וויליאמסבורג: מעיאר דעבלאזיא דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:03 am

מיט פייטען וועסטו אפשר געווינען אז מען זאל צוריק עפענען מוסדות אדער גאר אראפנעמען די סטעיט אפ עמרדזשענסי

אבער דאס איז ליידער אינזער קלענסטע פראבלעם יעצט!
די חילול השם און קאווערעדזש וואס דאס האט גורם געווען קען ליידער האבען סאך ערגערע ריזולטאטען ווי אפשפארען א מוסד פאר אפאר טעג

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:11 am

שרייזשע האט געשריבן:אהא... די וואס וואקסענירען זענען גאר שילדיג
די וואס פראבירען אפצושטילען די חילול השם בעת אפאר איגנאראנטע פון צווישען אינז גיסען אויל צום פייער און זענען דיירעקטע גורמים צו איצטיגען מצב, זיי זענען גאר שילדיג...
איך הער....

שטעלן זיך ווען די אומוואקסענירטע צו תיקף ביים אנהייב און פירען זיך אויף מיט א ביסעלע מער אחריות וואלט מען נישט געהאלטען ווי מען האלט יעצט!

אינז קען מיר דאס נישט אפשטעלן מיט פייטען!!
סטאפ די נאנסענס!

מען קען עס אפשטעלן ביג טיים.

און די איינציגסטע וועג דאס אפצושטעלן איז אין קארט, און בפרט יעצט וואס די סטעיט קארט האט אראפגעטראסקעט די עמערדשענסי דעקלעראציע אין ראקלענד, און די אפעלאט געריכט האט מיטגעשטימט מיט די נידעריגערע געריכט, איז א קאצן שפרינג צו ברענגן די טעראר צו אן אפשטעל.

ווילסט ליידן פון די העלט דעפארטמענט פאר די נעקסטע צען יאר, שרייב נאך אפאר לעקערישע עדיטאריעלס אין דער איד, די אנטי-וועקסערס קינדער זענען עניוועי נישט אין חדר, מען לאזט זיי נישט אריין, סא ליידן לייד איך מיט דו, אונזערע ארענטליכע וואקסינירטע קינדער ווערן געפייניגט, מיט די עלטערן אינאיינעם, ווייל דיבלאזיא וויל ווייזן פאוער.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:14 am

דממה דקה האט געשריבן:

אויף דעם ארויף האב איך געשריבען דאס:

שרייזשע האט געשריבן:מיט פייטען וועסטו אפשר געווינען אז מען זאל צוריק עפענען מוסדות אדער גאר אראפנעמען די סטעיט אפ עמרדזשענסי

אבער דאס איז ליידער אינזער קלענסטע פראבלעם יעצט!
די חילול השם און קאווערעדזש וואס דאס האט גורם געווען קען ליידער האבען סאך ערגערע ריזולטאטען ווי אפשפארען א מוסד פאר אפאר טעג

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:22 am

האסט א מקור אז דאס הייסט חילול השם אויסער פון דיין ענגליש טיטשער?

איך זעה א חילול השם אז אין די פרעסע איז באריכטעט אז מען האט פארשפארט א מוסד, א מקום תורה, און ווען נישט די וואס זענען נהנה משולחן איזבל וואלט די מוסד גענימען א פארקערטע אפראוטש, און געזאגט פאר די העלט דעפארטמענט זיי זאלן זיך גיין איבערקאצקען אויף א ציקער שטריק, אז די האסט א פראבלעם מיט אפאר יחידים גיי רעד צו זיי, אונז זענען נישט ענקערע שטעקנס, און עס וואלט געווען שא שטיל אזוי ווי אין ראקלענד קאונטי.

איך ווייס נישט צו די באמערקסט ווי שטיל עס איז געווארן אין ראקלענד קאונטי, מען הערט קיין פיפס מער פון די שעדליכע אויסבראך.
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דינסטאג אפריל 16, 2019 1:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:23 am

די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן טאמער עס איז יסודות פון אידישקייט ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד און סתם נעמען אדווענטזש פון די סיסטעם וועגן איך הייס איד פאר יעדע נערישע זאך , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך און סיי זענען נישט גרייט צו שוויצען פאר אונז אידן אזוי גרינג און דורעכגיין אומזיסטע היץ וועגן אפאר נערישע אידן שרייען נאצי אנטיסימיט

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטען אז אונז זעמיר אידן און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און ער וויל וויסן אויב נעמען שאטס איז קעגן די תורה צו נישט און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג אפריל 16, 2019 1:32 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

גלות איד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:27 am

דממה דקה האט געשריבן:האסט א מקור אז דאס הייסט חילול השם אויסער פון דיין ענגליש טיטשער?

איך זעה א חילול השם אז אין די פרעסע איז באריכטעט אז מען האט פארשפארט א מוסד, א מקום תורה, און ווען נישט די וואס זענען נהנה משולחן איזבל וואלט די מוסד גענימען א פארקערטע אפראוטש, און געזאגט פאר די העלט דעפארטמענט זיי זאלן זיך גיין איבערקאצקען אויף א ציקער שטריק, אז די האסט א פראבלעם מיט אפאר יחידים גיי רעד צו זיי, אונז זענען נישט ענקערע שטעקנס, און עס וואלט געווען שא שטיל אזוי ווי אין ראקלענד קאונטי.

איך ווייס נישט צו די באמערקסט ווי שטיל עס איז געווארן אין ראקלענד קאונטי, מען הערט קיין פיפס מער פון די שעדליכע אויסבראך.

ווען מיין קינד כאפט מיזעלס אין חדר פון אזא אומ'אחריות'דיגע קינד, וועלט איך ערענסט קאנסידערד צו סאון די מוסד פאר נישט אפהיטן די געזונט פון מיין קינד. סך הכל דארפן די מוסודת היטן אויף אונזערע קינדער. די יחידים זאלן ניצן די צוקער שטריק.
קודאס פאר די מוסדות וואס שטעלן זיך צו!!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:28 am

חילול השם מיין איך נישט הלכהדיגע חילול השם...
איך רעד פון דעם אז צענדליגער אידען זענען די לעצטע תקופה געווארן נאכגעשריגען אידען פארציילען אז גוים לויפן ארויס ווען זיי קומען אריין וכו וכו
דאס אלעס איז א סימן אויף א שרעקליכע מצב און וואס אינז געפין מיר זיך וואס דאס זיכט מען אפצושטעלן
האט מיט דיבלאזיא זילטש!
פייטען וועט נאר מאכען אסאך ערגער!

אין נאכאמאל אינזער פראבלעם יעצט איז נישט מיזעלס און נישט אז מען האט אפגעשפארט א מוסד

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:31 am

רעסטאראנט האט געשריבן:די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטעל און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

נישטא קיין מידיע, די העלט דעפארטמענט וואס דיבלאזיא פירט האט גערופן די מידיע, געמאכט די גאנצע מצב מעיקרא, אלעס ווייל ער וויל אונז ניצן פאר א טרעפל, טרעטן אויף אונז צו באקומען נעשאנעל אטענטשען.

מעלדטס אים איין אז דאס האט נישט מיט די מוסדות, אונז ווייס מיר נישט און קערן נישט וועגן וואקסינען, עס איז נישט אונזער דשאב, אונזער דשאב איז עדשוקעישאן, און אויב די וועסט שטערן עדשוקעישאן וועל מיר גיין אין קארט.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:36 am

הרב דממה דקה די רעדטסט הוילע שטותים ווארשיינליך אויסגעזויגן פון פינגער

איך קען נישט שרייבן דא מער פרטים אבער עס איז נישט קיין קינדער שפיל

טאקע דאס מיין איך סתם שרייען נאצי דיבלאזיא אז ער זיכט פובליסיטי אויף אונזער חשבון, קענסטו נישט שרייען יעדן טאג , וועגן עס וועט אויסזען ווי דער וואס האט געשריגן יעדן טאג וואלף .. .. פאליטאשענס מאכן זיך גענוג שמוציג די הענט פאר אונז ווען עס איז ערענסטע דיבורים, קענסט נישט סתם אביוזען די סיסטעם פאר יעדע נערישע זאך וואס האט נישט מיט אידישקייט .

למעשה קען נישט קיין איין עסקן גיין זאגן פאר די בלאזיא אז הער אויס דאס איז קעגן אונזער תורה און קרית אראפ פון אונז .
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג אפריל 16, 2019 1:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:43 am

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די בלאזיא האט היעט, און די עסקנים פארשטייען ענדערשער דא אים נאכצוגעבן און יא זיך לעקען אז די נעקסטע מאל ווען די ווילסט פייטען אידישקייט זאל ער דיר פארשטיין

די בלאזיא וויל וויסן צו דאס האט מיט אידישקייט אדער נישט, און קיין איין עסקן אדער רב /רבי נעמט נישט די אחריות אים צו זאגן אז עס האט יא אדער נישט מיט אידישקייט , ביזדערווייל חוש'ט מען ארום מיט אים , אבער איך האלט אז דא איז טאקע נישט דא קיין שום אידישקייט אישו און דיבלאזיא שטייט אויס שווערע היץ פון די מידיע , איז א געלעגענהייט אים צו העלפען און גיין עטוואס מיט זיין מהלך אין אים העלפן ,ער איז פארט מעיאר און מען ברויך זיין הילף

און ווען די האסט א פראבלעם מיט מציצה בפה האט די בלאזיא עס ארויסגעטראסקעט און גענומען די היעט אויף זיך וועגן ער איז געווען שילדיג א טובה פאר די אידן וועגן וואוטס

די זעלבע זאך מיט די עזשעקעישען וועט ער דיר העלפן ,אבער טאמער וועסטו זיך אויפפירן ווי א מתנחל אדער א סיקריק סתם ווי א חיה פון וואלד , וועסטו פארלירן פאליטאשענס צו ווישן אונזערע פראבלעמען און שלאגן כפרות מיט אונז , עס איז היינט אנדערע צייטן ווי תש"ל יארן , פאליטאשענס שטייען אויס דרוק פאר יעדע נערישע זאך

מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס ווען צו פייטעל און ווען נישט

איך ווייס קראנט אז די בלאזיא וויל זיך טרעפען מיט די רבנים און מען חוש'ט אויפדערווייל מיט אים

נישטא קיין מידיע, די העלט דעפארטמענט וואס דיבלאזיא פירט האט גערופן די מידיע, געמאכט די גאנצע מצב מעיקרא, אלעס ווייל ער וויל אונז ניצן פאר א טרעפל, טרעטן אויף אונז צו באקומען נעשאנעל אטענטשען.

מעלדטס אים איין אז דאס האט נישט מיט די מוסדות, אונז ווייס מיר נישט און קערן נישט וועגן וואקסינען, עס איז נישט אונזער דשאב, אונזער דשאב איז עדשוקעישאן, און אויב די וועסט שטערן עדשוקעישאן וועל מיר גיין אין קארט.

דמיונות וחלומות
עס איז געווען איבעראל און די מידיא ביפאר די סטעיט אף עמערדזשענסי

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:56 am

רעסטאראנט האט געשריבן:הרב דממה דקה די רעדטסט הוילע שטותים ווארשיינליך אויסגעזויגן פון פינגער

איך קען נישט שרייבן דא מער פרטים אבער עס איז נישט קיין קינדער שפיל

טאקע דאס מיין איך סתם שרייען נאצי דיבלאזיא און ער זיכט פובליסיטי אויף אונזער חשבון קענסטו נישט שרייען יעדן טאג , וועגן עס וועט אויסזען ווי דער וואס האט געשריגן יעדן טאג וואלף .. .. פאליטאשענס מאכן זיך גענוג שמוציג די הענט פאר אונז ווען עס איז ערענסטע דיבורים, קענסט נישט סתם אביוזען די סיסטעם פאר יעדע נערישע זאך וואס האט נישט מיט אידישקייט .

די פוינט איז נישט דיבלאזיא, די פוינט איז אז די זעלבע נושא איז אין קארט אין ראקלענד קאונטי, דארט האט די קארט אראפגענומען די עמערדשענסי אויף דערווייל, דערנאך האט די אפעלאט עס באשטעטיגט, אלעס ווייל די קאונטי האט נישט געקענט אויפווייזן אז די מצב הייסט עפידעמיק, סא דאס וואלט געקענט זייער שנעל געקענט ווערן מסודר, הן מיטן אראפשטעלן א פיס אז די העלט דעפארטמענט קען נישט אריין וואקן אין בילדינגס אנזייען פאניק, און הן מיטן אראפשטעלן אז די מוסד טוהט נישט די שמוציגע ארבעט פון די העלט דעפארטמענט, און די העלט דעפארטמענט וואלט פונקט אזוי ווי ראקלענד גארנישט געקענט טוהן.

אנשטאט האבן די אוכלי משולחן איזבל מסביר געווען די מוסדות זיך צושטעלן מער וויפיל פארלאנגט, און געלאזט די העלט דעפארטמענט אריינשפאצירן אין די קלאסן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, דערנאך אריינגעריקט א גאנצע לעקערישע עדיטאריעל, און ארויס פון וועג צו חנפ'נען די העלט דעפארטמענט, און יעצט עסט מען די פירות דערפון, זיי מיינען באמת אז זיי מעגן אריינשטורעמען אין די בילדינג ווי די געסטאפא, ווייל דו זאגסט דאך אליינס אזוי.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:00 am

די עדעטאריעל איז נישט געווען צו דיבלאזיא און די העלט דיפארטמענט! עס איז געווען פאר די אלגעמיינע גאס

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:08 am

גלות איד האט געשריבן:ווען מיין קינד כאפט מיזעלס אין חדר פון אזא אומ'אחריות'דיגע קינד, וועלט איך ערענסט קאנסידערד צו סאון די מוסד פאר נישט אפהיטן די געזונט פון מיין קינד.

עטליעסט ווייס איך די פשט פון דיין ניק,יא צוליב אזעלכע גלות אידן ווי דו וואס קאנסידערן צו סוען מוסדות זענען מיר אין גלות.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:12 am

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:הרב דממה דקה די רעדטסט הוילע שטותים ווארשיינליך אויסגעזויגן פון פינגער

איך קען נישט שרייבן דא מער פרטים אבער עס איז נישט קיין קינדער שפיל

טאקע דאס מיין איך סתם שרייען נאצי דיבלאזיא און ער זיכט פובליסיטי אויף אונזער חשבון קענסטו נישט שרייען יעדן טאג , וועגן עס וועט אויסזען ווי דער וואס האט געשריגן יעדן טאג וואלף .. .. פאליטאשענס מאכן זיך גענוג שמוציג די הענט פאר אונז ווען עס איז ערענסטע דיבורים, קענסט נישט סתם אביוזען די סיסטעם פאר יעדע נערישע זאך וואס האט נישט מיט אידישקייט .

די פוינט איז נישט דיבלאזיא, די פוינט איז אז די זעלבע נושא איז אין קארט אין ראקלענד קאונטי, דארט האט די קארט אראפגענומען די עמערדשענסי אויף דערווייל, דערנאך האט די אפעלאט עס באשטעטיגט, אלעס ווייל די קאונטי האט נישט געקענט אויפווייזן אז די מצב הייסט עפידעמיק, סא דאס וואלט געקענט זייער שנעל געקענט ווערן מסודר, הן מיטן אראפשטעלן א פיס אז די העלט דעפארטמענט קען נישט אריין וואקן אין בילדינגס אנזייען פאניק, און הן מיטן אראפשטעלן אז די מוסד טוהט נישט די שמוציגע ארבעט פון די העלט דעפארטמענט, און די העלט דעפארטמענט וואלט פונקט אזוי ווי ראקלענד גארנישט געקענט טוהן.

אנשטאט האבן די אוכלי משולחן איזבל מסביר געווען די מוסדות זיך צושטעלן מער וויפיל פארלאנגט, און געלאזט די העלט דעפארטמענט אריינשפאצירן אין די קלאסן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, דערנאך אריינגעריקט א גאנצע לעקערישע עדיטאריעל, און ארויס פון וועג צו חנפ'נען די העלט דעפארטמענט, און יעצט עסט מען די פירות דערפון, זיי מיינען באמת אז זיי מעגן אריינשטורעמען אין די בילדינג ווי די געסטאפא, ווייל דו זאגסט דאך אליינס אזוי.

פארמאכט דאס פיסקל אייערע. שעם אן יו!

איך בין נישט זיכער צי דיין אדזענדע איז וואקסינען, צי גאר מען זאל נישט נעמען פראגרעמס פון די גאווערמענט. אבער שרייבן אויף אידן עוסקים במלאכת השם אזאלעכע ווערטער 'אוכלי משלחן איזבל' ? פארמאך דיין מויל, פלאָג אויס דיין קיבארד!
שרייבסט מיט א ביליגקייט אויף די מוסדות און עסקנים. ווייל די ווייסט בעסער. זאג, האסט שוין עפעס געטוען פאר אנדערע? די ווייסט בעסער?
און יא, העלט איז א זאך וואס אונזערע מוסדות זענען אחריות אויף
לעצט פאראכטן דורך Iphone אום דינסטאג אפריל 16, 2019 7:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 16, 2019 7:31 am

דממה דקה האט געשריבן:האסט א מקור אז דאס הייסט חילול השם אויסער פון דיין ענגליש טיטשער?

איך זעה א חילול השם אז אין די פרעסע איז באריכטעט אז מען האט פארשפארט א מוסד, א מקום תורה, און ווען נישט די וואס זענען נהנה משולחן איזבל וואלט די מוסד גענימען א פארקערטע אפראוטש, און געזאגט פאר די העלט דעפארטמענט זיי זאלן זיך גיין איבערקאצקען אויף א ציקער שטריק, אז די האסט א פראבלעם מיט אפאר יחידים גיי רעד צו זיי, אונז זענען נישט ענקערע שטעקנס, און עס וואלט געווען שא שטיל אזוי ווי אין ראקלענד קאונטי.

איך ווייס נישט צו די באמערקסט ווי שטיל עס איז געווארן אין ראקלענד קאונטי, מען הערט קיין פיפס מער פון די שעדליכע אויסבראך.

הא??? איהר לעבט אין לאלא לאנד? די קאורט האט געפסקענט אז מען קען נישט צווינגען צו האלטן קינדער אינדערהיים. און דאס איז עס. דער ריכטער האט געאוולט ווייזן פאר עד דעי מיט די העלטה דיפארטמענט, אז זיי זענען נישט קיין גאנצע בעלי בתים, און אין אמעריקא קען נישט איעדער רעגירונג מאן טוהן וואס ער וויל. עס איז מער נישט ווי די לאקאלא פריצים ווי אמאהל.

אבער שטיל??? אידן ווערן נאכגעשריגען אין די מאלס, מען קוקט זיי אהן מיט ווילדע בליקן ווי נאר זיי גייען. צו איז דאס איז די קאורט געביידעס, צו איז דאס אין די מאטאר וויהקעל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:51 am

Kosher Travel האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:האסט א מקור אז דאס הייסט חילול השם אויסער פון דיין ענגליש טיטשער?

איך זעה א חילול השם אז אין די פרעסע איז באריכטעט אז מען האט פארשפארט א מוסד, א מקום תורה, און ווען נישט די וואס זענען נהנה משולחן איזבל וואלט די מוסד גענימען א פארקערטע אפראוטש, און געזאגט פאר די העלט דעפארטמענט זיי זאלן זיך גיין איבערקאצקען אויף א ציקער שטריק, אז די האסט א פראבלעם מיט אפאר יחידים גיי רעד צו זיי, אונז זענען נישט ענקערע שטעקנס, און עס וואלט געווען שא שטיל אזוי ווי אין ראקלענד קאונטי.

איך ווייס נישט צו די באמערקסט ווי שטיל עס איז געווארן אין ראקלענד קאונטי, מען הערט קיין פיפס מער פון די שעדליכע אויסבראך.

הא??? איהר לעבט אין לאלא לאנד? די קאורט האט געפסקענט אז מען קען נישט צווינגען צו האלטן קינדער אינדערהיים. און דאס איז עס. דער ריכטער האט געאוולט ווייזן פאר עד דעי מיט די העלטה דיפארטמענט, אז זיי זענען נישט קיין גאנצע בעלי בתים, און אין אמעריקא קען נישט איעדער רעגירונג מאן טוהן וואס ער וויל. עס איז מער נישט ווי די לאקאלא פריצים ווי אמאהל.

אבער שטיל??? אידן ווערן נאכגעשריגען אין די מאלס, מען קוקט זיי אהן מיט ווילדע בליקן ווי נאר זיי גייען. צו איז דאס איז די קאורט געביידעס, צו איז דאס אין די מאטאר וויהקעל.

מיין פריינד. דעיס איז וועגן מען האט געלאזט צוקימען צי אזא מצב אז עד דעי זאל דעקלערן עמערדשענסי. מען האט קאלאבארירט מיט די זעלבע העלט דיפארטמענט וואס יעדע מוסד, לעדלארס, סתם יחידים האבן זיך שוין צאמגעליטן.
פליס פארשטיי וואס עס מיינט אז א פריוואטע סקול האט ליגאלע רעכטן, און פארשטיי אז ווען מען זאל נאר אנרירן עני פון די גרויסע פרייוועט סקול'ס און גאנץ אמעריקא, וואלט שוין נישט געווען קיין שריד ופליט פון עד דעי און דיבלאזיא.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג אפריל 16, 2019 8:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:06 am

און אגב, דאס וואס די העלט דעפארטמענט פארשפארט יעצט מוסדות האט גארנישט מיט נעמען געלט. זיי קענען פארשפארן וועלכע מוסד זיי האלטן אז עס שטעלט די תלמידים אין א סכנה. און אין גאנץ ערנסקייט דארף מען אויפדעם זאגן "ברוך שמסר עולמו לשומרים!"

ווילי זיידע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:42 am

האב איך שוין לאנג לאנג נישט געזעהן זוי בנין נערים סתירה ווי אין דענספאל!
אויפגעקלערטע אויבער חכמים, לאזען זיך פארפירן פון אפאר האטליינס און קאנפערענץ טעלעפאנען, און לעהגען אריין זיך זעלבסט מיט די אייגענע קינדער אין גרויסע סכנה!

היצט האב איך געהערט פון א איד וואס איז ליידער נישט געזונט, ער ציטערט ארויס צו געהן אויף די גאס וועגען די אומפאראנטווארטליכע נאכלעיסיגע מענטשן! זיין אימיאן סיסטעם איז שוועך, און ס'איז א גרויסע סכנה פאר אים צו זיין אויסגעשטעלט צו די מייזעלס!
די זעלביגע מיט ווייבער אין אנדערע אומשטענדן, אדער קליינע פיצלעך קינדער.

די אלע וועלעכע פארשטייען אימער בעסער און זענען קלוגער פון די דאקטוירים, זאלען מוחל זיין זיך בויען א קלוגע שטאט פאר זיך אליין, און נישט אריינלייגען אין קיין געפאר אנדערע אונשולדיגע אידן!

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:04 am

718-506-0404 האט געשריבן:א גוט מארגן דינסטאג ניין אזייגער צופרי.
די עסקנים ארבעטן איבערמידלעך אויף אלע פראנטן בנוגע די כתה א' אינגלעך פון עטרת יואל, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין אַפּדעיט. ביטע צוריקרופן עללעוו אזייגער פארמיטאג פאר אן אַפּדעיט בעז"ה.
מיט אנטשולדיגונג, א גוטן טאָג.

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:11 am

ווילי זיידע האט געשריבן:האב איך שוין לאנג לאנג נישט געזעהן זוי בנין נערים סתירה ווי אין דענספאל!
אויפגעקלערטע אויבער חכמים, לאזען זיך פארפירן פון אפאר האטליינס און קאנפערענץ טעלעפאנען, און לעהגען אריין זיך זעלבסט מיט די אייגענע קינדער אין גרויסע סכנה!

היצט האב איך געהערט פון א איד וואס איז ליידער נישט געזונט, ער ציטערט ארויס צו געהן אויף די גאס וועגען די אומפאראנטווארטליכע נאכלעיסיגע מענטשן! זיין אימיאן סיסטעם איז שוועך, און ס'איז א גרויסע סכנה פאר אים צו זיין אויסגעשטעלט צו די מייזעלס!
די זעלביגע מיט ווייבער אין אנדערע אומשטענדן, אדער קליינע פיצלעך קינדער.

די אלע וועלעכע פארשטייען אימער בעסער און זענען קלוגער פון די דאקטוירים, זאלען מוחל זיין זיך בויען א קלוגע שטאט פאר זיך אליין, און נישט אריינלייגען אין קיין געפאר אנדערע אונשולדיגע אידן!

ווי איז די לייק קנעפל????

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:23 am

איז דא נאך מוסדות התורה וואס האבן פראבלעמען?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:38 am

אױב די גאנצע װעג פון מאכן מענטשען האלטן פון עפעס אזאך איז דורוך שרעק טאקטיקען דאס מאכט מיך האלטן פון די זאך סאך װײניגער,בײדע זײטען קימען טאקע דא מיט שרעק טאקטיקען אבער דאס נישט לאזן הערן אין דערשטיקען צי לאזן הערן די צװײטע זײט מטבע מאכט מיך אביסל אנגעצױגען
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דינסטאג אפריל 16, 2019 10:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:43 am

סתם נייגעריג וואס האט דאס מיט אידישקייט אז מ'ערלויבט זיך צו אביוזן די רעליגיעזע רעכטן מיט נוצן די רעלידזשעס עקזעממפשאן פארם?

איר קלערט נישט אז דאס קען/גייט ברענגן דעמעדזש ווען רעליגיע וועט טאקע זיין דער מדובר.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:48 am

אין די וואקסין אשכול, דא רעדט מען פון די עמערדשענסי דעקלעראציע, און וויאזוי מען דארף זיך אומגיין דערמיט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:23 am

איך זעה נישט וואס די טענה'ריי איז דא, עס איז קלאר אז די אומאחריות'דיגע מענטשן וואס האבן געפלוידערט צו די מידיא וועגן אידן מיט וואקסינען און אז די רעליגיע לאזט נישט נעמען קיין וואקסינען און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט געהאלטן זייערע קינדער אפגעזונדערט אין די צייט וואס זיי האבן געהאט מיזעלס - נאר אדרבה זיי האבן געטוהן פעולות עס מער צו פארשפרייטן, זיי זענען די עיקר גורמים פארן יעצטיגן מצב, סיי אז לכבוד דעם האט מען זיך געדארפט לעקן צו די פאליטיקאנטן און זייערע אינטערעסן, וואס דאס האט זיכער געגעבן אסאך מוט און קאנפידענס פאר דעבלאזיא צו טוהן וואס ער האט געטוהן, און סיי ריזיגע די חילול ה' וואס דאס האט געברענגט און די אנטיסעמיטיזם וואס דאס האט גורם געווען.

אבער מיט דעם אלעם נעמט דאס נאך אלס גארנישט אוועק פון דאס דיקטאטורשאפט פון מעיאר דעבלאזיא פון צושפארן א מוסד איבער א זאך וואס איז בכלל נישט אזוי שעדליך ווי מען מאכט דאס, אויב א מענטש איז א נארמאלער מענטש און ער וויל נישט געבן קיין וואקסין און ער זונדערט אפ זיינע קינדער אז אנדערע זאלן עס נישט איבערכאפן, איז א רשעות זיך צו באגיין צו זיי און צו די איבריגע חלק עולם וואס נעמט יא וואקסין, מיט אזא מאס דיקטאטורשאפט.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ישראל_הלוי, כלל וכלל און 2 געסט