עטיאפיען עירליין פלייט - בואינג 737 - געטראסקעט ל"ע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:03 pm

איך פיל יעצט ווי די עמערדזשענסי ברעיק פון מיין קרייסלער פעסיפיקע ווערט ווידעראמאל אויטאמאטיש אקטיוויזירט.....
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:19 pm

גראדע, ווען איך שטעל אן מיין קאר אויף קרוז, פיהל איך אויך עפעס ווי "עס לויפט מיר ארויס פון אונטער די הענט"... רוב מאל לעש איך עס אויס נאך עטליכע מינוט. טו מיר נישט קיין טובות, לאמיך אליין דרייוון די קאר ביטע...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:29 pm

יעדע סארט פליגער פון יעדע ערליין איז אנדערש.

ווען א ערליין קויפט א פליגער ווערט עס געבויט ביי - לדוגמא בואינג - לויט פארשריפטן דורך די טעקנישענס פון יענע עירליין. [כ׳רעד נישט יעצט פון די לעיאוט אינעם פליגער און אירע פיטשיווקעס, און אוואדי נישט פונעם אויסערליכער געבוי - וואס איז אלץ די זעלבע. כ׳רעד פון די סאפטווער׳ס. און אפילו פארשידענע פיזישע חלקים, א שטייגער ווי די ענדזשינס, וואס יעדע ערליין האצעך זייער׳ס.]

ווען סאוט וועסט האט א צייט צוריק געהאט א פראבלעם מיט זייערע עירבאס 320׳ס, האבן נאר ״זיי״ געגראונדעד אלע די סארט פליגער פון זייער ערליין. ומהאי טעמא. ומהאי טעמא האט נישט די אמעריקאנע FAA יעצט פארבאטן אלע פלי רייזעס מיט 737 מעקס. ענליך ווי די NHTSA געט ארויס ריקאלס אויף קארס יעדן שני וחמישי. ווייל ערעפלאנען - אפילו ס׳איז די זעלבע מאדעל - איז אבער יעדע פליגער גענצליך אנדערש.

כ׳בין נישט באקאנט מיט די ספעסיפישע איינצילהייטן פונעם איצטיגן קראך, כ׳האב נאך נישט געליינט שפוזמאנס זאכן, כ׳רעד אבער בכלליות.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:21 pm

too much regulation

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:43 pm

דער קא פילאט האט געהאט בלויז 200 שעה פלייאינג טיים וואס איז זייער ווייניג. אבער אן עקספערט דרוקט זיך אויס פארן טיימס אז טרעינינג איז דער עיקר. שוין געווען פילאטן מיט 40000 שעה וואס האבן געקראכט פליגערס.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:58 am

ענגלאנד האט בערך א שעה צוריק זיך אנגעשלאסן מיט נאך עטליכע לענדער צו פארבאטן אלע פלי רייזעס מיט די 737 מעקס, ס׳האט אנגעמאכט א איבערקערעניש אין די לופט וואס אפעקטירט צענדליגער פלייטס.

צווישן זיי געפינט זיך א טערקיש ערליין אינטערוועגענס פון איסטאמבול וואס איז שוין געווען ווייניגער ווי א שעה צום דעסטענאציע. ווינאר די פארבאט איז געמאלדן געווארן האבן זיי געמאכט א באו בשלום צוריק קיין איסטאמבול.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:37 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ענגלאנד האט בערך א שעה צוריק זיך אנגעשלאסן מיט נאך עטליכע לענדער צו פארבאטן אלע פלי רייזעס מיט די 737 מעקס, ס׳האט אנגעמאכט א איבערקערעניש אין די לופט וואס אפעקטירט צענדליגער פלייטס.

צווישן זיי געפינט זיך א טערקיש ערליין אינטערוועגענס פון איסטאמבול וואס איז שוין געווען ווייניגער ווי א שעה צום דעסטענאציע. ווינאר די פארבאט איז געמאלדן געווארן האבן זיי געמאכט א באו בשלום צוריק קיין איסטאמבול.

דאס מיינט געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט. אז ער דארף זיך צירוקדרייען א לענגערע וועג לייגסטו זיי אריין לענגער אין א סכנה.
זאג די וואס הייבן זיך פון יעצט אין ווייטער קענען מער נישט אריינקומען ביי מיר אין לאנד
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:41 am

זיי זענען נישטא צו פארזיכערן טערקיי'ס פאסאזשירן, זיי ווילן נישט האבן די פלעין אין זייערע לופט-רוימען.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:59 am

דממה דקה האט געשריבן:too much regulation

;l;p-
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:02 pm

די 2 אידען וואס זענען געווען אויפן פליגער זענען:

אבי מצליח פון מעלה אדומים
שמעון ראם פון זכרון יעקב

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:04 pm

דממה דקה האט געשריבן:too much regulation

too much salt
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:06 pm

SPUSMN האט געשריבן:נאך א גרויסע טויש איז דא צווישען די ערעפלאנען מיט די אלטע און דאס איז אז עס סעיווד א סאך פיול. טוה מיר נישט קיין טובות באואינג און אנדער קאמפעניס, איך וויל נישט אז צוליב שפארען א פאר טאלער פאר די עירליינערס זאל אפילו א פראקציע פון א פערצענט ווערען ווייניגער סעיף די ערעפלאן.

ביי קארס ווייזט היסטאריע אז יעדעס מאל מען האט ארויפגעצווינגען מער פיועל עפישענסי אויף די אויטא פראדוצירער האט עס געברענגט א טראסק אין די זיכערהייט פון די קארס.
Innocent until proven Republican

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:36 pm

maybeeynot האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ענגלאנד האט בערך א שעה צוריק זיך אנגעשלאסן מיט נאך עטליכע לענדער צו פארבאטן אלע פלי רייזעס מיט די 737 מעקס, ס׳האט אנגעמאכט א איבערקערעניש אין די לופט וואס אפעקטירט צענדליגער פלייטס.

צווישן זיי געפינט זיך א טערקיש ערליין אינטערוועגענס פון איסטאמבול וואס איז שוין געווען ווייניגער ווי א שעה צום דעסטענאציע. ווינאר די פארבאט איז געמאלדן געווארן האבן זיי געמאכט א באו בשלום צוריק קיין איסטאמבול.

דאס מיינט געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט. אז ער דארף זיך צירוקדרייען א לענגערע וועג לייגסטו זיי אריין לענגער אין א סכנה.
זאג די וואס הייבן זיך פון יעצט אין ווייטער קענען מער נישט אריינקומען ביי מיר אין לאנד

אין ווי וועט דער עראפלאן בלאבען געפארקט? זיי וועלען עם נישט לאזען הייבען אין דע ליפט, ווייל ביים הייבען איז דע סכנה

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:43 pm

איך שטים אויך צו אז דאס איז א איבערגעטריבענע אקט. מען האקט נישט אפ א פליגער "אויף די רגע"... מען מאכט א סקעדזשועל, די אלע פליגער'ס פון אנדערע לענדער, זאלן ארויספארן במשך די קומענדיגע וואך, און מער נישט צוריקקומען, וכדומה וכדומה.

עס קוקט אויס ווי עפעס ליגט דא טיפער אונטער דעם. מי יודע, כ'האב מורא צו זאגן, אפשר האט עס א לאך אינעם סיסטעם אז מען קען דעם פליגער איבערנעמען פון אונטן (טעראריסטן) און עס פירן בעל כרחו וואו מען וויל? אפשר האט מען מורא אז מען וועט עס אריינפירן אינעם פאלאץ אין לאנדאן?

אויב נישט, איז עס א גרויסע חידוש אזא איבערגעטריבענע רעאקציע, אזש מען הייסט פליגער'ס זיך אויסדרייען אינמיטן פליען.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:45 pm

;l;p-
שואלכענין האט געשריבן:איך שטים אויך צו אז דאס איז א איבערגעטריבענע אקט. מען האקט נישט אפ א פליגער "אויף די רגע"... מען מאכט א סקעדזשועל, די אלע פליגער'ס פון אנדערע לענדער, זאלן ארויספארן במשך די קומענדיגע וואך, און מער נישט צוריקקומען, וכדומה וכדומה.

עס קוקט אויס ווי עפעס ליגט דא טיפער אונטער דעם. מי יודע, כ'האב מורא צו זאגן, אפשר האט עס א לאך אינעם סיסטעם אז מען קען דעם פליגער איבערנעמען פון אונטן (טעראריסטן) און עס פירן בעל כרחו וואו מען וויל? אפשר האט מען מורא אז מען וועט עס אריינפירן אינעם פאלאץ אין לאנדאן?

אויב נישט, איז עס א גרויסע חידוש אזא איבערגעטריבענע רעאקציע, אזש מען הייסט פליגער'ס זיך אויסדרייען אינמיטן פליען.

נארגוטס
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:50 pm

וואס איז די סיבה פארוואס אמעריקע פארבאט נישט די פליגערס?
זיי האלטן טאקע 100 פראצענט אז עס איז זיכער צו פליען מיט דעם אדער זיי ווילן פשוט נישט מאכן שאדן פאר זייערס א קאמפאני?

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:12 pm

שואלכענין האט געשריבן:איך שטים אויך צו אז דאס איז א איבערגעטריבענע אקט. מען האקט נישט אפ א פליגער "אויף די רגע"... מען מאכט א סקעדזשועל, די אלע פליגער'ס פון אנדערע לענדער, זאלן ארויספארן במשך די קומענדיגע וואך, און מער נישט צוריקקומען, וכדומה וכדומה.

עס קוקט אויס ווי עפעס ליגט דא טיפער אונטער דעם. מי יודע, כ'האב מורא צו זאגן, אפשר האט עס א לאך אינעם סיסטעם אז מען קען דעם פליגער איבערנעמען פון אונטן (טעראריסטן) און עס פירן בעל כרחו וואו מען וויל? אפשר האט מען מורא אז מען וועט עס אריינפירן אינעם פאלאץ אין לאנדאן?

אויב נישט, איז עס א גרויסע חידוש אזא איבערגעטריבענע רעאקציע, אזש מען הייסט פליגער'ס זיך אויסדרייען אינמיטן פליען.

אפשר האבן זיי געקלערט אז מיטן געבן א האק אפ אינמיטן וועט ברעקזיט האלטן א שטאפל נענטער...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:14 pm

ווייל באוינג שרייט אז די אלע דריטע וועלט און ביליגע עירליינס שפארן צייט מיט טרעינינג פאר די פארגעשריטענע פליגערס און דאס פאראורזאכט אז די פיילאטן ווייסן נישט וואס צו טוהן ווען זיי האבן א פראבלעם,

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:31 pm

נארגוטס האט געשריבן:וואס איז די סיבה פארוואס אמעריקע פארבאט נישט די פליגערס?
זיי האלטן טאקע 100 פראצענט אז עס איז זיכער צו פליען מיט דעם אדער זיי ווילן פשוט נישט מאכן שאדן פאר זייערס א קאמפאני?

א שטייגער ווי אפאר יאר צוריק ווער עס געדענקט ווען די ביזנעס פון gm איז געווען בשפל המדרגה איז פלוצלונג אנגעקומען א שיפמענט (אפשר פון יאפאן) פון ריקאלס אקעגן טאיאטע...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:46 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ווייל באוינג שרייט אז די אלע דריטע וועלט און ביליגע עירליינס שפארן צייט מיט טרעינינג פאר די פארגעשריטענע פליגערס און דאס פאראורזאכט אז די פיילאטן ווייסן נישט וואס צו טוהן ווען זיי האבן א פראבלעם,

בקיצור באואינג וויל אז אלע פילאטען זאלען זיין אקראבאטען און קענען מאכען טאמבעל סאוסעס אין דער ליפטען.

יארען צוריק געדענק איך פארען מיט א 747 וואס אז שויו געוווען עטליכע אין דרייסיג יאר אלט און איך האב געציטערט ווען כ'האב עס געהערט. אלע שרויפען האבען זיך געשאקעלט ווען עס איז געפארען אויפעם ראן וועי און זיך אויף געהויבען. דער ערעפלאן האט מען געזאגט האט שוין באקומען א נייע מאטאר (אויב נישט דער דריטע) און דארף נישט זיין א פראבלעם. דער 747 ערעפלאן איז געבויעט סימפעל און ארבעט ווי עקספעקטעד אן קיין חכמות, און אפילו אלט, קען ער טראגען די גאנצע וואג און ליגען פעסט אין דער ליפטען.

איך מין אז דאס זאל זיין דער באראמעטער; מען דארף פרעגען באואינג צו דער ערעפלאן וועט אין 35 יאר ארום זיין פינקט אזוי סעיף ווי יעצט; און אויב נישט איז עס "יעצט" אויך נישט גענוג סעיף. מען שפילט נישט ראשען ראולעט מיט פליען מענטשען מהכא להתם. נעם טייערער און מאך עס סעיפער; נישט שפאר געז און מאך עס ווייניגער סעיף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:24 pm

למעשה איז דא גוטע נייע פליגער וואס זענען פיין ב"ה, די באוינג דרימליינער איז א פיינע לאנג דיסטענס פליגער וואס איז אויך דא העווי ביי אלע אינטערנעשענעל עירליינס,

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:09 pm

ווי איך פארשטיי האט טערקיש עירליינס געמאכט די דעסיזשאן צוריקצודרייען די פליגער אהיים קיין טערקיי, זיי ווילן נישט אז עס זאל בלייבן שטעקן אין ענגלאנד.
ווען די FAA האט געשטראנדעט די 787 עטליכע יאר צוריק צוליב א סעיפטי אישו איז געווען א לאט פויליש פליגער אין טשיקאגא און זיי האבן שאדן געהאט יעדן טאג געלט, אפילו ווען מען קען עס נישט נוצן איז זיי ביליגער עס צי האלטן אין זייער היימלאנד, כ"ש דא וואס טערקיש פלאנט עס צי נוצן אויפדערווייל.
די סעיפטי אישו איז נאר ווען עס הייבט זיך, ממילא אפילו טערקיש האלט אויך אז עס איז א סכנה, מאכט נישט אויס אויב זיי פליען אהיים עטליכע שעה.

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:12 pm

פאר די FAA לוינט זיך ענדערש צו זאגן אז עס איז די פיילאטס שוואכע טרעינונג און נישט באואינגס פראבלעם. זיי האבן אפראווט די נייע סיסטעם אן פארלאנגען פרישע טרעינונג פון פילאטס.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:41 pm

SPUSMN האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ווייל באוינג שרייט אז די אלע דריטע וועלט און ביליגע עירליינס שפארן צייט מיט טרעינינג פאר די פארגעשריטענע פליגערס און דאס פאראורזאכט אז די פיילאטן ווייסן נישט וואס צו טוהן ווען זיי האבן א פראבלעם,

בקיצור באואינג וויל אז אלע פילאטען זאלען זיין אקראבאטען און קענען מאכען טאמבעל סאוסעס אין דער ליפטען.

יארען צוריק געדענק איך פארען מיט א 747 וואס אז שויו געוווען עטליכע אין דרייסיג יאר אלט און איך האב געציטערט ווען כ'האב עס געהערט. אלע שרויפען האבען זיך געשאקעלט ווען עס איז געפארען אויפעם ראן וועי און זיך אויף געהויבען. דער ערעפלאן האט מען געזאגט האט שוין באקומען א נייע מאטאר (אויב נישט דער דריטע) און דארף נישט זיין א פראבלעם. דער 747 ערעפלאן איז געבויעט סימפעל און ארבעט ווי עקספעקטעד אן קיין חכמות, און אפילו אלט, קען ער טראגען די גאנצע וואג און ליגען פעסט אין דער ליפטען.

איך מין אז דאס זאל זיין דער באראמעטער; מען דארף פרעגען באואינג צו דער ערעפלאן וועט אין 35 יאר ארום זיין פינקט אזוי סעיף ווי יעצט; און אויב נישט איז עס "יעצט" אויך נישט גענוג סעיף. מען שפילט נישט ראשען ראולעט מיט פליען מענטשען מהכא להתם. נעם טייערער און מאך עס סעיפער; נישט שפאר געז און מאך עס ווייניגער סעיף.

ווייסט ווי סך א פליגער קאסט?
דו מיינסט טאקע אז מען צאלט אזוי פול געלט פאר א דיספאזעבאל פליגער?

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:49 pm

ליבי אומר לי אז דא ליגט די אלטע מלחמה איבער די עראפלאנען אינדאסטריע.
אמעריקא האט און שטיפט שטארק באוינג, און אייראפע עירבאס. סא יעצט שפילן זיי פאליטיק, אדער ווילען זיי פשוט "ביזנעסווייז" אוועקנעמען די וועלטליכע קאנפידענץ און באוינג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, חלה, שכל טוב און 28 געסט