פרטי הלויה מהרה"ק מסקולען זצ"ל.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:39 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די וואס קומען פון אפסטעיט מאנסי - קר"י
ווי איז גוט צו פארקען די קאר און נעמען די טרעין, און וועלכע טרעין.

9טע עוועניו און 36 d train
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:40 pm

בעריש'ל האט געשריבן:אין סקולען איז מען מספיד?

יא! ביי די לוי' פון אביו הק' זצוק"ל ער"ח אלול תשמ"ב האבן מספיד געווען צווישן אנדערע: בנו ומ"מ רבינו זצ"ל הכ"מ, מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל, כ"ק אדמו"ר בעל ברכות שמים מקאשוי זצ"ל, ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א [דוכט זיך אויך דער פאטיקער רב זצ"ל]

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:42 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די וואס קומען פון אפסטעיט מאנסי - קר"י
ווי איז גוט צו פארקען די קאר און נעמען די טרעין, און וועלכע טרעין.

9טע עוועניו און 36 d train


די D טרעין טראגט דיר ביז ב"פ?
און וואס איז די צופרי סעקדזשול פונעם טרעין, צייטען?

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:45 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די וואס קומען פון אפסטעיט מאנסי - קר"י
ווי איז גוט צו פארקען די קאר און נעמען די טרעין, און וועלכע טרעין.

9טע עוועניו און 36 d train


די D טרעין טראגט דיר ביז ב"פ?
און וואס איז די צופרי סעקדזשול פונעם טרעין, צייטען?

די טרעין נעמט דיר ביז 200 פיס אוועק פון סקולען ביהמ"ד.
יעדער 5-10 מינוט
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:47 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די וואס קומען פון אפסטעיט מאנסי - קר"י
ווי איז גוט צו פארקען די קאר און נעמען די טרעין, און וועלכע טרעין.


די טרעין שמייסט אראפ גאנץ נוי יוטרעקט ביז קאני איילענד, קענסט פארקן ביי 72&nu און צופארן (אדער גאר וואקן) ביז 55
צוגעלייגטע
F6B2FF65-E1CF-453F-B55C-788C9CCF2712.jpeg
F6B2FF65-E1CF-453F-B55C-788C9CCF2712.jpeg (84.92 KiB) געזעהן 1279 מאל

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:48 pm

0_3f6fc5e019794a81957583c612fc1fac.jpg
0_3f6fc5e019794a81957583c612fc1fac.jpg (84.3 KiB) געזעהן 1264 מאל

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:49 pm

רחש לבי האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:וויזניץ בארא פארק

וויזניץ ןןיליאמסבורג


די פטירה פון כ"ק מרן מסקולען זצוק"ל איז א אבידה שאין לה תמורה, יעדער פארשטייט די גרויסע חלל וואס איז דא מיט די פטירה פון דעם צדיק תמים ונשגב. גיין מבטל תורה זיין פאר תשב"ר מאכט אים נישט גרעסער און איז אודאי נישט קיין שום תועלת, מילא אין ב.פ. איז אפשר א פראבלעם מיט די טראנספארטעישאן, אבער צושפארען ת"ת אין וומס"ב האט נישט קיין פשט. בפרט אז טייל טאטעס קענען נישט גיין צו די לוי' וואס זאלען די קינדער טון אינדערהיים???

פארהאן ביי די אידישע רעליגיע א געזעצן בוך וואס ווערט גערופן תלמוד בבלי, אין די חלק וואס רופט זיך מסכת כתובות שרייבן די אידישע חכמים, אז ווען א גרויסער פערזאן אין די אידישע געמיינדע ווערט נפטר, זאל מען אלעס מבטל זיין און אפילו דאס לערנען דעם תורה דורך יונגע קינדער, אלעס איז ווערט כדאי אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר א גרויסע געמיינדע-פירער.

(כך שמעתי)


ער"ח אלול תשמ"ב האט מען אויך מבטל געווען ת"ת פון יונגע קינדער? אדער דיין געזעצן בוך פון די אידישע חכמים איז געשריבן געווארען דורך דעם מצב פון ק"מ?

וואס איז פארשטיי אביסל די מלמדים זיי ווילן אויך אפגעבען די לעצטע כבוד פאר די גדול הדור
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

צדקה
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:52 pm

"מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת למאן דמתני לאחרים אין לו שיעור אפילו יש עמו כמה אלפים מתבטל בשבילו למאן דקרי ותני דהיינו שקרא ושנה ועדיין לא שנה לתלמידים אם יש ס' רבוא אין צריך להתבטל בשבילו"(יורה דעה שסא)

אגב, מענין לענין באותו ענין, הנוגע לכל עת: "הרואה את המת ואינו מלוהו עובר משום לועג לרש ובר נידוי הוא ולפחות ילוונו ד' אמות"יורה דעה שסא

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:53 pm

צדקה האט געשריבן:"מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת למאן דמתני לאחרים אין לו שיעור אפילו יש עמו כמה אלפים מתבטל בשבילו למאן דקרי ותני דהיינו שקרא ושנה ועדיין לא שנה לתלמידים אם יש ס' רבוא אין צריך להתבטל בשבילו"(יורה דעה שסא)

אגב, מענין לענין באותו ענין, הנוגע לכל עת: "הרואה את המת ואינו מלוהו עובר משום לועג לרש ובר נידוי הוא ולפחות ילוונו ד' אמות"יורה דעה שסא

ע''פ פקודת אדמור מסאטמאר מהר''א וועלן אלע ישיב''ק זיך באטייליגען
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:55 pm

Belz123 האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:וויזניץ בארא פארק

וויזניץ ןןיליאמסבורג


די פטירה פון כ"ק מרן מסקולען זצוק"ל איז א אבידה שאין לה תמורה, יעדער פארשטייט די גרויסע חלל וואס איז דא מיט די פטירה פון דעם צדיק תמים ונשגב. גיין מבטל תורה זיין פאר תשב"ר מאכט אים נישט גרעסער און איז אודאי נישט קיין שום תועלת, מילא אין ב.פ. איז אפשר א פראבלעם מיט די טראנספארטעישאן, אבער צושפארען ת"ת אין וומס"ב האט נישט קיין פשט. בפרט אז טייל טאטעס קענען נישט גיין צו די לוי' וואס זאלען די קינדער טון אינדערהיים???

פארהאן ביי די אידישע רעליגיע א געזעצן בוך וואס ווערט גערופן תלמוד בבלי, אין די חלק וואס רופט זיך מסכת כתובות שרייבן די אידישע חכמים, אז ווען א גרויסער פערזאן אין די אידישע געמיינדע ווערט נפטר, זאל מען אלעס מבטל זיין און אפילו דאס לערנען דעם תורה דורך יונגע קינדער, אלעס איז ווערט כדאי אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר א גרויסע געמיינדע-פירער.

(כך שמעתי)

יורה דעה שסא

עיין בש״כ שם


ז"ל המחבר ביו"ד ס' שס"א סעי' א' "מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת וכו' וכו' ותינוקות של בית רבן אין מתבטלין כלל.
זאגט דער ש"ך "ותינוקות של בית רבן אינן מתבטלין כלל. פי' אפי' להוצאת המת וטעמא כדכ' הטור שהרי אין מבטלין אותן אפי' לבנין בית הכנסת דלא כעט"ז שכתב הטעם שהרי אינם מתעסקים עמו דהא אין מבטלין אותו אפילו להוצאת המת:"

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:57 pm

זזה האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:"מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת למאן דמתני לאחרים אין לו שיעור אפילו יש עמו כמה אלפים מתבטל בשבילו למאן דקרי ותני דהיינו שקרא ושנה ועדיין לא שנה לתלמידים אם יש ס' רבוא אין צריך להתבטל בשבילו"(יורה דעה שסא)

אגב, מענין לענין באותו ענין, הנוגע לכל עת: "הרואה את המת ואינו מלוהו עובר משום לועג לרש ובר נידוי הוא ולפחות ילוונו ד' אמות"יורה דעה שסא

ע''פ פקודת אדמור מסאטמאר מהר''א וועלן אלע ישיב''ק זיך באטייליגען

אלע פון וואו? פון גאנץ ניו יארק? אדער פון בארא פארק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:00 am

Borough Park האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:וויזניץ ןןיליאמסבורג


די פטירה פון כ"ק מרן מסקולען זצוק"ל איז א אבידה שאין לה תמורה, יעדער פארשטייט די גרויסע חלל וואס איז דא מיט די פטירה פון דעם צדיק תמים ונשגב. גיין מבטל תורה זיין פאר תשב"ר מאכט אים נישט גרעסער און איז אודאי נישט קיין שום תועלת, מילא אין ב.פ. איז אפשר א פראבלעם מיט די טראנספארטעישאן, אבער צושפארען ת"ת אין וומס"ב האט נישט קיין פשט. בפרט אז טייל טאטעס קענען נישט גיין צו די לוי' וואס זאלען די קינדער טון אינדערהיים???

פארהאן ביי די אידישע רעליגיע א געזעצן בוך וואס ווערט גערופן תלמוד בבלי מסכת כתובות שרייבן די אידישע חכמים, אז ווען א גרויסער פערזאן אין די אידישע געמיינדע ווערט נפטר, זאל מען אלעס מבטל זיין און אפילו דאס לערנען דעם תורה דורך יונגע קינדער, אלעס איז ווערט כדאי אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר א גרויסע געמיינדע-פירער.

(כך שמעתי)


ער"ח אלול תשמ"ב האט מען אויך מבטל געווען ת"ת פון יונגע קינדער? אדער דיין געזעצן בוך פון די אידישע חכמים איז געשריבן געווארען דורך דעם מצב פון ק"מ?

וואס איז פארשטיי אביסל די מלמדים זיי ווילן אויך אפגעבען די לעצטע כבוד פאר די גדול הדור


אויף וועמענס חשבון? די פארנומענע מאמעס אום ער"פ?
(כ'רעד פון וומס"ב, די קינד קען נישט אליינס גיין צו די לוי')

די מחבר פסק'נט אין יו"ד סי' שס"א "ותינוקות של בית רבן אין מתבטלין כלל."
לעצט פאראכטן דורך רחש לבי אום דינסטאג אפריל 02, 2019 12:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:02 am

מי יודע האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:"מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת למאן דמתני לאחרים אין לו שיעור אפילו יש עמו כמה אלפים מתבטל בשבילו למאן דקרי ותני דהיינו שקרא ושנה ועדיין לא שנה לתלמידים אם יש ס' רבוא אין צריך להתבטל בשבילו"(יורה דעה שסא)

אגב, מענין לענין באותו ענין, הנוגע לכל עת: "הרואה את המת ואינו מלוהו עובר משום לועג לרש ובר נידוי הוא ולפחות ילוונו ד' אמות"יורה דעה שסא

ע''פ פקודת אדמור מסאטמאר מהר''א וועלן אלע ישיב''ק זיך באטייליגען

אלע פון וואו? פון גאנץ ניו יארק? אדער פון בארא פארק

פון בארא פארק און וומ"ס
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:02 am

וויכטיגע מעלדונג פאר די אלע וועלכע קומען מיט די באן!
ביטע נעמט אין אכט אז די D באן פארט אראפ גאנץ ניו יוטרעקט עוו. [און די F באן פארט אויף מעקדאנעלד עוו. וואס איז גאנץ אין די אנדערע עק בארא פארק], אבער וויבאלד די MTA טוהט כסדר דורכפירן פאררעכטונגען אויף די באן סיסטעם, זענען די וואך "בלויז אין די נאכט שעות" ארומגעדרייט די יוצרות, דהיינו אז די F באן פארט אויף ניו יוטרעקט און די D באן אויף מעקדאנעלד. [זעהט מער אויף MTA.INFO]
דעריבער זייט געווארנט די אלע וועלכע קוקן יעצט אין די נאכט שעות אויף גוגל מעפס צו טרעפן דירעקציעס קיין בארא פארק\סקולען מיט די באן, וועלן זעהן דארט אנגעצייכנט אז מען זאל נעמען דעם F באן ביז 55 סט. און 13 "אבער זייט וויסן אז ווען איר קומט מארגן צופרי מיט די באן וועט איר נישט זעהן דארט קיין F באן, נאר א D באן!"

נאכאמאל קלאר און דייטליך! ווער עס גייט מארגן אינדערפרי נעמען א F באן קיין בארא פארק וועט אנקומען אויף מעקדאנעלד עוו. און אז איר ווילט אנקומען אויף ניו יוטרעקט עוו. דארפט איר "נאר" נעמען א D באן!
לעצט פאראכטן דורך איינפאכער איד אום דינסטאג אפריל 02, 2019 12:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:02 am

כ׳רעד פון בארא פארק
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:05 am

מי יודע האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:"מבטלין תלמוד תורה להוצאת המת למאן דמתני לאחרים אין לו שיעור אפילו יש עמו כמה אלפים מתבטל בשבילו למאן דקרי ותני דהיינו שקרא ושנה ועדיין לא שנה לתלמידים אם יש ס' רבוא אין צריך להתבטל בשבילו"(יורה דעה שסא)

אגב, מענין לענין באותו ענין, הנוגע לכל עת: "הרואה את המת ואינו מלוהו עובר משום לועג לרש ובר נידוי הוא ולפחות ילוונו ד' אמות"יורה דעה שסא

ע''פ פקודת אדמור מסאטמאר מהר''א וועלן אלע ישיב''ק זיך באטייליגען

אלע פון וואו? פון גאנץ ניו יארק? אדער פון בארא פארק



ב"פ וכפי השמועה גם וומסב"ג

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:05 am

צו געזונט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:איז נישט די הויפט סקלונע הויף אלעמאל געווען אין וויליאמסבורג ?
פארוואס גייט נישט זיין קיין לויה אין וויליאמסבורג ?

לא היו דברים מעולם

אין די געזונטע יארן פלעגט ער קומען אפאר מאל א יאר, צבש חנוכה און צווייטע טעג סוכות.

דער טאטע זיינער איז געווען אין וויליאמסבורג

עטץ שיינטס אינג. ער פלעגט היבש אפזיצן אין וויליאמסבורג סתם שבתים

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:06 am

נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:10 am

די גאנצע מעשה איז א טשעין ריעקשען - מען שפארט אפ אלע גאסען פון אינדערפרי
די באסעס קענען נישט אויף פיקען די קינדער אין חדר אין סקול וכו'
די מוסדות זענען מבטל חדר - כלומפרש'ט לכבודו פון חכם שנפטר
די קינדער וועלן קומען צו די לויה נישטא בעסער וואס צו טוען
די עלטערן וועלן באגלייטען די קינדער

אזוי וועט זיין א ציבור

חד גדיא חד גדיא

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:11 am

Of course האט געשריבן:נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין

די וואונטסט בכלל און בארא פארק? :lol:
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:12 am

Of course האט געשריבן:נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין


זעט אויס ווי דו האסט דא א ערענסטע געלט פארלוסט, ביידע פון ענק באקומען באצאלט אויפן טאג נישט אויף די וואך?!
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום דינסטאג אפריל 02, 2019 12:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:13 am

אוהב ספרים האט געשריבן:די גאנצע מעשה איז א טשעין ריעקשען - מען שפארט אפ אלע גאסען פון אינדערפרי
די באסעס קענען נישט אויף פיקען די קינדער אין חדר אין סקול וכו'
די מוסדות זענען מבטל חדר - כלומפרש'ט לכבודו פון חכם שנפטר
די קינדער וועלן קומען צו די לויה נישטא בעסער וואס צו טוען
די עלטערן וועלן באגלייטען די קינדער

אזוי וועט זיין א ציבור

חד גדיא חד גדיא


נארישע דיבורים. מען דארף ארבעטען אז עס זאל זיין אן עולם?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:13 am

Borough Park האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין

די וואונטסט בכלל און בארא פארק? :lol:

of course
:P
לעצט פאראכטן דורך טלה ונעשה איל אום דינסטאג אפריל 02, 2019 12:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:15 am

Of course האט געשריבן:נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין


מיאוס פרעך?

מילא דו האלטסט אז עס פעלט נישט אויס, ביסט בארעכטיגט צו האלטן וויאזוי דו ווילסט, אבער פרעך?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:15 am

Of course האט געשריבן:נישט איך און נישט מיין ווייב גייען קענען ארבעטן מארגן.

א מיאוסע און פרעכע זאך דאס אפשפארן א שטאט.

עתידים ליתן את הדין

קודם כל עס איז דא א ביטול מלאכה.

צווייטענס, וועלעכע גאס זאלן זיי אויפמאכען?

ווי פונקטליך זאלן אלע הונדערטע באסעס פארקן ווען זיי קומען? די ווילסט אז גלייך נאך די לוי' זאלן די באסעס שטיין גרייט צו נעמען מענטשן צו מאנסי, דאס קען מען נישט מיט 2 פארמאכטע געסער.

פון 12 דארף מען אפשפארן ווייל קארס קענען נישט פארן צו 13
13 דארף מען פארשפארן ווייל הונדערטע מענטשן גייען שטיין דארט
14 גייט מען באגלייטן
15 גייען די באסעס שטיין
און פון 16 שפארט מען צו ווייל הונדערטע מענטשן גייען לויפן צו די באסעס אויף 15.

נישט אז כ'האלט ס'איז נארמאל אבער דאס איז די פאקט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”