בד״ה - נפלה עטרת ראשינו - הרה״ק רבי ישראל אברהם פורטוגל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:34 pm

ווער איז מכריז "ביטול מלאכה"?

הגם ס'פאסט באמת, אבער ווער איז בר הכי אין נ"י רבתי זאל דאס אויסרופן?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:36 pm

מ'דארף אויסרופן?

וועלכער משוגענער קען בכלל גיין ארבעטן אין אזא ביטערע צייט?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:38 pm

מנהלים, מע דארף אויסמעקן די תגובות וואס שרייבן בד"ה פריער ווי עס האט פאסירט.

למען הריכטיגער היסטאריע.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:41 pm

זעהט אויס ווי דער ביטול מלאכה איז איינעם פריוואט בייגעפאלן.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:42 pm

ברוך דיין האמת

אונז האמיר געהאט די זכיה זיך מסתוףף זיין בצל דעם צדיק פילע מאל יראת השם חופפת על פניו.

עס דערמאנט זיך די הייליגע טישן צו וואס מען וועט זיך שטענדיג בענקן

אונז בלייבן איבער אין א דור יתום השם ירחם

בשורות טובות

געטראכט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:43 pm

אוי אוי אוי
ווי טרעפט מען ווערטער
רבש"ע מ'קען שוין נישט מער...

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:45 pm

ברוך דיין האמת!
אה וואס וועט זיין מיט דער דור יותם?
ב"ה זוכה געווען אסאך צו זיין דארט
געהאט א מנהג יעדער יאר נאכן סדר (דער ערשטע נאכט נישט ספירה) אריבער גיין מיט צו האלטען א סדר פון אצדיק וואס גייט זיין דער יאר??
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:49 pm

בעריש'ל האט געשריבן:מנהלים, מע דארף אויסמעקן די תגובות וואס שרייבן בד"ה פריער ווי עס האט פאסירט.

למען הריכטיגער היסטאריע.


בד"ה, כלל ישראל האט פארלוירן די לעצטע צדיק פון פריערדיגע דור.

בערישל האסט א שטארקע פוינט, א שאנדע אז עס איז געווען א רעיס ווער עס זאל מעלדן שלעכטע נייעס פריער. און דאס האט צוגעברענגט עס צי מעלדן ווין די צדיק האט נאך געלעבט.

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:50 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:מ'דארף אויסרופן?

וועלכער משוגענער קען בכלל גיין ארבעטן אין אזא ביטערע צייט?


דער זעלבער וואס קען איצט אין אזא צייט זיצן אויפ'ן אינטערנעט און דאס שרייבן.

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:56 pm

גדולה מיתת צדיקים משריפת בית אלוקינו. נפלה עטרת ראשינו.

די רבי זצ״ל האט זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט נאך מיט זיין טאטן זי״ע דורכאויס די שווערע צייטן. מורא׳דיגע מעשות איז דא פון זיי ביידע.

א אבידה שאין לו תמירה! וכל בית ישראל יבכו את א שריפה אשר שרף השם.

צדקה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:58 pm

מיר לעבן דורך א היסטאריש ביטערע טאג.

דאכט זיך אז רבינו איז געווען די לעצטע רבי פון בעפאר די קריג-עפאכע.

א חידוש פון א ריינער איד געווען, קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיג, א ריין אידיש הארץ מיט א לויטערע מתיקות הנפש.

די אידיש וועלט וועט מער קיינמאל נישט אויסזעהן די זעלבע.

איי, דער סקולענער רבי, וואס וועלן מיר זאגן פאר קינדער, געווען אמאל עכטע צדיקים, ריינע נשמות, אנע פניות....

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 01, 2019 6:59 pm

ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:01 pm

קרוב צו האלב פון די געסער אין בארא פארק גייט זיין פארשפארט לכבוד די מאסן צענדליגע טויזנטע ערווארטעט צום מסע הלוי' פון צדיק הדור למנוחתו

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:06 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:כ"ו אד"ב תשע"ט וועט שוין נישט זיין די זעלבע ווי כ"ה אד"ב תשע"ט, די זון וועט ווייטער אויפשיינען, אבער אויף א נייע וועלט,


שיינע אויסדרוק, ולשון נופל על לשון, וד"ל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:07 pm

בד"ה
איך זיץ דא אין מיין אפיס און טרערען רינען פון מיינע אויגן,

טאטע אין הימל דעם צדיק האט מען אונז שוין אויך צוגענומען? ווי האלט מען דאס אויס? יתמות איז צו א ארימע ווארט צו דעסקרייבן אונזער ליידיגקייט,

דער גרויסער הייליגער ריינער צדיק, נאופס איך בין נישט בכח צו שרייבן דברי הערכה אויך דעם צדיק, ער איז סך העכער פון וויפיל איך קען משיג זיין

זיין הייליגע לעכטיגע צורה וועט אונז אלץ שטיין פאר די אויגן און געדענקען אז אזוי האט אויסגעקוקט א צדיק וואס איז כל ימיו געווען א שטיק עבודת ה' במלא מובן המולא,

זאל דער צדיק דארט אויבן זיין א גוטער בעטער פאר אונז און אויספועלן די גרויסע ישועה פאר גאנץ כלל ישראל בב"א

תנצבה
זוכט איר דוי?

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:08 pm

היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00


וועט די לוי' אויך דורכפארן וומסב"ג אויפ'ן וועג קיין מאנסי?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:10 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00


וועט די לוי' אויך דורכפארן וומסב"ג אויפ'ן וועג קיין מאנסי?

די לוויה וועט זיך אנהייבן מארגן 11:00
עס וועט מספיד זיין נאר הגה"צ ר' ישעי יעקב שליט"א
און ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א
דערנאך גייט מען גראד קיין מאנסי
די לוויה און מאנסי וועט זיין ביי די בית החיים און דארט וועט נישט זיין קיין הספידים

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:11 pm

פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים

!!!!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:11 pm

דונש האט געשריבן:בד"ה
איך זיץ דא אין מיין אפיס און טרערען רינען פון מיינע אויגן,

טאטע אין הימל דעם צדיק האט מען אונז שוין אויך צוגענומען? ווי האלט מען דאס אויס? יתמות איז צו א ארימע ווארט צו דעסקרייבן אונזער ליידיגקייט,

דער גרויסער הייליגער ריינער צדיק, נאופס איך בין נישט בכח צו שרייבן דברי הערכה אויך דעם צדיק, ער איז סך העכער פון וויפיל איך קען משיג זיין

זיין הייליגע לעכטיגע צורה וועט אונז אלץ שטיין פאר די אויגן און געדענקען אז אזוי האט אויסגעקוקט א צדיק וואס איז כל ימיו געווען א שטיק עבודת ה' במלא מובן המולא,

זאל דער צדיק דארט אויבן זיין א גוטער בעטער פאר אונז און אויספועלן די גרויסע ישועה פאר גאנץ כלל ישראל בב"א

תנצבה


שרייב דונש שרייב, איך קען נישט! כ'בין נישט אומשטאנד. איי איי דאס הארץ ס'בענקט, ס'פילט א ליידיגקייט, זאל השי"ת טרייסטן די צושאסענע הערצער.
הוי מחשב...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:11 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
יקוםפרקן האט געשריבן:
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00


וועט די לוי' אויך דורכפארן וומסב"ג אויפ'ן וועג קיין מאנסי?

די לוויה וועט זיך אנהייבן מארגן 11:00
עס וועט מספיד זיין נאר הגה"צ ר' ישעי יעקב שליט"א
און ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א
דערנאך גייט מען גראד קיין מאנסי
די לוויה און מאנסי וועט זיין ביי די בית החיים און דארט וועט נישט זיין קיין הספידים

ע''פ צוואתו?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:12 pm

בס"ד
יהלום האט געשריבן:ברוך דיין האמת!
אה וואס וועט זיין מיט דער דור יותם?
ב"ה זוכה געווען אסאך צו זיין דארט
געהאט א מנהג יעדער יאר נאכן סדר (דער ערשטע נאכט נישט ספירה) אריבער גיין מיט צו האלטען א סדר פון אצדיק וואס גייט זיין דער יאר??
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

איינמאל זוכה געווען! צווייטע סדר אין וויליאמסבורג, איי, איי, איי, אויב איך געדענק גוט האט מען זיך געיאגט מיט עסן אפיקומען פאר'ן... עלות...!!!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:13 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
יקוםפרקן האט געשריבן:
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00


וועט די לוי' אויך דורכפארן וומסב"ג אויפ'ן וועג קיין מאנסי?

די לוויה וועט זיך אנהייבן מארגן 11:00
עס וועט מספיד זיין נאר הגה"צ ר' ישעי יעקב שליט"א
און ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א
דערנאך גייט מען גראד קיין מאנסי
די לוויה און מאנסי וועט זיין ביי די בית החיים און דארט וועט נישט זיין קיין הספידים

אומר בשם אמרו
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:15 pm

בס"ד
יהלום האט געשריבן:ברוך דיין האמת!
אה וואס וועט זיין מיט דער דור יותם?
ב"ה זוכה געווען אסאך צו זיין דארט
געהאט א מנהג יעדער יאר נאכן סדר (דער ערשטע נאכט נישט ספירה) אריבער גיין מיט צו האלטען א סדר פון אצדיק וואס גייט זיין דער יאר??
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

איינמאל זוכה געווען! צווייטע סדר אין וויליאמסבורג, איי, איי, איי, אויב איך געדענק גוט האט מען זיך געיאגט מיט עסן אפיקומן פאר'ן... עלות...!!!
ווי קען מען זיך אפילו צוזאמנעמען... די שבת'דיגע טישן, די חנוכה ליכט, עפעס ווערן די אותיות בלארי...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:17 pm

אין מאנסי וועט זיין פראנט פון די ביהמד
נישט נאר אין בית החיים!

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:18 pm

פעלעד האט געשריבן:אין מאנסי וועט זיין פראנט פון די ביהמד
נישט נאר אין בית החיים!

פון ווי נעמסטו דאס די גבאי האט מיר פריער געזאגט אז נישט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”