דער ספאולער: ראלף נעידער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

דער ספאולער: ראלף נעידער

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:22 pm

יא איר האט געווארט דערויף, ער איז אנגעקומען....

דער באקאנטער אקטיוויסט און קאנסומער אדוואקאט ראלף נעידער וועלכער איז באקאנט מיט זיינע קאמפיינס פאר פרעזידענט אלס א דריטע-פארטיי קאנדידאט אין 2000 און 2004, האט לעצטענס געמאלדן אז אויך אינעם פארמעסט פון 2008 וועט ער אנטייל נעמען און ערשיינען אויף די בעלאטס קומענדיגען נאבעמבער ביי די פרעזידענט וואלען.

אין 2000 איז באקאנט אז על גאור האט בלי-נדר... געווינען דעם פרעזידענטשאפט, ס'הייסט אז ווען נישט 'דער ספאולער (שאדנמאכער)' ראלף וועלכער האט אוועקגעצויגן פון די עקסטרעם ליבעראלע שטימען פון גאור, האט ער בעקיפין געשאנקען דעם בענקל פארן היצטיגען אמטירנדען פרעזידענט בוש.

אין 04 האט זשאן קערי שטארק פארארבעט אז עס זאל נישט געלונגען פאר'ן 'ספאולער' צו ערשיינען אויף די בעלאטס, א זאך וואס עס נישט זייער געלונגען און ער האט ווייטער טיילווייז אפעקטירט דעם אויסגאנג פון די וואלען.

היי יאר וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן וואס דער נעידער קען אויפטאן/אפטאן פאר די דעמאקראטן, עס ווענד זיך לכאורה ווער דער קאנדידאט וועט זיין, ווייל פון אבאמא וועלכער האט אן אויבערהאנט אין אומפארטייאישע וויילער, קען נעידער האבן א שטערקערער אפעקט ווי אין קלינטאן'ס 'הארד-קאר' דעמאקראטן.

לויט ק.נ.א. קוועלער הערט מען אז אבאמא איז שוין געגאנגען 'מתיר-נדר' זיין ביי די ראבייס, און מעקעין איז מתפלל אז עס זאל זיין א 'נדר שהודר ברבים, שאין לו הפרה'...........

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 25, 2008 10:19 am

א דאנק הרב מיללער.

די אשת חיל האט שוין געזאגט:
"איך קען נישט טראכטן פון איינעם וואס וואלט געשטימט פאר מ'קעין וואס וועט שטימען פאר ראלף נעידער"
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום מאנטאג פאברואר 25, 2008 10:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 25, 2008 10:19 am

שכח מיללער פאר'ן אזוי שיין אראפ לייגן די נייעס להנאת בני הקרעטשמע.


איין הערה:
די כונה פון דער נעידער איז נישט ווייל ער וויל געוואונען אדער ער וויל עפעס אויף טון פאר'ן כלל.

ער וויל פשוט ווייזען פאר די צוויי גרויסע פארטייען אז ער האט א כח און ער איז פאפולער אזוי אז מען זאל זיך מוזען רעכענען מיט אים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 25, 2008 10:44 am

יישר כח פאר אינזער קראספעדאנט ראביי מיללער פארן אראפשרייבן די ניייעס דא.

(ער ווערט שוין באלד אינזער אנקער-מאן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 25, 2008 12:32 pm

אין 2004 האט ער שוין כמעט נישט עפעקטירט די וואלען ,די עקסטרעם לינקע האבן זיך געכאפט אז זיי טיען נאר זיך אליין אפ, אין ער איז געווען א נאו שואינג
איך מיין אז היי יאר איז ער אירעלעווענט אינגאנצען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 12:40 pm

יאסל, דו האלטסט נישט אז די סטופיד 'טשעינזש' וואוטערס פון אבאמא וועלן זיך ארויפכאפן אויפ'ן נעידער וואגן?

איך בין גראדע מיט דיין מיינונג אז ער וועט האבן א סאך ווייניגער סאפארט ווי אין 2000 אבער איינמאל די פארמעסט צווישן מעקעין אין אבאמא (?) גייט אריין אין שוואונג און די מאנבערס ווערן נאנט קען יעדר בלאז 'ספאולען', די מידיע איז נישט זייער באקוועם מיט דעם צודרייטן נעידער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:15 pm

די פאלגענדע פאראגראפן האב איך אפגעפירקלט נעכטן נאכט אויף א ווארד פייל, נאכן נישט באזוכן די קרעטשמע פון ליל ששי ביז היינט אינדערפרי, עטליכע געדאנקן האט מען מיר שוין אויסגעכאפט דא:

זונטאג אינדערפרי, דאס נעכטיגע טשאלענט (און פארברענטע לאקשן קוגל, צו זאגן דעם אמת) איז נאכנישט געהעריג פארדייעט, און די נייעס כוואליעס מעלדן אז דער 'פאחרדאחרבלער' האט זיך אויפגעכאפט פון זיין 4 יעריגן שלאף.

ווער איז דער 'פארדארבער'? זיין נאמען איז ראלף נעידער, און ער ווערט געזוכט דורך על גאור (געוועזענער וויצע פרעזידענט אונטער ביל קלינטאן, שפעטער נאבל פרייז געווינער פאר זיינע באמיאונגען אקעגן גלאבאלע אנווארעמונג) וועלכער איז אים שולדיג א זעץ אין רוקן (בכלל נישט קיין חביבות'דיגע) פארן ערמעגליכן דעם היינטיגן פרעזידענט דזשארדזש וואלקער בוש זיך צו באזעצן אינעם ווייסן הויז, דורך אוועקנעמען גענוג שטומען פון על גאור אין פלארידע ביי די היציגע 00' וואלן.

ציניקער האבן זיך בשעתו געוויצלט אז גאור האט "בלי נדר (נעידער)" געווינען די פרעזידענטשאפט... וואס קען מען אבער טאן אז ביי יעדע וואל סעזאן ריקן זיך אן די מאדנע קאנדידאטן וואס האבן א געוויסע מעסעדזש וואס זיי ווילן אריינשטופן אינעם וואל קעסל (הגם אפטמאל שטופן זיי אריין די נאז אן קיין ספעציעלע מעסעדזש, א שטייגער ווי נעידער טאקע...).

נישט לאנג צוריק האט מען שפעקולירט אז דער ביליאנער מעיאר פון ניו יארק סיטי מייקל בלומבערג וועט זיך א לאז טאן איבער אמעריקע קאמפיינען פאר דעם אוועל אפיס, דאס האט געזאלט ערקלערן דאס וואס ער האט זיך לעצטנס געטוישט פארטיי סטאטוס פון רעפובליקאנער צו אינדעפענדענט (זיין גאנצע רעפובליקאנישקייט איז אויך נאר אדאפטירט געווארן דורכן געוועזענעם דעמאקראט, ביים פרובירן צו געווינען די ניו יארקער מעיאר וואלן אן דארפן גיין אין א 5 שפיצן פארמעסט מיט מארק גרין [געוועזענער פאבליק אדוואקאט פון ניו יארק סיטי, און נאכפאלגער פון ראלף נעידער, היינט ניטאמאל א נאמען אויף די מאפע – א ביישפיל פון א פאליטישע טראסק 'מאיגרא רמא לבירא עמיקתא', נאכדעם וואס יעדער האט שוין צוגעטיילט סיטי האל פאר גרין נאכן געווינען א העפטיגע פארמעסט קעגן פערנאנדא פערער], און אנדערע 3 קאנדידאטן וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויף די דעמאקראטישע נאמינאציע).

בלומבערג איז אבער א מענטש מיט סטראטעגיע, ער פירט דורך אנקעטעס און פרובירט טאפן דעם דופק פונעם פאלק פאר ער לאזט זיך אריין אין אזא סארט אוואנטורע ווי זוכן דעם גרעסטן בענקל אין די פרייע וועלט, דערפאר ווען ער האט געזען אז דזשאן מעקעין באקומט די מאמענטום אויף די רעפובליקאנער זייט און די אינדעפענדענט וויילער וועלן אין אים זעהן א גוטער שליח קיין וואשינגטאן, האט ער זיך שיינערהייט ארויסגעדרייט פון די גאנצע סעמאטוכע, מאכנדיג א רושם כאילו ער האט קיינמאל נישט פרובירט די וואסערן און האט אלץ געוואלט בלייבן אין זיין באליבטע ניו יארק (לעצטנס האט ער געלאזט פאלן ווערטער אז ער וואלט געקענט באשטיין צו ווערן דער פרעזידענט פונעם וועלט באנק, א פאזיציע וואס ער באטראכט פאר איינע פון די 4 חשוב'סטע אמטן אויף די וועלט, אינאיינעם מיט דעם מעיאר אמט פון ניו יארק סיטי וואס ער האלט יעצט, די פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן, און די גענעראל סעקרעטאר פון די יונייטעד נעישאנס).

נעידער איז אבער א פשוט'ער 'טראבל-מעיקער', א שטייגער ווי דעניס קוסיניטש ביי די דעמאקראטן (וועלכער לויפט יעדע פאר יאר מיט פרישע סניקערס און די זעלבע אלטע אגענדע וואס געווינט אים נישט צופיל שטיצע), און ראן פאול ביי די רעפובליקאנער (טאקע א נייער שטערן, אבער זיינע ראדיקאלע מיינונגען געבן אים נישט צופיל שטיצע צווישן זיינע פארטיי מענטשן, און פונקט ווי קוסיניטש איז ער נישט מער ווי א קאנגרעסמאן, וואס דער לעצטער קאנגרעסמאן צו געווינען די פרעזידענטשאפט איז געווען דזשעימס גארפיעלד [ערוויילט געווארן אין 1881, דינענדיג בלויז 4 חדשים צייט ביז ער איז דערשאסן געווארן אויף טויט]).

מייק הוקעבי, דער געוועזענער גאווערנאר פון ארקענסאו (פונקט ווי קלינטאן דער מאן), גייט אויך מיטן פנים אין וואנט אריין ביי די יעצטיגע וואלן, אבער אים קען מען שוין עטוואס פארשטיין: ער וויל ווייזן אז ער האט שטארקע שטיצע צווישן די קאנסערוואטיווע טייל פונעם רעפובליקאנער פארטיי, וואס זאל אים אהערשטעלן אלס א שטארקער קאנדידאט פאר די וויצע פרעזידענט אמט (וואס פארלאנגט בלויז ער זאל ארומפארן קאמפיינען פארן הויפט קאנדידאט אויף יענעם'ס קאסטן, א בלינדע מציאה פאר א זאפטיגן רעדנער ווי הוקעבי וועמענס אייגענע קאסע איז אויסגעלאפן פון געלט).

וועמען האבן מיר אויסגעלאזט? דעם גרעסטן קאנדידאט און שטערן פונעם היי-יעריגן וואל יאר, באראק כוסעין אבאמא!

האט נישט מורא, מיר וועלן זיך צוריקקערן צו אים אינעם קומענדיגן אפהאנדלונג, ער וועט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון די מאפע (לאפוקי קלינטאן וואס האלט שוין ביי גסיסה, א זאך וואס דערקענט זיך אין איר טאן און אפענסיווע קאמפיין טאקטיקן וואס פארערגערן זיך טעגליך, און וועלן איר מעגליך אפקאסטן די טעקסעס און אהייא פריימעריס קומענדיגן דינסטאג פקודי).

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:22 pm

זייער א שיינע אפהאנדלונג אין קרעטשמערישע שפראך.

שכח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:23 pm

קרעמער,
אזא שיינע ארטיקל א שאד אז דער יונגער-אומערפארענער מיללער האט פארכאפט דעם אויבן-אן מיט דעם בלי-נדר וויץ, און צייטליך, אנקער בלייבט אנקער, איך געב צוריק דעם פקדון פאר הער קרעמער אנצופירן מיט די געערטע ק.נ.א.

[א קליינע הערה'לע קרעמער צו דיין רייכע אפהאנדלונג,
עפעס האט דער לעטער קאנגרעסמאן ערוויילט צו ווערן פאר פרעזידענט אין 1881 דינענדיג בלויז 4 חדשים, געטאן גוטס אין זיין קורצן קארעריע אז דער גרויסער ביהמ"ד אין קרית-יואל זאל געבויעט ווערן אויף א גאס גערופען על שמו וזכרו..........]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:24 pm

קרעמער א ישר כח
איך האב מיך פשוט באלעקט מיט דיין אפהאנדלונג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:33 pm

כ'האב אויפגעקוקט די רעזולטאטן
פון 2000
2,883,105votes
for 2.74 percent of the popular vote
אין 2004
463,653 votes
votes for 0.38% of the popular vote
לעצט פאראכטן דורך יאסל אום מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 1:35 pm

שכוח יאסל, וואט עי דיפרענס!

עני-וועי, ס'איז גוט אז מ'האט פון וואס צו רעדן אין קייען אויסער די טרייענגעל מעקעין-אבאמא-קלינטאן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 2:01 pm

יישר כח פאר אייערע שכוחות, בפרט פאר פארשלאפן.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 2:14 pm

סופער קרעמער! צוקער ווי זיס און זיך באלעקט מיט דיין פעדער'ל!
און דא בין איך מחולק מיט אנדי'ן, ס'נישט אראפגעלייגט אין א קרעטשמערישער שפראך, ניין! ס'איז א זיס דזשורנאליסטיש פענע געפלאכטן מיט זיסע וויצלעך צו דער זייט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 25, 2008 2:30 pm

קרעמער, א גרויסן יישר כח פאר אייער אפהאנדלונג. עס דערמאנט מיר די צייטן ווען די פלעגסט מער זיצן ביים נייעס טישל און איבערגעבן די ליינער דא אייער עקספערטיז און אפהאנדלונג טעגליך פון די הויפקווארטיר פון די ק.נ.א. אנקער טישל.

דיין אפהאנדלונג איז פאר די ביכער.

כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 2:48 pm

האמת אגיד, עס איז געשריבן געווארן נישט מיט די קרעטשמע אין געדאנק. עס האט געדארפט דינען אלס ביישפיל פאר א געוויסע וועבזייטל וואס האט מיר געוואלט נעמען אלס שרייבער... איך האף אז די שכוחות דא וועלן עפעס אויסמאכן...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 25, 2008 3:54 pm

יישר כח קרעמער. זייער שיין.

(נכתב לשם הוועבזייטל הנ"ל...)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 4:39 pm


אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג פאברואר 25, 2008 4:43 pm

מזל טוב אויף די נייע שטעלע. אסאך הצלחה, ס'איז מיר נישט קיין ספק אז די עולם וועט הנאה האבן.


איך האף אז דו וועסט אונז נישט פרלאזען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 25, 2008 4:50 pm

אנדי, עס וועט מיסתמא אלעס ווערן ארויפגעליגט אויף ביידע זייטלעך אייניג, זינט ביידע זייטלעך ווערן אנגעפירט אינטערן זעלבן קאמפעני.

אידישע וועלט; איר האט אויסגעוועלט דעם ריכטיגען פערזאן פארן ריכטיגן אמט.

די ליינער וועלן זיכער הנאה האבן, כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 26, 2008 11:51 pm

יא, איך האבעס דארט געליינט קודם, און אויך גערעיטעס, שכוח קרעמער, אן הערליכן ארטיקל, כאטש איך האלט אז ער האט דיך באליידיגט מיטן בעטן פון דיר אן ארטיקל אויף פראבע. (כ'האלט נישט אז דו מיינסטעס ערענסט.)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 27, 2008 10:45 pm

ער האט נישט געבעטן ח"ו, איך האב אים אבער געזאגט אז איך וועל פרובירן מיט איינס. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס טאקע געווען נאר א פראבע, ווייל צוליב דעם וואס די קרעטשמע האט דאס ערשט געזען, האב איך נישט געקענט בעטן קיין געלט דערפאר.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 12:23 pm

ראלף נעידער האט יעצט געמאלדן זיין ווייס פרעזידענט!

גאנזאלעס.

(ווער אידאס?)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 1:17 pm

צייטליך האט געשריבן:ראלף נעידער האט יעצט געמאלדן זיין ווייס פרעזידענט!

גאנזאלעס.

(ווער אידאס?)


איך וואלט נישט געגלייבט אז ס'איז אלבערטא גאנזאלעז די אמאליגע רעפאבלעקאנער קארופציע געפלאגטע אטערני גענעראל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 1:20 pm

צייטליך האט געשריבן:ראלף נעידער האט יעצט געמאלדן זיין ווייס פרעזידענט!

גאנזאלעס.

(ווער אידאס?)


דא האסטו א תירוץ.

Nader, whom many Democrats fault for President George Bush's election to the White House in 2000, said Matt Gonzalez, former president of the San Francisco board of supervisors, shares his vision of an America rid of corporate influence in politics.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, PetalBot, פרוכט בוים און 15 געסט