ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:בס"ד
די פרטי המעשה לויט ווי עס האט פארציילט דער בעל החלום אליין:
די לעצטע פאר וואכן איידער ער איז נפטר געווארן:
זינט מען האט ליידער אנדעקט די מחלה ביי אים ל"ע, האט ער קובע געווען א שיעור מיט א חברותא בעניני אמונה. ביי דעם לעצטן שיעור איידער די פטירה, האבן זיי עוסק געווען איז דעם ספר "דער סוד צו וואונדערליכע ישועות" פרק כ"ב (בילד אונטן).
ער האט אויסהויכט זיין נשמה אין פרייטאג צונאכט נאך קידוש.
מוצאי שבת פ' ויקהל:
דער חברותא זיינער, נאכן אהיימקומען פון דעם הארצרייסנדן לויה, האט זיך אראפגעלייגט שלאפן, ער איז איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, אינמיטן הערט ער אין חלום די קול פון זיין חברותא ר' אלימלך ע"ה, ער זעהט אים נישט, אבער ער הערט אים ווי איינער וואס רעדט אויפן טעלעפאון.
און ער זאגט אים ווי פאלגנד:
גיב איבער פאר מיין משפחה די דריי זאכן.
איינס, אז וויבאלד איך האב מבטל געווען אלע סיבות בחיים חיותי, דערפאר בין איך זוכה צו א שמירה גלייך פונעם אויבערשטן, און קיינער האט נישט קיין שליטה אויף מיר.
צוויי, לכבוד וואס איך האב געהאלפן אידן מיט עניני שלום בית, און עניני קדושה, האב איך געקענט זיין ביי מיין אינגסטן קינד'ס חתונה, והראיה, אז גלייך נאך מיין קינד'ס חתונה בין איך נפטר געווארן, פון דעם זעהסטו אז איך וואלט שוין געדארפט גיין פריער.
דריי, גיב איבער פאר די משפחה אז זיי זאלן זיין העפפי (כך לשונו), און אויך ספעציעל די אלמנה.
ער האט זיך גלייך אויפגעוועקט פון דעם לייכטן שלאף, און שנעל אפגעשריבן די אלע פרטים.
זונטאג פ' פקודי:
זונטאג אינדערפרי נישט וואוסנדיג וואס צו טוהן, האט ער זיך דורכגערעדט מיט איינעם איבער דעם, און יענער האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל צו ווארטן און זעהן אויב ער וועט קומען נאכאמאל.
יענעם אויפדערנאכט, ווען ער האט זיך אראפגעלייגט שלאפן, איז ער ווידער איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, און ער האט נאכאמאל געהערט דעם זעלבן קול פון זיין חברותא, ווי ער זאגט אים:
פארוואס האסטו נאכנישט איבערגעגעבן?
האט ער געענטפערט, איך האב מורא געהאט אז מ'וועט מיר נישט גלייבן, אפשר קענסטו מיר געבן א סימן.
האט ער געזאגט, איך האב א בעכער גע'ירש'נט פון מיין טאטן(הרה"ח ר' עזריאל ע"ה).
האט ער צוריקגעפרעגט, וואו ליגט עס?
האט ער געענטפערט עס ליגט אין די פיפטע סעקשן אינעם טשיינע-קלאזעט.
ער האט זיך אויפגעוועקט.
מאנטאג פ' פקודי:
נאך די צווייטע חלום האט ער נאך אלץ נישט געהאט די שטארקייט זיך צו ווענדן צו קינדער פון ר' אלימלך.
שפעטער אויפדערנאכט, ווען ער האט זיך געלייגט שלאפן, האט זיך ווידער איבערגע'חזר'ט דאס זעלביגע. ער איז איינגעשלאפן א לייכטן שלאף, און ער הערט נאכאמאל די קול פון ר' אלימלך ע"ה, יעצט האט זיך עס געהערט אביסל שטרענגער:
פארוואס האסטו נאכנישט איבערגעגעבן?
דינסטאג פ' פקודי:
דינסטאג אינדערפרי האט ער זיך תיכף פארבינדן מיט איינעם פון ר' אלימלך'ס קינדער, די ערשטע פראגע איז געווען צו עס איז עפעס א בעכער ירושה פונעם זיידן. האט דער קינד געענטפערט אז יא, און דער קינד האט טאקע באשטעטיגט אז ס'געפינט זיך ביי די פיפטע סעקשן אינעם טשיינע-קלאזעט.
יענעם אויפדערנאכט, האט זיך איבערגעשפילט דעם פערטן מאל די חלום, און ער הערט ווי די קול פון ר' אלימלך ע"ה זאגט אים:
יישר כח. און ר' אלימלך האט אים געבענטשט מיט יברכך וגו', און המלאך וגו'. און דערנאך האט ער אים געזאגט, און יעצט בענטש מיר צוריק, האט ער אים אנגעוואונטשן, לך לשלום למנוחתך...
און דאן האט ער געפילט ווי ר' אלימלך גייט אוועק פון אים.
שרעקעדיג!, און גאר אינטערעסאנט, אז ממש בו ביום האט ער שוין געקענט קומען, הגם בעולם העליון איז אלעס למעלה מן הזמן