קאנגרעס און סענאט פריימערי פארמעסטן 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:09 pm

מור ביים מיקראפאן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:10 pm

מור רעדט איבער די היינטיגע סופרים קאורט שתי וערב אורטייל

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:10 pm

ער שטעלט איצט פאר זיינע אדוואקאטן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:12 pm

רעדט איצט איבער די מאסיווע דרוק אקעגן זיין פארמעסט פארליינענדיג נייעס קעפלעך וועלכע רייסן ארונטער זיין קאמפיין

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:13 pm

רייסט אראפ די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע פארן פלאנירן א שמוץ קאמפיין אקעגן אים

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:15 pm

זאגט אז ער באזארגט וואשינגטאן די סי פאליטיקאנטן זינט ער איז א שטייפע קאנסערוואטיוו און רעליגיעז געשטימט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:16 pm

רייסט אראפ א סאציאלע מידיא פראיעקט די דעמאקראטן האבן גענוצט אקעגן אים ביי זיין קאמפיין אין 2017 למספרם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:18 pm

ער זאגט איצט אז די מענטשן אין אלאבאמא האבן שוין קענען געלערנט שמוציגע פאליטיק דורכאויס די קעווענאו פארהערן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:19 pm

אפיציעל: ראי מור לויפט צום סענאט אין אלאבאמא

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:31 pm

איבער טראמפס קעגנערשאפט צו זיין קאמפיין: ער ווערט געשטופט דערצו דורך די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע און איך ווייס נישט וואס ער טראכט
איך קען נישט רעדן פאר אים אבער איך בין איינשטימיג מיט פולע פון זיינע פאליסיס

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 24, 2019 10:21 am

מעין הויז ספיעקער שרה גידאן (ד) האט אנאנסירט זי לויפט קעגן סוזען קאלינס פאר סענאט.

גידאן שטרייכט אונטער קאלינס ראדיקאל רעכטע רעקארד אין די לעצטע 2 יאר מיטן שטימען פאר די 2 טריליאן דאלאר טעקס קאט פאר די רייכע קארפאראציעס, פאר סופריעם קאורט ריכטער ברעט קאוואנאו, די מיליאנען וואס זי נעמט פון די וואשינגטאן לאביאיסטן, און איר נאענטע באציאונגען מיט דאנעלד טראמפ און מיטש מעקאנעל.

זי האט אצינד גאנצע 200 פאלאוערס אויף טוויטער אבער איז ערווארטעט צו כאפן סטיעם און ווערן די צענטער פונקט פון די 2020 סענאט פארמעסט.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 01, 2019 1:24 pm

היינט איז נישט קיין לייכטע טאג פארן דרום דעקאטע רעפובליקאנע סענאטאר מייק ראונדס
דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט די ערשטע רונדע קימא טריטמענטס ל"ע פאר זיין פרוי און דאן איז ער זעלבסט באפאלן געווארן מיט די פאליטישע מעשה ווען די ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי סיילער באלגראם האט געמאלדן אז זי וועט לויפן אין א פריימערי פארמעסט אקעגן דעם סענאטאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 02, 2019 9:12 am

אין די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט פאר סענאט אין קאלאראדא

דאן בעער האט אויפגעטריבן 1.35 מיליאן דאלער אינעם פארלאפענעם למספרם קווארטאל (אויפגעטריבן 1.1 מיליאן אבער מען רעכנט אויך די איבריגע וועלכע ער האט טראנספערירט פון זיין פריערדיגע הויז קאמיטע)

מייק דזשאנסאן האט אויפגעטריבן 1.6 מיליאן (אינעם ערשטן קווארטאל איז ער געווען פאראויס נאכן אויפטרייבן 1.8 מיליאן

קיין איין קאמפיין האט נישט פארעפנטליכט וויפיל קעש זיי פארמאגן אין די באנק

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג יולי 02, 2019 11:38 am

כאפצעם האט געשריבן:מעין הויז ספיעקער שרה גידאן (ד) האט אנאנסירט זי לויפט קעגן סוזען קאלינס פאר סענאט.

גידאן שטרייכט אונטער קאלינס ראדיקאל רעכטע רעקארד אין די לעצטע 2 יאר מיטן שטימען פאר די 2 טריליאן דאלאר טעקס קאט פאר די רייכע קארפאראציעס, פאר סופריעם קאורט ריכטער ברעט קאוואנאו, די מיליאנען וואס זי נעמט פון די וואשינגטאן לאביאיסטן, און איר נאענטע באציאונגען מיט דאנעלד טראמפ און מיטש מעקאנעל.

זי האט אצינד גאנצע 200 פאלאוערס אויף טוויטער אבער איז ערווארטעט צו כאפן סטיעם און ווערן די צענטער פונקט פון די 2020 סענאט פארמעסט.


זי האט היינט געמאלדן אז איר קאמפיין האט אויפגעטריבן בלויז אין איין וואך א גאנצע פרישע מעלאונע.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג יולי 02, 2019 11:45 am

אין סאוט קארעליינא לויפט א שווארצער קאנדידאט 'העריסאן' אנטקעגן דעם אמטירענדן באקאנטן סענאטאר 'לינדזי גרעהם' אדער 'גרעהמנעסטי' [קרעדיט ראש לימבאו].

העריסאן, האט אויגעטריבן בלויז אין איין חודש איינס און א האלב מיליאן דאלער.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג יולי 02, 2019 6:10 pm

געוועזענער אסטראנאט מארק קעלי וואס לויפט צו ערזעצן סענאטאר מארטא מקסעלי אין אריזאנע האט אויפגעטריבן איבער פיר מיליאן אינעם פארלאפענעם קווארטל. קעלי איז פארהייראט צום געוועזענע אריזאנע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי גאבי גיפארדס וואס האט געליטן ערסטע מוח שאדן אין א פאליטישע אטענטאט פארזוך אין יאנואר 2011 וואס האט איבערגעלאזט זעקס טויטע אריינגערעכנט א ניין יעריג מיידל און א דיסטריק דזשאדזש.
מקסעלי האט איבערגענומען דזשאן קייל צו ערפילט דזשאן מקעין סענאט זיץ נאכן פארלירן צו דעמאקראט קירסטען סינעמא, אריזאנע'ס אנדערע סענאטארשע. סינעמא האט איבערגענומען דזשעף פלעיק'ס סענאט בענקל אין יאנואר, די ערשטע דעמאקראטישע סענאטאר אין די סטעיט אין 24 יאר.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 09, 2019 4:09 pm

די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע וועט אפהאלטן רעקרוטמענט מיטינגען אין מישיגען'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צו זעהן אויב און ארום וועלכע קאנדידאט די פארטיי קען זיך פאראייניגן נאך וואס דער אמטירנדער קאנגרעסמאן דזשאסטין אמאש האט פארלאזט די פארטיי און פיר קאנדידאטן האבן זיך שוין געמאלדן צו לויפן

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 10, 2019 10:43 am

אין צפון קאראליינע'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט גרעג מורפי געוואונען די רעפובליקאנע פריימערי און איז ערווארטעט צו באזיגן דעם דעמאקראט עלען טאמאס אין סעפטעמבער 10 למספרם
טראמפ האט געוואונען דעם דיסטריקט מיט א 24% אויבערהאנט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:57 am

שרה גידעאן האט זיך פארזיכערט מיט די פולקאמע שטיצע פון די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמפיין קאמיטע אין די מעין סענאט פריימערי אבער איר פריימערי קעגנערין בעטסי סוויט האט נעכטן ערהאלטן די אינדארסירונג פון די ליבעראלע גרופע "יוסטיץ דעמאקראטן"

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:13 am

קלוב פאר וואוקס ארבעט שווער צו אנטמוטיגן פאטענציאלע פריימערי קעגנער פון אונטערנעמען א פארמעסט אקעגן טאם מאסיא וועלכע פארטרעט קענטאקי'ס פערטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:16 am

אין ווייאמינג גייט סענאטאר מייק ענזי רעטייערן און דער געוועזענע קאנגרעס פרוי לומיס האט עטליכע וואכן צוריק אריינגעגעבן פאפירן צו קענען לויפן פאר דעם זיץ
לומיס האט געהאלטן די קאנגרעס זיץ וועלכע ליז טשעיני האלט איצט און אויך ליז טשעיני וועלכע זעהט זיך נישט אויג צו אויג מיט לומיס קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ און א העפטיגע פריימערי קען מעגליך פארקומען
איצט מעלדט לומיס אז זי גייט טאקע לויפן און וועט שטיין אקסל צו אקסל מיט פרעזידענט טראמפ
לומיס זוכט דערמיט צו פארלויפן דעם וועג פאר טשעיני

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 8:39 pm

אין קאלאראדא האט דזשאן וועלש (ד) וועלכע לויפט אין די דעמאקראטישע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן סענאטאר גארדנער (ר) אויפגעטריבן 776 טויזנט דאלער אינעם צווייטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 582 טויזנט דאלער אין די באנק

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 8:39 pm

א צווייטע קאנדידאט אין די קאלאראדא סענאט פריימערי איז ענדרו ראמענאף וועלכע האט אויפגעטריבן 503 טויזנט דאלער אינעם צווייטן למספרם קווארטאל און פארמאגט 730 טויזנט דאלער אין די באנק

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 15, 2019 9:08 pm

אין די היציגע פריימערי פון אילינאי'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט צווישן דעם אמטירנדע מער מעסיגע אנטי רציחה אמטירנדע קאנגרעסמאן אין זיין לינקע פרא רציחה קעגנערין האט דער קאנגרעסמאן ליפינסקי אויפגעטריבן 364 טויזנט דאלער אינעם צווייטן למספרם קווארטאל (אין קאנטראסט צו 128 טויזנט אינעם ערשטן למספרם קווארטאל)
ער פארמאגט איצט 713 טויזנט דאלער אין די באנק
זיין קעגנערין ניומאן האט אויפגעטריבן 328 טויזנט דאלער און פארמאגט 352 טויזנט אין די באנק

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג יולי 15, 2019 10:51 pm

!thanks

@הבל

;l;p- ;l;p-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך, יואלי קאכט, שיעלע בהמה און 31 געסט