מהנעשה והנשמע בעולם העליון!!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:23 am

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:א טומל טוט זיך אין הימל, דער יצה"ר קומט מיט א געלויף, וואס וועט דא זיין? ר' אלימלך איז געקומען צו זיין חבר אין חלום, און דער עולם כאפט א התעוררות, דאס איז זייער שעדליך פאר מיר שרייט ער, בפרט יעצט ווען מ'האלט אינמיטן די חודש האדר'ס וואס איז הדר קבלוהו באהבה, און דא האט מען געזעהן אזא התעוררות, נישט מיט קיין קלעפ, נישט מיט קיין מכות, נאר א הערליכע מעשה, א צדקות א התעלות, וואס איז מעורר דאס הארץ לתשובה ולמעשים טובים.
אזוי שטייט דער שטן און פארפירט.

נאכן זיך איינטענהען אזוי לאנג, האט ער ליידער מצליח געווען אביסל, און ס'דא וואס שרייען בשער בת רבים 'איך גלייב נישט די מעשה' און שוין, יעצט איז שוין די מעשה נישט אמת!!!,
יעצט דריי די גראבע פינגער, אויב איז די מעשה נישט אמת, קומט דאך אויס אז מ'דארף מער נישט מורא האבן פון שכר ועונש? אלא מאי.
פירט אליינ'ס אויס.


ווי זאגט נאר 'שואל-כענין'
שואלכענין האט געשריבן:אויך דער וואס וויל נישט גלייבן די מעשה, איז פונקט אזוי אייניג מחוייב צו טאן תשובה און מוסיף זיין בתיקון המעשים... מען ווערט נישט פטור צוליב די "נישט גלייבן". העכסנס זאלן זיי זוכן אן אנדערע שוועבעלע זיך אנצוצינדן דאס התעוררות, ואי אתה בן חורין להפטר הימנה.

איר האט א מורדיגע טעות קיינער וויל נישט ארויס ברענגען אז מען דארף נישט תשובה טון מען רעד סך הכול צי מען דארף גלייבן א חלום
וויאזוי פלעגט מען זאגן אלס קינד דער וואס פארציילט א חלום איז א נער אין דער וואס הערט דאס אויס איז א גרעסערע נער

מירונער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:48 am

צו געזונט האט געשריבן:פון א אנדער קוק ווינקל קאן מען זעהן אביסל אנדערש...
ער האט דערציילט די מעשה פון דעם חלום בשעת ער איז געווען ביים נפטר אינדערהיים און מעגליך געזעהן דעם בעכער בשעת מעשה...
אויך זייער מעגליך אז ער האט געמיינט גוטס, אזוי אום אויפוועקן מענטשן און קלאר מאכען דעם והחי יתן אל לבו.
אבער חלומות שווא ידברון! נישט חלום שווא ידבר, נאר מיט א לשון רבים, חלומות, און טראץ דעם איז עס נאכאלס שווא!

זייענדיג א נאנטער קרוב מיטן נפטר, קען איך נאר באשטעטיגן דיינע ווערטער, אז דער בעכער חלק איז נארישקייטן, ווייל ס'איז נישט געווען באהאלטן אין ערגעץ נאר געליגן געהעריג אין שאנק לעיני כל, און גאנץ מעגליך האט דער בעל החלומות (לפי ידיעתינו אויך א קרוב, און פאר דעם געט מען נישט ארויס די נאמען..) אגאנצע שבעה געזען דעם בעכער האט ער דעם פרט צוגעלייגט בהקיץ, ועל הכלל כולו יצא.
ודי בזה!

מירונער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:01 am

דאס עצם נישט ארויסגעבן דעם נאמען פונעם בעל החלומות איז די גרעסטע קשיא אויף דעם חלום, בפרט אויב דער חולם חלום קען דאך דא אויפשאקלן די מענטשהייט מיט אן התעוררות לתשובה.
אלא מאי, ווערטס ווייניגער איבערגענומען פון טשיקאווע געשעענישן, און שעפטס ענק אן מיט אמונה בטחון וחיזוק פון די הייליגע ספרי מוסר וחסידות, ועוד.
דאס לייקענען א חלום מיינט נאכנישט אויבער חכמה, דאס מיינט אז מ'איז נאכנישט אינגאנצן אונטערגעווארפן אונטער דעם היינטיגן הערשאפט פון האטליינס, סאושל מידיע און טשעט גרופס, וואס איז טאטאל מבלבל דעם מענטש, און מ'גלייבט ב"ה זעלבסט אין שכר ועונש אן דארפן צוקומען צו צווייפלהאפטיגע אנאנימע חלומות, און האלבע פאנטאזיעס.

נתן בן ופסי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:10 am

אנטשילדיגט גארנישט געמיינט.. די התעורורות גייט ווייטער אן, אן חלומות.. ס''ה דארף מען וויסן אז ביי אינז יודן איז דא א תורה און אין די תורה שטייט שוין אז א עד אחד איז נישט באגלייבט.. אין נאכדערצו ער געט נישט ארויס זיין אינפרמאציע.. אין נאך אסאך פרטים פונעם חלום וואס שטימען נישט פאר יודעי ספר.. איז נישט דא קיין חיוב מן התורה אדער מדרבנן עס צי גלייבן, איך האב נאר הנאה געהאט צי הערן אז ר' שלמה זאגט עס בפירוש,
די יודישע היסטאריע האט שוין דארכגעמאכט אסאך חלומות מיט 'אמת'ע מופתים' וואס איז געווען כמה וכמה קדושים וגאונים וואס האבן מפקפק געווען דערויף.. געווען כת שץ אין די פיינע געשמאקע מעשיות פינעם באקאנטען מזיוף ראזענבערג.. איין זאך זעה איך היסטאריע קאן זיך איבערשפילן!!

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:04 am

ליהוי ידיע, אפילו אויב מען גלייבט נישט דעם ספעציפישן חלום, איז נאך אלץ דא אפענע זאכן בימינו אלה דורך חלומות, וואס מען קען בשום אופן נישט אפפרעגן.

לדוגמא: האט מען עטליכע יאר צוריק מקבר געווען א איד אין קרית יואל, וואס ער איז דורכגעגאנגען א פראצעדור א צייט פריער און מען האט אים אראפגענומען אן אבר רח"ל, יענעם אבר האט מען באגראבן ערגעץ, און אצינד נאך זיין פטירה איז ער געקומען צו עטליכע פון די חברה קדישא, און געבעטן מען זאל צולייגן יענעם אבר צו זיין קבר, אז ער זאל האבן א קומה שלימה.

ווען איינער זאל עס האבן גע'חלומ'ט, וואלט איך געקענט מפקפק זיין, אבער עטליכע האבן גע'חלומ'ט די זעלבע זאך אין די זעלבע נאכט, און די חברה קדישא האט עס פאקטיש געטאן כרצונו.

אדרבה, פרעגט אייך נאך, וועט איר געוואויר ווערן אז עס איז אמת ויציב.

נישט אלעס איז ליגנט, אפילו היינטיגע צייטן, ביי פשוט'ע אידן, וועלכע דרייען זיך דא צווישן די פיס...

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:21 am

37224-01.jpeg
37224-01.jpeg (158.56 KiB) געזעהן 1407 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:56 pm

https://www.dropbox.com/s/jzg9tbansuho0 ... 0.mp3?dl=0

די חלום וויאזוי המגיד הר"ר שמעון שפיצער שליט"א האט דאס מברר געווען.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:46 pm

מירונער האט געשריבן:זייענדיג א נאנטער קרוב מיטן נפטר, קען איך נאר באשטעטיגן דיינע ווערטער, אז דער בעכער חלק איז נארישקייטן, ווייל ס'איז נישט געווען באהאלטן אין ערגעץ נאר געליגן געהעריג אין שאנק לעיני כל, און גאנץ מעגליך האט דער בעל החלומות (לפי ידיעתינו אויך א קרוב, און פאר דעם געט מען נישט ארויס די נאמען..) אגאנצע שבעה געזען דעם בעכער האט ער דעם פרט צוגעלייגט בהקיץ, ועל הכלל כולו יצא.
ודי בזה!

די טשיינע קלאזעט איז דאך באדעקט אין די שבעה.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:35 pm

אדער יא האט געשריבן:
מירונער האט געשריבן:זייענדיג א נאנטער קרוב מיטן נפטר, קען איך נאר באשטעטיגן דיינע ווערטער, אז דער בעכער חלק איז נארישקייטן, ווייל ס'איז נישט געווען באהאלטן אין ערגעץ נאר געליגן געהעריג אין שאנק לעיני כל, און גאנץ מעגליך האט דער בעל החלומות (לפי ידיעתינו אויך א קרוב, און פאר דעם געט מען נישט ארויס די נאמען..) אגאנצע שבעה געזען דעם בעכער האט ער דעם פרט צוגעלייגט בהקיץ, ועל הכלל כולו יצא.
ודי בזה!

די טשיינע קלאזעט איז דאך באדעקט אין די שבעה.

אין אויכעט אז ער האט געחלומט די נאכט פין די קבורה וואס ער איז מסתמא נאכנישט געווען דארט( אפשר )

rutledge
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מוצ"ש מארטש 16, 2019 8:57 pm

Haklal האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
מירונער האט געשריבן:זייענדיג א נאנטער קרוב מיטן נפטר, קען איך נאר באשטעטיגן דיינע ווערטער, אז דער בעכער חלק איז נארישקייטן, ווייל ס'איז נישט געווען באהאלטן אין ערגעץ נאר געליגן געהעריג אין שאנק לעיני כל, און גאנץ מעגליך האט דער בעל החלומות (לפי ידיעתינו אויך א קרוב, און פאר דעם געט מען נישט ארויס די נאמען..) אגאנצע שבעה געזען דעם בעכער האט ער דעם פרט צוגעלייגט בהקיץ, ועל הכלל כולו יצא.
ודי בזה!

די טשיינע קלאזעט איז דאך באדעקט אין די שבעה.

אין אויכעט אז ער האט געחלומט די נאכט פין די קבורה וואס ער איז מסתמא נאכנישט געווען דארט( אפשר )

זייענדיג א קרוב האט ער אפשר נישט געדארפט ווארטן אויף די שבעה צו וויסן ווי די בעכער ליגט
חוץ מזה אויף ק''מ האט א זוהן געזאגט אז די סימן מובהק איז געווען אז די בעכער איז אין די 5טע חלק פונעם טשיינע קלאזעט בינעך געגאנגען צו מיין טשיינע קלאזעט זוכן די 5טע סעקשאן איז מיר אנטפלעקט געווארן אז כמעט יעדע סעקשאן אינעם טשיינע קלאזעט קען זיין די 5טע פשוט ווענד זיך ווי מ'הויבט אן ציילן סא כאפ נישט די סימן

קושטא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » מוצ"ש מארטש 16, 2019 9:22 pm

איך פארשטיי בכלל נישט ווי אהין די לייקענער'ס צילן דא.

דאס אז ס'איז דא אזאנס אז מתים קומען אין חלום, איז פיל אין אלע ספרים, בפרט אין ספרי הפוסקים נאך אין די ראשונים, וואס מ'מעג יא טוהן אדער ענטפערן פאר א נפטר, און וואס מ'זאל טוהן אויב דער נפטר בעהט אין אזא אדער אן אנדער לשון וכו'

און ווידעראום דאס אז דער מענטש וואס פארציילט אז ער האט געחלומט האט זיך נישט סתם אויסגעטראכט א באבע מעשה נאר פארציילט דעם אמת, זענט עטס אויך מסכים.

נאר וואס, עטס שטעלסט ענק מיט א פעסטקייט אז דער נפטר איז למעשה זיכער נישט געקומען. אפשר זענט עטס מסביר וואס שטופט ענק צו די דאזיגע מסקנה?
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » מוצ"ש מארטש 16, 2019 9:41 pm

מ'מוז נישט גלייבן אז די חלום איז געשעהן, אבער ברויך מען גלויבן אז דאס קען פאסירן

קושטא
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » מוצ"ש מארטש 16, 2019 9:58 pm

אבער אויב ס'שטייט אין אלע ספרים אז ס'קען געשעהן, און איינער וואס איז א באגלייבטער מענטש קומט זאגן אז ביי מיר איז טאקע אזוי געשהן. איז צו גיין דאס לייקענען בתוקף, איז סתם היפאקריטיע.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מוצ"ש מארטש 16, 2019 10:06 pm

קושטא האט געשריבן:אבער אויב ס'שטייט אין אלע ספרים אז ס'קען געשעהן, און איינער וואס איז א באגלייבטער מענטש קומט זאגן אז ביי מיר איז טאקע אזוי געשהן. איז צו גיין דאס לייקענען בתוקף, איז סתם היפאקריטיע.


ס׳איז נישט פון די י״ג עקרים וואס מיר זענען מצווה צו גלייבן.

מ׳מוז נישט גלייבן קיין איין חלום.
ווילסט גלייבן, אקעי (אפשר איז עס גאר בכלל פון פתי יאמין לכ״ד?).

איך גלייב בד״כ נישט קיין שום חלום. חוץ וואס פארמאגט שטארקע הוכחות - כהחלום של בן ר׳ יחזקאל לויפער ע״ה וד״ל)

אורך ימים אשביעהו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » מוצ"ש מארטש 16, 2019 10:41 pm

קיסריה האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:אבער אויב ס'שטייט אין אלע ספרים אז ס'קען געשעהן, און איינער וואס איז א באגלייבטער מענטש קומט זאגן אז ביי מיר איז טאקע אזוי געשהן. איז צו גיין דאס לייקענען בתוקף, איז סתם היפאקריטיע.


איך גלייב בד״כ נישט קיין שום חלום. חוץ וואס פארמאגט שטארקע הוכחות - כהחלום של בן ר׳ יחזקאל לויפער ע״ה וד״ל)

וואס זענען די הוכחות אז עס איז פארציילט געוואן ברבים?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 17, 2019 1:03 am

אז ער קאן אויך טרוימען בהקיץ
בוי זיך זעלבסט

rutledge
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » זונטאג מארטש 17, 2019 2:28 am

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:אבער אויב ס'שטייט אין אלע ספרים אז ס'קען געשעהן, און איינער וואס איז א באגלייבטער מענטש קומט זאגן אז ביי מיר איז טאקע אזוי געשהן. איז צו גיין דאס לייקענען בתוקף, איז סתם היפאקריטיע.


איך גלייב בד״כ נישט קיין שום חלום. חוץ וואס פארמאגט שטארקע הוכחות - כהחלום של בן ר׳ יחזקאל לויפער ע״ה וד״ל)

וואס זענען די הוכחות אז עס איז פארציילט געוואן ברבים?

אן אריינגיין צו איך גלייב יא יענעם חלום צו נישט איז אבער דא גאר שטארקע חילוקים 1. דארט איז דאס תלוי געווען אין צוויי מענטשן לייגט זיך שווערער אויפן שכל אז ס'זאל זיין ביי ביידע די זעלבע חלום בלויז פון זיך איבערעסן וואס איז די גורם לחלום. 2. ס'איז נישט געווען א טאג נאך זיין פטירה אז די זאלסט קענען זאגן הרהורא דיממא 3. ער איז געקומען בעטען מחילה ביי א איד וואס איך האב געוויסט פארן חלום אז ער האט א שווער הארץ אויף אים משא''כ די חלום דא לא היה בה איזה תועלת חוץ זאגן העלא

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מארטש 17, 2019 3:10 am

איינער האט אמאל געזעהן וואס דער ערוך השולחן שרייבט וועגן חלומות.

אז נאר א איד וואס זיינע מחשבות זענען דבוק אין אייבישטער, ער גייט נישט נאך די תאוות, קען האבן אמת'ע חלומות, און נאר ווען ערגייט שלאפן נישט אנגעגעסן, און אויך אזא איינער, נאר ווען ער האט גארנישט מהרהר געווען פון דעהם בייטאג, און דעמאלטס זענען זיינע חלומות א ספק פון אמת.

אפילו דער חזון איש האט געזאגט אויף זיך אז ער קימערט זיך נישט אין חלומות.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מארטש 17, 2019 3:58 am

זעענדיג דעם אין עוד מלבדו מעסעדזש. זעט מען אביסל די סכנה פון חלומות פארוואס בני תורה וועלן זיך אפשאקלען גלייך פון די דברי שוא פון חלומות, א נייע מעשה גאר, און קינד אין קייט קייעט עס איבער ווי עפעס א מימרא פון חז"ל.

איש פשוט אני
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

תגובהדורך איש פשוט אני » זונטאג מארטש 17, 2019 9:52 am

איך פארשטיי נישט וואס עס באדערט אז איינער גלייבט אין די חלום
אז די ווילסט זיין סקעפטיש האלט עס ביי דיר אין בויך און לאז א צווייטען האבן א טרייסל צו עבודת השם
נעם נישט אוועק א צווייטענס התעוררת

נתן בן ופסי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג מארטש 17, 2019 10:32 am

נאר דורך חלומות כאפט מען א התעורורות, או לנו שכך עלתה בימינו

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 17, 2019 10:36 am

בראשית ברא האט געשריבן:זעענדיג דעם אין עוד מלבדו מעסעדזש. זעט מען אביסל די סכנה פון חלומות פארוואס בני תורה וועלן זיך אפשאקלען גלייך פון די דברי שוא פון חלומות, א נייע מעשה גאר, און קינד אין קייט קייעט עס איבער ווי עפעס א מימרא פון חז"ל.

וואס איז די פראבלעם פון אין עוד מלבדו? מען טאר נישט טראכטן פון באשעפער?
קענסט די מעשה פון יענעם וואס איז געקומען צו זיין רבין דערציילן אז ער האט גע'חלומ'ט דער באשעפער האט גערעדט צו אים בחלום, זאגט אים די רבי, נו קען זיין האסט געטראכט פון באשעפער בייטאג האסטו גע'חלומ'ט ביינאכט, זאגט אים דער איד, רבי, איך בין א פארנומענער מענטש, כ'האב שיעורי תורה ותפלה איך ארבעט שווער פאר פרנסה, ווען האב איך צייט צו טראכטן פון באשעפער.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 17, 2019 10:38 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:נאר דורך חלומות כאפט מען א התעורורות, או לנו שכך עלתה בימינו

איך ווייס נישט וואס די אוי לנו איז דא
איך האב געהערט פון א גרויסע משפיע די וואך, איינער האט געפרעגט צו ס'איז אפיקורסות אויב ער גלייבט נישט דעם חלום, האט ער געזאגט, אפיקורסות איז עס נישט, די שאלה איז נאר פארוואס דו גלייבסט עס נישט ודוק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 17, 2019 10:40 am

בראשית ברא האט געשריבן:זעענדיג דעם אין עוד מלבדו מעסעדזש. זעט מען אביסל די סכנה פון חלומות פארוואס בני תורה וועלן זיך אפשאקלען גלייך פון די דברי שוא פון חלומות, א נייע מעשה גאר, און קינד אין קייט קייעט עס איבער ווי עפעס א מימרא פון חז"ל.

וואס שטערט אייך, די ערשטע?

דאס איז דאך א דבר פשוט סיי בספרי תלמידי הגר"א און סיי בספרי תלמידי בעשה"ק ומקורו טהור בספרי קדמונים וספרי קבלה, פארשטייט זיך אז יעדער זאגט עס אויף זיין סגנון אבער הכל הולך אל מקום אחד יחיד ומיוחד.

עכ"פ, גלייב יא דעם ספעציפישן חלום צו נישט, די עטליכע פונקטן אינעם חלום זענען קיין חידושים פאר יעדן יודע ספר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מארטש 17, 2019 10:40 am

rutledge האט געשריבן:
אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:אבער אויב ס'שטייט אין אלע ספרים אז ס'קען געשעהן, און איינער וואס איז א באגלייבטער מענטש קומט זאגן אז ביי מיר איז טאקע אזוי געשהן. איז צו גיין דאס לייקענען בתוקף, איז סתם היפאקריטיע.


איך גלייב בד״כ נישט קיין שום חלום. חוץ וואס אט פארמאגט שטארקע הוכחות - כהחלום של בן ר׳ יחזקאל לויפער ע״ה וד״ל)

וואס זענען די הוכחות אז עס איז פארציילט געוואן ברבים?

אן אריינגיין צו איך גלייב יא יענעם חלום צו נישט איז אבער דא גאר שטארקע חילוקים 1. דארט איז דאס תלוי געווען אין צוויי מענטשן לייגט זיך שווערער אויפן שכל אז ס'זאל זיין ביי ביידע די זעלבע חלום בלויז פון זיך איבערעסן וואס איז די גורם לחלום. 2. ס'איז נישט געווען א טאג נאך זיין פטירה אז די זאלסט קענען זאגן הרהורא דיממא 3. ער איז געקומען בעטען מחילה ביי א איד וואס איך האב געוויסט פארן חלום אז ער האט א שווער הארץ אויף אים משא''כ די חלום דא לא היה בה איזה תועלת חוץ זאגן העלא



ביי יענעם חלום 1) האט דער זון נישט געקענט קיין איד פאללאק.

2) האט ער בכלל נישט געוואוסט אז איינער האט א שווער הארץ אויף זיין פאטער.

3) צי וואס זאל ער טראגן שאלעך-מאנעס פאר עפעס א פרעמדן מענטש און זיך סתם צונאר-לייגן?

4) דער איד האט טאקע נישט געוואלט מוחל זיין, וכו׳ וכו׳.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, ברוך, יהלום, שמערעל און 49 געסט