שב"ק אחש"פ - שיסערייען אין חב"ד שוהל אין קאליפארניע 1 טויט ל"ע הי"ד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 30, 2019 8:45 am

מיללער האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:דער ראביי גאלדשטיין רעדט זייער גוט. ברענגט כסדר ארויס אז אידן זענען גוטע מענטשן און קיינער צילט נישט קיין שלעכטס.

עס דערקענט זיך אז אין חבד לערנט מען א אויסגעהאלטענעם ענגליש.

אין חב"ד (קראון הייטס) לערנט מען 'נישט' קיין לימודי חול בכלל, נאר ענגליש איז ביי רוב פון זיי זייער ערשטע שפראך.

נאר אין איינס אדער צוויי מוסדות אין קראון הייטס לערנט מען נישט לימודי חול. רוב חב"ד'סקער מוסדות לערנען יא לכתחילה אין ענגליש.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:03 am

איין מוסד גרויסע מוסד-אהלי תורה א מוסד מיט כמה וכמה בנינים דארטן לערנען מערסטע קינדער פון קראון הייטס דארטען לערנט מען ניט א ווארט לימודי חול.
תומכי תמימים אין קראון הייטס- וואס איז איין בנין אויף קראון סט. און נאך א גרויסער בנין אויף אושען פארקוואיי דארטען לערנט מען יא לימודי חול.

אין די לעצטע יארן האבן זאך געעפענט קליינע מוסדות - דאכט זאך א פאר פון זיי לערנט מען ניט לימודי חול- איך בין ניט זיכער.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:22 pm

דער באשולדיגטער שיסער איז היינט ערשינען אין געריכט ווי פראסעקיוטערס האבן פארלאנגט לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראול אדער טויט שטראף.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג מאי 02, 2019 11:44 am

א שיינער מסיבה אין די וויסע הויז צוזאמען מיט ראביי גאלדשטיין וואס האט געזאגט אפאר ווערטער

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:27 pm

כפר חב״ד

chabad.jpg
chabad.jpg (270.2 KiB) געזעהן 2150 מאל

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 3:49 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:דער באשולדיגטער שיסער איז היינט ערשינען אין געריכט ווי פראסעקיוטערס האבן פארלאנגט לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראול אדער טויט שטראף.

א פעדעראלע פראסיקיוטער? אין קאליפארניע איז דען דא טויט שטראף?

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:32 pm

בדרך אפשר האט געשריבן:א שיינער מסיבה אין די וויסע הויז צוזאמען מיט ראביי גאלדשטיין וואס האט געזאגט אפאר ווערטער


דראפבאקס וידיאו
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
שתקן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:35 pm

תגובהדורך שתקן » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:12 pm

ירום הודו האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:א שיינער מסיבה אין די וויסע הויז צוזאמען מיט ראביי גאלדשטיין וואס האט געזאגט אפאר ווערטער


דראפבאקס וידיאו

א גרויסן ישר כח... וואלט געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווייטער דעם פרעזידענט׳ס ריאקציע

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:15 pm

ישר כח!

סקימט מיר באמת טערין און די אויגן פון זיין רעדן מיטן פרעזידענט און אזוי אויך די שמיעס מיט נייעס

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:30 pm

משפחת גאלדשטיין זענען בעלי מסירת נפש געהאדעוועט על אדמת אמעריקא. דער זיידע הרב גאלדמאן איז געווען רב אין פאטוואק פענסילוועניא איבער פערציג יאהר, זיין איידעם רבי משה יהודה גאלדשטיין האט מגדל געווען א שטוב לשם ולתפארת, צווישן זיי איז באקאנט רבי דניאל וואס האט שפעטער געוואוינט אין שיכון סקווירא, רבי יוסף א מחנך אין בית יעקב, מורה דינא וויינגארטן.

אט איז אן אריגינעלער באשרייבונג אויף די מסירות נפש פון ר' משה יהודה און זיין זוהן (דעמאלטס) הבחור דניאל וואס איז שוין ערשינען אום תש"א. און א באשרייבונג וואס חבר מורשת חכמי אמעריקא ה"ה מו"ה יצחק שטייערמאן האט געשריבן אין זיין וועכענטליכער קאלום מיט עטליכע יאהר צוריק וועגן די מסירות נפש פון משפחת גאלדשטיין הנכבדה.
צוגעלייגטע
Attachment-1 (1).jpeg
Attachment-1 (1).jpeg (383 KiB) געזעהן 1783 מאל
0001_(1).jpg
0001_(1).jpg (222.08 KiB) געזעהן 1783 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:12 pm

שתקן האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:א שיינער מסיבה אין די וויסע הויז צוזאמען מיט ראביי גאלדשטיין וואס האט געזאגט אפאר ווערטער


דראפבאקס וידיאו

א גרויסן ישר כח... וואלט געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווייטער דעם פרעזידענט׳ס ריאקציע




דראפבאקס
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:33 pm

דריידל האט געשריבן:אין קאליפארניע איז דען דא טויט שטראף?

אפיציעל: יא.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:42 pm

ggg האט געשריבן:ישר כח!

סקימט מיר באמת טערין און די אויגן פון זיין רעדן מיטן פרעזידענט און אזוי אויך די שמיעס מיט נייעס



מיר אויך.
און אז מ'רעדט שוין איז אינטרעסאנט צו הערן ווי א סי.ען.ען. נייעס ענקאר דערשטיקט זיך פון טרערן ווען דער וועטעראן סטוארט פארציילט ווי ער שפירט אז ער געהאט הימלישע כוחות און א יד ה' האט אים געפירט צו קאנפראנטן דעם רוצח. הערט ביזן סוף.
דראפבאקס
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:51 pm

הרב גאלדשטיין איז עפעס ספעציעל.
ער האט מיך געכאפט פון די ערשטע מינוט.

ווי פאסיג ער אז געקומען אנגעטון ווי א רב. מיטן היט און פראק.
בלעק העטס בלע״ז.
ווי אויך האט ער געלויבט דעם פרעזידענט אן דערמאנען דער ציוניסטישן מדינה.

זייטיגע נאטיץ דער פרעזידענטס טיי און זיינע בלויע גיפס זענען ביידע די זעלבע בלוי...

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:10 pm

בן בוזי האט געשריבן: רבי יוסף א מחנך אין בית יעקב,

ר' ישראל'ס טאטע איז ר' יוסף געווען מנהל אין בית יעקב,
אויך געהאט א מחנך און מארגן ביי כינוסים פאר קינדער ביים רבין אין 770

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:10 pm

בן בוזי האט געשריבן: רבי יוסף א מחנך אין בית יעקב,

ר' ישראל'ס טאטע איז ר' יוסף געווען מנהל אין בית יעקב,
אויך געהאט א מחנך און מארגן ביי כינוסים פאר קינדער ביים רבין אין 770
צוגעלייגטע
yg2.jpg
yg2.jpg (30.52 KiB) געזעהן 1643 מאל
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:12 pm

סיי ל"ג בעומר פאראד
צוגעלייגטע
yg.jpg
yg.jpg (104.81 KiB) געזעהן 1641 מאל

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:13 pm

אויך געווען באוואוסט ווי אנקעל יוסי און געהאט פרעגראמען מיט טייפס
צוגעלייגטע
yg3.jpg
yg3.jpg (257.85 KiB) געזעהן 1639 מאל

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג מאי 02, 2019 9:16 pm

ר' יוסף האט אויך אין די ערשטע יארן פון רבי'ן האט בגניבה גענומען מוביז פון רבי'ן און אזוי האט מען היינט אסאך וידיאו'ס פון די ערשטע יארן.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:25 pm

@בן בוזי
מורה דינה ראזנגארטען, אשת הרה"ח ר' איטשא ראזנגארטען שליט"א, ש"ץ בקהל אמונת ישראל.
ר' קלמן ראזענגארטן דער מספר איז א פלימעניק פון אנקל (פאן אינטענדעד) יאסי, ווייזט אויס ווי ס'ליגט אין דער בלוט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:30 pm

וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע מעשה: כלל ישראל האט מרויח געווען נאך א רובאשקין...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג מאי 03, 2019 12:13 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע מעשה: כלל ישראל האט מרויח געווען נאך א רובאשקין...

מגלה געווען...

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג מאי 03, 2019 7:36 am

נאכן פארן קיין וואשינגטון און רעדן דארטען (און שפעטער אין צימער מיטן פרעזידענט)

איז הרב גולדשטיין געפלויגען צו ניו יארק משטתח זיין אויפן ציון פון רבי'ן
צוגעלייגטע
yg.jpg
yg.jpg (106.84 KiB) געזעהן 1278 מאל

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג מאי 03, 2019 8:19 am

ער מוז אבער נישט דערמאנען די ''רבי'' יעדע דריטע ווארט.
עכ''פ נישט מער ווי דעם אייבירשטען'ס נאמען.
רובאשקין האט עס נישט געטוהן
אבער ער איז א געוואלדיגע כאראקטער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מאי 03, 2019 9:05 am

סארקאזי האט געשריבן:ער מוז אבער נישט דערמאנען די ''רבי'' יעדע דריטע ווארט.
עכ''פ נישט מער ווי דעם אייבירשטען'ס נאמען.
רובאשקין האט עס נישט געטוהן
אבער ער איז א געוואלדיגע כאראקטער

ער איז עלטער ווי רובאשקין און געהאט מער שייכית מיט די רבי, מער יארן און אויך ווייל אין די פריערדיגע איז געווען א קלענערע עולם. ובכלל וואס איז שייך צוגלייכן איין מענטש צום צווייטן? רובאשקין האט זיך מדבק געווען אין חובת הלבבות און כסדר גערעדט דערפון און רב גאלדשטיין איז דבוק אין די רבי, רעדט ער כסדר פון אים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”