אימפיטשמענט - דעמעקראטען קאמיטי אויספארשונגען קעגן טראמפ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

אימפיטשמענט - דעמעקראטען קאמיטי אויספארשונגען קעגן טראמפ

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:46 pm

די דעמעקראטען אין קאנגראס האבן היינט דינסטאג גענימען די ערשטע בעבי סטעפ צו א אויספארשנוג וואס זאל פירען צו די אימפיטשמענט פטן פרעזידענט טראמפ.

דשערי נאדלער Judiciary Chairman האט ארויסגעשיקט בריוון פאר 81 מענטשן פארלאגענדיג פאפירען ארום פרעזידענט טראמפ, ער האט געשיקט די בריוון צו יעדעם איינעם ארום טראמפ יעצט ובעבר, ער האט געשיקט צו זיינע זיינע ביזנעס איינגעשטעלטע, קאמפיין איינגעשטעלטע, איינשווערנוג, ווייסע הויז, דשאסטיס דעפארטמענט, פאמיליע, און נאך, ער פארלאנגט צו האבן ענטפערס ביז צוויי וואכען.

ער גייט פארשן קארופציע, אבסטראקשן אף געזעץ, קרימינעל אקטיוועטי, און סיי וואס עס קומט אינטער.

#אנגרייטען-די-פאפקארן, עס קומט א לאנגע רייזע.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:51 pm

ריעל ריעל ביגינונג אוו די ענד....
. . . . . . .

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:51 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די דעמעקראטען אין קאנגראס האבן היינט דינסטאג גענימען די ערשטע בעבי סטעפ צו א אויספארשנוג וואס זאל פירען צו די אימפיטשמענט פטן פרעזידענט טראמפ.

דשערי נאדלער Judiciary Chairman האט ארויסגעשיקט בריוון פאר 81 מענטשן פארלאגענדיג פאפירען ארום פרעזידענט טראמפ, ער האט געשיקט די בריוון צו יעדעם איינעם ארום טראמפ יעצט ובעבר, ער האט געשיקט צו זיינע זיינע ביזנעס איינגעשטעלטע, קאמפיין איינגעשטעלטע, איינשווערנוג, ווייסע הויז, דשאסטיס דעפארטמענט, פאמיליע, און נאך, ער פארלאנגט צו האבן ענטפערס ביז צוויי וואכען.

ער גייט פארשן קארופציע, אבסטראקשן אף געזעץ, קרימינעל אקטיוועטי, און סיי וואס עס קומט אינטער.

#אנגרייטען-די-פאפקארן, עס קומט א לאנגע רייזע.



#
Beginning of the end

:lol:

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:53 pm

פארוואס גייט דאס ברענגען אימפיטשמענט מער פון די מוללער אינוועסטיגאציע?
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:56 pm

רוב זאכן זענען זאכן וואס מוללער האט שוין, נאדלער האט נאר מורא אז ער גייטעס נישט קריגן דורך מוללער ווילער עס האבן אויף דעם אופן...

סיז נישט ווערד די טינט איבערצושרייבן די אביוז אוו פאוער וואס דא גייט פאר! ניטאמאל איז די מוללער ריפארט דאן, און לויט אלע אנדייטונגען איז קיין קעלוזשן נישט געווען, גייט מען צו די נעקסטע אויספארשונג... ניטאמאל קיין אנטשולדיגונג, א חודש ברעיק... גאניש! אבער ווי געזאגט, א שאד יעדעס ווארט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:18 am

אנביליוויבעל אנריעל מ'רודפט א מענטש נאר ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס

דעמאקראטיע דעמאקראטיע ווי שיין ביסטו אמאל געווען

שוין געווען אזאנס אין היסטאריע פון אמעריקא פלעין ארויסצוגיין זוכן אלטע עבירות אויף א פרעזידענט ?

קושטא
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:28 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:רוב זאכן זענען זאכן וואס מוללער האט שוין, נאדלער האט נאר מורא אז ער גייטעס נישט קריגן דורך מוללער ווילער עס האבן אויף דעם אופן...

סיז נישט ווערד די טינט איבערצושרייבן די אביוז אוו פאוער וואס דא גייט פאר! ניטאמאל איז די מוללער ריפארט דאן, און לויט אלע אנדייטונגען איז קיין קעלוזשן נישט געווען, גייט מען צו די נעקסטע אויספארשונג... ניטאמאל קיין אנטשולדיגונג, א חודש ברעיק... גאניש! אבער ווי געזאגט, א שאד יעדעס ווארט!

די פראבלעם איז דא, אז טראמפ לאזט זיך שפייען און טוט גארנישט אויף צוריק. מ'קען ווען נעמען אזא נאדלער און זיך נעמען זוכן שמוץ אויף אים, וואס מ'קען דאך אויף יעדעם טרעפן, אויספרעגן אין קאנגרעס, און דערנאך קלאגן פאר פוירדשערי.

בקיצור, אלעס וואס די עף בי איי טוט מיט די טראמפ מענטשן די לעצטע צוויי יאהר קען מען דאך באמת טוהן מיט יעדן איינציגען אמעריקאנער בירגער.
ווי אזוי האט טראמפ געזאגט נאך די פארגאנגענע וואלן
'We can play the game too' אבער אויף דערווייל זענען די דעמאקראטן אליינס אויפן געים בארד.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:36 am

לויט די פלאן וואלט ווען ארויס געקומען די ריפארט און טראמפ וואלט געדארפט ארבעטן שווער עס צי האלטן אויפן אויבערפלאך ווען עס קומט דער נייער עלעקשאן סייקעל, יעצט קומן זיי און העלפן איהם ארויס מיט א נייער שאוי.

דעתי העני איז אז עס גייט איהם נאר העלפן

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:38 am

קיינער זאל זיך נישט שפירען געטראפען, אלע טראמפ ארג. אימעיל זענען נעכטען מיסטעריעז פארשוואונדען געווארען, א חלק איז פארלוירען און א טייל איז געווארען בטעות געבליעטשט מיט עסיט.

די זאכען וואס מען טרעפט יא האט אין זיך נארישע דיסקאושענס ווי למשל חתונות און עקסערסייז, און די צוויי דריי אימעילס וואס איז יא א פראבלעם קען מען נישט ארויסזעהן די אינטענט צו ברעכן די געזעץ.

און די צוויי מענטשען וואס מען וועט שוין יא טרעפן אויף זיי עפעס הארבע קלאגעס, איינער וועט פטור ווערן דורעך עקזעקיוטיוו פריוועליזש און דער צווייטער דורעך אימיונעטי, און אויף אזא מהלך קען מען האבען א סקאנדאל פרייע אדמיניסטראציע.

הארעי פאר טראמפ!
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

קושטא
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:51 am

שליו ודגים האט געשריבן:אנביליוויבעל אנריעל מ'רודפט א מענטש נאר ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס

דעמאקראטיע דעמאקראטיע ווי שיין ביסטו אמאל געווען

שוין געווען אזאנס אין היסטאריע פון אמעריקא פלעין ארויסצוגיין זוכן אלטע עבירות אויף א פרעזידענט ?

די איראן-קאנטראס אויספארשונג אויף די רעיגן אדמיניסטראציע, איז נישט געווען קיין סאך הונטערשטעליג מיטן שקר און רשעות צוגאנג, ווי די טראמפ-ראשע אויספארשונג.

כך דרכם פון די בני עשו מאז ומקדם, מ'גנבט און מ'רצח'ט, אבער אלעס גייט אונטערן נאמען פון יוסטיץ.

מדרש רבה פר' תולדות
מָה חֲזִיר הַזֶּה בְּשָׁעָה שֶׁהוּא רוֹבֵץ הוּא מְפַשֵׁט אֶת טְלָפָיו כְּלוֹמַר שֶׁאֲנִי טָהוֹר, כָּךְ מַלְכוּת הַזֹּאת הָרְשָׁעָה גּוֹזֶלֶת וְחוֹמֶסֶת נִרְאֵת כְּאִלּוּ מַצַּעַת אֶת הַבִּימָה. למשפט, לדון את הגזלנים.

99% פון אלע פראסעקיוטערס און דשאדשעס אין אמעריקע זענען איין שטיק מאפיע באנדע. גארנישט מער.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:52 am

אבסטראקשן, עביוז אוו פאוער, קאראפשען.. אהן קיין שום עוועדענס, בשעת א ספעשיל קאונסיל אויף א האוקס... פוי!

איינמאל מוללער קומט ארויס מיט זיין ריפארט גייט טראמפ זיי אלע שטויסן פון אינטן. ער גייצעך מער נישט לאזן! ער האט שוין אריינגעשטעלט א נייעם אטורני דזשענעראל, פון קיין פרישע ספעשעל קאנסיל ברויך ער נישט מורא צו האבן.

ער האט אבער פון וואס צו ציטערן איינמאל ער גייט ארויס פון אפיס. צו אין צוויי יאר, צו אין פיר יאר. די רוסישע דעמעקראטן וועלן זיך נוקם ונוטר זיין אינעם, אזאש ער וועט חרטה האבן פארן לויפן לכתחילה.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מארטש 05, 2019 12:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:53 am

....פיר מיט א האלב, פינף, זעקס, זיבן, אכט, אכט מיט א האלב, אכט מיט א דריי פערטל, ניין, ניין מיט צוויי דריי פערטלעך, אויב וועל איך האלטן ביי צען אין מען וועט נאך אלץ נישט אראפווארפן טראמפ פון בענקל, מען וועט איהם נאך אלץ נישט טרעפן שילדוג מיט א שווערע פארברעכן וועל איך דארפן ציילן ביז עלף אדער גאר צוועלף צו דרייצן, אין דעמאלטס וועט זיין אך-אין-וויי, מען וועט דארפן ציילן פערצן, פופצן און ווער ווייסט ביז ווי?!....
דאס הייסט פראפעצינאלע לידערשיפ??? פאר דיע באנדיטן שטימען מיר?
איינלאדענונג: יולי דעם פערטן, א מעכטיגע פארדע צו צייגן די שטארקייט פון מיין מלוכה, וואשינגטאן עיר הבירה, רעזעווירט דעם דאטום!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:02 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איינמאל מוללער קומט ארויס מיט זיין ריפארט גייט טראמפ זיי אלע שטויסן פון אינטן. ער גייצעך מער נישט לאזן! ער האט שוין אריינגעשטעלט א נייעם אטורני דזשענעראל, פון קיין פרישע ספעשעל קאנסיל ברויך ער נישט מורא צו האבן.

כ'וואלט אויך געוואלט אזוי

די פראבלעם איז אז ס'גייען זיין אפאר רעפאבליקאנער פערדן וואס גייען אים נישט לאזן שטויסן ווייל וואטעווער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:06 am

ס׳גייט אים אפשר ברענגן פראבלעמען אויך, אבער מער גוטע פראבלעמען ווי שלעכטע.

א ספעשעל קאונסיל גייט נישט זיין, די דזשאסטעס דעפארטמענט וועט זיך דאס מאל יא האלטן צום קאנסטעטוציע און נישט אויספארשן מענטשן בעיסד אויף זייער פאליטישע סטעטאס. דאס מיינט אז א איבערשפיל פון פאול מענעפארט, מייקל פלין, פאפאדאפעלעס, קאהען.. וכו.. גייט נישט זיין!

אויב די דעמעקראטן ווילן קענען זיי סובפינען דאקאמענטן, אראפ רופן צו אינטערוויאו׳ס, ארויסגעבן מעמאוס.. בעיסיקלי, פארזיכערן טראמפ׳ס צווייטע טורם!
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:13 am

שליו ודגים האט געשריבן:אנביליוויבעל אנריעל מ'רודפט א מענטש נאר ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס

דעמאקראטיע דעמאקראטיע ווי שיין ביסטו אמאל געווען

שוין געווען אזאנס אין היסטאריע פון אמעריקא פלעין ארויסצוגיין זוכן אלטע עבירות אויף א פרעזידענט ?


ע"ע בענגאזי, קלינטאן אימעילס.
---
סארי פארן אריינהאקען... צוריק צום שמועס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:23 am

שליו ודגים האט געשריבן:אנביליוויבעל אנריעל מ'רודפט א מענטש נאר ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס

דעמאקראטיע דעמאקראטיע ווי שיין ביסטו אמאל געווען

שוין געווען אזאנס אין היסטאריע פון אמעריקא פלעין ארויסצוגיין זוכן אלטע עבירות אויף א פרעזידענט ?


אודאי, ביל קלינטאן.

דאס וואס ער האט געטון איז געווען נאכדעם, מען האט אים געפיינגט פארדעם אויך.

גראדע לויט ווי וואלעס און אנדערע זאגן איז נישט די ציל צו איפיעטשן טראמפ, ווי די גרויסע דעמאקאאטן זאגן אלעמאל אז מען וועט נאר אימפיעטשן אויב אסאך מענטשן וואס האבן געשטימט פאר טראמפ, מיט גענוג סענעטארן צו רעמאוון, וועלן איינזעהן אז מען ברויך, נאר די ציל איז אז אנדערש ווי קליטאן וואס די רעפאבליקאנער האבןאיינמאל גיגעבן מערדערליכע קלעפ אבער ער הא עס איבערגעלעבט, ווילן זיי ראנסטענטלי זיין ביזי און ברענגן עדות אויספראקן טראמפ, און אזוי צוביסלעך צוביסלעך אונטערברענגן. זיי האבן אז אזוי וועט ער שוין זיין האלב טויט נאוועמבער 2020.

בד"וו, די אנפרעצעדענטעד קרוב צו זעכציג מיליאן וואס האבן געשטימט פאר די דעמאקראטן האבן געוואוסט אז פון דעם רעדט מען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:47 am

shimon7323 האט געשריבן:
דעתי העני איז אז עס גייט איהם נאר העלפן



טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
אויב די דעמעקראטן ווילן קענען זיי סובפינען דאקאמענטן, אראפ רופן צו אינטערוויאו׳ס, ארויסגעבן מעמאוס.. בעיסיקלי, פארזיכערן טראמפ׳ס צווייטע טורם!



אזוי ווי מוללער האט איהם געהאלפען געווינען קונגרס ביי מיד טורם.....
כ'מיין.... שוין.
ווייסטו וואס? קען זיין.

ווער איז דאס
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דינסטאג מארטש 05, 2019 2:54 am

אקעי נישט אימפיטשען מסכים
אין אז מגייט מאכען אים מאכען לויפען אין אפטראגען איז שלעכט

ער איז באגאנגען בענק פראד אין טעקסעס דריידלעך אין נאך אסאך קריים
זיי גייען זיך נעמען איבער דעים אין פרובירען זיינע קינדער צי קלאגען עם קעהן מען נישט קלאגען איצט

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מארטש 05, 2019 6:48 am

ווען סאיז דא מיסברויכן וואלט מען עס שוין לאנג געטראפן. פינטל.
סל הכל גייען אפאר פון די אכציג מענטשען זיצן צוליב זאגן ליגענט אזוי ווי ביי די מוללער אויספארשונג
-----------------
אויב מוללערס רעפארט טוט ריינוואשן טראמפ גייט ער מאכן אזא ויצעקו, און דערעולם גייט עס קויפן, למעשה איז ער אדורך א גוטע צוויי יאר פון מוללער און מהאט גארנישט געטראפן גייט ער קענען וויינען קוק אן ווי מרודפט מיך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מארטש 05, 2019 9:19 am

ס"ה דארף מען וויסען איין זאך,
די דעמאקראטן ווילן ענדערש לויפן קעגן טראמפ ווי קעגן פענס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

קענען די רעפס נישט עפענען א קאנטער אינוועסטיגעשאן אויף קלינטאנ'ס אימעילס וכו'?

קושטא
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דינסטאג מארטש 05, 2019 9:59 am

צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:אנביליוויבעל אנריעל מ'רודפט א מענטש נאר ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס

דעמאקראטיע דעמאקראטיע ווי שיין ביסטו אמאל געווען

שוין געווען אזאנס אין היסטאריע פון אמעריקא פלעין ארויסצוגיין זוכן אלטע עבירות אויף א פרעזידענט ?


אודאי, ביל קלינטאן.

דאס וואס ער האט געטון איז געווען נאכדעם, מען האט אים געפיינגט פארדעם אויך.

הייסט עס אז די 'נאכדעם,' איז נישט געווען סתם לשם בלוט טרינקן. די טמאים ומטמאים וואס קאמפיינען אן אויפהער פאר חוקי תועבה, די האבן זיך גאר געזארגט פאר די מאראלישקייט פונעם פרעזידענט.
''איך האב ארפגעברענגט די קאנטרי'' האבן זיי אים געצווינגן צו זאגן. פארשטייסטו מיך? זיי מיט זייערע חוקי תועבה הייבן די קאנטרי. ימח שמם זאלן זיי אלע ווערן.
לעצט פאראכטן דורך קושטא אום דינסטאג מארטש 05, 2019 2:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:11 am

שואלכענין האט געשריבן:קענען די רעפס נישט עפענען א קאנטער אינוועסטיגעשאן אויף קלינטאנ'ס אימעילס וכו'?

זיי האבן עס שוין געטון!
פארברענגט יארן מיט אויספארשונגען איבער אירע אימעילס...

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:15 am

דאס זאגט היינט דער פרעזידענטס פארטיידיעגר:

Ex-Trump White House lawyer calls Mueller 'hero,' says probe is no witch hunt

יתכן אז דאס וועלן די רעפובליקענס זאגן איינמאל מ'וועט האלטן טיף אין די קאנגערעסינאלע אויספארשונגען, ס'איז יתכן אז דאן וועל זיי אויך איינזען ווי וויכטיג דאס איז געווען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:29 am

הילערי קלינטאן 4 יאר אינוועסטיגעישאן קען מען שוין נישט באצאלן, דארפטס ארבייטן די 2 יאר דאפלט!
Trumpism is a mental tragedy


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Iphone, serious, איד_איד, בועז, בילדער, גדל, פרידן, צד תמות, שופר און 26 געסט