מירון תשע"ט - נייעס און בולעטין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:36 am

לעיקוואד האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:איינער ווייסט די בעסטע route‏ צו פארן פונעם עירפארט קיין מירון געגנט אן דורכגיין אראבעישע געגענטער?

שרייב מער פונקטליך ווי אין מירון געגננט

כרמיאל אדער צבעון

כביש 6, וואס קאסט אסאך געלט, און איז נישט געאייגענט פאר ווער עס רענט א קאר, וואס די קאר רענטעל רעכנט נאך א גרויסע פי.
כביש 2, דויערט אבער לענגער.
מורא האבן פון אראבישע געגענטער, איז נאר ווען מען פארט דרך הבקעה, וואס אויב פארט מען גראד, דארף מעם אויך נישט מורא האבן.

א דאנק

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:20 am

פארמאכן די גאלאריע איז אויסדרוקליך רשעות. איך שטיי דארט יעדעס יאר. אינעם חצר איז צו צושטופט, אויבן איז גאנץ בסדר.

צו איבעראל קען מען צוקומען פון צווייטן זייט, אויב דאס איז די פראבלעם.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:21 am

טוב ויפה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:איינער ווייסט די בעסטע route‏ צו פארן פונעם עירפארט קיין מירון געגנט אן דורכגיין אראבעישע געגענטער?

שרייב מער פונקטליך ווי אין מירון געגננט

כרמיאל אדער צבעון

כביש 6, וואס קאסט אסאך געלט, און איז נישט געאייגענט פאר ווער עס רענט א קאר, וואס די קאר רענטעל רעכנט נאך א גרויסע פי.
כביש 2, דויערט אבער לענגער.
מורא האבן פון אראבישע געגענטער, איז נאר ווען מען פארט דרך הבקעה, וואס אויב פארט מען גראד, דארף מעם אויך נישט מורא האבן.

א דאנק

וואס מיינט אסאך געלט, וויפול שקל קאסט כביש 6 ?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:24 am

הערשקא האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:שרייב מער פונקטליך ווי אין מירון געגננט

כרמיאל אדער צבעון

כביש 6, וואס קאסט אסאך געלט, און איז נישט געאייגענט פאר ווער עס רענט א קאר, וואס די קאר רענטעל רעכנט נאך א גרויסע פי.
כביש 2, דויערט אבער לענגער.
מורא האבן פון אראבישע געגענטער, איז נאר ווען מען פארט דרך הבקעה, וואס אויב פארט מען גראד, דארף מעם אויך נישט מורא האבן.

א דאנק

וואס מיינט אסאך געלט, וויפול שקל קאסט כביש 6 ?

איך ווייס נישט פונקטליך אבער די רענטאל קאמפאני זאגט מיר אייביג אן אז עס קאסט זייער טייער מיט זייער פי.
עס ארבעט בערך אזוי ווי איזי פעס אז מען מוז האבן א טעג און אויב נישט איז עס טייערער פלאס די רענטאל קאמפעני פי.
כביש 2 איז ס"ה 20 מינוט לענגער. אדער קיין ירושלים פון צפת און טברי איז דרך הבקעה די זעלבע אדער אפילו שנעלער.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:42 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארמאכן די גאלאריע איז אויסדרוקליך רשעות. איך שטיי דארט יעדעס יאר. אינעם חצר איז צו צושטופט, אויבן איז גאנץ בסדר.

צו איבעראל קען מען צוקומען פון צווייטן זייט, אויב דאס איז די פראבלעם.

אז דו שטייסט דארטן יעדעס יאר ווערט עס נאך נישט קיין רשעות...
אפשר טראכסטו פארקערט.. איך ווער צודריקט יעדעס יאר ביים ארויפגיין צו די כיפה העכער ר' שמעון... כ'מיין דאס איז א גרעסערע פראבלעם...

פון וועלכע צווייטע זייט קען מען צוקומען???..
דורך די פרויען זייט??
דורך די באיאנער הדלקה??
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:57 am

פארוואס גייסטו צום כיפה? וואס איז דא דארט? פארוואס זאל איך נישט קענען זען די ריקודים ווייל איינער וויל גיין צום כיפה (וואס איז שוין אגב אויך אפגעשלאסן...).
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:02 am

די פאקט איז אז עס איז דא דארט א אדורכגאנג צו די אלע צימערן אויבן, וואס קומט צוניץ אגאנצן צייט, און די מענשטן וואס שטייען און קוקן אראפ ביי די שמאלא דורכגאנג שטערן זייערשטארק אריבער צוגיין.

יעצט קען מען זיך דינגען ווער איז גערעכט. האם די וואס ווילן קוקן? האם די וואס ווילן אריבערגיין. יעדער איינער זאהל טענה'ען וואס ער וויל...
אבער גיין זאגן אז די סיבה איז כדאי מען זאל נישט קענען אריינקוקן ביי די פרויען? וועמען איז איינגעפאלן אז דאס איז די סיבה?
נישט יעדע זאך אויף די וועלט האט מיט רשעות, ציונות און אפיקורסות....

שנלר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:06 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס גייסטו צום כיפה? וואס איז דא דארט? פארוואס זאל איך נישט קענען זען די ריקודים ווייל איינער וויל גיין צום כיפה (וואס איז שוין אגב אויך אפגעשלאסן...).


עס שטערט פארן סדר היום דארט, און עס איז דערפרישנד צו זען אז ענדליך טוט מען צום זאך.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:10 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס גייסטו צום כיפה? וואס איז דא דארט? פארוואס זאל איך נישט קענען זען די ריקודים ווייל איינער וויל גיין צום כיפה (וואס איז שוין אגב אויך אפגעשלאסן...).

כ'גיי צו די כפיה אויסצוזאגן תהלים דארטן.

די כיפה איז העכער די קבר פון ר' שמעון! כמעט פונקט אזויווי די שטיין אינעם מערה וואס איז אויך א שטאק העכער די קבר פון ר' שמעון....

אינעם מערה צום שטיין איז זייער שווער זיך אריינצוזעהן, און ווער רעדט נאך פון זאגן תהלים ביים שטיין איז דאך ממש נישט מענטשליך ווען אזויפיל אידן פרובירן צוצוקומען דערצו.

די כיפה איז אפגעשלאסן די יאר???
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:25 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
די כיפה איז אפגעשלאסן די יאר???

מען קען אריינגיין נאר דורך בויאן.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

ספעציעלע דירה פאר א פארפאלק

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:54 am

יעצט געווארן עוועליבעל א הערליכע נייע צומער (געבויעט געווארן פאריאר תשע"ח) אין הארץ פון מירון
אריינגערעכנט:
צוויי גרויסע בעטן
א קאך
טיש און בענקל
- פרייוואטע אריינגאנג -

בילדער פון די דירה זענען אוועליבל
ערנסט אינטערעסירטע ביטע שיקט א אימעיל צו
yidlweiss@gmail.com

אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:13 am

אייינער ווייסט פון א גוטע אכסניא אין צפת? און פון א גוטע אכסניא אדער א האטעל אין ירושלים?

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:35 am

איינער האט אפדעיטס צו ר' אלימלך בידערמאן גייט האבן א הדלקה?

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:39 am

וועלכע הדלקה איז א מאסט צו מיטהאלטן?

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:11 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:איינער האט אפדעיטס צו ר' אלימלך בידערמאן גייט האבן א הדלקה?

הייסט יעצט פון 3 ביז 5 ביינאגט ביי תולדות אברהם יצחק
(קען נאך זיין עס וועט זיין פון 1 ביז 3

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:17 pm

ווייסט איינער אויב עס איז דא וועגן פון עירפארט קיין מירון?
און וואס איז די בעסטע וועג אנצוקומען פון מירון צום עירפארט ל"ג בעומג נאכמיטאג בערך 7 אייגער ?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:08 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא וועגן פון עירפארט קיין מירון?
און וואס איז די בעסטע וועג אנצוקומען פון מירון צום עירפארט ל"ג בעומג נאכמיטאג בערך 7 אייגער ?

די בעסטע און גראדע זאך איז מיט די באן/טרעין.
מ'פארט מיט די שאטעל פון מירון צו די נאנטסטע שטאט כרמיאל, און פון דארט א באן ביז צום עירפארט.

https://www.rail.co.il/pages/trainsearc ... 8026572439


וכן להיפך. פון עירפארט קיין מירון, די גראדע, און לייכסטע, און באקוועמסטע, און גיכסטע וועג, איז מיט די באן

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:14 pm

לויט די שאצונגען, גייט ל"ג בעומר זיין גאר שווערע היצן אין אר"י


אין מירון גייט זיין ארום 36 צעלזיוס, ד"ה 97 פראנהייט

אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:22 pm

אברהם27 האט געשריבן:אייינער ווייסט פון א גוטע אכסניא אין צפת? און פון א גוטע אכסניא אדער א האטעל אין ירושלים?
?

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:23 pm

ס'איז דא דירעקטע שאטעל צווישן מירון-כרמיאל? אדער מ'דארף טשעינדזשן באס אין פרוד אדער עין הוזים?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:24 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא וועגן פון עירפארט קיין מירון?
און וואס איז די בעסטע וועג אנצוקומען פון מירון צום עירפארט ל"ג בעומג נאכמיטאג בערך 7 אייגער ?

איך זעה אז זיי האבן צוגעלייגט רוטס א גאנצע נאכט פון מירון צום עירפארט, און וכן להיפך.
עס איז דא א דירעקט באס פון טרעין צו מירון און צוריק.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:25 pm

איינער דא קען זיך אויס?

וויאזוי ארבעט די פארקינג סיסטעם אין ירושלים?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:26 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:איינער האט אפדעיטס צו ר' אלימלך בידערמאן גייט האבן א הדלקה?

הייסט יעצט פון 3 ביז 5 ביינאגט ביי תולדות אברהם יצחק
(קען נאך זיין עס וועט זיין פון 1 ביז 3


אין וואס ווענדט זיך עס? עס האט דאך געהייסן אז עס גייט זיים בערך 10 ביינאכט, ווער לאזט נישט?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:27 pm

לאו דוקא האט געשריבן:איינער דא קען זיך אויס?

וויאזוי ארבעט די פארקינג סיסטעם אין ירושלים?

אזוי ווי ניו יורק, מען פאלגט די סיין און מען קןיפט א מוני מיטער.
אז די באקומסט א טיקעט רעכנט די קאר רענטאל 15 דאלכר פאר א פי.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:28 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:איינער האט אפדעיטס צו ר' אלימלך בידערמאן גייט האבן א הדלקה?

הייסט יעצט פון 3 ביז 5 ביינאגט ביי תולדות אברהם יצחק
(קען נאך זיין עס וועט זיין פון 1 ביז 3

יעדעס יאהר האט עס ישיבת אורייתא פון בערך 1 אדער 2 ביינאכט, גלייך נאך הרב שלום ארוש.
ממילא לכאורה וועט הרב אלימלך צינדען ערשט פון 3.

די פלאן פון 10 ביינאכט איז נישט אויף די געשמאקסטע מקום, און אביסעל צו א גרויסע מקום פאר די ערשטע יאהר פון זיין הדלקה באתרא קדישא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, Lion, private, Toyota, מי הוא זה, פלעסטיק און 71 געסט