קאונטי סטעיט אף עמערדשענסי אין ראקלענד קאונטי צוליב מיזעלס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שיבערר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 25, 2016 5:13 pm

תגובהדורך שיבערר » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:16 pm

צדיקים האט געשריבן:פריער געענדיגט א אסיפת העסקנים אין ספרינג וואלי, ווי פארמענענטע עסקנים, וואס האבן זיך דורך גערעדט מיט רבני מאנסי, זענען געזעצן דורך טון וואס און ווי אזוי זיך אומצוגיין ווייטער, מיט די גזירה פון עד דעי, האפענטלעך וועט מען אין די קומענדיגע טעג קענען מעלדן מער פרטים וועגן די אסיפה, און וועגן ווייטערדיגע פארשריט.


ווער זענען די רבנים
?
ווער זענען די עסקנים
?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 29, 2019 8:29 am

יא, מען מעקט און גרויסן. די אחראים ווילן אז דאס זאל בלויז בלייבן איבער "נייעס" פון די נייע גזירה, נישט בעצם א דעבאטא איבער וואקסינס.

איך וועל איבערשרייבן, אבער אביסל מער פארזיכטיג, נישט חלילה צו נעמען דא א צד אין בעצם די וואקסין אבער מחלה.

מען האט געפרעגט, אויב עס איז אזוי שעדליך דאן פארוואס זענען אלע רבנים נישט מעורר דערויף, און ווי זענען די עסקנים, אלא מאי, איז עס נאר א שטיק פון עד דעי.

איז די תירוץ קלאהר: די רבנים, עסקנים און דאקטוירים האלטן און איין מעורר זיין. וואס נאך דארפן זיי טוהן? חברה הצלה האט א יעדע וואך אן עד און פאשידענע פאבליקאציעס ווי וויכטיג זיי האלטן אז מען מוז שוין וואקסינירן. אלע אונזער דאקטוירים האלטן און איין שרייען אז מען מוז. רבנים פון "אלע" קרייזן זענען ארויסגעקומען מיט א קול קורא. ממילא, דאן פרעגט נישט "ווי זענען די רבנים, עסקנים, וכו'". ווייל איהר ווילט נאר זעהן וואס איהר ווילט.

ועל פי תקנות המקום, ברענג איך נאר די פאקטן אז מען האט יא געהאלטן און איין מעורר זיין. אבער איך בין דא נישט ח"ו מכריע ווער איז גערעכט, צו די רבנים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, די דאקטוירים זענען אונטערגעקויפט, וכו'. ווייל די אשכול איז בלויז פון די נושא איבער די עמערדזענסי צושטאנד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג מארטש 29, 2019 4:37 pm

עד דעי האט היינט ביי א פרעסע קאנפרענס דערקלערט זיג, אז זינט דינסטאג ווען ער האט פראקלעמירט די סטעיט אף עמערזשענסי האבן 500 מענטשען גענומען די וואקסין.

די פראבלעם איז, אז עס איז גאנץ א שוואכער זיג, ווייל זינט אקטאובער האבן 17,400 מענטשען גענומען די וואקסין, 500 דערפון זינט דינסטאג, עס קומט אויס צו בערך 100 וואקסינס א טאג אן קיין סטעיט אף עמערזשענסי...

מה הועילו טיפשים בתקנתם.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:06 pm

ביי די פרעסע קאנפערענס היינט, האט עד דעי אויך געזאגט "עס איז נישט דא קיין רעליגיעזע איקזעמפשאן צו וואקסינס אין די אידישע אדער (להבדיל) די קאטוילשע גלויבן"

there are no religious exemptions to vaccines in the Jewish and Catholic faiths, and said medical exemptions were the only legitimate reasons for parents to not have their children vaccinated.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:23 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:וויפיהל פאטאליטעטן ה״י זענען שוין געווען פון דעם ׳גרויסן׳ סכנה...?
צו בויען ׳סייד-וואלקס׳ פאר די גאסן אין מאנסי וואס ס׳איז באמת א סכנה גדולה צו גיין אין די טינקעלע גאסן ביינאכט האבן זיי זיך נישט עפעס אזוי געיאגט....


;l;p-


איך האב געגעבן די שאט אין אנפאנג פאר מיינע קינדער, לעצטענס האב איך אנגעהויבן הערן נאך א צד און איך האב איינגעזעהן אז פראצענטואל האבן געשטארבן מער מענטשן פון די שאטס ווי פון מיזעלס!

און מיין זוהן האט באקומען מיזעלס איך האב שטארק אכטונג געגעבן ער זאל נישט קומען אין בארירונג מיט אנדערע און ער האט זיך ב''ה ערהוילט שנעל און גרינג,

ס'בכלל נישט אזא שרעקעדיגע קרענק ווי מ'לייגט עס אראפ.


ביי די פריערדיגע פרעסע קאנפערענס האט די העלט קאמישינער מרס. רופערט געזאגט אז 10% פון די מיזעלס קעיסעס האבן געהאט ערנסטע מעדעצינשע קאמפליקאציעס. איינס פון זיי איז געוועהן א פרוי אין ספעציעלע אומשטענדען.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:24 pm

פומפדותא האט געשריבן:ביי די פרעסע קאנפערענס היינט, האט עד דעי אויך געזאגט "עס איז נישט דא קיין רעליגיעזע איקזעמפשאן צו וואקסינס אין די אידישע אדער (להבדיל) די קאטוילשע גלויבן"

there are no religious exemptions to vaccines in the Jewish and Catholic faiths, and said medical exemptions were the only legitimate reasons for parents to not have their children vaccinated.

מען מיז קלאהר שטעלן: מען צווינג נישט קיינעם צו נעמען וואקסינס. נאר ביי א סטעיט אוף עמערדזענסי, קען מען נישט ניצן רעליגיע עקזעמפשען צו נישט פאלגן די עמערזענסי און יא גיין אין פאבליק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג מארטש 31, 2019 6:52 pm

א פרישע ארטיקל אינעם ני טיימס, זעהט אויס די עסקנים טוען יא עפעס.
(כאטש די עיקר נקודה פונעם ארטיקל איז גאנץ שוואך ארויסגעברענגט).
https://www.nytimes.com/2019/03/29/nyre ... unity.html




(ביידיוועי, וואס האבן די שקצים געטון מיט איקאגניטאו מאוד? זיי רעדן זיך טאקע איין אז איך גיי באצאלן צו ליינען זיער "פעילינג" צייטונג?)

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג מארטש 31, 2019 7:17 pm

יאסי געשטעטנער/OJPAC האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט.
http://www.ojpac.org/latest/text-and-vi ... s-outbreak

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג מארטש 31, 2019 8:10 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:א פרישע ארטיקל אינעם ני טיימס, זעהט אויס די עסקנים טוען יא עפעס.
(כאטש די עיקר נקודה פונעם ארטיקל איז גאנץ שוואך ארויסגעברענגט).
https://www.nytimes.com/2019/03/29/nyre ... unity.html




(ביידיוועי, וואס האבן די שקצים געטון מיט איקאגניטאו מאוד? זיי רעדן זיך טאקע איין אז איך גיי באצאלן צו ליינען זיער "פעילינג" צייטונג?)

נישט ליינען די קאמענדס!
עס קען שאדן פארן געזינט!.... רחמנא ליצלן!
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11334
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 31, 2019 9:50 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:א פרישע ארטיקל אינעם ני טיימס, זעהט אויס די עסקנים טוען יא עפעס.
(כאטש די עיקר נקודה פונעם ארטיקל איז גאנץ שוואך ארויסגעברענגט).
https://www.nytimes.com/2019/03/29/nyre ... unity.html




(ביידיוועי, וואס האבן די שקצים געטון מיט איקאגניטאו מאוד? זיי רעדן זיך טאקע איין אז איך גיי באצאלן צו ליינען זיער "פעילינג" צייטונג?)


יא אזאנע רשעים, די מאוד איז דאך געווען אזא געוואלדיגע זאך.

ווער האט זיי עס אויסגעזאגט? ווי אזוי האבן זיי דאס אפגעשטעלט?
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:38 am

וואס גייט פאר דא יעדע זאך וואס מען שרייבט דא ווערט פארמעקט?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:45 am

מ'קען דאך נישט אומגערעכט מאכן ראביי מייזלס
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:09 pm

קיינער פארשטייט דאך נישט דיין דאפעלט פשט..?.

צדיקים
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:15 pm

אז מען מעקט שוין, זאל מען ביטע אויסמעקן אלעס.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:30 pm

צדיקים האט געשריבן:אז מען מעקט שוין, זאל מען ביטע אויסמעקן אלעס.


וואס ווילסטו מען זאל מעקן? וואס שטייט דא וואס האט נישט געזאלט געשריבען ווערן?

צדיקים
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:39 pm

אז מ'לאזט נאר שרייבן איין זייט, בעסער גארנישט לאזן שרייבן (מען האט שוין דא געמעקט אין גרויסן איין זייט)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:12 pm

צדיקים האט געשריבן:אז מ'לאזט נאר שרייבן איין זייט

מען האט געמעקט ביידע זייטן און מיר האלטן זיך צום געזעץ
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:28 pm

צדיקים האט געשריבן:אז מ'לאזט נאר שרייבן איין זייט, בעסער גארנישט לאזן שרייבן (מען האט שוין דא געמעקט אין גרויסן איין זייט)


וועלכע זייט? נעכטן האב איך געדארפט הערן צוויי זייטן, למעשה בין איך איינגעשלאפן איינזע פארן הערן די אנדערע זייט, יענע זייט?

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:34 pm

ס'איז דא ערנסטע חששות אז די גאנצע סטעיט אף עמערדזשענסי, איז אן אונטערגעשטעלטע אקציע דורך די עסקנים אין א טיפע קארופציע מיט די אייוועלט אחראים, דורכדעם פארדינען אן אומזינסטע מארקעטינג און ארויפצוברענגן צו די אטענשאן אז ס'איז דא אזא סייט, וויפיל פרויען - פארנומענע מאמעס - האבן געוויסט ביז נעכטן פון אייוועלט?

ספעשל קאנסול אלערט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:39 pm

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז דא ערנסטע חששות אז די גאנצע סטעיט אף עמערדזשענסי, איז אן אונטערגעשטעלטע אקציע דורך די עסקנים אין א טיפע קארופציע מיט די אייוועלט אחראים, דורכדעם פארדינען אן אומזינסטע מארקעטינג און ארויפצוברענגן צו די אטענשאן אז ס'איז דא אזא סייט, וויפיל פרויען - פארנומענע מאמעס - האבן געוויסט ביז נעכטן פון אייוועלט?

ספעשל קאנסול אלערט.

:lol:

אריין דא

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:08 pm

4f0d13340ca549769cf7496da3a8fb3f.jpg
4f0d13340ca549769cf7496da3a8fb3f.jpg (29.25 KiB) געזעהן 1869 מאל

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:01 pm

וואשינגטאן פאוסט.

צומישט און צעחושט.

ער פאנגט אן אזוי.
The reason, health officials say, has nothing to do with religion and everything to do with the ultra-Orthodox way of life, as well as public health services that don’t meet the needs of large families.

אבער אינמיטן טוישט ער דעם טאן.
But new cases are being reported in some particularly insular ultra-Orthodox communities in Israel, New York and New Jersey, where rabbis believe more in the will of God than in the authority of health officials.

והיינו דאמרי אינשי (נישט דער פרעזידענט) פעיק ניוז.

צדיקים
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:40 pm

יסוד ארי האט געשריבן:
4f0d13340ca549769cf7496da3a8fb3f.jpg

הגה"צ ר' חיים פאוויל שליט"א האט געזאגט, אז ער באמת איז נישט באהאווענט אין די נושא, נאר די 'עסקנים' האבן אים געזאגט, אז ס'איז א חילול ה' אין די מידיע, אז די אידן געבן נישט קיין שאט'ס, דעריבער דארף מען ארויס געבן אזא קול קורא, און נאכן הערן דעם אנדערן צד, האט ער פארשפראכן דאס איבערצושמועסן מיט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.

הגה"צ ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א, האט געזאגט, אז פאר דעם האט ער נישט גע'חתמ'עט, ווייל ער וויל קיינעם נישט איינטיילן וואס צו טון, ס"ה האבן די 'עסקנים' געבעטן ער זאל לאזן לייגן זיין נאמען, כדי ס'זאל נישט זיין קיין חילול ה', דעריבער האט ער געלאזט לייגן זיין נאמען, און נאכאמאל מדגיש געווען, אז דעריבער פארמאגט דאס נישט קיין חתימות, ווייל מ'הייסטס קיינעם נישט, ס'איז נאר פאר די מידיע אראפ צו נעמען דעם חילול ה' (וואס די 'עסקנים' זאגן אז דאס איז גורם).

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:43 pm

צדיקים האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:
4f0d13340ca549769cf7496da3a8fb3f.jpg

הגה"צ ר' חיים פאוויל שליט"א האט געזאגט, אז ער באמת איז נישט באהאווענט אין די נושא, נאר די 'עסקנים' האבן אים געזאגט, אז ס'איז א חילול ה' אין די מידיע, אז די אידן געבן נישט קיין שאט'ס, דעריבער דארף מען ארויס געבן אזא קול קורא, און נאכן הערן דעם אנדערן צד, האט ער פארשפראכן דאס איבערצושמועסן מיט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.

הגה"צ ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א, האט געזאגט, אז פאר דעם האט ער נישט גע'חתמ'עט, ווייל ער וויל קיינעם נישט איינטיילן וואס צו טון, ס"ה האבן די 'עסקנים' געבעטן ער זאל לאזן לייגן זיין נאמען, כדי ס'זאל נישט זיין קיין חילול ה', דעריבער האט ער געלאזט לייגן זיין נאמען, און נאכאמאל מדגיש געווען, אז דעריבער פארמאגט דאס נישט קיין חתימות, ווייל מ'הייסטס קיינעם נישט, ס'איז נאר פאר די מידיע אראפ צו נעמען דעם חילול ה' (וואס די 'עסקנים' זאגן אז דאס איז גורם).

דאס וואס דו שרייבסט אויף הגה"צ אב"ד אברכים איז נישט אמת, דאס איז א ביטערע און פרעכע מוציא שם רע און לשון הרע אויף א גדול בישראל אז ער שרייבט אויף א צעטיל ליגנט.

לדעת הגה"צ אב"ד בעלזא, וויל איך וויסן וואס ווערט פארלאנגט פון אונז בדעת תורה? מצוה, איסור אדער רשות?
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג אפריל 05, 2019 5:47 pm

ברעיקינג!
די דזשאדזש האט גערולט יעצט אנטקעגן די עמערדזשענסי דעקלעראציע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, police, ארויף, טשאקלעט, מטעמים, מי הוא זה, קארפענטער, שכל טוב און 52 געסט