וויליאמסבורג: מעיאר דעבלאזיא דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:31 am

ווילי זיידע האט געשריבן:האב איך שוין לאנג לאנג נישט געזעהן זוי בנין נערים סתירה ווי אין דענספאל!
אויפגעקלערטע אויבער חכמים, לאזען זיך פארפירן פון אפאר האטליינס און קאנפערענץ טעלעפאנען, און לעהגען אריין זיך זעלבסט מיט די אייגענע קינדער אין גרויסע סכנה!

היצט האב איך געהערט פון א איד וואס איז ליידער נישט געזונט, ער ציטערט ארויס צו געהן אויף די גאס וועגען די אומפאראנטווארטליכע נאכלעיסיגע מענטשן! זיין אימיאן סיסטעם איז שוועך, און ס'איז א גרויסע סכנה פאר אים צו זיין אויסגעשטעלט צו די מייזעלס!
די זעלביגע מיט ווייבער אין אנדערע אומשטענדן, אדער קליינע פיצלעך קינדער.

די אלע וועלעכע פארשטייען אימער בעסער און זענען קלוגער פון די דאקטוירים, זאלען מוחל זיין זיך בויען א קלוגע שטאט פאר זיך אליין, און נישט אריינלייגען אין קיין געפאר אנדערע אונשולדיגע אידן!


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
וואס נאך זאל איך דיר געבן?!
אגב, ווארט איך נאך אויף א תשובה פון איינער וואס האט געהערט א קלארן פסק פון א מורה הוראה אז מען מעג נעמען א קינד צו א מיזעלס-אנגעשטעקטער דאס איבערצוכאפן, איך מיין אז אזא אכזריות פון עלטערן צו קינדער איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע (און פ"וו טוהט מען עס? נאר צו קענען שיקן קינדער אין חדר/סקול, און די מאמע זאל קענען פייסעכיג מאכן...)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:40 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די טענה'ריי איז דא, עס איז קלאר אז די אומאחריות'דיגע מענטשן וואס האבן געפלוידערט צו די מידיא וועגן אידן מיט וואקסינען און אז די רעליגיע לאזט נישט נעמען קיין וואקסינען און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט געהאלטן זייערע קינדער אפגעזונדערט אין די צייט וואס זיי האבן געהאט מיזעלס - נאר אדרבה זיי האבן געטוהן פעולות עס מער צו פארשפרייטן, זיי זענען די עיקר גורמים פארן יעצטיגן מצב, סיי אז לכבוד דעם האט מען זיך געדארפט לעקן צו די פאליטיקאנטן און זייערע אינטערעסן, וואס דאס האט זיכער געגעבן אסאך מוט און קאנפידענס פאר דעבלאזיא צו טוהן וואס ער האט געטוהן, און סיי ריזיגע די חילול ה' וואס דאס האט געברענגט און די אנטיסעמיטיזם וואס דאס האט גורם געווען.

אבער מיט דעם אלעם נעמט דאס נאך אלס גארנישט אוועק פון דאס דיקטאטורשאפט פון מעיאר דעבלאזיא פון צושפארן א מוסד איבער א זאך וואס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי מען מאכט דאס, אויב א מענטש איז א נארמאלער מענטש און ער וויל נישט געבן קיין וואקסין און ער זונדערט אפ זיינע קינדער אז אנדערע זאלן עס נישט איבערכאפן, איז א רשעות זיך צו באגיין צו זיי און צו די איבריגע חלק עולם וואס נעמט יא וואקסין, מיט אזא מאס דיקטאטורשאפט.

איהר האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט! ;l;p-

ס'דארף זיין א באלאנס, דאס צווינגען צו נעמען איז שוין דיקטאטוריש, ובפרט אז אונז ליידן צוליב די אומאחריות'דיגע ווייבלעך וואס הערן האטליין'ס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:57 am

פעיק נוז האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די טענה'ריי איז דא, עס איז קלאר אז די אומאחריות'דיגע מענטשן וואס האבן געפלוידערט צו די מידיא וועגן אידן מיט וואקסינען און אז די רעליגיע לאזט נישט נעמען קיין וואקסינען און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט געהאלטן זייערע קינדער אפגעזונדערט אין די צייט וואס זיי האבן געהאט מיזעלס - נאר אדרבה זיי האבן געטוהן פעולות עס מער צו פארשפרייטן, זיי זענען די עיקר גורמים פארן יעצטיגן מצב, סיי אז לכבוד דעם האט מען זיך געדארפט לעקן צו די פאליטיקאנטן און זייערע אינטערעסן, וואס דאס האט זיכער געגעבן אסאך מוט און קאנפידענס פאר דעבלאזיא צו טוהן וואס ער האט געטוהן, און סיי ריזיגע די חילול ה' וואס דאס האט געברענגט און די אנטיסעמיטיזם וואס דאס האט גורם געווען.

אבער מיט דעם אלעם נעמט דאס נאך אלס גארנישט אוועק פון דאס דיקטאטורשאפט פון מעיאר דעבלאזיא פון צושפארן א מוסד איבער א זאך וואס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי מען מאכט דאס, אויב א מענטש איז א נארמאלער מענטש און ער וויל נישט געבן קיין וואקסין און ער זונדערט אפ זיינע קינדער אז אנדערע זאלן עס נישט איבערכאפן, איז א רשעות זיך צו באגיין צו זיי און צו די איבריגע חלק עולם וואס נעמט יא וואקסין, מיט אזא מאס דיקטאטורשאפט.


איך מײן אז די מידיע סמאטוכע האט זיך אנגעהױבען נאר נאכדעם װאס דעבלאזיא האט דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי,די װײבלעך אינטערװיאס זענען פארגעקימען נאכן ארדער פון דעבלאזיא

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:57 am

פעיק נוז האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם נעמט דאס נאך אלס גארנישט אוועק פון דאס דיקטאטורשאפט פון מעיאר דעבלאזיא פון צושפארן א מוסד איבער א זאך וואס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי מען מאכט דאס, אויב א מענטש איז א נארמאלער מענטש און ער וויל נישט געבן קיין וואקסין און ער זונדערט אפ זיינע קינדער אז אנדערע זאלן עס נישט איבערכאפן, איז א רשעות זיך צו באגיין צו זיי און צו די איבריגע חלק עולם וואס נעמט יא וואקסין, מיט אזא מאס דיקטאטורשאפט.

ביטע נישט ברענגען אייערע מיננונגען אין נאצינאלע פאליטיק צו לאקאלע אישוס.
די עסקנים האבן גאר שטארקע און גיטע באצואונגען מיט די דעבלאזיאו אדימסטראציע, און ער איז שטארק בייהילפיג פאר חרדישע אידן, און נישט פארגעסן ווער עס האט אראפגענומען די גזירות מציצה בפה.
ביי דעם פאל, ווי דער משגעת האט מיט רעליגיע קיין שיכות, נאר א פינסטערע נארישע קאנספיראציע, האט ער, און נאכן דורכרעדן מיט קאמיונטי פירער, דהיינו עסקנים, וועלעכע האבן גערעדט מיט א "דעת תורה", און באשלאסן אז פאר כל הון דעלמא גייט מען דאס אפשטעלן באש ובמים.
ובשם השם נעשה ונצליח, צו ראטעווען אידישע נשמות
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:27 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן טאמער עס איז יסודות פון אידישקייט ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד און סתם נעמען אדווענטזש פון די סיסטעם וועגן איך הייס איד פאר יעדע נערישע זאך , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך און סיי זענען נישט גרייט צו שוויצען פאר אונז אידן אזוי גרינג און דורעכגיין אומזיסטע היץ וועגן אפאר נערישע אידן שרייען נאצי אנטיסימיט

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטען אז אונז זעמיר אידן און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

;l;p-
אט אזוי, אין די אידישע היסטאריע האט מען געווענליך מער מצליח געווען מיטן לעקן פריצים ווי פייטן
רבותי פעיס פעקטס דיבלאזיא איז סאך שטערקער ווי אונז, און ווילאנג אונז זעמיר אין גלות מוז מיר טאנצן מה יפית
גראדע צו דער מוסד זאל פייטן אין קאורט רעד איך נישט אריין, אבער אראפרייסן דעם מעיאר וועט לכאורה נאר שאדן אין די לאנג ראן

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:28 pm

פעשען האט געשריבן:
718-506-0404 האט געשריבן:א גוט מארגן דינסטאג ניין אזייגער צופרי.
די עסקנים ארבעטן איבערמידלעך אויף אלע פראנטן בנוגע די כתה א' אינגלעך פון עטרת יואל, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין אַפּדעיט. ביטע צוריקרופן עללעוו אזייגער פארמיטאג פאר אן אַפּדעיט בעז"ה.
מיט אנטשולדיגונג, א גוטן טאָג.


דינסטאג האלב צוועלף פארמיטאג.
אי"ה היינט וועלן די כיתה א' אינגלעך פון עטרת יואל נישט האבן קיין חדר.
דערווייל ארבעט מען מיט די באאמטע אהן אויפהער.
מיר האפן אי"ה אויף היינט ביינאכט צו האבן אן אפדעיט דא אויפן ליין וועגן מארגן, בעזר השם.
א גוטן טאג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:21 pm

abeg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די טענה'ריי איז דא, עס איז קלאר אז די אומאחריות'דיגע מענטשן וואס האבן געפלוידערט צו די מידיא וועגן אידן מיט וואקסינען און אז די רעליגיע לאזט נישט נעמען קיין וואקסינען און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט געהאלטן זייערע קינדער אפגעזונדערט אין די צייט וואס זיי האבן געהאט מיזעלס - נאר אדרבה זיי האבן געטוהן פעולות עס מער צו פארשפרייטן, זיי זענען די עיקר גורמים פארן יעצטיגן מצב, סיי אז לכבוד דעם האט מען זיך געדארפט לעקן צו די פאליטיקאנטן און זייערע אינטערעסן, וואס דאס האט זיכער געגעבן אסאך מוט און קאנפידענס פאר דעבלאזיא צו טוהן וואס ער האט געטוהן, און סיי ריזיגע די חילול ה' וואס דאס האט געברענגט און די אנטיסעמיטיזם וואס דאס האט גורם געווען.

אבער מיט דעם אלעם נעמט דאס נאך אלס גארנישט אוועק פון דאס דיקטאטורשאפט פון מעיאר דעבלאזיא פון צושפארן א מוסד איבער א זאך וואס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי מען מאכט דאס, אויב א מענטש איז א נארמאלער מענטש און ער וויל נישט געבן קיין וואקסין און ער זונדערט אפ זיינע קינדער אז אנדערע זאלן עס נישט איבערכאפן, איז א רשעות זיך צו באגיין צו זיי און צו די איבריגע חלק עולם וואס נעמט יא וואקסין, מיט אזא מאס דיקטאטורשאפט.


איך מײן אז די מידיע סמאטוכע האט זיך אנגעהױבען נאר נאכדעם װאס דעבלאזיא האט דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי,די װײבלעך אינטערװיאס זענען פארגעקימען נאכן ארדער פון דעבלאזיא

נו, איז וואס ווילסטו ארויסברענגען מיט דעם?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:22 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

ווער חוש'ט? די עסקנים זענען דאך אויף די זייט פון פרא.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:47 pm

איך ווייס פון א מוסד וואס האט אפגעפרעגט זייער רבין וועגן די פיינס..האט די רבי געזאגט אז די עלטערן זאלן עס באצאלן

האט די הנהלה געזאגט רוב פון די עלטערן צאלן ניטאמאל שכר לימוד... ומאידך פרישא זיל גמור

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:54 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן טאמער עס איז יסודות פון אידישקייט ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד און סתם נעמען אדווענטזש פון די סיסטעם וועגן איך הייס איד פאר יעדע נערישע זאך , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך און סיי זענען נישט גרייט צו שוויצען פאר אונז אידן אזוי גרינג און דורעכגיין אומזיסטע היץ וועגן אפאר נערישע אידן שרייען נאצי אנטיסימיט

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטען אז אונז זעמיר אידן און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

;l;p-
אט אזוי, אין די אידישע היסטאריע האט מען געווענליך מער מצליח געווען מיטן לעקן פריצים ווי פייטן
רבותי פעיס פעקטס דיבלאזיא איז סאך שטערקער ווי אונז, און ווילאנג אונז זעמיר אין גלות מוז מיר טאנצן מה יפית
גראדע צו דער מוסד זאל פייטן אין קאורט רעד איך נישט אריין, אבער אראפרייסן דעם מעיאר וועט לכאורה נאר שאדן אין די לאנג ראן

די לאנג ראן ביז די קומענדיגע עלעקשנס......
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:30 pm

מחזור האט געשריבן:איז דא נאך מוסדות התורה וואס האבן פראבלעמען?

יא ליידער.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:13 pm

דער עולם שרייט דא אויף דיבלאזיא. וואס האלטן ענק אליינס? א מוסד וואס לאזט אומוואקסינירטע קינדער און מעגליך אנגעשטעקטע קינדער זיך דרייען אין חדר מעג בלייבן אפען?

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:19 pm

דממה דקה האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:אהא... די וואס וואקסענירען זענען גאר שילדיג
די וואס פראבירען אפצושטילען די חילול השם בעת אפאר איגנאראנטע פון צווישען אינז גיסען אויל צום פייער און זענען דיירעקטע גורמים צו איצטיגען מצב, זיי זענען גאר שילדיג...
איך הער....

שטעלן זיך ווען די אומוואקסענירטע צו תיקף ביים אנהייב און פירען זיך אויף מיט א ביסעלע מער אחריות וואלט מען נישט געהאלטען ווי מען האלט יעצט!

אינז קען מיר דאס נישט אפשטעלן מיט פייטען!!
סטאפ די נאנסענס!

מען קען עס אפשטעלן ביג טיים.

און די איינציגסטע וועג דאס אפצושטעלן איז אין קארט, און בפרט יעצט וואס די סטעיט קארט האט אראפגעטראסקעט די עמערדשענסי דעקלעראציע אין ראקלענד, און די אפעלאט געריכט האט מיטגעשטימט מיט די נידעריגערע געריכט, איז א קאצן שפרינג צו ברענגן די טעראר צו אן אפשטעל.


זאג נאר, ווען מ'האט געפירט כלל ישראל צו די גאז קאמערן האט די גוטע עצה פון פאדערן "יוסטיץ" אויך געארבעט?

ס'איז נישטא קיין גרעסער טיפשות פון דאס איינרעדן זיך אז מ'קען זיי געווינען, און מ'קען נישט ציילן די בלוט (וויאזוי ציילט מען בלוט?) וואס אזאלכע "גוטע" חשבונות האבן שוין אפגעקאסט.

היינט שרייט מען נאך יעדעם וואס גייט נישט און שפאן "אנטיסעמיט", האט זיך מענגעלע דערשראקן ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אז שיקן אידן צו די שחיטה איז אנטיסעמיטיזם?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:31 pm

מיכל הירש האט געשריבן:דער עולם שרייט דא אויף דיבלאזיא. וואס האלטן ענק אליינס? א מוסד וואס לאזט אומוואקסינירטע קינדער און מעגליך אנגעשטעקטע קינדער זיך דרייען אין חדר מעג בלייבן אפען?

פ״װ נישט ממה נפשך אױב איז מען װאקסענאירט איז עס נישט קײן פראבלעם מען איז דאך װאקסענאירט אױב איז מען נישט װאקסענאירט איז עס אױך נישט קײן פראבלעם װאל זײ װילען דאך באקימען די מיזעלס

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

ווער חוש'ט? די עסקנים זענען דאך אויף די זייט פון פרא.

למעשה וויל נישט קיינער נעמען די גאטס פון ביידע צדדים , פון העלפן איינמסר'ן אידן וכולי אדער גאר זאגן אז עס יא על פי תורה ,זייער א שווערע נידון וואס זעט אויס רבנים זיכן נישט זיך צו מישן דערין

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:41 pm

abeg האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:דער עולם שרייט דא אויף דיבלאזיא. וואס האלטן ענק אליינס? א מוסד וואס לאזט אומוואקסינירטע קינדער און מעגליך אנגעשטעקטע קינדער זיך דרייען אין חדר מעג בלייבן אפען?

פ״װ נישט ממה נפשך אױב איז מען װאקסענאירט איז עס נישט קײן פראבלעם מען איז דאך װאקסענאירט אױב איז מען נישט װאקסענאירט איז עס אױך נישט קײן פראבלעם װאל זײ װילען דאך באקימען די מיזעלס

אפילו ביי די וואס זענען וואקסינירט איז דא א פראצענט ביי וועם עס ארבעט נישט.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:52 pm

מיכל הירש האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:דער עולם שרייט דא אויף דיבלאזיא. וואס האלטן ענק אליינס? א מוסד וואס לאזט אומוואקסינירטע קינדער און מעגליך אנגעשטעקטע קינדער זיך דרייען אין חדר מעג בלייבן אפען?

פ״װ נישט ממה נפשך אױב איז מען װאקסענאירט איז עס נישט קײן פראבלעם מען איז דאך װאקסענאירט אױב איז מען נישט װאקסענאירט איז עס אױך נישט קײן פראבלעם װאל זײ װילען דאך באקימען די מיזעלס

אפילו ביי די וואס זענען וואקסינירט איז דא א פראצענט ביי וועם עס ארבעט נישט.

און ביי קינדערלעך נעבעך מיט א שוואכע אימיון סיסטעם, צו צוליב א דורכגנג, אדער אנדערע פראבלעמען
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:57 pm

מיכל הירש האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:דער עולם שרייט דא אויף דיבלאזיא. וואס האלטן ענק אליינס? א מוסד וואס לאזט אומוואקסינירטע קינדער און מעגליך אנגעשטעקטע קינדער זיך דרייען אין חדר מעג בלייבן אפען?

פ״װ נישט ממה נפשך אױב איז מען װאקסענאירט איז עס נישט קײן פראבלעם מען איז דאך װאקסענאירט אױב איז מען נישט װאקסענאירט איז עס אױך נישט קײן פראבלעם װאל זײ װילען דאך באקימען די מיזעלס

אפילו ביי די וואס זענען וואקסינירט איז דא א פראצענט ביי וועם עס ארבעט נישט.

ני פאר די פיצי פראצענט דארף מען נישט זיך אזױ פארלײגן אין שפארן מוסדות די מצב װאס די סיטי מאכט קיקט מער אױס װי זײ האבן א שנאה אין א אגענדע אין די מיזעלס גײט זײן גאנץ װײניג אן

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » דינסטאג אפריל 16, 2019 4:22 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

ווער חוש'ט? די עסקנים זענען דאך אויף די זייט פון פרא.

למעשה וויל נישט קיינער נעמען די גאטס פון ביידע צדדים , פון העלפן איינמסר'ן אידן וכולי אדער גאר זאגן אז עס יא על פי תורה ,זייער א שווערע נידון וואס זעט אויס רבנים זיכן נישט זיך צו מישן דערין



וואס איז אזוי שווער?

זיי קענען ענטפערן אז ביי אידן איז אויך דא 2 דיעות

עי' קובץ אור ישראל בחודש העע"לט

1 תשובה למנוע

און עטליכע לחייב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20849
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:36 pm

איינער ווייסט א מקור אויף די הלכה?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (33.68 KiB) געזעהן 787 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:59 pm

farshlufen האט געשריבן:איינער ווייסט א מקור אויף די הלכה?



לכאורה וְהָיָה הַנֶּגַע יְרַקְרַק אוֹ אֲדַמְדָּם. אן אנדערע מקור האב איך נישט געטראפן.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:20 pm

farshlufen האט געשריבן:איינער ווייסט א מקור אויף די הלכה?



לשיטתם אז ס'איז א סכנה שטייט דאס אין "וחי בהם,

"ונשמרתם מאוד לנפשותיכם"

נאכאמאל דאס איז לשיטתם

זעהער
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

תגובהדורך זעהער » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:05 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן טאמער עס איז יסודות פון אידישקייט ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד און סתם נעמען אדווענטזש פון די סיסטעם וועגן איך הייס איד פאר יעדע נערישע זאך , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך און סיי זענען נישט גרייט צו שוויצען פאר אונז אידן אזוי גרינג און דורעכגיין אומזיסטע היץ וועגן אפאר נערישע אידן שרייען נאצי אנטיסימיט

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטען אז אונז זעמיר אידן און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

;l;p-
אט אזוי, אין די אידישע היסטאריע האט מען געווענליך מער מצליח געווען מיטן לעקן פריצים ווי פייטן
רבותי פעיס פעקטס דיבלאזיא איז סאך שטערקער ווי אונז, און ווילאנג אונז זעמיר אין גלות מוז מיר טאנצן מה יפית
גראדע צו דער מוסד זאל פייטן אין קאורט רעד איך נישט אריין, אבער אראפרייסן דעם מעיאר וועט לכאורה נאר שאדן אין די לאנג ראן

אין היסטאריע ווען מען האט מיטגעשפילט האט עס געקאסט אסאך מער ווי למשל רוסלאנד אין די צייטן פון די צארן ווען די גבירים האבן זיך אנגענומען פאר די פאלשע טענות אויף יודן

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:20 pm

farshlufen האט געשריבן:איינער ווייסט א מקור אויף די הלכה?

געטראפן, נאכן זיכען אפאר חדשים:
וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:13 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
718-506-0404 האט געשריבן:א גוט מארגן דינסטאג ניין אזייגער צופרי.
די עסקנים ארבעטן איבערמידלעך אויף אלע פראנטן בנוגע די כתה א' אינגלעך פון עטרת יואל, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין אַפּדעיט. ביטע צוריקרופן עללעוו אזייגער פארמיטאג פאר אן אַפּדעיט בעז"ה.
מיט אנטשולדיגונג, א גוטן טאָג.


דינסטאג האלב צוועלף פארמיטאג.
אי"ה היינט וועלן די כיתה א' אינגלעך פון עטרת יואל נישט האבן קיין חדר.
דערווייל ארבעט מען מיט די באאמטע אהן אויפהער.
מיר האפן אי"ה אויף היינט ביינאכט צו האבן אן אפדעיט דא אויפן ליין וועגן מארגן, בעזר השם.
א גוטן טאג.

דינסטאג א קוואדער נאך צען ביינאכט.
נאך א גאנצן טאג אן אויפהער פון שתדלנות מיט די באאמטע האבן מיר נאך אלץ נישט קיין אפדעיט פאר כיתה א' און עטרת יואל פאר מארגן מיטוואך.
מיר האפן אי"ה אויף ניינע צופרי צו קענען בעזר השם וויסן מער.
מיט אנטשולדיגונג, א גוטע נאכט.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט