויסצושמועסן... אין פאל א מענטש עגריט אז ס'קען אים העלפן און ער דארף עס האבן קענער זיך ווענדן צו די ארגענעזעישן... די ארגענעזעישן דזשאב איז נישט דיך נאכצולויפן זאלסט עס נעמען, נאר צו צושטעלן פאר די וואס ברויכן עס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:14 pm

ווישוואש האט געשריבן:זיי האבן גארנישט פעסטגעשטעלט, ס'דא אן עקסטערע אשכול צו טשעלענדזשן און פעסטשטעלן, לאז דא פאר נייעס.

עקזעקטלי! דארט טשעלענדזש וויפיל ס' גייט, שטייצעך רעספעקטפול, און דא קום ליין נייעס איבער די ארגענעזאציע! איז שוין דא א רב אדער דאקטער וואס איז גרייט צו לייגן זיין נאמען? וכד'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:16 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:זיי האבן גארנישט פעסטגעשטעלט, ס'דא אן עקסטערע אשכול צו טשעלענדזשן און פעסטשטעלן, לאז דא פאר נייעס.

עקזעקטלי! דארט טשעלענדזש וויפיל ס' גייט, שטייצעך רעספעקטפול, און דא קום ליין נייעס איבער די ארגענעזאציע! איז שוין דא א רב אדער דאקטער וואס איז גרייט צו לייגן זיין נאמען? וכד'...

יא, אבער עס קוקט נאך אלס אויס אז איינער פון די מנהלים שטופט דא א אגענדע, ווייל ווען נישט וואלט די אשכול שוין לאאאננגגג געווען אין 'ולאחיו יאמר חזק' ווי אלע אנדערע אשכולות פון דעם סארט.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:37 pm

איך בין דער וואס האט געעפנט די אשכול, און איך האב נישט קיין שום אגענדע! סיז קלאר אז סיז א נייעס די נייע ארגענעזעישן! מיט די צייט, אויב גייט די ארגענעזעישן ווערן א זאך, וועט פראגעס אדער אינפארמעישן איבער זיי באלאנגן אין ולאחיו יאמר חזק...

אויב האלטסטו אז איך האב סיי וועלעכע נגיעה לטובת די ארגענעזעישן, איי קענט העלפ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:17 pm

די בראשור האט געשריבן:אזוי אויך איז קלאר פארצייכנט אינעם געווערמענט וועב-זייטל מיט'ן נאמען WEBMD - א זייטל וואו נאר דאקטורים האבן צוטריט צו שרייבן, און דארט טיילן זיי מיט וויכטיגע שטודיעס און פאקטן, און פון דארט שעפן דאקטוירים וויכטיגע אינפארמאציע פאר זייערע הייל- ווערק - אז דאס העלפט אויך צו פאר די טריעטמענטס צו קענען פארברענען די מחלה.

נאכגעטשעקט, עס איז קיין גאווערמענט וועבסייט, און נישט נאר דאקטוירים האבן צוטריט צו שרייבען דארט, זייער אייגענע סטעף שרייבט עס.

און געטשעקט אויף זייער סייט וואס זיי שרייבן וועגן קענסער
WebMD האט געשריבן: "Does CBD Help Cancer?
In studies done on lab mice, CBD oil showed promise at killing breast cancer cells and making chemotherapy drugs work better. But researchers have much more work to do to see if CBD can help people in that way"

האט איינער די בראשור? איך וויל זעהן די סקרין שאט פון WebMD.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 25 געסט