די מולער באריכט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:36 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די באריכט פון מוללער

לויט א פאול פון מאורנינג קאונסאולט:

47 פראצענט האלטן אז טראמפ האט אבסטראקטעט דזשאסטעס

14 האבן נישט קיין מיינונג

בלויז 39 פראצענט האלטן אז טראמפ האט נישט אבסטראקטעט דזשאסטעס.

איי, די 47% האבן דאך נישט געזען די באריכט? אטע דאס מיינט דער פסוק DONT CONFUSE ME WITH THE FACTS' I'VE MADE UP MY MIND.

(די איבריגע קענען האבן צוטרוי/זיין מסופק אין די בארר-ראזנשטיין באשלוס.)


די אנקעטע רעדט נישט איבער וואס זיי האבן געזען אינעם באַר באריכט אדער וואס ס'שטייט אינעם מולער באריכט נאר איבער זייערע פרעזענליכע מיינונגען (און וואס די פאקט איז ווייסט בלויז איין באשעפער).

זיי האבן עקסטער ארויסגעגעבן רעזולטאטן וואס דער עולם האלט איבער מולער'ס מסכנה און די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:

15% האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט יא געשטערט יוסטיץ
27% האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט נישט געשטערט יוסטיץ
37% האלטן אז מולער האט נישט געקענט קומען צו א מסכנה
22% ווייסן נישט אדער האבן נישט קיין מיינונג

צווישן דעמאקראטן זענען דא 38% וואס האבן אנגענומען דאס וואס די טראמפ אטוירני דזשענעראל האט אריינגעלערנט אינעם מולער באריכט אז מולער האט נישט געקענט קומען צו א מסכנה, 23% וואס ווייסן נישט אדער האבן נישט קיין מיינונג, און צווישן די איבריגע 39% וואס האלטן אז מולער איז געקומען צו א מסכנה איז דא א זיבן פונקט אויבערהאנט פון די וואס האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט יא געשטערט יוסטיץ אקעגן די וואס האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט נישט געשטערט יוסטיץ.

צווישן רעפובליקאנער זענען דא 32% וואס האבן אנגענומען דאס וואס די טראמפ אטוירני דזשענעראל האט אריינגעלערנט אינעם מולער באריכט אז מולער האט נישט געקענט קומען צו א מסכנה, 14% וואס ווייסן נישט אדער האבן נישט קיין מיינונג, און צווישן די איבריגע 54% וואס האלטן אז מולער איז געקומען צו א מסכנה איז דא א 42 פונקט אויבערהאנט פון די וואס האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט נישט געשטערט יוסטיץ אקעגן די וואס האלטן אז מולער האט געטראפן אז טראמפ האט יא געשטערט יוסטיץ.

יעצט גיי רעד איבער די וואס זאגן "פארמיש מיך נישט מיט די פאקטן ווייל כ'האב שוין באשלאסן..."

כ'ווייס נישט פון וועם דו טרייסט חוזק צו מאכן, אבער דיינע טיפע לומדות'ן באשטעטיגן נאכמער מיינע ווערטער.

באר האט נישט 'אריינגעלערנט פשט' אין מולער, ער זאגט אז 'דאס שרייבט' מולער. און כ'גלייב שווער אז איינער איז חושד באר אין פעלשעווען עפעס וואס גייט גאר אין קורצן גיין פאבליק און קען אים קאסטן זיין דזשאב און אפשר גאר זיין פרייהייט. דאס מיינט אז די 15 פראצענט וואס זאגן אז מולער האט געטראפן אבסטראקשען לעבן בכלל נישט אויף דעם עולם, און אפגעזען וואס די פאקטן דאהי זענען זענען די 'פאקטן' אויף זייער פלאנעט שוין כתוב וחתום.

די 22% וואס ווייסן נישט/האבן נישט קיין מיינונג, ווייסן כאטש וואו זיי שטייען, אז זיי האלטן ביים 'תכלית הידיעה' (להבדיל).

די 37 % פראצענט וואס זאגן אז מולער איז נישט געקומען צו קיין מסקנה, זאגן דאך וואס באר זאגט.

די 27% וואס האלטן אז מולער האט געטראפן אז דער וואז נאו אבסטראקשען, קענען אדער לעבן אין לאלא לאנד, אדער האלטן אז אין אמעריקע אויב טרעפסטו נישט קיין קלארע באווייז איז יענער גענצליך ריין. אדער קענען זיי האלטן אזוי עטליכע האבן דא געשריבן, אז אפי' מולער האט געוואוסט אז ס'נישטא קיין אבסטראקשען נאר ער (אדער א צווייטער אויף זיין טיעם) האט נישט פארגינען פאר טראמפ א גענצליכע ריינוואשונג.



אין טאטעל, די איינציגסטע מיינונג וואס איז בהחלט א סתירה מיט די מציאות איז אז מולער איז געקומען צו די מסקנה אז טראמפ האט אבסטראקטעד דזשאסטיס.

23% דעמאקרעטס האלטן אזוי, און זעקס פראצענט רעפאבליקענס.


איז לאלא לאנד אויף דעם עולם???...

וועגן די אנדערע "חילוקים" וואס דו שרייבסט, אין מציאות שרייבט באַר קלאר אז מולער האט [b]נישט[b] ריינגעוואשן טראמפ, און אין אמעריקע קען מען נישט טוישן די מציאות אין זאגן אז "ווען מ'קען נישט אויפווייזן אז איינער האט עפעס געטוהן האט ער עס נישט געטוהן" נאר מ'קען אים נישט קלאגן אינעם לעגאלן סיסטעם (כ'האף אז דו האלטסט נישט אז פארברעכער וואס דרייען זיך ארויס פונעם געזעץ זענען נישט קיין פארברעכער).

און לויט דעם לעבן ווייטער ביידע אין די זעלבע לאלא לאנד נישט אויף דעם עולם...

וועגן דיין דריטע הסבר אז מולער האט נישט פארגינען טראמפ, אודאי האבן עטליכע דא געשריבן אזוי, דא איז "אידישע וועלט"... אבער אויב דו פארשטייסט אז מענטשן לערנען אריין קאנספיראציעס (אז מולער וואס איז אפיציעל זעלבסטשטענדיג האט גענומען א זייט) ווייל ס'מאכט זייער זייט אויסקוקן גוט, פארוואס פארשטייסטו נישט אז מענטשן קענען טראכטן עפעס וואס מאכט זייער אסאך סענס אז באַר האט געמאכט זיין באריכט אויסקוקן פאר טראמפ בעסער ווי מולער'ס באריכט??? דו קומסט מיט א סברא אז באַר גייט נישט פעלשעווען עפעס וואס גייט בקרוב גיין פובליק, איך וועל אבער קומען מיט א קשיא: פארוואס אין די וועלט זאל באַר נישט אנכאפן דעם מולער באריכט און עס ארויסלייגן שוין יעצט אן קיינע צעגערענישן כדאי אז די אלע וואס זענען אים חושד אז וואס ער שרייבט איז נישט ממש פונקטליך זאלן זען אז ס'איז יא??? דו שרייבסט אז באַר וואלט מורא געהאט פאר זיין דזשאב אדער פרייהייט, אבער מ'רעדט נישט פון פעלשעווען זאכן, מ'רעדט פון בסך הכל אראפלייגן זאכן - וואס מ'קען זיכער אראפלייגן אויף הונדערט מינע וועגן - די בעסטע וואס קומט אויס פאר אים כדאי ער זאל טאקע נישט פארלירן זיין דזשאב... (איי די סאמע מולער באריכט גייט ארויסקומען בקרוב, דו און איך ווייסן אז די ערשטע פירוש אויף די מולער באריכט - באַר'ס באריכט - באקומט די מערסטע דעקונג און גייט בלייבן די נאראטיוו לעולם ועד)

און דאס איז נישט סתם א קאנספיראציע, ס'איז א פשוט'ע מציאות אז מ'קען אראפלייגן יעדע זאך אויף אסאך מינע וועגן און ס'איז א פשוט'ע מציאות אז באַר האט א נגיעה צו מאכן זאכן אויסזען בעסער פאר טראמפ, און ווען מ'נעמט אין חשבון די צווייי "פאקטן" אינאיינעם האט ער עס "בפשטות" געטוהן, וואס לויט דעם קען מען פארשטיין פארוואס 15% האלטן אז באמת האט מולער יא געטראפן אז טראמפ האט געשטערט יוסטיץ.

אבער פאר עפעס א סיבה פארשטייסטו ענדערש די 27% וואס האלטן אז באַר האט עס געמאכט אויסקוקן ערגער פאר טראָמפ ווי אין מציאות...

גיב א משל פון א פארברעכער װאס האט זיך ארויס געדרײט פונעם געזעץ(נישט א מיסטרײל פאל נאר אײנעם װעם מ׳האט נאכנישט אנגעקלאגט אזױ װי אינזער פאל)

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:37 pm

הילערי קלינטאן איז א גוטע דוגמא.
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:50 pm

יעדער אויפ'ן גאס איז א גוטע דוגמא, יעדער האט א פאטענציאל צו האבן געטוהן א פארברעכן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:57 pm

Think and Thank האט געשריבן:היער יו גאו! די קאנספיראציע טעאריעס הייבן אן אריינצופליסן מיט א שטורעם!
פארוואס האט עדעם שיף ל''ע, דער באגלויבסטער, מערסט אומפארטייאישער מענטש איפ'ן כדור הארץ, פארפירט אז מען טאר נישט ארויסגעבן די נונעז מעמא נאר די FBI דאאף עס קודם רידעקטן?! און פארואס האט דער זעלבער קלאון געשריגן אז מען טאר נישט ארויסגעבן די פייסע אפליקעישאנס אן רידעקשאנס?! ווייל עס איז דא דערויף קלעסיפייד אינפארמעישאן, אריינגערעכנט סארסעס און מעטאדס. בויעסטו דערויף הויכשטאקיגע בנינים?!

און באר ווייסט אז מולער וועט העכסט ווארשיינליך ווערן גערופן אויפצוטרעטן פאר קאנגרעס אונטער שבועה, און דארט וועט ער זאגן וואס 'ער' וויל.

און ניין, מ'רעדט נישט פון אראפלייגן זאכן וואס קענען מיינען טויזנט זאכן. מען רעדט פון שרייבן קליפ און קלאר אז מולער האט נישט געקענט מחליט זיי איבער אבסטראקשען, א זאך וואס איז אדער אמת אדער פאלש.

עניוועיז, איך האלט נישט ביים זיך טענה'ן מיט קאנספיראציע טעאריקער וואס ווען מ'שפייט זיי אין פנים זאגט ער אז ס'רעגנט, און איך שטעל דא אפ מיין זייט פון די שמועס.


ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז ס'איז א קאנספיראציע טעאריע, און איך מיין טאקע אז מ'דארף ענדערש רעדן פון דעם אז 23% דעמאקראטן גלייבן די דאזיגע קאנסיפארציע ווי פון דעם אז 48% רעפובליקאנער גלייבן א פארקערטע קאנספיראציע וואס מאכט נאך ווייניגער סענס (כמבואר לעיל). אבער דו האסט שוין עניוועי צוגעשטאפט דיינע אויערן סאו איך קען שוין גארנישט זאגן...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:17 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:יעדער אויפ'ן גאס איז א גוטע דוגמא, יעדער האט א פאטענציאל צו האבן געטוהן א פארברעכן.

אלע אמעריקאנער זענען פארברעכער הייסטעס, חוץ די איליגעל קרימינעלס וועם קואמא האט געפארדענט ווייל זיי האבן דאך באקומען א פארדאן.

און אינעסענט אנטיל פראווען גילטי גייט מסתמא ארויף נאר אויף הילערי קלינטאן, וואס קאומי האטאך געזאגט אז ער קען נישט 'פראווען' אינטענט.

און איך דארף זיך מיט דיר טענה'ן.
Innocent until proven Republican

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:וואס דארף מען בעסערע עדות ווי קאומי זעלבסט וועלכע האט געזאגט אז די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט באגרעניצט אויף אן ערנסטע פארנעם די אויספארשונג אויף קלינטאן (נישט די באשלוס צו זי איז שולדיג, נאר די אויספארשונג מעטאדן)

דאס הייסט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט (ובראש אבאמא און לינטש) האבען אבסטראקטעד דזאסטעס.

יעצט זאל מען נעמען א פאל וויפיל האלטען אז דער יוסטיץ דעפארטמענט האט אבסטראקטעד דזאסטעס און וויפיל האלטען אז נישט און וויפיל האבען נישט א מיינונג.

דעת הקהל האט נישט מיט ריאליטעט נאר וואס מען פיטערט זיי.

#Don't feed the pigeons
they cannot differentiate between poison and food
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:02 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד

יש כאן דיעפ סטעיט, ויש כאן עביוז אף פאוער ביג טיים, פונעם געוועזענעם פרעזידענט ביז אלע פעדעראלע עדזענסיס.


עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי דיעפ סטעיט, א רעפובליקאנע איינרעדעניש ווען עפעס גייט נישט זייער וועג.......

דער קאנסעפט פון א דיעפ סטעיט האט נישט מיט רעפאבליקאנער, און אדרבא דא אין אמעריקע איז אלץ דער דיעפ סטעיט באשטאנען מערסטענס פון רעפאבליקאנער (וואס האבען געזאגט ווי דיר, געלייקענט שטיין און ביין) און עס איז געווען דוקא די לינקע דער ACLU (אמעריקאנער ציוויל ליבערטיס יוניען) וואס זענען דעמעקראטען, וואס האט זיך געשלאגען פאר די רעכטען פון די מענטשען קעגען דער עביוז פון דער דיעפ סטעיט.

היינט איז דער שיך אויף דער אנדערע פיס און עס איז פאליטיקלי קארקעקט (פאר וועם ביזט א ווארטזאגער) צו זאגען אז עס איז נישט דא א דיעפ סטעיט, און ווייסט פאר וואס, ווייל דער ACLU האט קאלעפסט און עקזיסטירט שוין נישט.

א מציאות ווערט נישט אויס מציאות ווייל דו ווילסט אזוי.

לאמער אנהייבע פון אל"ף, וואס איז דאס דער דיעפ סטעיט וואס ביי דיר עקזיסטירט נישט? וואס פינקטליך עקזיסטירט נישט? קודם זאג אונז וואס דאס מיינט (צו דיר און צו אנדערע) און נאך דעם קען מען שמועסען אויב ס'דא מיט וועמען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:13 pm

הענדימען האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די באריכט פון מוללער

לויט א פאול פון מאורנינג קאונסאולט:

47 פראצענט האלטן אז טראמפ האט אבסטראקטעט דזשאסטעס

14 האבן נישט קיין מיינונג

בלויז 39 פראצענט האלטן אז טראמפ האט נישט אבסטראקטעט דזשאסטעס.

דאס ווייזט אז מולער'ס לעצטע שטויס פאר טראמפ איז געלונגען

און ווייזט אויך אז מוללער איז א גאווערמענט העק, און זיין ערשטע אינטערעסע איז צו פראטקטען זיינע קאמעראדען.

מוללער איז נישט דער איש ישר ונאמן ווי מען האט אונז פארקויפט. דער פיינעל רעזולטאט איז מער א בעל כרחך יענה אמן, און געטוהן דער מינימום פאר יושר (אויף מילתא דעבידא לגלויי) און דער מאקסימום צו פראטעקטען זיך און זיינע פריינד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:26 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכפאלגענדיג די באריכט פון מוללער

לויט א פאול פון מאורנינג קאונסאולט:

47 פראצענט האלטן אז טראמפ האט אבסטראקטעט דזשאסטעס

14 האבן נישט קיין מיינונג

בלויז 39 פראצענט האלטן אז טראמפ האט נישט אבסטראקטעט דזשאסטעס.

סך הכל 86 פערצענט אויסגעפרעגטע האבן שוין געפאסט א באשלוס פאר זיי האבן געזעהן די פאקטן

די אנדערע 14 פרוצענט האבען אויך שוין געפאסט א באשלוס (אז זיי האבען נישט קיין מיינונג) פאר זיי האבען געזעהן די פאקטן...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:34 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:רבותי פלפולטס נישט אזויפיל ארום.
Wake up
עס איז קלאר אז א ספעשל קאונסיל ווערט נישט געשטעלט ווייל אלעס איז בלויז טאלק פונעם פרעזידענט וואס איז אנגעוויזן אויף טרייבן נעגעטיווע באשולדיגונגען כאוויר לנשימה
איך זאג נישט אז עס איז נישט געווען מיסברויכן, אבער אין כאן דיעפ סטעיט אין כאן עביוז אף פאוער,
די סעקונדע וואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן איז מער נישט רעלעוואנט אימעיל סקאנדאלן (די נעקסטע מאל צו ערווארטן אימעיל סקאנדאלן איז נאר ביי א פרישע פרעזידענט קאנדידאט, לדוגמא אויב איינער פון די קושנער פאמיליע לויפט)
עס איז אלעס גוט צו פאליטיזירן און שמועסן אבער האלטס די קעפ גראד


אזוי סימפל איז מיר נישט בייגעפאלן. לא דובים ולא יער. די לשון הרע פייל איז נישט געווען. די טעקסט מעסידזשעס איז נישט געווען. די אישורענס פאליסי אויך נישט.

און ווער עס זאגט אז יא זאל זיך אויפוועקן און פארטיג


די גאנצע 'אישורענס פאליסי' האט זיך שוין לאנג ארויסגעשטעלט צו זיין א רעפובליקאנער הוקס וואס זיי האבן פרובירט צו אבסטראקטן מוללערס אינוועסטיגעישאן.

די וועטער 'אישורענס פאליסי' איז ארויסגענומען געווארן פון קאנטעקסט.

די עף בי איי עידזשענטס האבן פרובירט צו פאסן א באשלוס ווי ערענס זיין דארפן נעמען דעם טראמפ'ן און ווי ערענס זיי דארפן טאקע אויספארשן די ראשע קעיס.

איז אזוי, אויב האט ער טשענס צו געווינען דארף מען עס נעמען אסאך ערענסטער. האט זיך איינע פון די חברה דארט אנגערופן אז ער האט נישט קיין טשאנס, דער צווייטער האט זיך אנגערופען אז מ'קען נישט וויסן, ווייל פונקט ווי מ'קויפט א 'לייף אינשורענס פאליסי' פאר א 40 יעריגע מענטש וואס נארמאל שטארבטנישט אבער עס קען זיך מאכן און געשען, אזוי אויך דא קען עס נאך געשען ממילא דארף מען נעמען ערענסט.

האסט געגעבען דער פאליטקלי קארעקט דעפיניציע (למפרע) פון וואס עס האט געמיינט "אינשורענס פאליסי". האסט קיינעם נישט קאנווינסד צו עס גלייבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך מארטש 27, 2019 5:18 pm

מוללער האט שוין געהאט זיין באריכט פאר די מידטוירם עלעקשאן!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 27, 2019 6:16 pm

מקור ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך מארטש 27, 2019 6:47 pm

maybeeynot האט געשריבן:מקור ?

מקור?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:37 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:מוללער האט שוין געהאט זיין באריכט פאר די מידטוירם עלעקשאן!
maybeeynot האט געשריבן:מקור ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:15 am

אלע 9 רעפובליקאנער אויפן הויז שפיאנאזש קאמיטע רופן עדעם שיף צו רעזיגנירן פונעם קאמיטע

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:28 am

הכל הבל האט געשריבן:אלע 9 רעפובליקאנער אויפן הויז שפיאנאזש קאמיטע רופן עדעם שיף צו רעזיגנירן פונעם קאמיטע

און דאס איז געווען שיף'ס ענטפער:

Schiff responded, with a lengthy statement, that the Republicans "may think it's OK that the Russians offered dirt on a Democratic candidate for president as part of what was described as the Russian government's effort to help the Trump campaign," and that the president's son, Donald Jr., campaign chairman, and son-in-law Jared Kushner, agreed to a meeting.

"Their only disappointment after that meeting was that the dirt they received on Hillary Clinton wasn't better," said Schiff, before proceeding to lambast them for thinking "it's okay" that several other actions had taken place.

"I think it's immoral, I think it's unethical, I think it's unpatriotic, and yes, I think it's corrupt and evidence of collusion," said Schiff.

He refused rebuttal from the committee's Republicans before moving on to testimony from the hearing's first witness, former U.S. Ambassador to Russia Michael McFaul.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:29 am

maybeeynot האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:מוללער האט שוין געהאט זיין באריכט פאר די מידטוירם עלעקשאן!
maybeeynot האט געשריבן:מקור ?

אויסזויגן פון איינע פון די פינגערס!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:30 am

קאנוועי זאגט אז די בריוו איז געווארן געשריבן מיט א שווער הארץ אבער שיף'ס אויפפירונג האט זיי געצוואונגען דערצו

שיף מאכט עס איצט אוועק זאגנדיג אז ער האט אנערקענט דורכאויס די גאנצע צייט אז אין די ענדע וועט מען דארפן אויסווארטן אויף מולערס געפינסן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:31 am

איך ווייס נישט וויפיל סוקסעס די פרעשור קאמפיין אויף שיף וועט האבן אים ארויסצוזעהן פון קאמיטע אבער עס קען מעגליך פארניכטן סיי וועלכע מעגליכקייט ווייטער צו פארשן קאלוזשען אין די קאמיטע

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:35 am

די פולע מולער באריכט באשטייט פון איבער 300 זייטן

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:36 am

הכל הבל האט געשריבן:איך ווייס נישט וויפיל סוקסעס די פרעשור קאמפיין אויף שיף וועט האבן אים ארויסצוזעהן פון קאמיטע אבער עס קען מעגליך פארניכטן סיי וועלכע מעגליכקייט ווייטער צו פארשן קאלוזשען אין די קאמיטע

איך גלייב נישט אז עס וועט העלפן סטאפן די אויספורשונג, שיף האט מער מורא פין די לינקע און זיין פארטיי ווי פין די 9 רופאבליקען'ס אויפן הויז שפיאנאזש קאמיטע.

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:37 am

הכל הבל האט געשריבן:אלע 9 רעפובליקאנער אויפן הויז שפיאנאזש קאמיטע רופן עדעם שיף צו רעזיגנירן פונעם קאמיטע


וואס עפעס? אויף וואס ארויף?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:39 am

נישטאמת האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אלע 9 רעפובליקאנער אויפן הויז שפיאנאזש קאמיטע רופן עדעם שיף צו רעזיגנירן פונעם קאמיטע


וואס עפעס? אויף וואס ארויף?

סתם אזוי בהשגחה פרטית זענען אלע 9 היינט אינדערפרי אויפגעשטאנען מיט די זעלבע דזשוק אין קאפ

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:53 am

Wow! בהשגה פרטית איז ירום הודו אויפגעשטאנען מיט די זעלבע דזשוק אין קאפ.

Donald J. Trump (@realDonaldTrump) · Twitter

Congressman Adam Schiff, who spent two years knowingly and unlawfully lying and leaking, should be forced to resign from Congress!
4 hours ago

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:55 am

יעצט זע איך אז ס'איז נישט ממש די זעלבע דזשוק, טראמפ וויל אז ער זאל אינגאנצן רעזיגנירן פון קאנגרעס נישט בלויז פון די שפיאנאזש קאמיטע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט