בד״ה - נפלה עטרת ראשינו - הרה״ק רבי ישראל אברהם פורטוגל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:32 pm

כפארשטיי אבער יעצט אז רבי שמואל מרדכי איז רב קומט אז מ׳זאל דאווענען ביי עם וע״ע ככח״ז בוויזניץ ב״פ
דביה תחדי נפשא

שאראש-פאטאק
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:09 pm

עס אזי שווער צו גלייבען אז מען האלט שוין נאך סתימת הגולל מען האט בהאלטען די הייליגע גוף די אויסגעלאטערטע גוף אויף אייביג
מען וועט מער נישט זען א איד וואס א יעדע שבת איז געווען ממש ווי דעיס איז די איינציגסטע שבת אין זיין לעבין איך האב געהערט פין א איד אז די רבי זללה"ה האט דערציילט אז ווען זיין מאמע איז אוועק איז נאך קבלת שבת איז די בעל נועם אליעזר זללה"ה ארויף געגאנגען צו די מאמע זאגען גוט שבת אזוי ווי איעדע וואך ער איז געווען אזוי פארקאכט אין די שבת אז ער האט זיך נישט געכאפט אז זי לעבט נישט אזוי האט די רבי פארציילט האט איינער געפרעגט וואס מיינט אז ער איז געווען פארקאכט האט זיך די רבי אנגעריפען מיט אזא התלהבות וואלסט איינמאל געפילט קדושת השבת וואלסטו נישט געהארט קיין שום קשיא
ממש א יעדע וואך איז געווען א קידוש מיט אזא ברען אוי ווי וועט מען נאך הערין די רצה בנו מיט אזא מתוקות
איך האב געהערט אמאל ביי די יארצייט סעודה פון די נועם אליעזר האט די רבי געזאגט שירו לו זמרו לו לכאורה די לו איז איבריג האט די רבי געענפערט אז ווען מען זינגט דארף עס זיין מיט די גענצע הארץ נישט סתם מען זינגט נאר עס דארף זיין לו וראוי הדברים למי שאומרים עס איז נישט געווען אזא זאך ווי סתם אפזינגען אדער אפדאווענען אלעס איז צוגעגאנגען מיט א ברען אין א חיות
עס דערציילט מיך א אייניקעל אז ער איז איינמאל אריין מיט א קוויטעל אין ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר פדיון האט ער גענומען פון די צדקה פישקע מיט די פלאן צו באצאלען שפעטער ווען ער געט די קוויטעל האט די רבי געטאפט די געלט אין ער פרעגט אים פון ווי ער האט די געלט פארשטייט זיך ער האט געזאגט ער האט געהייסען גראד צוריק ליגען די געלט
זיעואכי"א




Reply
Forward

קאסאניער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 11:50 am

תגובהדורך קאסאניער » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:30 pm

אוי! הייליגע רבי!!
download/file.php?mode=view&id=208438
צוגעלייגטע
Document47.pdf
מהרב אפרים גרינפעלד שליט"א
(184.74 KiB) דאונלאודעד 293 מאל
אין זידיטשוב ברענט א פייער אין קיינער קען דאס נישט פארלעשן...

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:42 pm

זמן הדלקת הנרות בשעה 7:10
תפלת מנחה וקבלת שב"ק בשעה 7:40
עריכת השלחן שירות ותשבחות בליל שב"ק
בשעה 12:00 בהשאטער שלפני בית מדרשנו
תפלת שחרית בשעה 9:30
תפלת מנחה וסעודה שלישית בשעה 6:30
זמן מוצאי שב"ק בשעה 8:38
לעצט פאראכטן דורך איינפאכער איד אום פרייטאג אפריל 05, 2019 1:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יענקל בטלן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:14 am

תגובהדורך יענקל בטלן » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:40 am

מיט מחותנו הרה"ק מנדבורנה זצ"ל
IMG-20190402-WA0051.jpg
IMG-20190402-WA0051.jpg (151.99 KiB) געזעהן 2077 מאל

יענקל בטלן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:14 am

תגובהדורך יענקל בטלן » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:41 am

מיט מחותנו אדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א
37.jpg
37.jpg (115.38 KiB) געזעהן 2076 מאל

36.jpg
36.jpg (101.24 KiB) געזעהן 2076 מאל

יענקל בטלן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:14 am

תגובהדורך יענקל בטלן » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:41 am

מודעת אבל - אדמור מסקולען.jpg
מודעת אבל - אדמור מסקולען.jpg (303.41 KiB) געזעהן 2080 מאל

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג אפריל 05, 2019 7:50 am

די עבודה פרייטאג צונאכטס פאר קידוש איז געווען הפלא ופלא
כמעט א שעה צייט געשטאנען אויף די פיס און געזינגן זמירות און שירות ותשבחות, דאס שוין געווען נאך א לאנגע אויסגעמאטערטע טאג וואס רוב פון אונז דרימלען שוין איין ביי לכה דודי אבער דער איד איז געשטאנען אזש מהאט געקענט מיינען אז דער איד איז געשלאפן א בייגל
בן צ כבן כ איך קען מעיד כהאב געהאט גי זכי׳ מיטצוהאלטן די עבודת הקודש קרוב צו צוואנציג יאר, סאיז לא משתנה א זוז כל שהוא אפגעזעהן די עלטער וואס האט געהאט קיין ווירקונג במלוא מובן
איי דאס הארץ בענקט

oh vei
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » פרייטאג אפריל 05, 2019 8:06 am

געהערט א מעשה פופצען יאר צוריק ווען איך האב מיך געדרייט דארט.
די רבי ז״ל הכ״מ איז געפארען מיט א דרייווער א תמימות׳דיגע ערגעץ, אינמיטען פארען פרעגט דער רבי דעם דרייווער צו ער האט נישט אפשר פון דיע כלים און שטוב (נאכנישט געווען קיין סמאורטפאונס) האט ער געזאגט אז יא ער האט גראדע יא , זאגט עם די רבי אז ער פרובירט צו זינגען , צו זיך דערמאנען א זמר׳ל און סגייט נישט, האט ער פארשטאנען אז סאיז דא עפעס נישט אזעלכע ריינע מחשבות און די קאר וואס שטערן עם זיך צו דערמאנען די ניגון.
איך האב עס געהערט פון א וויזנישיצע יונגערמאן וואס פלעגט זיך דרייען אסאך און סקולען י.ר. לדבריו האט ער עס געהערט פונעם דרייער,
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פונקליכקייט פון די לשונות.

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג אפריל 05, 2019 8:48 am

פון אלע מעשיות געפעלט מיר די מערסטע די חלק אז די ווייב זיינע האט זייער געגליכענט ארויף געדרייטע פיאות אויף די אויערן (זי איז געווען ציגעוינט פין איר פאטער אזוי) די מנוט וואס זי איז אוועק האט ער עס צוריק אראפגעדרייט!! מערקט עס אן אויף די בילדער

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » פרייטאג אפריל 05, 2019 10:54 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:פון אלע מעשיות געפעלט מיר די מערסטע די חלק אז די ווייב זיינע האט זייער געגליכענט ארויף געדרייטע פיאות אויף די אויערן (זי איז געווען ציגעוינט פין איר פאטער אזוי) די מנוט וואס זי איז אוועק האט ער עס צוריק אראפגעדרייט!! מערקט עס אן אויף די בילדער

איז זיין פאטער זצ"ל דען נישט אזוי געגאנגען?
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג אפריל 05, 2019 11:04 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??


מן הסתם איז די כוונה להגר"י ראטה אב"ד קארלסבורג.


ניין, מרן הראב"ד דקיט"ל שליט"א האט געוואוינט אין ב"פ אין די ערשטע יארן.

קראלי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 09, 2018 10:43 am

תגובהדורך קראלי » פרייטאג אפריל 05, 2019 11:17 am

מעשה נורא אינטערוויו נעכטן מיט רב דרעזנער אויף קול מבשר פון א פרוי וואס די רבי האט געגעבן א ברכה 22 יאר צוריק נאכדעם וואס די דאקטורים האבן געגעבן אפאר שעה צו לעבן. און זי איז אוועק די וואך אפאר שעה נאכן רבין. זיעוכ"א

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:05 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:אקעי, נארוואס באשטימט:
די תפלות שב"ק וועלן אי"ה פארקומען בבית המדרש סקולען אויף די 54 סט.
ליל שב"ק וועט מען אי"ה זיך צוזאמקומען אויף שירות ותשבחות אין א גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד [עס וועט "גארנישט" פארקומען אין עטרת חי'].
מער פרטים וועלן אי"ה נאכקומען גאנץ שנעל

איז אמת אז די רבי גייט בלייבן אין מאנטריאל און קומען כסדר אויף שבתים און יו''ט?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:25 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??


מן הסתם איז די כוונה להגר"י ראטה אב"ד קארלסבורג.


ניין, מרן הראב"ד דקיט"ל שליט"א האט געוואוינט אין ב"פ אין די ערשטע יארן.


אקעי. ווייל איך געדענק הגר"י ראטה דאווענען מיט די לעצטע מנין

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג אפריל 05, 2019 1:26 pm

משה11 האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אקעי, נארוואס באשטימט:
די תפלות שב"ק וועלן אי"ה פארקומען בבית המדרש סקולען אויף די 54 סט.
ליל שב"ק וועט מען אי"ה זיך צוזאמקומען אויף שירות ותשבחות אין א גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד [עס וועט "גארנישט" פארקומען אין עטרת חי'].
מער פרטים וועלן אי"ה נאכקומען גאנץ שנעל

איז אמת אז די רבי גייט בלייבן אין מאנטריאל און קומען כסדר אויף שבתים און יו''ט?

ניין

שאראש-פאטאק
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » פרייטאג אפריל 05, 2019 3:04 pm

בערך תשס"ו ווען די רבי זללה"ה האט גהאט זיין אפערעשין איז געווען א באשראבונג אין מעגעזין איך מיין עס האט געהייסען צייטשריפט קען אפשר איינער וואס האט עס מזכה זיין פאר די עולם?
ווייסט אפשר איינער אויב מען קען עס באקומען אונליין ?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אפריל 05, 2019 4:05 pm

טענט פאר שבת בראשית אין סקולען
צוגעלייגטע
Screenshot_20190405-160318_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190405-160318_WhatsApp.jpg (516.51 KiB) געזעהן 1040 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג אפריל 05, 2019 4:35 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איי וויי וויי מ'דערמאנט זיך צוריק מיט נאסטאלגיע שבת פארטאגס נאכן עלות השחר אין די צייט וואס די גשמיות'דיגע וועלט איז פארזינקען אין א טיעפע שינה, שפאצירט די צדיק יסוד עולם באגלייט מיט א הייפעלע אידן אויף א האלב ביילאכטענע וועג גייענדיג אהיים פונעם ביהמ''ד אין קאנטרי, אזוי פארצייטיש אזוי פאעטיש הייליג און לויטער... צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה... די רבי מאכט הייליגע תנועות בידיו הקדושים די אויגן פארגלייזט מיט קדושת שבת די זיסע קולות פון די רבי'ס אייניקלעך צוגיסט זיך מיט די פרימארגן פייגלעך וואס טשיפטשען מיט געגועים פארן בורא עולם, אאאוי צאאאאדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה עההה אוי שתוווולים בבית ה'.... נאך אזא לעכטיגע טיש כולו אור כולו חיות שיינט די רבי'ס צורה מיט א הימלישע חן און בענקט און גארט צו שפירן דעם 'שתולים בבית ה' בחצרות אלקינו יפריחו...' א טעם גן עדן שפירט זיך במחיצתו פונעם רבי'ן עפעס אזוי תענוג'דיג מלא אהבה וחן...

אויפן וועג אהיים אוי דאס הארץ עס בענקט.



איי וויי וויי יתומים היינו ואין אב, פאריאגט און פארפלאגט אין די ארבעט און פלוצלינג אן ערד ציטערניש... די הארץ שטעלט זיך אפ... די פלאהר אונטער מיר עס טרייסעלט... רבי רבי ווי ביסטו געגאנגן אויף וועם האסטו אונז איבערגעלאזט??? ... אין לה מנחם...

יעצט זענען מיר איינער אליין...


זעה איך יעצט אז די מאמענט האט ציטירט מיין תגובה...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 05, 2019 5:32 pm

קאנגרעטוליציעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מוצ"ש אפריל 06, 2019 10:52 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווילאמסבורג און בארא פארק האט ער קלאר געזאגט "רב".

מאנסי אין לעיקוואד, ווי די קינדער דינען שוין באבדו"ת א לענגערע צייט, האט ער געניצט א לשון "אנפירן די עדה הקדושה", און "זיך פירן אלעס אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו".

אויף רבי ישעי' יעקב האט ער געניצט די שפראך, "ממלא זיין מקום אביו".

וויאזוי איך פארשטיי עס, רבי ישעי יעקב שליט"א ווערט "סקולנע רבי", אבער די ברודער פון מאנסי און לעיקוואד זענען נישט תחת מרותו, נאר זיי "פירן" אליין, ווידער די ברודער פון ווילאמסבורג און בארא פארק זענען יא אינטער די הנהגה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

ד.מ. אז לעיקוואד און מאנסי איז בערך אזא בחינה ווי סאטמאר מאנסי, ער איז א זעלבסטשטענדיגע רב וואס פראוועט א רבי'סטווע, אבער לעבט גוט מיט סטאמאר רבי פון ווילאמסבורג שליט"א, און ווען דער רבי קומט איז ער אים מכבד ווי "דער רבי".

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. אין עס מאכט סענס אויך,
דארט ווי די טאטע האט געפירט (ווילימסבורג אין בארא פארק) נעמט הרהצ רבי ישעי יענקל איבער אין די ברודערס וועלן זיין אינטער אים אבער אין די נייע פלעצער ווי מאנסי אין לעקוואד וואס די 2 קינדער האבן זיך אליין געבויט דארט קענען זיי זיין רבי.
אין אנדערע ווערטער ווילימסבורג אין בארא פארק זענען אינטער רבי ישעי יענקל אין רבי מאיר מיט רבי שמואל מרדכי ווילאנג זיי זענען דא זענען זיי אינטער אים אין אויב זיי ווילן קענען זיי אוועקגיין אין אליינס בויען אין דארט קענען זיי זיין רבי.

יעצט זעי איך אז איך בין געווען גערעכט
צוגעלייגטע
81E8A849-DD4C-412C-A23F-0EA1D1AF24BE.jpeg
81E8A849-DD4C-412C-A23F-0EA1D1AF24BE.jpeg (172.17 KiB) געזעהן 729 מאל
DD4A2404-1808-4165-B7D5-D5C616652FAB.jpeg
DD4A2404-1808-4165-B7D5-D5C616652FAB.jpeg (148.83 KiB) געזעהן 729 מאל
283F2576-7F1F-4A7C-B2BB-59B0F314BF8E.jpeg
283F2576-7F1F-4A7C-B2BB-59B0F314BF8E.jpeg (155.89 KiB) געזעהן 729 מאל

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אפריל 07, 2019 12:02 am

דאס מיינט אז מוועט האבען א סקולענער רבי דא אין מאנסי
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
mmn
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג אפריל 07, 2019 12:11 am

צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 07, 2019 12:14 am

mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

ווי איך פארשטיי איז נאך בכלל נישט זיכער אז רבי מאיר גייט בכלל ס״ה האט מען עם עס געאפערט און דערווייל ווייזט ער נישט קיין אינטערעסע
דביה תחדי נפשא

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג אפריל 07, 2019 12:21 am

mmn האט געשריבן:צוויי זאכן בינעך נישט קלאר. איינס ווארום ווערט נישט רבי מאיר א רבי ער איז די צוייטע זון שנית פארוואס גייט ער קיין וומבסג און נישט ר' שמואל מרדכי

ער האט די ברירה אז ער וויל קען ער זיך עפענען א בית מדרש אויף א פלאץ ווי סאיז נאך נישט דא אין פירן דארט רביסטעווע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט