בלאט 1 פון 2

השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם (תהלים קט"ו, ט"ז)

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:21 pm
דורך SPUSMN
צוליב די נייעס עפען איך דער אשכול, וואס וועט האפענטליך זיין אינטרעסאנט אויס צו שמועסען.

עס איז שוין דער "דריטע מאל" און דריי מאל איז א חזקה, זאגט עס אז עס איז נישט סתם א מאורע, נאר מען דארף אריין קלערען. צו לאזען עס גיין און זיך נישט וויסענדיג מאכען וואלט נישט געווען ריכטיג. אלזא וועלען מיר ברענגען די ראשי פרקים, און דער עולם וועט אוודאי צו לייגען נאך.

דריי מאל ווען אידען האבען אנטייל גענומען און ספעיס (רוימען) עקספלארעשען, האט די זאך געפלאצט, געקראכט, און נישט געגרייכט איר מטרה, והלא דבר הוא!

נאכען צווייטען קראך האט מיין פרוי מיר אויף מערקזאם געמאכט אז עס איז שוין דער צווייטע מאל אז ווען א איד נעמט טייל אין דעם, קראכט עס והלא דבר הוא. געהערט שפעטער אז אנדערע האבען אויך דאס אינאכט גענומען. אבער אז עס געשעהט שוין א דריטע מאל לייגט מען זיך נישט צוריק שלאפען (ויחלום שלישית) נאר מען ברענגט עס צו דער עטענשען פונעם עולם, פונעם עם חכם ונבון.

מאורע א'
אין א דינסטיג (יום שנכפל בו כי טוב), ח"י שבט תשמ"ו (ולמספרם January 28, 1986) איז א אידישע פרוי Judith Resnik געווארען דער ערשטע אידישע אסטראנאט צו פליען מיט א ספעיס שאטעל. זי איז געווען דער צווייטער אמעריקאנער פרוי (דער ערשטע איז געווען א גויטע), און דער פערדע פרוי אויף דער וועלט, אבער דער ערשטע איד צו פליען אין ספעיס.

זי איז געבוירען געווארען אין א רעליגיעזע פרומע היים צון אירע עלטערען Marvin and Sarah Resnik, ביידע געבוירען געווארען אין אוקריינע. זי איז געווען איינע פון זיבען אסטראנאטען אויפען "טשאלענדזער" ספעיס שאטעל און עס האט געקראכט 73 סעקונדעס נאכען זיך אויף הייבען.
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shu ... r_disaster

מאורע ב'
אין א דאנערשטיג י"ג שבט תשס"ג איז איזרעלי אסטראנאט Ilan Ramon געווארען דער צווייטער איד צו פליען אין ספעיס. נאך 15 טעג זיין אין ספעיס איז אויפען וועג צוריק קומענדיג האט עס עקספלאדירט, דאס איז געשעהן שב"ק כ"ט שבט תשס"ג (ולמספרם February 1, 2003).
https://en.wikipedia.org/wiki/Ilan_Ramon
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shu ... a_disaster
https://en.wikipedia.org/wiki/STS-107
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shuttle_Columbia

און יעצט דער דריטע מאורע!

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:29 pm
דורך SPUSMN
עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.

https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:33 pm
דורך SPUSMN
אינטרעסאנט אז דארט שטייט "משם אורידך".

אויך איז דא א אנדערע פסוק, אין חבקוק (ב' ט') הוֹי בֹּצֵעַ בֶּצַע רָע לְבֵיתוֹ לָשׂוּם בַּמָּרוֹם קִנּוֹ לְהִנָּצֵל מִכַּף רָע.

מיר זענען צו קליין אריין צו לערענען פשט, אבער אויפמערזאם מעג מען מאכען.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:37 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
די קאלאמביע קראך איז גראדע געווען שוין אויפן וועג צוריק [יענער האט מיט זיך געהאט א ס״ת!].

וואס די זאגסט איז גערעכט, פארט, אויב פראבירן זיי נאכאמאל און ס׳איז סוקסעספול, וואס וועט דעמאלטס זיין?.. און בכלל, א ראָובאַט איז אנדערש ווי א פאקטישער בשר ודם.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:41 pm
דורך SPUSMN
איך זאג טאקע דערפאר גארנישט, אבער זיך נישט וויסענדיג צו מאכען גייט אויך נישט.

וואס די זאגסט איז ריכטיג, קוק, דער סאטמארער רב האט געשפירט אז עס וועט נישט געשעהן און רבי מיכאל בער אז יא. עס איז נישט געווען סתם א שמועס נאר ביידע זענען געווען גערעכט, און דאס פראבירען מיר יעצט צו פארשטיין.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:43 pm
דורך וואס טוט זיך
השמים שמים לה'

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:52 pm
דורך SPUSMN
SPUSMN האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דארט שטייט "משם אורידך".

אויך איז דא א אנדערע פסוק, אין חבקוק (ב' ט') הוֹי בֹּצֵעַ בֶּצַע רָע לְבֵיתוֹ לָשׂוּם בַּמָּרוֹם קִנּוֹ לְהִנָּצֵל מִכַּף רָע.

מיר זענען צו קליין אריין צו לערענען פשט, אבער אויפמערזאם מעג מען מאכען.

זעה די מפרשים אין חבקוק אויף דער פסוק.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:53 pm
דורך מיכל הירש
א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:56 pm
דורך SPUSMN
אויב עס קען העלפען, דא איז א שטיקעל רבי אביגדור מיללער
viewtopic.php?f=3&t=33751&p=1562355&hilit=moon#p1562355

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:01 pm
דורך SPUSMN
מיכל הירש האט געשריבן:א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.

איז לאמער גראבען א ביסעל טיפער, ווי ווייט זענען די 11 אן געקומען. די איזרעליס האבען דאך אויך סוקסעספול סאטליטען אין ארביט.

עפעס זאגט עס און עס איז כדאי אריין צו טראכטען.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:03 pm
דורך SPUSMN
יעצט געקלערט, פארוואס האט דער באשעפער געבאדערט דער טורעם דער מגדל וואס דער דור הפלגה האט געבויעט? זאלען זיי בויען ביזען לבנה, פארוואס זאל עס דער באשעפער אן גיין?

אלא מאי עס איז נישט דער טורעם וואס מיט א בלאז איז עס אויס, נאר וואס ליגט אין די מחשבה פון די וואס האבען עס געבויעט.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:06 pm
דורך מיכל הירש
SPUSMN האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.

איז לאמער גראבען א ביסעל טיפער, ווי ווייט זענען די 11 אן געקומען. די איזרעליס האבען דאך אויך סוקסעספול סאטליטען אין ארביט.

עפעס זאגט עס און עס איז כדאי אריין צו טראכטען.

זיי מסביר.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:08 pm
דורך SPUSMN
מסביר זיין ווארט איך אויף אנדערע, איך האב שוין גענוג (אפשר צופיל) גערעדט.

ס'וואלט מיר געווען אינטרעסאנט אויב איינער קען עס פרעגען פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א וואס ער זאגט. וואס איך וועל זאגען איז שטותים.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:10 pm
דורך שרייזשע
ער האט געפרעגט זייער א סימפל קשיא וואס צווארפט לכאורה די גאנצע זאך
ניין?

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:15 pm
דורך SPUSMN
קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:22 pm
דורך מיכל הירש
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:35 pm
דורך וואס טוט זיך
מיכל הירש האט געשריבן:

אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס

די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:54 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אלטס א סאטמאר׳ער לערן איך אפ דעם דורכפאל אזוי.

קודם דאס עצם נאמען פון די מיסיע ״בראשית״ שטינקט פון כפירה ומינות. און די פראפאגאנדע אויפשריפטן דערויף ״עם ישראל חי׳ לעולם ועד״, מיטן ציונית׳טישער פענדל דערנעבן וואלט נאר גורם מער שנאת ישראל. דער גרויסער באשעפער האט דאס אין דעם פאל נישט צוגעלאזט.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 5:16 pm
דורך מצלמה
מיכל הירש האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.

גענאגלט!

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 5:27 pm
דורך מיכל הירש
וואס טוט זיך האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.

אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס

די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?

נאכאמאל. איך האב מעיר געווען אויף דאס וואס דער פותל האשכול האט דערציילט אז ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און פון די הנחה האט ער געבויעט מסקנות. דאס איז נישט ריכטיג. פינטל.

עקסידענטן פאסירן ביי ספעיס שאטעלס. און נישט אייביג ווייסן מיר פארוואס דער באשעפער טוט דאס. (יתכן ווי ר' אביגדור מילער פלעגט זאגן ווען איינער האט אים געפרעגט "פארוואס האט פאסירט די קאר עקסידענט?" האט ר' אביגדור געענטפערט "צו ווייזן דו זאלסט דיר מער היטן") ווי דו אליינס זאגסט
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?

עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען מסקנות פון האלבע פאקטן.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 5:36 pm

אבער ווען מ'טרעפט א ענליכע זאך ביי אפאר קראכן דארף מען טראכטן וואס די באשעפער וויל אונז ווייזן, און זאגן אז מען קען גארנישט ארויסלערנען וועגן עס איז נישט געשען ביי אלע, אדער אפילו האלב איז נישט א גערעכטע טענה

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:52 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
איך פארשטיי נישט דעם קעפל. איז דען אינדרויסן פון די אטמאספער אין כלל פון "הימל" אז מ'ברענגט דערויף דעם פסוק השמים שמים לה'? די גמרא אין סוכה (ה.) לערנט טאקע ארויס פון דעם פסוק אז לעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה טפחים, אבער לויט דעם איז וואוינען אויף א צווייטע שטאק אינעם זעלבן שיף ווי גיין אויף די לבנה, און למעשה זעט מען אין חגיגה (י"ג.) און אין פסחים (צ"ד:) און אין נאך אסאך אנדערע מדרשים אז "מן הארץ עד לרקיע מהלך חמש מאות שנה".

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:55 pm
דורך מי יודע
SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.

https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11

סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:26 pm
דורך בשבילי נברא
מי יודע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.

https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11

סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי

נישט מסתבר אז ס'איז געווען מיט ר' שלום שאצער זצ"ל , ווייל ער איז דאכט זיך אויך נפטר געווארן ערגעץ אין יענע יארן, (אויב געדענק איך גוט איז ער אוועק תשי"ח).
און ער איז לכאורה נישט געווען אין אמעריקע אין זיינע לעצטע פאר יאר.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:36 pm
דורך מונאוויטש
מיכל הירש האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.

בכלל נישט פארפירעריש. די ערשטע קראך געדענק איך נישט. אבער סיי דאס איצטיגע מאל און סיי מיט אילן רמון -- דער איינציגסטער ישראל'ישע אסטראנאט -- ביי די קאלאמביע מיסיע, האבן די איזראעליס געפייערט מיטן גאנצן קנאק, און די כחי ועוצם ידי איז געווען אויף פול דיספלעי. האט מען פון הימל געגעבן א פיינע שנעלקע -- שרוליק, האַלט דיך אין די ראַמען!