הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: בד״ה: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג מארטש 22, 2020 10:40 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20200322-WA0048.jpg
IMG-20200322-WA0048.jpg (208.21 KiB) געזעהן 654 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד״ה: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מארטש 22, 2020 11:45 am

שוואכע דזשאב געמאכט ביים קאפי פעיסט פון די חתימות...
דביה תחדי נפשא

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: בד״ה: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך אפטרופס » זונטאג מארטש 22, 2020 11:59 am

מען קען צוקומען צום ציון?
וואס זענען די רעגילאציעס?

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג מארטש 22, 2020 7:55 pm

מען קען צוגיין, אבער היינט נאכט וועט שוין לכאורה זיין אפגעשפארט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

שטאטס מבין
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך שטאטס מבין » זונטאג מארטש 22, 2020 9:12 pm

רופט 845-951-1145 פאר אפדעיטס ביים בית החיים

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג מארטש 22, 2020 11:40 pm

עס איז שווער צו משלים זיין מיטן מציאות
די הייליגע יארצייט סעודה וואו-איז?
רבי רייס איין פאר אלע אידן איבעראל
פאר די איינגעשפארטע אינדערהיים און אין שפיטאל
קיינער קען נישט מיט מנין דאווענען
און דיין יארצייט מען קען נישט געהעריג. פראווענען
עס איז מיר בייגעפאלן א מחשבה
וואס קען ווערן פאררעכנט פאר אן הטבה
ווער נאך ווי איך ווייס וואס איז געווען דיין געדאנק
איבער א מחלל שבת'ס געלט געווען פארשפארט דיין באנק
און פונקט אין דיין הייליגער יארצייט
האבן אזויפיל חילונים געהיטן שבת ווי ערליכע לייט
עס איז זיכער אין דיין זכות
וואס דו האסט דעם שבת געמאכט אלס זיס
מיר וועלן געדענקען און נישט פארגעסן
דיינע הייליגע אינטערעסן
זאגן די דריי קאפיטלעך ווי דיין בקשה און לעצטע ווארט
אבער בעט שוין און רייס איין דארט
אז גזירת קאראנע זאל ווערן בטל שנעל
און עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום זעל
ותחזינה עינינו במהרה גאר גיך
דיר צו זען בביאת המשיח
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:47 am

מה תשתוחחי נפשי ומה תהמו עלי:
האַרצרייסנדע ווייטאָג ביי אידן איבער דער וועלט, אַז מ׳וועט נישט קענען געהעריג פּוקד זיין דעם ציון המצויינת
זאת נחמתי בעניי: ״חסד לאברהם״ שטעלט צו מעגליכקייט צו שיקן ״קוויטלעך״ און ״צינדן ליכט״ לזכות הנדיבים ביומא דהילולא

אָט האַלטעדיג ביים ערשטן יאָרצייט פונעם סקולענער רבי׳ן זצוק״ל, וואָס כלל ישראל האט זיך דערצו געגרייט בדחילו ורחימו, צענדליגער טויזנטער אידן האָבן געפּלאַנט אַרויפצוגיין פּוקד צו זיין דעם ציון המצויינת אשר שם ספון חלקת מחוקק, דער צדיק וואָס אונזער דור האָט אַזוי געקענט, אַזוי מעריץ געווען, אַזאַ טיפן און וואַרעמען קשר געהאַט, רייסט עס ביים האַרצן אַז דער מצב איז אַזוי אומפאַרנעפּלט, אָן קיין קלאָרקייט, איבער ווען און וויאַזוי מ׳וועט קענען אָפּהאַלטן דעם עלי׳ לציון.
אַזויפיל אידישע קינדער האָבן דאך אזוי ארויסגעקוקט — במשך דעם גאַנצן שווערן ״יאָר״, זינט מיר האָבן פאַרלוירן דעם אור מבהיק, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלקים — צו קענען אַרויפגיין צום הייליגן ציון, זיך שטעלן אין אַ ווינקעלע, זיך איבערדעקן דאָס פּנים מיט׳ן תהלים׳ל, און זיך נעמען אויסוויינען דאָס האַרץ, אָפּלאָדענען אַביסל די שווערע פּעקלעך וואָס פּלאָגן אַזוי די הערצער בכלל ובפרט.
אידישע קינדער, יונג און אלט — וועלכע געדענקען די לעכטיגע צורה, די הארציגע שמייכל, דאס ווארעמקיייט, ותוארו כמלאך אלקים, דאָס הייליג געשטאַלט וואָס האָט געשפּריצט פונקען פון ליבשאַפט, אהבת ישראל אן א גרעניץ, וואָס האָט יעדן איד באַגאָסן מיט אַזויפיל אהבה, עצות וברכות טהורות מעומק הלב ווען מ׳איז אַריינגעקומען צו אים אין שטוב — האָבן אַזוי געגאָרט אַרויסצופאָרן קיין מאָנסי צום בית החיים, אינעם ערשטן יאָרצייט, און זיך אויסגיסן דאָס האַרץ אויפ׳ן ציון המצויינת, וואו די גייסט פונעם צדיק שוועבט ביומא דהילולא קדישא דילי׳.
ובפרט טאַקע דער עלטערער דור, די אידן פון 60 און העכער, וועלכע האָבן מיטגעלעבט און זיך געווייקט ביים רבי׳ן די אַלע יאָרן, מיט אַזאַ התקרבות, מיט אַזאַ דביקות, מיט אַזאַ קשר, מיט אזא אהבה בלי מצרים, נאָך מיט צענדליגער יאָרן צוריק, זכרנו ימים מקדם, ווי פּיינפול איז דאס יעצט פאַר זיי, אַז מ׳ווייסט נישט בכל צי מ׳וועט קענען אָנקומען צום ציון הקדוש, צי ס׳וועט בכלל מעגליך זיין — אין ליכט פונעם פאַרנעפּלטן מצב — אַז ס׳זאל זיך קענען צוזאַמקומען אַ ציבור אידן דאָרט מתפּלל זיין!
ס׳דאָך אַזוי ווייטאָגליך, אַז דער צדיק וואָס בחיים חיותו האָבן יעדן איינציגן טאָג צו אים זיך געקלאַמערט אַזויפיל אידישע קינדער, יעדן טאָג מיט מסירת נפש אויסגעהערט צעבראָכענע לבבות ביז צו די פאַרטאָגס שטונדן, געשטאַרקט און געטרייסט, געוואונטשן און מבטיח געווען, דער צדיק וואָס רבוא רבבות ישראל האָבן אים באַגלייט למנוחת עולמים מיט אזעלכע הארצרייסנדע בכיות, זאָל יעצט ביומא דהילולא ליידער זיין אַזאַ מצב אַז מ׳קען נישט געהעריג זיך צונויפנעמען מתפּלל זיין, צינדן ליכט און לערנען משניות לעילוי נשמתו הטהורה.
ווער רעדט נאָך אַז מ׳זאל זיך קענען — ווי דער שטייגער — צונויפקומען עדת צאן מרעיתו, אויף מסיבות מלוה מלכה, יארצייט טישן פון בניו כ״ק מרנן האדמורי״ם שליט״א, זיך מחזק זיין נאָך דעם שווערן יאָר, פאַרציילן סיפּורים פונעם צדיק, חזר׳ן משנתו הטהורה, זיך עראינערן די לעכטיגע זמנים במחיצתו הטהורה. ליידער, אין ליכט פון די שטרענגע פאַרבאָטן אויף גרעסערע פאַרזאַמלונגען, איז דאָס פאָרלייפיג אַן אוממעגליכקייט!
בכלל, אז מ׳טראכט נאך אביסעלע טיפער, ווי שווער און אומדערטרעגליך איז דאָס אַליין טאַקע, אַז מיר דאַרפן אַזעלכע שווערע זמנים, אַזאַ עת צרה ליעקב, אַזאַ שרעק און זאָרג, דורכמאַכן און דורכלעבן אָן דעם צדיק וואָס האָט מיט זיין צדקות, מיט זיין קדושה, מיט זיינע ריינע לויטערע תפלות ותחנונים, מגין געווען און באַשיצט די גאַנצע וועלט, און אונז מדריך געווען איבער דעם ״מה חובתינו״ זיך אָפּצוהיטן מכל צרה וצוקה!
זאת נחמתי בעניי: בלויז איין טרייסט, איין באַרואיגונגס, בלייבט נאָר איבער אין די יעצטיגע צייט, אַז דער צדיק האָט איבערגעלאָזט אַ שטיק פון זיך, ״הושיבו ישיבה על קברו״, זיינע הייליגע מוסדות ״חסד לאברהם״, וואס ער האט בדם ובדמע זיך פאַר דעם מקריב ומוסר נפש געווען ביז צו דער לעצטער רגע, און ער האָט נישט אויפגעהערט בעטן און וויינען מנהמת לבבו הטהור, אז אידישע קינדער זאָלן אים דערמיט נישט לאָזן פאַלן ח״ו!
ס׳איז קיין ספק נישט, יעדער וואָס האָט געקענט דעם צדיק ווייסט, אַז די גרעסטע ״טובה פאר די נשמה״, די גרעסטע הנאה, און די גרעסטע ״התקשרות״ וואָס אַ איד קען מאַכן מיט׳ן רבי׳ן, איז דורך שענקען אַ ״נדבה״ ביומא דהילולא פאר ״משאת נפשו״ הטהורה!
״דאָס״ האָט דער רבי געוואָלט בחיים חיותו, און ״פאר דעם״ האָט ער זיך געזאָרגט טאָג און נאַכט ס׳זאל אַ קיום האָבן.
ס׳איז קלאר, אן קיין צווייפל — און אַזוי האָט אויך קלאָר געזאָגט יבלחט״א בנו הגדול כ״ק מרן אדמו״ר מסקולען שליט״א — אַז אַ איד וויל אַ טובה טון פאר די הייליגע נשמה, אַ טובה טון פאר זיך אליין, האָבן אַ שייכות מיט׳ן צדיק, אַז דער צדיק זאָל פאַר אים מתפּלל זיין, זאָל ער שענקען אַ נדבה פאַר ״חסד לאברהם״ און דערביי מתפּלל זיין אויף כל משאלות לבבו, וואָס וועט בזכות זה זיכער געעענטפערט ווערן בעז״ה, וגדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם!
כלל ישראל באַדאַנקט הנהלת מוסדות ״חסד לאברהם״ פאַר׳ן צושטעלן די מעגליכקייט אַז שליחי המוסדות וועלן אויפנעמען די ״קוויטלעך״ פון אידן אלוועלטליך און דאָס אַראפּשטעלן ביים ציון הק׳ און מתפּלל זיין פאַר די אידן, מוצאי שבת און זונטאָג.
פאַר די גענויע פּרטים און טעלעפאן נומערן אא״וו וויאזוי צו שיקן א קוויטל, זעט אין די מודעות אינעם היינטיגן נומער פון אונזער צייטונג.
ס׳געוואָרן צוגעשטעלט עטליכע אפּציעס, לויט די גרויסקייט פון די נדבות, מיט א מעגליכקייט אויך אז מ׳זאל צינדן ליכט לזכות פונעם נדיב, און ארויסזאָגן דעם נאָמען לזכות, ווי אויך אז א מנין זאל פארליינען דעם קוויטל און מתפּלל זיין.
מיט א הייסע פאראייניגטע תפלה בעט אַצינד כלל ישראל, אַז ״זכותו יגן עלינו״, דער גרויסער צדיק זאָל זיך אומקוקן אויף דעם וואָס מיר גייען אַריבער זינט ער האָט אונז פאַרלאָזן, ממקומו הוא יפן ברחמים לעמו, וירא ויביט בענינו, ער זאָל אויסשפּרייטן די הייליגע הענט מיט זיין תפלה ובקשה ״תעיתי כשה אובד, בקש אוי בקש עבדך, כי מצוותיך לא שכחתי״, מיר זאָלן שוין מער נישט אַזויפיל דאַרפן בלאָנזשען, נאָר אויפגעראָכטן ווערן אַלע אידישע קינדער, מיט ברכות וישועות, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב״א.
זֹאת נֶחָמָתִי בְעָנְיִי — כִּי אִמְרָתְךָ חִיָּתְנִי!

1.jpg
1.jpg (128.09 KiB) געזעהן 280 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג מארטש 23, 2020 6:49 am

c.PNG
c.PNG (133.2 KiB) געזעהן 280 מאל

g.PNG
g.PNG (408.44 KiB) געזעהן 280 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, בילדער, געוואלטיג, משה הירש, נייע שטערן, פרידן, שטיגליץ און 65 געסט