וויליאמסבורג: מעיאר דעבלאזיא דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי

New Jersey
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס 1

תגובהדורך New Jersey » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:22 pm

@WMSBG: Just in from the NYC Health Department: Commissioner orders all Yeshivas in Williamsburg to exclude unvaccinated children or face violations. The mea...

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:54 pm

אויף לי ביי טעילאר האבן זיך אראפ געשטעלט 2 טעלעוויזיאן קאמפעניס וועגן די מיזעלס זיי שטעלן אפ מענטשן מ'זאל רעדן צו זיי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:55 pm

זאג זיי אז די ביסט נישט וואקסענירט, זיי הייבן פיס..
די קראך פון די פיקל.. יוי..

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 08, 2019 8:59 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:אויף לי ביי טעילאר האבן זיך אראפ געשטעלט 2 טעלעוויזיאן קאמפעניס וועגן די מיזעלס זיי שטעלן אפ מענטשן מ'זאל רעדן צו זיי

איך האף אז פראפעסניאלן וועלן רעדן צו זיי, נישט אז עס זאל ארויס קומען א גרעסערע חילול השם
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:03 pm

אפדעיט: איין ווען איז שוין אוועקגעפארן נאכדעם וואס קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:18 pm

:lol: :lol: :lol:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאג זיי אז די ביסט נישט וואקסענירט, זיי הייבן פיס..

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:20 pm

@טשאדעלע אפשר קען איך קומען צו דיר אויף די סדרים???

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:50 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:אויף לי ביי טעילאר האבן זיך אראפ געשטעלט 2 טעלעוויזיאן קאמפעניס וועגן די מיזעלס זיי שטעלן אפ מענטשן מ'זאל רעדן צו זיי

איך האף אז פראפעסניאלן וועלן רעדן צו זיי, נישט אז עס זאל ארויס קומען א גרעסערע חילול השם

איך האף ענדערש אז די פראפעסיאנאלן וועלן רעדן צו זיי.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:21 am

אפדעיט: זיי זענען יעצט ביי פאפא חדר אויף ווילסאן

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:31 am

נעגלוואסער האט געשריבן:אפדעיט: זיי זענען יעצט ביי פאפא חדר אויף ווילסאן

פארוואס בארגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

צייט צו אנהייבן צוריקפייטן די טעראר פון די העלט דיפארטמענט, אין ראקלענד קאונטי האט די קארט געפסקנט אז די קינדער קענען גיין אין סקול, על אפם וחמתם.
איך מיין אז אויב מען וועט נישט אראפשטעלן א פיס אז די העלט דיפארטמענט קען נישט קימען און טעראריזירן די מוסדות ווען עס שמעקט זיי אן וועט מען נאך אסאך ליידן פון זיי.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:39 am

הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:46 am

דממה דקה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:אפדעיט: זיי זענען יעצט ביי פאפא חדר אויף ווילסאן

פארוואס בארגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

צייט צו אנהייבן צוריקפייטן די טעראר פון די העלט דיפארטמענט, אין ראקלענד קאונטי האט די קארט געפסקנט אז די קינדער קענען גיין אין סקול, על אפם וחמתם.
איך מיין אז אויב מען וועט נישט אראפשטעלן א פיס אז די העלט דיפארטמענט קען נישט קימען און טעראריזירן די מוסדות ווען עס שמעקט זיי אן וועט מען נאך אסאך ליידן פון זיי.

שקר, די קאורט האט גע'פסק'נט אז דאס אז זיי טארן נישט גיין אין עפענטליכע ערטער דאס איז נישט לעגאל, אבער פון סקול האט מען בכלל נישט גערעד, עס איז א שכל'דיגע און פארשטענדליכע זאך, אז א קינד וואס שטייט אויס צו בראענגען קרענק, מרצונו הטוב, קען מען נישט לאזן שעדיגן אנדערע קינדער וועלעכע קענען זיך בע"כ נישט באשיצן. עס איז סיי לעגאל און סיי תורה'דיג
(א שטייגער ווי קינדער וועעכע זעען דורך פארשידענע דורכגענג און וואקסינען באשיצט זיי נישט)
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:50 am

עכט היימיש האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:אפדעיט: זיי זענען יעצט ביי פאפא חדר אויף ווילסאן

פארוואס בארגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

צייט צו אנהייבן צוריקפייטן די טעראר פון די העלט דיפארטמענט, אין ראקלענד קאונטי האט די קארט געפסקנט אז די קינדער קענען גיין אין סקול, על אפם וחמתם.
איך מיין אז אויב מען וועט נישט אראפשטעלן א פיס אז די העלט דיפארטמענט קען נישט קימען און טעראריזירן די מוסדות ווען עס שמעקט זיי אן וועט מען נאך אסאך ליידן פון זיי.

שקר, די קאורט האט גע'פסק'נט אז דאס אז זיי טארן נישט גיין אין עפענטליכע ערטער דאס איז נישט לעגאל, אבער פון סקול האט מען בכלל נישט גערעד, עס איז א שכל'דיגע און פארשטענדליכע זאך, אז א קינד וואס שטייט אויס צו בראענגען קרענק, מרצונו הטוב, קען מען נישט לאזן שעדיגן אנדערע קינדער וועלעכע קענען זיך בע"כ נישט באשיצן. עס איז סיי לעגאל און סיי תורה'דיג
(א שטייגער ווי קינדער וועעכע זעען דורך פארשידענע דורכגענג און וואקסינען באשיצט זיי נישט)

שקר????
צוגעלייגטע
D3a79fbWsAAtRGL (1).jpg
D3a79fbWsAAtRGL (1).jpg (241.96 KiB) געזעהן 1902 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:52 am

דממה דקה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:אפדעיט: זיי זענען יעצט ביי פאפא חדר אויף ווילסאן

פארוואס בארגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

צייט צו אנהייבן צוריקפייטן די טעראר פון די העלט דיפארטמענט, אין ראקלענד קאונטי האט די קארט געפסקנט אז די קינדער קענען גיין אין סקול, על אפם וחמתם.
איך מיין אז אויב מען וועט נישט אראפשטעלן א פיס אז די העלט דיפארטמענט קען נישט קימען און טעראריזירן די מוסדות ווען עס שמעקט זיי אן וועט מען נאך אסאך ליידן פון זיי.

די סיבה פארוואס קיינער דרייט נישט איבער איז ווייל טעקניקלי האט די נעכטיגע פארארדענונג נישט געטוישט קיין סאך, די לחץ וואס די העל-דעפארטמענט האט געלייגט ביז יעצט איז שוין זייער אגרעסיוו, און די מוסדות האבן סייווי קיין צוויי ברירות נישט געהאט. ס״ה האבן אלע מאמעס נעכטן איינגעזעהן אז די מוסדות זענען נישט דעי וואס לייגן דרוק, נאר די דרוק האט די מוסדות.

אויב ווילסטו קענסטע פארפירן פארוואס בכלל זיי פארסירן וואקסינען, דאס איז אבער א שמועס כמים שאין להם סוף...
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג אפריל 09, 2019 10:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:54 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

זיי דארפן נישט, עס איז זייער טובה אז די העלט דיפארטמענט דרייט זיך נישט דארט מיט א פרייע האנט
די ווייסט וויאזוי טוילעטס זעהן אויס אין אינזערע מוסדות?
מען ווישט די הענט מיט האנטוכער?
וויאזוי די קאך ווערטשאפט זעהט אויס?

אויב וועלן זיי האבן א פרייע האנט צו קומען און גיין ווען זיין ווילן וועט די מוסד ליידן, נישט די עלטערן...

מחנך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:57 am

שוין צייט זיך צו רעכענען מיט די געזעץ און מיט די וואוילזיין פון אנדערע, נישט טראכטן פון זיך און נאר פון זיך, און וויאזוי צו זיין קלוגער פון די סיסטעם און קלוגער פון די דאקטוירים, אלעס אויף יענעמס חשבון, ס'איז שוין צייט צו ענדיגן באגראבן די לעבעדיגע.

#וואס אפאר משוגעים מיט האטליינס קענען אנדרייען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:00 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

אן נעמען א שטעלונג וועגן וואקסינען
דאס מין זאך אז די העלט דיפארטמענט קומט אראפ אין א מוסד דארף אנצינדן א רויט לעמפל ביי יעדן!
ס'קומט נישט פאר קיין מגיפה ח"ו, און זייער אראפקומען ווייזט אז איינער שטופט דעם וואגן, מיר ווייסן נישט ווער, אבער מיר קענען נישט וויסן וואסערע נאך אגענדעס די וואגן שטופער האבן, איר קענט די משל מיט די נאגל אין די וואנט? לאז אים נישט אריינהאקן די נאגל אין די וואנט, ווייל דאן וועט ער טון וואס ער וויל און ווען מען וועט זיך כאפט וועט שוין זיין צו שפעט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

וויליאמסבורג: מעיאר דעבלאזיא דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:06 am

מנהלים, ביטע אהערברענגען דעם שמועס פונעם וויליאמסבורג׳ער אשכול. ניקס, ביטע זיך האלטן בלויז צו נייעס און אפדעיטס ארום די עמערדזשענסי דעקלעראציע. לאפוקי תגובות ארום דאס עצם יא אדער נישט וואקסענירן וכו׳..
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:09 am

פאלגענד איז די ליסטע זיפקאודס וואס זענען אינטער די פובליק העלט עמערדזשענסי אין ליכט פון די מיזעלס אויסברוך;
11211, 11249, 11205, 11206

דיבלאזיא ווארענט מוסדות וואס קומען נישט נאך די פארלאנגען פון די העלט דעפארטמענט קענען אויסשטיין א טויזענט דאלער׳דיגן שטראף פער קינד, אדער אפילו געצווינגען ווערן צו פארשליסן די טויערן.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

ברעיקינג!

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:14 am

ברעיקינג!
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-04-09 kol haolam - Google Search.png
Screenshot_2019-04-09 kol haolam - Google Search.png (17 KiB) געזעהן 1733 מאל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:26 am

מי יודע האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

אן נעמען א שטעלונג וועגן וואקסינען
דאס מין זאך אז די העלט דיפארטמענט קומט אראפ אין א מוסד דארף אנצינדן א רויט לעמפל ביי יעדן!
ס'קומט נישט פאר קיין מגיפה ח"ו, און זייער אראפקומען ווייזט אז איינער שטופט דעם וואגן, מיר ווייסן נישט ווער, אבער מיר קענען נישט וויסן וואסערע נאך אגענדעס די וואגן שטופער האבן, איר קענט די משל מיט די נאגל אין די וואנט? לאז אים נישט אריינהאקן די נאגל אין די וואנט, ווייל דאן וועט ער טון וואס ער וויל און ווען מען וועט זיך כאפט וועט שוין זיין צו שפעט

לויט דר. לאנדא (ווארשיינליך אויף פעיראל ביי די פארמאסוטוקעל קא.) איז יא דא א מגיפה. עטליכע מאמעס האבן פארלוירן קינדער

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:27 am

ווי עס זעהט אויס פון די נייעס וועלן זיי קנס'נען מענטשן אויך מיט 1000 דאללער נישט בלויז מוסדות
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-04-09 kol haolam - Google Search.png
Screenshot_2019-04-09 kol haolam - Google Search.png (17 KiB) געזעהן 1662 מאל

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:34 am

די מוסד מיז אריין לאזן די אינספעקטער אן א קאורט ארדער ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

די סיטי איז %100 שילדיג פאר די מיזעלס פארשפרייטונג!

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:37 am

די סיטי איז %100 שילדיג פאר די מיזעלס פארשפרייטונג!

אן אריינגיין אין די נושא פון יא צו נישט וואקסינירן איז אמאל זיכער אז די שטרענגע ליניע וואס די סיטי האט גענומען צו צווינגען די מוסדות אהיימצושיקן די קינדער, און זיי שטיין אויף די געהירן איז דער הויפט גורם צו די גרויסע פארשפרייטונג פון מיזעלס.

אנגעהויבן שוין אימיטן ווינטער ווען די סקולס (בעיקר די העד סטארטס) האבן אהיימגעשיקט די קינדער, און די עלטערן האבן זיך דערזען מיט די קינדער אינדערהיים פאר טעג און וואכן, מיט דמיונות און פאנטאזיעס פון די אנטי וואקסינירער אנפירערס אז ביז געציילטע טעג גייט די קריזיס זיין פאראיבער, זיי גייען צווינגען די מוסדות, אריינגעבן לאו סוטס וכדומה.. למעשה זענען דורך טעג און וואכן און די קינדער האבן נישט געקענט צוריקגיין צו זייערע געהעריגע קלאסן האט זיך אנגעהויבן א מאוומענט ביי די עלטערן, קודם אלץ א זשאוק, אלץ א סטראשע אז מ'גייט גיין איבערנעמען מיזעלס פון אנגעשטעקטע, זאלן די קינדער אפמיזלען פאר א וואך אינדערהיים און דערנאך פטור א עסק, מ'קען געהעריג צוריקישיקן די קינדער אין די חדרים און סקולס,

ס'האט זיך אנגעהויבן ביי איינצעלע, און צוביסלעך האט זיך עס אלץ מער און מער פארשפרייט, מער און מער עלטערן האבן אנגעפאנגען צו נעמען זייערע קינדער צו לעקן א לאלי פון א מיזעלס אנגעשטעקן, א נייע געדאנק איז געבוירן געווארן אז מיזעלס איז גאר געזונט, ס'איז גאר א לכתחילה,

אויף איינמאל האט זיך אנגעהויבן מיזעלס ארומצודרייען אין וויליאמסבורג אויף גרעסערע נאמבערס, איז די העלט דעפארטמענט געווארן שטרענגער און אנגעפאנגן מער צו טעראריזירן די מוסדות, שיקן אראפ אינספעקטארס יעדן איינציגן טאג, די מוסדות האבן אנגעהויבן אהיימשיקן אויך די עלטערע קינדער, וואס טוהן די עלטערן מיט די קינדער אינדערהיים אין די וואכן פאר פסח, האבן מער משפחות אנגעפאנגען צו טון דעם פארטל אז מ'גייט איבערנעמען מיזעלס, און אזוי דרייט זיך ווייטער דער רעדל ווייטער...

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:43 am

maybeeynot האט געשריבן:די מוסד מיז אריין לאזן די אינספעקטער אן א קאורט ארדער ?

מוסדות ווייס איך נישט אבער די וואך האט דאקטאר זעגעלבאום געזאגט פאר מיין ווייב אז ער ווערט אויך משוגע פון די אינספעקטארס, ביז ער האט ליטערלי געפלאצט אויף זיי און האט זיי ארויסגעווארפן פון זיין אפיס..


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט