שואלכענין האט געשריבן:די בזיונות מיט די מטה, איז העכסט ווארשיינליך געווען אפצוקומען דערמיט די מיעוט עוונות וואס אזא צדיק אמת האט געהאט, כי אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, און מיט דעם קומט מען אפ דאס ביסל, און מען קומט ארויף ריין, גראד אין גן עדן אריין.
עס איז דא אסאך אזעלכע מעשיות, סיי אין חז"ל און סיי ביי צדיקי אמת, כידוע.
זכותו יגן עלינו.
דאס פארענפערט נאך נישט דאס וואס דער עולם האט פארלוירען דעם געפיל און כבוד וואס מען דארף געבען פאר א נפטר ובפרט פאר א צדיק.
עס איז געווארן א נייע זאך אז מענטשען ווילען אנכאפען דעם ארון. עס איז נישט קיין ענין נישט פארן נפטר און נישט פארן מענטש. אוודאי איז אן ענין צו זיין פון די נושאי המיטה אבער סתם אנצירירען דעם מיטה אז פחיתת הכבוד. איך געדענק נאך די לוויות פון אנדערע צדיקים ווי צעלימע רב אדער פאפא רב ווי ווען מען האט געזעהן אז מען ברענגט דעם ארון האט מען זיך גריקט אין די זייט כדאי צו מאכען פלאץ פאר די נושאי המיטה און מען האט באגלייט מיט געבויגענע קעפ. אבער לעצטענס איז געווארן אנייע מאדע אז ווי נענעטער מען שטייט צום ארון פיעלט מען זיך א גרעסערע מחותן און עס קומט צו טראגעדיעס ווי ביי הרב וואזנער זצ"ל אדער אזעלעכע בזיונות ווי ביים סקולענע רבי אז דער ארון איז שיעור נישט צובראכען געווארן און מען האט געמוזט אימיטען באגלייטן שוין אריינלייגען דעם ארון און א ווען. ווי איז כבוד המת, ווי איז דרך ארץ, ווי איז כבוד המשפחה, וואס הייס דאס אז מען בעט זיך אז מען זאל ארויסגיין פון ביהמ"ד און קיינער רירט זיך נישט? עס שטייען טויזענטער אידען אויף די גאס צובאגלייטן און מען קען נישט ארויסברענגען דעם נפטר ווייל יעדער וויל אנרירען די מיטה?
אשמנו מכל עם!