מהנעשה והנשמע בעולם העליון!!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:43 pm

זע'ענדיג די קעפל פון די אשכול בין איך געווען זיכער אז @הכל הבל האט שוין גע'עפענט א נייע אשכול. אין דעס דארף צי זיין אינטרעסאנט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:52 pm

;l;p-
maybeeynot האט געשריבן:זע'ענדיג די קעפל פון די אשכול בין איך געווען זיכער אז @הכל הבל האט שוין גע'עפענט א נייע אשכול. אין דעס דארף צי זיין אינטרעסאנט
Sorry for my misspellings

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:02 pm

maybeeynot האט געשריבן:אינעם דערנעבדיגע אשכול שרייבן 2 אירע אז די משפחה האט עס קאנפירמד

זיי קענען נישט קאנפערמען .
זיי קענען זאגען אז זיי האבען געהערט פין איינעם אז ער האט געחלומט.
אז איינער חלומט מיינט נישט אז יענער איז געקומען ס'קען זיין אז סאיז איין זייטיגע חלום.
ווען איך חלום אז כהאב געוואנען די לאטרי מיינט נישט אז די לאטרי איז געקומען צי מיר אין חלום סמיינט אז מיין חלום האט מיר געטראגען צי די לאטרי.
ווען איינער חלומט פין יענע וועלט מיינט נישט אז יענע וועלט איז געקומען צי אים סמיינט ער האט געמאכט א אליות נשמה
Sorry for my misspellings

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:48 pm

אליה וקוץ בה מיינסטו?

צו די עצם מעשה, אצינד גערעדט מיט ר' אלימלך'ס זוהן להבחל"ח, ער האט קאנפירמט אז יענער האט זיי געפרעגט וועגן דעם בעכער און דאן פארציילט די מעשה מיטן חלום.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

אשרי מי שראה פניו בחלום

תגובהדורך בריוועלע » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:58 pm

צולייגער האט געשריבן:צו די עצם מעשה, אצינד גערעדט מיט ר' אלימלך'ס זוהן להבחל"ח, ער האט קאנפירמט אז יענער האט זיי געפרעגט וועגן דעם בעכער, און דאן האט ער פארציילט די מעשה מיטן חלום.

אויב אזוי דארף מען בעטן הרב דרעזנער ער זאל ארויפברענגען איינע פון די קינדער אדער די חברותא גאר לחמם ולעורר הלבבות בעז''ה.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

געוואלטיג
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:04 pm

כפארשטיי אז דו האסט מורא וועסט מוזן דינען דעם באשעפער ממילא איז בעסער עס אווקצומאכן
אבער נעם בעסער א חסידיש ספר העסטו זעהן אז אידישקייט בייסט נישט, סאיז א געשמאקע זאך, און פעיס ריאלעטי אז די גאנצע וועלט דא איז א עולם עובר
מדארף אריינכאפן גוטע זאכן אוודאי מיט א געשמאק אבער והחי יתן אל לבו
ווי זאגט די וועלט: IF YOU CAN NOT FIGHT IT JOIN IT...

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:46 pm

פני תם האט געשריבן:ר' אלימלך (ב''ר עזריאל) גליק ע''ה איז געקומען און חלום צו זיין חברותא און געזאגט אז ער זאל איבער געבן 3 זאכן פאר זיינע קינדער,
1) איך האב אייביג געחזרט ''אין עוד מלבדו'' אזוי האט קיינער נישט געקענט האבן א שליטה אויף אים און הימל.
2) עכט האב איך געדארפט אוועק גיין פון די וועלט פריער, נאר צוליב מיינע מעשים טובים, אין ארויס העלפן הונדערטע אידען מיט שלום בית, און עניני קדושה, האב איך זוכה געווען צו דערלעבן מיין אינגסטער זון'ס חתונה.
3) זיין שטענדיג בשמחה.
דער חבר האט נישט איבער געגעבן פאר די משפחה ווייל עס האט אויסגעזען ווי סתם א חלום, איז ר'אלימלך געקומען נאכאמאל פרעגן פאַרוואס ער האט נישט איבערגעגעבן האט ער געבעטן א סימן, ר' אלימלך האט אים גענטפערט אז ער האט א ירושה בעכער און געזאגט פינקטליך ווי ס'ליגט.
האט ער דערציילט פאר די משפחה די גענויע מעשה און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז יא ס'איז אמת.
דערנאך איז ר' אלימלך נאך אמאל געקומען זאגן ש'כח.

זייער אינטערעסאנט.
אינעם היינטיגן שיעור אין חק האמיר געלערנט דעם פסוק וואס שלמה המלך ע"ה זאגט אין משלי: רודף צדקה וחסד ימצא חיים.
וואס דער פשוטער פשט דערפון איז ממש דאס, אז ווער ס'איז א רודף לעשות צדקה וחסד - א שטייגער ווי דער איד ר' אלימלך איז געווען, ימצא חיים וועט מען אים מן השמים צוגעבן נאך יארן צום לעבן.
והחי יתן אל לבו!

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:25 pm

אין איינע פון די שיעורים פון הרה״צ רבי אלימלך בידערמאן וואס איך האב לעצטענס געהערט זאגט ער אויך נאך דעם יסוד פון די חפץ חיים אז טוהן חסד מיט אנדערע יודן ברענגט פאר דעם מענשט גוטס, ווייל אז א מענשט טוט לפנים משורות הדין מיט אנדערע מענטשען ברענגט עס אז מען זאל זיך פירן מיט איהם אויך לפנים משורות הדין. ער דערציילט א לאנגע מעשה מיט די חפץ וואס די חפץ חיים האט ממליץ געווען פאר א יוד וואס האט זיך געמיטשעט מיט אן ענין (כ׳געדענק נישט יעצט וואס) ער זאל עפענען א גמ״ח בארגען פאר יודן געלט, און דער יוד האט דערנאך געזעהן כל מיני ישועות למעלה מדרך הטבע.
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:37 pm

איך ווייס נישט וועגן חלומות, אבער ווען מקומט זאגן פון הימל מ'זאל באצאלן חובות וואס די יורשים ווייסן נישט. דאס איז זעכער אמת.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:43 pm

פארשטיי איך נישט דאס גרויסע ליצנות דא

ווען א מענטש חלומ'ט מיינט טאקע נישט אז דער נפטר איז געקומען אין חלום, אבער לויט דעם סיפור הדברים דא, איז ער געקומען אפאר מאל, און דערצו געגעבן א סימן, וואס די משפחה האט באשטעטיגט, קומט דאך אויס, אז דער נפטר איז 'יא' געקומען כפשוטו ממש.

און יא, צו זוכה זיין אז דער נפטר זאל קענען קומען צו אים (א נפטר וואס קען קומען אין די שלושים, איז גאר א הויכע מדריגה) דארף מען ווערד זיין, זעהט אויס, אז איינער וואס איז געווען זיין חברותא, האט געהאט ענדערש א זכיה דערצו.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:47 pm

farshlufen האט געשריבן:דאס אלעס איז מבואר בספה"ק, ואכהמ"ל.


דהיינו? קום אריין קלאר אויב מעגליך

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:52 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דאס גרויסע ליצנות דא

ווען א מענטש חלומ'ט מיינט טאקע נישט אז דער נפטר איז געקומען אין חלום, אבער לויט דעם סיפור הדברים דא, איז ער געקומען אפאר מאל, און דערצו געגעבן א סימן, וואס די משפחה האט באשטעטיגט, קומט דאך אויס, אז דער נפטר איז 'יא' געקומען כפשוטו ממש.

און יא, צו זוכה זיין אז דער נפטר זאל קענען קומען צו אים (א נפטר וואס קען קומען אין די שלושים, איז גאר א הויכע מדריגה) דארף מען ווערד זיין, זעהט אויס, אז איינער וואס איז געווען זיין חברותא, האט געהאט ענדערש א זכיה דערצו.

ס'איז עפעס א חילוק צווישן פאר אדער נאך די שלושים?

rutledge
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:54 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דאס גרויסע ליצנות דא

ווען א מענטש חלומ'ט מיינט טאקע נישט אז דער נפטר איז געקומען אין חלום, אבער לויט דעם סיפור הדברים דא, איז ער געקומען אפאר מאל, און דערצו געגעבן א סימן, וואס די משפחה האט באשטעטיגט, קומט דאך אויס, אז דער נפטר איז 'יא' געקומען כפשוטו ממש.

און יא, צו זוכה זיין אז דער נפטר זאל קענען קומען צו אים (א נפטר וואס קען קומען אין די שלושים, איז גאר א הויכע מדריגה) דארף מען ווערד זיין, זעהט אויס, אז איינער וואס איז געווען זיין חברותא, האט געהאט ענדערש א זכיה דערצו.

איך וויל דורכטון דעם סימן אולי איז עס א פלאץ וואס די וואלסט אליין געזאגט אז דארט געפינט זיך עס

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:40 am

מומחה יוחס האט געשריבן:וואוו
מען מוז אויך האבן עפעס א זכות אליינ'ס אראפ צו קומען צו קענען איבער געבן עס איז גארנישט אזוי פשוט

מען דארף האבן א זכות אראפצוקומען, און צו קומען אזוי גלייך אינמיטן די שבעה דאס דארף מען אויך קאנען, ס'קומט זיך נישט אזוי שנעל אראפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20692
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:27 am

אלו דברים שאדם אוכל פירותיהן בעוה"ז והקרן קימת לעולם הבא: כיבוד אב ואם, וגמ"ח וגו' והבאת שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו וכו'.

זעהט אויס אז ווען מ'טוט עס בתמימות שלא על מנת לקבל פרס, קריגט מען געצאלט רייט אוועי און מ'האט נאך די זכי' צו לאזן וויסן פאר די וואס זענען נאך דא וואס עס איז ריכטיג סחורה אויף יענער וועלט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:55 am

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:פארשטיי איך נישט דאס גרויסע ליצנות דא

ווען א מענטש חלומ'ט מיינט טאקע נישט אז דער נפטר איז געקומען אין חלום, אבער לויט דעם סיפור הדברים דא, איז ער געקומען אפאר מאל, און דערצו געגעבן א סימן, וואס די משפחה האט באשטעטיגט, קומט דאך אויס, אז דער נפטר איז 'יא' געקומען כפשוטו ממש.

און יא, צו זוכה זיין אז דער נפטר זאל קענען קומען צו אים (א נפטר וואס קען קומען אין די שלושים, איז גאר א הויכע מדריגה) דארף מען ווערד זיין, זעהט אויס, אז איינער וואס איז געווען זיין חברותא, האט געהאט ענדערש א זכיה דערצו.

סאיז נישט קיין זכיה צי וועם מקימט א חוץ אליהו הנביא אשרי מי שראה פניו בחלום.
א צדיק קומט אין חלום פאר א זאך וואס ממאכט א טשענש אין מעדזשער זאכען אין די וועלט.
סאיז יא א זכיה אראפ צי קיומען אין די גמרא ברענגט 1 תנא וואס איז געקיומען קידוש מאכען.
סאיז דא צדיקים וואס האבען געפאסט אז מזאל זיך מגלה זיין צי זיי פין יענע וועלט פאר זאכען וואס איז געווען נוגע פאר כלל ישראל וכו'.
סאיז נישט דא קיין uber וואס קומט ווען מוויל.
Sorry for my misspellings

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:56 am

מענטשן האבן מורא צו גלייבן אז ס'עקסזעסטירט אזא זאך ווי שכר עונש, השגחה פרטית, מ'וועט פאר אלע קאסטן פרובירן עס אוועקצומאכן, אנדערש איז עס דאך מחייב
מ'האט קשיות:
פארוואס צו די חברותא?
פארוואס נישט צו משפחה?
אפשר האט די חברותא געוואוסט די סימן?

איך ווייס נישט, אבער ווען ער איז אוועק און איך האב געהערט אז ער האט לעצטענס חתונה געמאכט דאס יונגסטע קינד האט מיר עס גלייך גערינגען א בעל, אז מן השמים האט מען אים געגעבן א זכי' ער זאל קענען חתונה מאכן אלע קינדער. איך האב נישט צופיל געהאט מיט אים פערזענליך, אבער דאס ביסל וואס יא האב איך מיטגעהאלטן וויפיל דער איד האט זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטן איד שלא עמלק"פ במלא מובן המלה.

===
דרך אגב, דער קעפל שטימט נישט דא, דא רעדט מען נישט מהנעשה והנשמע בעולם העליון, אפשר קומט מער א קעפל "א גרוס פון יענע וועלט"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:04 am

[quote="מי יודע"]מענטשן האבן מורא צו גלייבן אז ס'עקסזעסטירט אזא זאך ווי שכר עונש, השגחה פרטית, מ'וועט פאר אלע קאסטן פרובירן עס אוועקצומאכן,
פינקט פארקערט מענטשען גלייבען אין שכר ועונש אין ווייסען אז כי אדם אין צדיק בארץ .
Sorry for my misspellings

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:07 am

בד"ו איך האב געהערט ערשטע האנט חסד וואס די נפטר האט געטוין וואס קיינער ווייסט נישט .
נישט גענומען קרעדיט פין קיינעם.
Sorry for my misspellings

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:10 pm

געהערט אמאל פון א גוטער איד 'כלל גדול ווען איינער זאגט אז ער האט געחלומט ווייס איך זיכער אז ער איז געשלאפן', ס'איז נישט אוועק צומאכן נאר א ווערטל לכבוד חודש אדר

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:07 pm

איך זוך א מופת אין די מעשה, דערווייל נישט געטראפן

איין זאך יא געטראפן אז יש מנהיג לבירה

גולם פון וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:05 pm

אז דער טאטע קומט פארציילען אז יענס איז מעשר דארף מען נישט חושש זיין

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:44 pm

מ'דארף טוישן דעם קעפל צו: מהנעשה והנשמע בעולם החלומות: נישט אז איך זאג אז דער ספעציפישער חלום איז נישט אמת, ווייל איך ווייס באמת נישט.

אבער ס'איז נישט די ערשטע מאל אין אויך נישט די לעצטע מאל, וואס מ'הערט פון חלומות נאכדעם וואס מענטשן געזעגענען זיך.
ס'זייער פשוט. די נאנטע פונעם נפטר טראכטן זייער אסאך פונעם נפטר, אין וואס מ'טראכט בייטאג חלום'ט מען ביינאכט.

ס'שאט אבער נישט ארויסצונעמען א מוסר השכל, צו ס'איז יא אמת צו נישט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:20 pm

אז די משפחה דערציילט די מעשה, מן הסתם איז עס אמת. עס שטייט זיי באמת נישט גוט דאס צו פאבריצירן.

דאך, וואלטן מיר געקענט באשטיין צו וויסן מער פרטים.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

ווייסעכנישט גארנישט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2019 6:51 pm

תגובהדורך ווייסעכנישט גארנישט » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:24 pm

בס"ד
די פרטי המעשה לויט ווי עס האט פארציילט דער בעל החלום אליין:

די לעצטע פאר וואכן איידער ער איז נפטר געווארן:

זינט מען האט ליידער אנדעקט די מחלה ביי אים ל"ע, האט ער קובע געווען א שיעור מיט א חברותא בעניני אמונה. ביי דעם לעצטן שיעור איידער די פטירה, האבן זיי עוסק געווען איז דעם ספר "דער סוד צו וואונדערליכע ישועות" פרק כ"ב (בילד אונטן).

ער האט אויסהויכט זיין נשמה אין פרייטאג צונאכט נאך קידוש.

מוצאי שבת פ' ויקהל:

דער חברותא זיינער, נאכן אהיימקומען פון דעם הארצרייסנדן לויה, האט זיך אראפגעלייגט שלאפן, ער איז איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, אינמיטן הערט ער אין חלום די קול פון זיין חברותא ר' אלימלך ע"ה, ער זעהט אים נישט, אבער ער הערט אים ווי איינער וואס רעדט אויפן טעלעפאון.
און ער זאגט אים ווי פאלגנד:

גיב איבער פאר מיין משפחה די דריי זאכן.

איינס, אז וויבאלד איך האב מבטל געווען אלע סיבות בחיים חיותי, דערפאר בין איך זוכה צו א שמירה גלייך פונעם אויבערשטן, און קיינער האט נישט קיין שליטה אויף מיר.

צוויי, לכבוד וואס איך האב געהאלפן אידן מיט עניני שלום בית, און עניני קדושה, האב איך געקענט זיין ביי מיין אינגסטן קינד'ס חתונה, והראיה, אז גלייך נאך מיין קינד'ס חתונה בין איך נפטר געווארן, פון דעם זעהסטו אז איך וואלט שוין געדארפט גיין פריער.

דריי, גיב איבער פאר די משפחה אז זיי זאלן זיין העפפי (כך לשונו), און אויך ספעציעל די אלמנה.


ער האט זיך גלייך אויפגעוועקט פון דעם לייכטן שלאף, און שנעל אפגעשריבן די אלע פרטים.

זונטאג פ' פקודי:

זונטאג אינדערפרי נישט וואוסנדיג וואס צו טוהן, האט ער זיך דורכגערעדט מיט איינעם איבער דעם, און יענער האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל צו ווארטן און זעהן אויב ער וועט קומען נאכאמאל.
יענעם אויפדערנאכט, ווען ער האט זיך אראפגעלייגט שלאפן, איז ער ווידער איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, און ער האט נאכאמאל געהערט דעם זעלבן קול פון זיין חברותא, ווי ער זאגט אים:

פארוואס האסטו נאכנישט איבערגעגעבן?


האט ער געענטפערט, איך האב מורא געהאט אז מ'וועט מיר נישט גלייבן, אפשר קענסטו מיר געבן א סימן.
האט ער געזאגט, איך האב א בעכער גע'ירש'נט פון מיין טאטן(הרה"ח ר' עזריאל ע"ה).
האט ער צוריקגעפרעגט, וואו ליגט עס?
האט ער געענטפערט עס ליגט אין די פיפטע סעקשן אינעם טשיינע-קלאזעט.


ער האט זיך אויפגעוועקט.

מאנטאג פ' פקודי:

נאך די צווייטע חלום האט ער נאך אלץ נישט געהאט די שטארקייט זיך צו ווענדן צו קינדער פון ר' אלימלך.

שפעטער אויפדערנאכט, ווען ער האט זיך געלייגט שלאפן, האט זיך ווידער איבערגע'חזר'ט דאס זעלביגע. ער איז איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, און ער הערט נאכאמאל די קול פון ר' אלימלך ע"ה, יעצט האט זיך עס געהערט אביסל שטרענגער:

פארוואס האסטו נאכנישט איבערגעגעבן?

דינסטאג פ' פקודי:

דינסטאג אינדערפרי האט ער זיך תיכף פארבינדן מיט איינעם פון ר' אלימלך'ס קינדער, די ערשטע פראגע איז געווען צו עס איז עפעס א בעכער ירושה פונעם זיידן. האט דער קינד געענטפערט אז יא, און דער קינד האט טאקע באשטעטיגט אז ס'געפינט זיך ביי די פיפטע סעקשן אינעם טשיינע-קלאזעט.

יענעם אויפדערנאכט, האט זיך איבערגעשפילט דעם פערטן מאל די חלום, און ער הערט ווי די קול פון ר' אלימלך ע"ה זאגט אים:

יישר כח. און ר' אלימלך האט אים געבענטשט מיט יברכך וגו', און המלאך וגו'. און דערנאך האט ער אים געזאגט, און יעצט בענטש מיר צוריק, האט ער אים אנגעוואונטשן, לך לשלום למנוחתך...

און דאן האט ער געפילט ווי ר' אלימלך גייט אוועק פון אים.
צוגעלייגטע
ווינדערליכע.jpg
ווינדערליכע.jpg (11.48 KiB) געזעהן 1196 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 31 געסט