בלאט 1 פון 6

קאנגרעס און סענאט פריימערי פארמעסטן 2020 למספרם

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 12:43 pm
דורך הכל הבל
ברוכים הבאים

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 12:47 pm
דורך הכל הבל
דזשאו סעראן איז א דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון די 15'טע דיסטריקט אין ניו יארק

פארגאנגענעם פריייטאג האט ריטשי טארעס, אן 31 יעריגער אפריקאנער אמעריקאנער קאונסילמאן פון יענע געגנט געפיילט צו קענען לויפן פארן זעלבן קאנגרעס זיץ אין א פריימערי
א קוואל נאנט צו טארעס האט באשטעטיגט אז ביישטייערער ארגאנאזירן שוין א פאנדרעיזער אבער אלע אפציעס זענען נאך דערווייל אפן
סעראן האט פריער געמאלדן זיין רעטייערמענט

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:38 pm
דורך הכל הבל
ראובן גאלעגא וועט נישט לויפן אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין אריזאנא
מארק קעלי קלארט אויס זיין סטאטוס אלץ דעמאקראטישע קאנדידאט
ער האט שוין אויפגעטריבן 3 מיליאן דאלער

די היינטיגע אנטוויקלונג איז א שטארקע קלאפ פאר רעפובליקאנער און סענאטארשע מקסעלי

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 6:21 pm
דורך צל עובר
הכל הבל האט געשריבן:דזשאו סעראן איז א דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון די 15'טע דיסטריקט אין ניו יארק

פארגאנגענעם פריייטאג האט ריטשי טארעס, אן 31 יעריגער אפריקאנער אמעריקאנער קאונסילמאן פון יענע געגנט געפיילט צו קענען לויפן פארן זעלבן קאנגרעס זיץ אין א פריימערי
א קוואל נאנט צו טארעס האט באשטעטיגט אז ביישטייערער ארגאנאזירן שוין א פאנדרעיזער אבער אלע אפציעס זענען נאך דערווייל אפן
סעראן האט פריער געמאלדן זיין רעטייערמענט


עס איז די בלויעסטע דיסטריקט אין לאנד. D+44, דאס הייסט אז אין א נייטראלע ענוויירעמענט קריגט דארט דער דעמאקראט 94%. הערי ענטען וואוינט דארט.

_____

איז מיר נישט איינגעפאלן אז דער קאנגרעסמאן פון אריזאנע הייסט ראובן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 7:54 pm
דורך Potus
הכל הבל האט געשריבן:ראובן גאלעגא וועט נישט לויפן אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין אריזאנא
מארק קעלי קלארט אויס זיין סטאטוס אלץ דעמאקראטישע קאנדידאט
ער האט שוין אויפגעטריבן 3 מיליאן דאלער

די היינטיגע אנטוויקלונג איז א שטארקע קלאפ פאר רעפובליקאנער און סענאטארשע מקסעלי


פארוואס איז עס א קלאפ פאר רופאבליקאנער??

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 8:24 pm
דורך צל עובר
ווייל ער וואלט געמאכט צרות אין די פריימערי פאר דעם גאלד קוואליטי קאנדידאט מארק קעלי.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:33 pm
דורך הכל הבל
מייקל גרים 90% באשלאסן צו ווידער לויפן פאר די זעלבע זיץ וועלכע ער איז געווארן באזיגט דורך דאן דאנאוואן וועלכע איז עווענטועל באזיגט געווארן דורכן דעמאקראט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:33 pm
דורך הכל הבל
דעמאקראט דזשאו מענשין אינדארסירט סוזען קאלינס פאר ווידערערוויילונג אין מעין

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:51 pm
דורך קהל עדתינו
הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראט דזשאו מענשין אינדארסירט סוזען קאלינס פאר ווידערערוויילונג אין מעין

פארוואס טוט ער דאס? זי האט אים געשטיצט אין 2018?

יישר כח פאר אלעם איך בין זיך מחי'!

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 4:55 pm
דורך הכל הבל
אין אלאבאמא גרייט זיך ראי מור אריינצוטאנצן אין די ארטיגע סענאט פריימערי

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 10:12 pm
דורך וואס טוט זיך
טראמפ זשוניער האט אין א טוויט איבער די רעפארטס אז ראי מאר וועט נאכאמאל פרובירן צו באקומען די רעפאבליקאן נאמינאציע צו גיין אקעגן דאס זשאנס, געשריבן "ער איז די איינציגסטע וואס קען פארלירן צו דעמאקראטס אין א פרא טראמפ טונקל רויטע סטעיט"
און "אויב דו עקטשעלי קעירסט מער פאר #מעגא ווי דיין אייגענע איגא, איז צייט אוועקצוגיין".

געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2019 10:29 am
דורך קהל עדתינו
וואס טוט זיך האט געשריבן:טראמפ זשוניער האט אין א טוויט איבער די רעפארטס אז ראי מאר וועט נאכאמאל פרובירן צו באקומען די רעפאבליקאן נאמינאציע צו גיין אקעגן דאס זשאנס, געשריבן "ער איז די איינציגסטע וואס קען פארלירן צו דעמאקראטס אין א פרא טראמפ טונקל רויטע סטעיט"
און "אויב דו עקטשעלי קעירסט מער פאר #מעגא ווי דיין אייגענע איגא, איז צייט אוועקצוגיין".

טראמפ הגדול האט געטוויט ענליך היינט צופרי

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 7:41 pm
דורך יש ברירה
דאס איז א אינטערנעל אנקעטע פון די טובערוויל קאמפיין. אין אנדערע ווערטער ראוי מאור איז פאראויס...

2020 Alabama Senate - Republican Primary:
Tommy Tuberville 23%
Roy Moore 18%
Bradley Byrne 16%
John Merrill 7%
Arnold Mooney 2%

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 12:07 pm
דורך הכל הבל
ראי מור וועט מעלדן דעם דאנערשטאג אויב ער לויפט צום סענאט אין אלאבאמא

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 12:11 pm
דורך הכל הבל
מען ערווארט היינט צו הערן פון ראי מור אויב ער לויפט אין אלאבאמא צום סענאט
גלייכצייטיג זאגט די סטעיט'ס סענאטאר שעלבי אז סעשאנס האט נאך דערווייל נישט אויסגעשלאסן א פארמעסט פאר זיין אלטע זיץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 1:35 pm
דורך יש ברירה
עי. פי. באריכט אז ראי מאור גייט מעלדן אז ער לויפט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 1:39 pm
דורך הכל הבל
יש ברירה האט געשריבן:עי. פי. באריכט אז ראי מאור גייט מעלדן אז ער לויפט.

ביזט זיכער?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 1:42 pm
דורך הכל הבל
קען זיין אז איך האב עס פארזעהן אבער ביזט זיכער אז די פארמישט נישט מיט זייער באריכט אז ער וועט מעלדן זיינע "סענאט פלענער" וואס מיינט אז ער גייט לאזן וויסן "אויב" ער לויפט?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:15 pm
דורך יש ברירה
כהאב טאקע געשריבן אביסל צו שטארק...

דאס איז די באריכט
Alabama Republican Roy Moore will announce Thursday whether he will make another run for U.S. Senate after failing to win the seat two years ago amid misconduct accusations.

Three people with direct knowledge of Moore’s thinking say they expect him to jump into the 2020 race. They requested anonymity to speak before Moore’s announcement and noted the former judge has been unpredictable and could decide at the last minute not to run.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:18 pm
דורך הכל הבל
יאפ

איך האב נישט געמיינט אוועקצומאכן די ערווארטונגען פולע אז ער גייט לויפן בלויז ארויסגעברענגט אז דערווייל גארנישט איז נישט זיכער ווילאנג עס איז זיכער

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:20 pm
דורך הכל הבל
דאס וואס זיינע ארומיגע קלערן אז ער גייט לויפן איז שוין אלטע נייעס און נישט קיין אפדעיט פון וואס קוועלער האבן היינט אויסגעפונען פון אינווייניג
די היינטיגע נייעס איז דערווייל פענדינג און מען וועט מוזן געדולדיג אויסווארטן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:25 pm
דורך הכל הבל
ראי מור לויפט צום סענאט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:52 pm
דורך הכל הבל
גאר אסאך רעפארטער שטייען אין ווארטן אויף מור צו ערשיינען

נישט צופיל שטיצער פארזאמלט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 3:04 pm
דורך הכל הבל
מור נארוואס ערשינען

געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2019 3:07 pm
דורך הכל הבל
זיין פרוי רעדט צו ערשט און רייסט ארונטער די וואשינגטאן פאליטיק זאגנדיג אז זיי האבן קיינמאל נישט ערווארטעט אז עס זאל אנקומען לייכט