אימפיטשמענט - דעמעקראטען קאמיטי אויספארשונגען קעגן טראמפ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:05 pm

דאס וואלט געווען גענוג ביי דיר?

איך בין אבער נישט זיכער אויב ביי די בעיז.

איך קען זעהן דעם עולם ביי ראליס שרייען, העק דעם אפ! העק דעם דאון!
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:07 pm

צל כאפסט נישט מיין פוינט, פעלאוסי זאגט אז כדי צו אימפיטשן דארף זי א קלארע זאך אז א נארמאלער מענטש זאל נישט האלטן אז סאיז געטריבן בלויז צוליב אנטי טראמפ בייעס

זי האט נישט געמיינט א זאך וואס רעפובליקאנער זאלן אפראוון וייל זי קעירט נישט וואס זיי זאגן ווען זי האט א קליער קאט עווידענס פון א קליער קאט קריים!

איך האב דיר געגעבן א משל פון מוללער זאל ווען קאנפירמען די באזפיעד סטארי אז טראמפ האט געהייסן כהן ליגנט זאגן, טאמער דאס זאל ווען געשען וואלט פעלאוסי אומצוויידייטיג אימפיטשד! ליידער לדאבונה איז דא נישט דא דערווייל

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:19 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס וואלט געווען גענוג ביי דיר?

איך בין אבער נישט זיכער אויב ביי די בעיז.

איך קען זעהן דעם עולם ביי ראליס שרייען, העק דעם אפ! העק דעם דאון!

דאס זאג איך דיר דאך. אויב וועט מען טרעפן אזאנס, אדער אזוי ווי @קהל שרייבט, אז מען וועט טרעפן עווידענס אז ער האט געהייסן קאהען ליגנט זאגן, גייט פעלאוסי אויפברענגען אימפיטשמענט, אפגעזעהן וואס די רעפובליקאנער גייען זאגן, עס איז כמעט קיין פראגע.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:21 pm

נישט אמת, זי האט אנדערש געזאגט.

איך ברענג ענק די גאנצע זאך וואס זי האט געזאגט, איך טייפ עס ספעשל פאר ענק.

וואפא רעפארטער: עס איז געווען פארמערנדיגע רופן, אריינגערעכנט פון געוויסע אין דיין קאוקעס, פאר אימפיעטשמענט פון דעם פרעזידענט.

ספיקער פעלאוסי: "איך בין נישט פאר אימפיעטשמענט." דאס איז נייעס, איך וועל דיר געבן עפעס נייעס דא יעצט ווייל איך האב עס נאכנישט געזאגט צו קיין שום פרעסע פערזאן בעפאר. אבער זינט דו האסט געפרעגט, און איך האב געקלערט וועגן דעם: אימפיעטשמענט אז אזוי צוטיילנד צו דעם לאנד אז חוץ אויב עס איז דא עפעס אזוי איבערצייגנד [קאמפעלינג] און איבערנעמנדיג און בייפארטיזען, קלער איך נישט אז מיר זאלן גיין די וועג, ווייל עס צוטיילט דאס לאנד. און ער איז פשוט נישט ווערט.


"I'm not for impeachment," Pelosi said. "This is news. I'm going to give you some news right now because I haven't said this to any press person before. But since you asked, and I've been thinking about this: Impeachment is so divisive to the country that unless there's something so compelling and overwhelming and bipartisan, I don't think we should go down that path, because it divides the country. And he's just not worth it."
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:30 pm

מאכסט מיר לאכן זי האט געזאגט צוויי טעמים אין איין רגע!because it divides the country. And he's just not worth it

דו נעמסט אן אירע ווערטער זייער ערנסט כאילו זי וואלט געווען א ראשון. איך בין פאזיטיוו אז אויב זאל זיין אזא זאך ווי איך שרייב אויבן מיט כהן וועט זי יא אימפיטשן און מיט רעכט אפילו אויב רעפובליקאנער שרייען דערקעגן, ווייל דער אמת איז אז סאיז אימפיטשטעבל און דאס וועט זיך נישט שלעכט אפרופן אויף די דעמאקראטן נאר אויב עפעס פארקערט

נאר וואס דען ווילאנג סאיז דיבעיטעבל און א נארמאלע דזשורי וואלט נישט קאנוויקטעד וועט עס בעקפייערן און מיט רעכט! און דאס וויל זי נישט

ביי די וועי איך האלט 100% ווי פעלאוסי יעצט און אויב סוועט זיין א קלארע קריים וועל איך נישט האבן טענות אויף קיין איין דעמאקראט פארן אימפיטשן ווייל דאס איז די פארשריפטן פון פאליטיק אין אמעריקא

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:32 pm

ביקאז איז די סיבה, ענד איז א פאטש פארן פרעזידענט.

אבער דו האסט יעצט די ערשטע מאל געזען די סטעיטמענט, איא?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:33 pm

צל עובר האט געשריבן:ביקאז איז די סיבה, ענד איז א פאטש פארן פרעזידענט.

אבער דו האסט יעצט די ערשטע מאל געזען די סטעיטמענט, איא?

געזעהן יא אבער כאב שוין געהערט געשטעטנערן פארלערנען די גאנצע תשובה

וואסערע פאטש איז דאס? זי זאגט אז ער איז נישט ווערט קיין אימפיטשמענט דערווייל.

אחוץ אויב דו פארשטייסט עס אנדערש, כאפעך נישט וואס זי רעדט דעמאלט.

סטאיער פארשטייט עס אזוי וווי איך דאכצעך, אזוי זעט אויס פון זיינע קללות

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

זי איז טאקע נישט קיין ראשון, אבער יא א קלוגע עקספיריענסד פאליטישען. וואס האט געוואלט קלאר מאכן א זאך.

איך מיין בעיקר די זאכן וואס זי זאגט אז עס פעלט זיך אויס, אירע ווערטער: unless there's something so compelling and overwhelming and bipartisan, אידיש, אנלעס עס איז דא עפעס אזוי....

1)קאמפעלינג, דהיינו קלאר בלתי שום ספק.
2)אווערוועלמינג, דהיינו א גראבע עבירה, נישט עני קריים.
אויף אזא לעוועל אז...
3) בייפארטיזען, דהיינו אסאך רעפאבליקאנער וועלן רופן פאר אימפיעטשמענט.

עס איז אזוי שווער צו פארשטיין אזאנע פשוטע זאכן וואס איך שרייב שוין צוויי וואכן?

נאט ווארט איט, מיינט ער איז נישט אזויפיל ווערט, פרעג עני אנטי טראמפ, דאס איז די טייטש אין אנטי טראמפ שפראך.

אפילו סטייער פארשטייט אויך אזוי, ובלשונו בערך פון זכרון: ער איז אפשר טאקע נישט ווערט, אבער דזשאסטיץ איז נאך ווערט אימפיעטשמענט, עאאטנ"וו אבער דאס לאנד אנוו"א, און אזוי אפאר זאכן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:44 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:42 pm

פון א אנדערע אשכול נעכטען אדער צוויי טאג צוריק:
קהל עדתינו האט געשריבן:הערט א דירעקטן פארלאנג פון אדם שיף (א באהיימישער..)
Michael Cohen voluntarily testified under oath and provided corroborating evidence, so people can judge his credibility. Trump believes he’s under no obligation to be honest with the public, and refuses to testify. To find out the truth, Mueller should compel his testimony.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווואסססס? כ'קעניש גלייבן... כ'זעה באריכטעט אז שיף זאגט אז מוללער מאכט א מיסטעיק מיטן נישט אינטעוויאען טראמפ... מ'מעג שוין רעדן אויף מוללער?

https://www.washingtonexaminer.com/news ... under-oath

היוצא לנו מזה אז דער סיבה וואס אדם שיף וויל אז מוללער זאל נעמען טראמפ אויף א קרייץ פארהער ווי א פאלנע קרימענאל, איז ווייל מוללער האט גארנישט מיט וואס מען קען אימפיעטשען טראמפ, און שיף האפט אז היות טראמפ באהאלט הענקי פענקי זאכען (נישט דוקא קיין קריים) און וועט מוזען זאגען ליגענט דא און דארט, וועט אים מוללער קענען שטעלען צום וואנט אז עס איז געווען דינסטיג און נישט מיטוואך; ער האט זיך נישט געטראפען מיט יענעם, אבער זיך יא געטראפען מיט יענעם, און אזוי ווייטער, און מען וועט זיכער מאכען אז דער פרעזינדענט זאך זיך פורדזערען כאטש דריי מאל און האבען א קעיס פאר אימפיעטשמענט.

איך האב עס דענמאלט געוואלט שרייבען נאר נישט אנגעקומען, אז פון אדם שיף'ס צער אז מוללער פארלאנגט נישט דירעקעט טעסטימאני פונעם פרעזידענט, איז פראף-פאזיטיוו אז מוללער האט נישט די סחורה וואס זיי האבען געהאפט, און אז דער אינשורעס פאליסי אינטערגעשטעלט פון קאומי, מעקעיב, קלעפער, ברענאן, קען מען נישט אריין קעשען אפילו נישט פאר דער קעש וועליו.

דער מוללער אויספארשונג, א דירעקטע אינסטאלאציע פון די דיעפ סטעיט און זייער לעצטע שטרוי, לאזט זיך אויס אלס איין גרויסע קאנע פון ווערים. און יעצט גייען קומען די ביכער און אונז געבען די טאג ביי טאג, מיניט ביי מיניט דיטאלען ווי זיי האבען גע'ארבעט אומצוברענגען די קאנדידאטור פון טראמפ און נאך דעם אים פטור ווערען.

און יעצט צו פאלאסי... (היינו הך, פאלאסי איז געקומען צום זעלבען החלטה ווי שיף אז דער באן פון קאלושען האט געזינקען)
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:44 pm

אויב שטעלט זיך ארויס אז טראמפ האט קאלאדעט מיט רוסלאנד בינעך מסכים אויף אימפיטשמענט.

קאלאזשען מיינט ביי מיר אז טראמפ אדער עקזעקאטיווס אינערהאלב זיין קאמפיין האבן געארבעט האנט ביי האנט מיט רוסישע אגענטן מטעם זייער גאווערמענט צו העלפן טראמפ געווינען. [אפילו ס׳איז נישט קיין קריים!]

און אויב איז טראמפ אדער עקזעקאטיווס אינערהאלב זיין קאמפיין געווען פארמישט אין די העקינג אויף די DNC, זאל ער ווערן אנגעקלאגט.

און אויב טרעפט מען נישט גארנישט, איז טייטש אז די דעמעקראטישע לידערשיפ איז טיף פארשימעלט און קאראפטירט, איך וועל ווידערערוועלן טראמפ אפילו ער איז א משוגענער און א פירסט דעגרי שקרן. עטליסט איז ער אויסגעהאלטן.

———

האקט

——

האקט ווידער
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:45 pm

@צל, איך פרוביר צו טראכטן וויאזוי מען מאכט סענס פון זאגן "ער איז נישט ווערט אימפיטשמענט", אז עס זאל מיינען עס קומט זיך אים נישט די כבוד פון ווערן אימפיטשט.

ווען דו האסט א ערקלערונג, ביטע טייל עס מיט.

תודה למפרע.

האקט האקט האקט
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:49 pm

@טשאדעלע, אקעי, אבער ביז קאלוזשען ביזטו מודה אז עס איז דא גענוג קריימס אריינגערעכנט אבסטראקשן וואס וואלט דיר נאכנישט געמאכט מסכים זיין, איא?

וואס הייסט אנגעקלאגט, מען קען אים דאך נישט אנקלאגן?

מיינסט אימפיעטשן און אנקלאגן נאכדעם?

מסכים מיינט רופן פאר אימפיעטשמענט? אדער בלויז פארשטיין אויב מען טוט עס? עס וואלט דיר געמאכט ווערן אנטי טראמפ?

@בוידעם, עס איז קלאר אז דאס מיינט עס, ווי להבדיל א נאצי זאל זאגן פאר א איד: ביזט נישט ווערט קיין קויל.

קיינער אויף CNN אדער MSNBC נעכטן, אריינגערעכנט סטייער, איז ניטאמאל געווען מסופק.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:51 pm

צל עובר האט געשריבן:ביקאז איז די סיבה, ענד איז א פאטש פארן פרעזידענט.

מיט וואס איז א פאטש פארן פרעזידענט?
אבער דו האסט יעצט די ערשטע מאל געזען די סטעיטמענט, איא?

אניין.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:52 pm

זאגן אז ער אזוי גארבידזש, אז ער איז נישט ווערט אימפיעטשמענט.

דאס איז א אינסאלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:52 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קאנגרעס ספיקער פעלאוסי איז היינט געפרעגט געווארן וואספארא באווייזן די הויז איבערזיכט קאמיטעי פארמאגט וואס צייגט אז טראמפ האט מעגליך באגאנגען א עוולה, זיי צו געבן קאנסטעטוציענאלע רעכט צו עפענען א אויספארשונג, און צו ס׳איז אפשר מעגליך אז די קאמיטעי ציעט איבער דעם שטריק.

פעלאוסי ענפערט:

״ניין, דאס איז אינזער קאנסטעטוציענאלע רעספאנסעביליטי, צו האבן איבערזיכט אויף די עקזעקעטיוו ברענטש, און די באווייזן וואס זיי גייען האבן וועט זיין דאס וואס זיי גייען שאפן ביים אויספירן זייער איבערזיכט אויפגאבע. און איך סאלוד דעם קאמיטעי פאר זייער אקט״.

מיט דעם באשטעטיגט פעלאוסי אז ס׳איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף קיין שום עוולה וואס טראמפ האט באגאנגען, און אז ס׳איז נישט דא קיין שום סיבה צו אינפיטשטען דעם פרעזידענט.

אזוי אויך קוקט אויס אז זי וויסט נישט די חילוק אין אפטייטש צווישן ״איבערזיכט״ און ״אויספארשונג״.

א פחד נורא וואס דא טוצעך.

דריפ..

פעלאוסי האט היינט אין א לענגערע אינטערוויאו שטארק ארויסגעטרעטן קעגן אימפיטשמענט, זאגענדיג אז ס׳קומצעך נישט פאר טראמפ צו ווערן אימפיטשט.

שפעטער איז זי איבערגעפרעגט געווארן דורך א ריפארטער אויב זי איז טאקע ביי די מיינונג אז טראמפ טאר נישט אימפיטשמענט ווערן, האט זי איבערגע׳חזר׳ט איר שטעלונג זאגענדיג, אז ״ס׳זענען געווען אזאנע וואס האבן געוואלט אימפיטשן פרעזידענט בוש פארן אנהויבן די איראקער מלחמה, און אז זי איז דאן אויך געווען דערקעגן. און ווילאנג ס׳איז נישטא קיין שום באווייז אז טראמפ זאל האבן באגאנגען סיי וואספארא אומרעכט, קען אימפיטשמענט נאר גורם זיין צוטיילונג אין לאנד״.

——

פרעגסט מיר?.. עפעס מאכט דא נישט קיין סענס. פעלאוסי איז נישט קיין גרויסע צאדייקעס. איז וואס איז היינט געשעהן?

לאמיר פראבירען ענטפערען וואס קען זיין איז דא היינט געשעהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:54 pm

צל עובר האט געשריבן:זי איז טאקע נישט קיין ראשון, אבער יא א קלוגע עקספיריענסד פאליטישען. וואס האט געוואלט קלאר מאכן א זאך.

איך מיין בעיקר די זאכן וואס זי זאגט אז עס פעלט זיך אויס, אירע ווערטער: unless there's something so compelling and overwhelming and bipartisan, אידיש, אנלעס עס איז דא עפעס אזוי....

1)קאמפעלינג, דהיינו קלאר בלתי שום ספק.
2)אווערוועלמינג, דהיינו א גראבע עבירה, נישט עני קריים.
אויף אזא לעוועל אז...
3) בייפארטיזען, דהיינו אסאך רעפאבליקאנער וועלן רופן פאר אימפיעטשמענט.

עס איז אזוי שווער צו פארשטיין אזאנע פשוטע זאכן וואס איך שרייב שוין צוויי וואכן?

נאט ווארט איט, מיינט ער איז נישט אזויפיל ווערט, פרעג עני אנטי טראמפ, דאס איז די טייטש אין אנטי טראמפ שפראך.

אפילו סטייער פארשטייט אויך אזוי, ובלשונו בערך פון זכרון: ער איז אפשר טאקע נישט ווערט, אבער דזשאסטיץ איז נאך ווערט אימפיעטשמענט, עאאטנ"וו אבער דאס לאנד אנוו"א, און אזוי אפאר זאכן.

איין זאך בין איך מחולק בייפארטיזען מיינט אז א רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז סאיז א אימפישטעבל קריים אפגעזעהן צו רעפובליקאנער רופן פאר אימפיטשמענט אדער יא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:55 pm

צל, ווי אין די וועלט קומט דא אריין אבסטראקשן?..

איך ווייס גראדע יא ווי, און טאקע דאס האבעך געמיינט מיט מיין תגובה פריער אין טאג. די (פעלאוסי) קומען מיט די הנחה אז ס׳איז דא א קריים, אבער נישט גענוג געדעכט, נישט עפעס וואס קען ברענגען א בייפארטיזן אימפיטשמענט.. העלאו?.. ס׳איז נישטא גארנישט! א סקאנדאל פרייע אדמיניסטראציע!

און די ״אנגעגעבענע עקסקיאז״ פארוואס זי וויל נישט אויפברענגען אימפיטשמענט, ווייל ס׳איז א פאליטישע קאלקאלעישן איז אמת. ס׳איז אבער נישט אמת, ווייל ווען סוואלט געווען אפילו א קליינעקייט וואלט זי ״יא״ אויפגעברענגט אימפיטשמענט, און אויב נישט וואלצע עס צוריקגעוויזן הערשט נאך א מעכטיגע מוללער אינדייטמענט ריפארט - ווי ער קלאגט טראמפ אויף די נישט_גענוג_אימלישטמענט_ריזענבל_קריים.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:55 pm

צל עובר האט געשריבן:@טשאדעלע, אקעי, אבער ביז קאלוזשען ביזטו מודה אז עס איז דא גענוג קריימס אריינגערעכנט אבסטראקשן וואס וואלט דיר נאכנישט געמאכט מסכים זיין, איא?

וועלכע אבסטראקשן? אז דו וועסט טרעפן עכטע אבסטראקן נישט פייערן קאומי וועל מיר אלע מסכים זיין. אונז זעמער נישט אזוי בלינד ווי די אנטי טראמפער'ס און די סיבה פארוואס מיר זענען נישט מסכים עז אף נאו איז, ווייל עס איז נישטא קיין הארטע באווייזן.
זאל ווען זיין הארטע באווייזן, אימפיטשט אים פעלאוסי רייט נאו! אפי' עס וועלן זיין וואס וועלן נישט וועלן, און אפי' עס וועט צעטיילן דאס לאנד...



מען האקט..

WOW מען האקט און האקט דא..
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:56 pm

צל עובר האט געשריבן:זיך איינברעכן ביי די דעמאקראטן איז לכאורה נישט גענוג היינטיגע צייטן.

פעלאוסי נוצט די איראקע מלחמה פאר א משל, ווייל דעמאלטס האבן אירע משוגעים פארלאנגט אימפיעטשמענט, און זי האט קלאר געמאכט אסז מען וועט נישט. מיט דעם איז עס אזוי ווי דעמאלטס.

זי האט אבער בכלל נישט געהאלטן אז עס וואלט געווען נארמאל, אז עס איז זיך געקומען פאר בוש, אז עס איז געווען קריים'ס, אז ער איז א שטיק קארופציע, משא"כ יעצט.



אויב די IRS האט מודה געווען צו טארגעטן קאנסערוועטיווס און מאט נישט געשטעלט קיין ספעשל קאנסיל דערויף, פארוואס זאל זיך איינברעכן זיין א קריים?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:58 pm

דא האסטן פון סטייער מקען לכאורה אים אויך אפלערנען אויף צוויי ועגן... וואו בין איך..
"He’s just not worth it?" Is defending our legal system “worth it?" Is holding the President accountable “worth it?" Is doing what’s right "worth it?" Or shall America just stop fighting for our principles and do what's politically convenient?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:59 pm

דאס האבעך געמיינט, @וויכטיג מאכער האלט נישט אז מען וואלט געדארפט אימפיעטשן טראמפ אויב ער וואלט זיך איינגעבראכן, דאס מיינט אז אין אזא פאל, לוינט נישט פאר פעלאוסי צו אימפיעטשן.

@קהל, ווי אזוי נאך קען מען לערנען אין סטייער'ס ווערטער, בד"וו, איך האב עס געהערט פון אים, נישט געליינט.

פארשטייטס אויך אז פון די אנדערע זאכן ווי טראמפ רעדט ער בשבח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:04 pm

נאך א פשט איז....

ניט לערנט אפ פעלאוסי'ן אנדערש ווי ביידע..
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-03-12 he's just not worth it - Google Search.png
Screenshot_2019-03-12 he's just not worth it - Google Search.png (7.74 KiB) געזעהן 108 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:07 pm

שקר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קאנגרעס ספיקער פעלאוסי איז היינט געפרעגט געווארן וואספארא באווייזן די הויז איבערזיכט קאמיטעי פארמאגט וואס צייגט אז טראמפ האט מעגליך באגאנגען א עוולה, זיי צו געבן קאנסטעטוציענאלע רעכט צו עפענען א אויספארשונג, און צו ס׳איז אפשר מעגליך אז די קאמיטעי ציעט איבער דעם שטריק.

פעלאוסי ענפערט:

״ניין, דאס איז אינזער קאנסטעטוציענאלע רעספאנסעביליטי, צו האבן איבערזיכט אויף די עקזעקעטיוו ברענטש, און די באווייזן וואס זיי גייען האבן וועט זיין דאס וואס זיי גייען שאפן ביים אויספירן זייער איבערזיכט אויפגאבע. און איך סאלוד דעם קאמיטעי פאר זייער אקט״.

מיט דעם באשטעטיגט פעלאוסי אז ס׳איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף קיין שום עוולה וואס טראמפ האט באגאנגען, און אז ס׳איז נישט דא קיין שום סיבה צו אינפיטשטען דעם פרעזידענט.

אזוי אויך קוקט אויס אז זי וויסט נישט די חילוק אין אפטייטש צווישן ״איבערזיכט״ און ״אויספארשונג״.

א פחד נורא וואס דא טוצעך.


דריפ..

פעלאוסי האט היינט אין א לענגערע אינטערוויאו שטארק ארויסגעטרעטן קעגן אימפיטשמענט, זאגענדיג אז ס׳קומצעך נישט פאר טראמפ צו ווערן אימפיטשט.

שפעטער איז זי איבערגעפרעגט געווארן דורך א ריפארטער אויב זי איז טאקע ביי די מיינונג אז טראמפ טאר נישט אימפיטשמענט ווערן, האט זי איבערגע׳חזר׳ט איר שטעלונג זאגענדיג, אז ״ס׳זענען געווען אזאנע וואס האבן געוואלט אימפיטשן פרעזידענט בוש פארן אנהויבן די איראקער מלחמה, און אז זי איז דאן אויך געווען דערקעגן. און ווילאנג ס׳איז נישטא קיין שום באווייז אז טראמפ זאל האבן באגאנגען סיי וואספארא אומרעכט, קען אימפיטשמענט נאר גורם זיין צוטיילונג אין לאנד״.

——

פרעגסט מיר?.. עפעס מאכט דא נישט קיין סענס. פעלאוסי איז נישט קיין גרויסע צאדייקעס. איז וואס איז היינט געשעהן?

מכאן ראיה נו פיר ביטע אויס.......

מכאן ראיה אז זי האט דא שטארקע חשבונות און קען זיין אז זיי זענען ריכטיגע.

דאס ווייסען מיר שוין אז סיי שיף און זיי פאלאסי וואס ווייסען וואס עס טוהט זיך אין מוללערס אפיס, ווייסען אז ס'קומט נאר שמוץ אויפען פרעזידענט אבער מען האט אים נישט געקענט צאם ברענגען דירעקט מיט פוטין, און אז מענפארט, כאטש פון זיין א באצאלטע לאביאיסט פאר רוסלאנד, האט גארנישט מיט טראמפ דירעקט, כאטש וואס די רוסען האבען גע'ארבעט אז טראמפ זאל געווינען און טראמפ האט געקענט באשטיין ווי ער האט געקענט באשטיין ווער עס וויל אים העלפען און אפילו זיך געבעטען אויף די אפענע מייקס צו רעליסען קלינטאן'ס אימעילס. דאס איז נישט קיין פארברעכען כאטש עס איז זייער נישט שיין; אבער קלינטאן איז נישט בעסער; זי איז אויך געווען גרייט צו באקומען הילף פון פון דזאסט עבאוט עהניבאדי, און ספעיעל פון אבאמא מיט דער דיעפ סטעיט; נאר זי האט עס געטוהן באהלטענהייט, און וואס "זיי" האבען געטוהן איז יא א קריים און א קריים עגענסט דע עמעריקען פיעפאל.

יעצט וואס איז איר פלאן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:08 pm

@עדותינו, עס איז א מליצה פון זיי, "הי" מיינט מען זיכער דעם פרעזידענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:09 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס האבעך געמיינט, @וויכטיג מאכער האלט נישט אז מען וואלט געדארפט אימפיעטשן טראמפ אויב ער וואלט זיך איינגעבראכן, דאס מיינט אז אין אזא פאל, לוינט נישט פאר פעלאוסי צו אימפיעטשן.

עס לוינט זיך יא און זי גייט עס טוהן.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד, בבל, דירות קאנטעסט, יאנקעל פעדראטשיק, נו שוין, קדוש ונורא, קנעטענע קיגעל און 51 געסט