מצות פאר ביליג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

מצות פאר ביליג

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אפריל 08, 2019 12:51 pm

רבותי איך דארף קויפן מצות פאר א משפחה מיט קינדער איך וויל נישט צאלן 30 דולר א פונט ווי קען מען קויפן און קרית יואל ביליגע מצות?

yid
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:04 pm

in monsey 13.50 a pound
8457093911

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:08 pm


אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:51 pm

yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911

ווי נאך?
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:55 pm

איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:11 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נומבער?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נעמען פון צדקה פאר איינער וואס מוז נישט איז א גרויסע דיעבד. איך גלייב אז די פותח האשכול וויל ענדערש קויפן פאר ביליג דאס וואס ער קען אליין עפארדן.

מצות געמאכט מיט אלע חומרות איז א טייערע מעשה. לדעתי, איינער וואס קען עס נישט אפארדן זאל קויפן די מינימום, בלויז כזיתים פאר אלע סעודות און ס'איבריגע זאל מען עסן אנדערע מאכלים וואס זענען ביליגער.
מ'זאל איבערשמועסן מיט א רב, צו ס'ענדערש נעמען פון צדקה אדער זאל מען זיך מתיר נדר זיין און עסן זאכן וואס מ'פלעגט זיך אפהאלטן משום חומרה און אויך קויפן ביליגערע מצות וואס האבן נישט אלע הידורים.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:18 pm

אינדרהיים האבן רוב אידן נישט געגעסן קיין שמורה מצות אין אפילו די וואס יא איז נאר געווען פאר זיך נישט פאר די ווייב אין קינדער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:19 pm

maybeeynot האט געשריבן:אינדרהיים האבן רוב אידן נישט געגעסן קיין שמורה מצות אין אפילו די וואס יא איז נאר געווען פאר זיך נישט פאר די ווייב אין קינדער

מ'קען היינט קויפן נישט-שמירה מצות מיט א היימישע הכשר?

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:33 pm

זזה האט געשריבן:
yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911

ווי נאך?


וואס איז שלעכט מיט דעם?

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:46 pm

דריידל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נעמען פון צדקה פאר איינער וואס מוז נישט איז א גרויסע דיעבד. איך גלייב אז די פותח האשכול וויל ענדערש קויפן פאר ביליג דאס וואס ער קען אליין עפארדן.

מצות געמאכט מיט אלע חומרות איז א טייערע מעשה. לדעתי, איינער וואס קען עס נישט אפארדן זאל קויפן די מינימום, בלויז כזיתים פאר אלע סעודות און ס'איבריגע זאל מען עסן אנדערע מאכלים וואס זענען ביליגער.
מ'זאל איבערשמועסן מיט א רב, צו ס'ענדערש נעמען פון צדקה אדער זאל מען זיך מתיר נדר זיין און עסן זאכן וואס מ'פלעגט זיך אפהאלטן משום חומרה און אויך קויפן ביליגערע מצות וואס האבן נישט אלע הידורים.

משמחי לב איז נישט בחינם. זיי בעטן דאכצעך 13.50 א פונט
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:18 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911

ווי נאך?


וואס איז שלעכט מיט דעם?

עס איז זייער גוט
אבער איך וויל נאך
כדי צו שפארען געלט פאר אנדערע
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:21 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נעמען פון צדקה פאר איינער וואס מוז נישט איז א גרויסע דיעבד. איך גלייב אז די פותח האשכול וויל ענדערש קויפן פאר ביליג דאס וואס ער קען אליין עפארדן.

מצות געמאכט מיט אלע חומרות איז א טייערע מעשה. לדעתי, איינער וואס קען עס נישט אפארדן זאל קויפן די מינימום, בלויז כזיתים פאר אלע סעודות און ס'איבריגע זאל מען עסן אנדערע מאכלים וואס זענען ביליגער.
מ'זאל איבערשמועסן מיט א רב, צו ס'ענדערש נעמען פון צדקה אדער זאל מען זיך מתיר נדר זיין און עסן זאכן וואס מ'פלעגט זיך אפהאלטן משום חומרה און אויך קויפן ביליגערע מצות וואס האבן נישט אלע הידורים.

משמחי לב איז נישט בחינם. זיי בעטן דאכצעך 13.50 א פונט

משמחי לב איז נישט בחנם, מ'צאלט די קאסט פרייז, נאר מ'צאלט נישט די 60 פראצענט מארק אפ, און דער בעה"ב פון די מצה בעקעריי ער נעמט פון צדקה צו קאווערן זיין מארק אפ (טאקע א שאלה צו ער מעג....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:46 pm

פארוואס זאל א גוטע גייענדיגע מצה בעקערי אוועק געבן א גרויסע קוואנטום פאר קאסט פרייז
משמחי לב זאגט אויך זייער טעלפאן ליין אז זיי טוען סובסידעזיין די מצה דעס מיינט אז זיי קויפן עס פאר טייערער פון וויפיל זיי בעטן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:36 pm

yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911


איינער האט מער אינפו איבער די מצות, די כשרות דערפון, און אזוי אויך די טעיסט דערפון?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:50 pm

די בעסטע וועג צו קויפן ביליג מצות איז ווייניג פונט. מיר האבן געקויפט מצות פאר א געזינדל פון 8 פאר בערך $260, געסווייפט ס'קארטל אויפן פלאץ און ארויס. פאר מיר איז געווען עמיצער וואס האט גענומען פאר צוועלעף מיאות נאכן טיפן דיסקאונט, ער קראצט נאך יעצט זיינע העד-טשעקס...
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די בעסטע וועג צו קויפן ביליג מצות איז ווייניג פונט. מיר האבן געקויפט מצות פאר א געזינדל פון 8 פאר בערך $260, געסווייפט ס'קארטל אויפן פלאץ און ארויס. פאר מיר איז געווען עמיצער וואס האט גענומען פאר צוועלעף מיאות נאכן טיפן דיסקאונט, ער קראצט נאך יעצט זיינע העד-טשעקס...

אין בראדוועי באקומט איר פאר $260 אכט פונט מצות. דאס איז כמעט גענוג פאר די ערשטע טעג.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:14 pm

דברים אלו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נומבער?

ליידער האב איך עס נישט, קענסט פרובירן הרב בערל אשכנזי אין טעלעפאן בוק און פרעג די מצות נאמבער
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:16 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די בעסטע וועג צו קויפן ביליג מצות איז ווייניג פונט. מיר האבן געקויפט מצות פאר א געזינדל פון 8 פאר בערך $260, געסווייפט ס'קארטל אויפן פלאץ און ארויס. פאר מיר איז געווען עמיצער וואס האט גענומען פאר צוועלעף מיאות נאכן טיפן דיסקאונט, ער קראצט נאך יעצט זיינע העד-טשעקס...

וכן אני נוהג
א פונט בשר בהמה איז ביליגער ווי א פונט מצות, אין שמחה אלא בבשר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:21 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:
yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911


איינער האט מער אינפו איבער די מצות, די כשרות דערפון, און אזוי אויך די טעיסט דערפון?


נאכאיינמאל פרעג איך.

איך וויל באשטעלן, אבער איך וויל וויסן אויב איינער האט שוין געקויפט און טועם געווען די מצות

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:46 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
yid האט געשריבן:in monsey 13.50 a pound
8457093911


איינער האט מער אינפו איבער די מצות, די כשרות דערפון, און אזוי אויך די טעיסט דערפון?


נאכאיינמאל פרעג איך.

איך וויל באשטעלן, אבער איך וויל וויסן אויב איינער האט שוין געקויפט און טועם געווען די מצות

גא"מ בבקשה

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:03 pm

פאריאר אחרון של פסח האט עמיצער געברענגט אין שול מאנסיער מצות, סאיז נישט געווען שלעכט, אבער עס קומט נישט צו צו די סאטמערע מצות אפגערעדט פון די בראדוויי מצות. נישט אימזונסט בעטן זיי אזעלעכע געשוואלענע פרייזן.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:25 pm

דריידל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נעמען פון צדקה פאר איינער וואס מוז נישט איז א גרויסע דיעבד. איך גלייב אז די פותח האשכול וויל ענדערש קויפן פאר ביליג דאס וואס ער קען אליין עפארדן.

מצות געמאכט מיט אלע חומרות איז א טייערע מעשה. לדעתי, איינער וואס קען עס נישט אפארדן זאל קויפן די מינימום, בלויז כזיתים פאר אלע סעודות און ס'איבריגע זאל מען עסן אנדערע מאכלים וואס זענען ביליגער.
מ'זאל איבערשמועסן מיט א רב, צו ס'ענדערש נעמען פון צדקה אדער זאל מען זיך מתיר נדר זיין און עסן זאכן וואס מ'פלעגט זיך אפהאלטן משום חומרה און אויך קויפן ביליגערע מצות וואס האבן נישט אלע הידורים.


ס'איז זייער גערעכט וואס דו זאגסט, און איך בין נישט ביסוד מחולק מיט דיר, אבער און א גרויסע אבער... ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אזעלכע סטעיטמענטס אויף א כלליות'דיגן אופן, ובפרט ווען דו רעדסט אויף א פובליק פארום.

ס'איז אלעס גוט ווען מ'רעדט פאר זיך אליינס און אפילו ס'איז שווער פאר איינעם דורצוכשטופן אן זייטיגע הילף איז אוודאי פיל מער ראטזאם - אויב איינער קען - נישט צו נעמען אינדרויסענדיגע הילף פאר מצות אויף פסח.

אבער ליידער זענען רוב רובו פון כלל ישראל אידן מיט גרויסע משפחות וואס אין הקומץ משביע, און די צורכי החג קאסט אפ שווערע געלטער פאר א טאטן א ראש משפחה, און איינקויפן מצות איז איינע פון די זאכן וואס אפילו פאר א געהעריגע בעל פרנסה (געהעריג מיין איך איינער וואס מאכ א עווערעדזש וועידזש) קומט אן שווער און ער פלאגט זיך זייער דערמיט.

ע"כ ווען ס'קומט א איד אויף אייוועלט און זאגט זיך אפ דאס זייניגע מיט אזא תקיפות, אז מ'דארף ממש מקמץ זיין מיט איינקויפן די מצות אויף סיי וואספארא וועג אבי מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו סובסידייזט מצות, קענען דאס אסאך אידן נעמען אביסל צו ערענסט, און זיך פילן ממש ווי זיי באגייען א באדייטענדע עוולה אויב פרובירן זיי צו באקומען ביליגערע מצות פארן געזינדל, ווען אין אמת'ן זענען רוב אידישע משפחות 100% עלעדזשיבל פאר די הילף, און די ארגענאזאציעס האבן עס טאקע פאר זיי געמאכט.

אוודאי וועלן זיך אייביג טרעפן מענטשן וואס נוצן אויס דעם סיסטעם און נעמען אפילו זיי זענען נישט באמת נצרכים דערויף, אבער ס'זענען ליידער דא אסאך מער אידן אויף די אנדערע זייט פונעם מטבע וואס קענען זיך נישט דורכקומען אויפן טאג, און אוודאי נישט צו צושטעלן דעם יו"ט, און אעפ"כ נעמען זיי נישט, פאר פארשידענע סיבות, ווען באמת וואלטן זיי יא געדארפט באקומען געהעריג, פשוט אז זייער משפחה זאל האבן א געהעריגן פרייליכן יו"ט און נישט דארפן הונגערן.

#אפיניאןפוןאייןמאן

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:38 pm

א גוטן האט געשריבן:פאריאר אחרון של פסח האט עמיצער געברענגט אין שול מאנסיער מצות, סאיז נישט געווען שלעכט, אבער עס קומט נישט צו צו די סאטמערע מצות אפגערעדט פון די בראדוויי מצות. נישט אימזונסט בעטן זיי אזעלעכע געשוואלענע פרייזן.


איך רעד נישט פון מאנסי מצות, איל פרעג פון ארץ ישראל'דיגע מצות, וואס מען פארקויפט מיט די סקווירא הכשר

yid
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:18 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען נאך אבער רוף משמחי לב

נעמען פון צדקה פאר איינער וואס מוז נישט איז א גרויסע דיעבד. איך גלייב אז די פותח האשכול וויל ענדערש קויפן פאר ביליג דאס וואס ער קען אליין עפארדן.

מצות געמאכט מיט אלע חומרות איז א טייערע מעשה. לדעתי, איינער וואס קען עס נישט אפארדן זאל קויפן די מינימום, בלויז כזיתים פאר אלע סעודות און ס'איבריגע זאל מען עסן אנדערע מאכלים וואס זענען ביליגער.
מ'זאל איבערשמועסן מיט א רב, צו ס'ענדערש נעמען פון צדקה אדער זאל מען זיך מתיר נדר זיין און עסן זאכן וואס מ'פלעגט זיך אפהאלטן משום חומרה און אויך קויפן ביליגערע מצות וואס האבן נישט אלע הידורים.


ס'איז זייער גערעכט וואס דו זאגסט, און איך בין נישט ביסוד מחולק מיט דיר, אבער און א גרויסע אבער... ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אזעלכע סטעיטמענטס אויף א כלליות'דיגן אופן, ובפרט ווען דו רעדסט אויף א פובליק פארום.

ס'איז אלעס גוט ווען מ'רעדט פאר זיך אליינס און אפילו ס'איז שווער פאר איינעם דורצוכשטופן אן זייטיגע הילף איז אוודאי פיל מער ראטזאם - אויב איינער קען - נישט צו נעמען אינדרויסענדיגע הילף פאר מצות אויף פסח.

אבער ליידער זענען רוב רובו פון כלל ישראל אידן מיט גרויסע משפחות וואס אין הקומץ משביע, און די צורכי החג קאסט אפ שווערע געלטער פאר א טאטן א ראש משפחה, און איינקויפן מצות איז איינע פון די זאכן וואס אפילו פאר א געהעריגע בעל פרנסה (געהעריג מיין איך איינער וואס מאכ א עווערעדזש וועידזש) קומט אן שווער און ער פלאגט זיך זייער דערמיט.

ע"כ ווען ס'קומט א איד אויף אייוועלט און זאגט זיך אפ דאס זייניגע מיט אזא תקיפות, אז מ'דארף ממש מקמץ זיין מיט איינקויפן די מצות אויף סיי וואספארא וועג אבי מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו סובסידייזט מצות, קענען דאס אסאך אידן נעמען אביסל צו ערענסט, און זיך פילן ממש ווי זיי באגייען א באדייטענדע עוולה אויב פרובירן זיי צו באקומען ביליגערע מצות פארן געזינדל, ווען אין אמת'ן זענען רוב אידישע משפחות 100% עלעדזשיבל פאר די הילף, און די ארגענאזאציעס האבן עס טאקע פאר זיי געמאכט.

אוודאי וועלן זיך אייביג טרעפן מענטשן וואס נוצן אויס דעם סיסטעם און נעמען אפילו זיי זענען נישט באמת נצרכים דערויף, אבער ס'זענען ליידער דא אסאך מער אידן אויף די אנדערע זייט פונעם מטבע וואס קענען זיך נישט דורכקומען אויפן טאג, און אוודאי נישט צו צושטעלן דעם יו"ט, און אעפ"כ נעמען זיי נישט, פאר פארשידענע סיבות, ווען באמת וואלטן זיי יא געדארפט באקומען געהעריג, פשוט אז זייער משפחה זאל האבן א געהעריגן פרייליכן יו"ט און נישט דארפן הונגערן.

#אפיניאןפוןאייןמאן



עס איז נישט א אפיניען פון איין מאן איך האלט אויך אזוי עס זענען דא אסאך אידן וואס מעגן 100 פארצענט נעמען פון משמחי לב


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], בן הצעיר, ברוך, זזה, יסוד ארי, מאירים, רבותי, שמערעל און 88 געסט