קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקעסיא קארטעז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:00 pm

איך האב נישט גערעדט פון ספעציפישע געשעהנישען איך רעד און אלגעמיין די פאזיציע פון די פארטיי איז געווארן משוגע צו אן עקסטרעים און געמאכט די מערסט צודרייסטע זאכען פאר די נארמע און איינער וואס איז נישט גרייט צו מיט גיין דערמיט און זאגט סך הכל די זעלבע מיינונג וואס ביז פאר 20 יאר צוריק איז דאס געווען פארשטענדליך פאר א בעבי איז א ראסיסט און א העיטער!

די פארטיי איז שוין נישט קיין פאליטישע פארטיי! עס איז א אידעלאגיע און מאוומענט פינקט ווי נאציזעם און קאמעניזעם.
אויף די ריפאבליקאנע זייט האסטו אויך עקסטרעמיסטען און אידיעלגיעאיסטן ווי נאציס אד"ג אבער עס איז ווייט נישט די מעינסטרים שטעלונג פון די פארטיי.
מה שאין כן ביי די דעמאקראטישע זייט האט די פארטיי זיך טראנספאמירט פון א פארטיי מיט מיינונגען אויף עקאנאמישע און סאציאלע אישוס צו באמת א שעדליכע עקסטרעמע אידעלאגיע

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4059
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:03 pm

.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:56 pm

נישטא וואס צוצולייגן דא, דער אשכול איז שוין מער געמאכט פאר אב ווי פאר אדר, גארנישט צום לאכן.

אין אנדערן אשכול איז באריכטעט געווארן דורך הכל הבל איבער הילכיגע אפלאדיסמענטן פאר די מכשיפה ווען זי איז אדורך, די בהמות דארט ווערן ממש פאר'כישופ'ט פאר איר.

א רחמנות אויף דיר אמעריקע! א רחמנות אויף דיר מענטשהייט אז דו האסט אזאנס פראדוצירט!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 27, 2019 3:55 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך בין יעצט ארויף אויף די ריפבליקאנע נייעס די נישט פעק נאז FOX NEWS ממש נישט צי גלייבן זיי זענען אזוי ביזי מיט איר אויף יעדע פאגראם ראסט מען איר אראפ די משוגעום כאפן נישט אז זיי בויען איר מיט דאס וואל מיט מיר אים דיר פייטען זיי נישט זעט אויס זיי האבן מורא פון איר

עגרי, מען דארף איר אינגאנצן אינגנארירן, דעם 'טיפש מטפש עם טיפשים', קלאר אז די עטענטשן, דאס בויעט איר, די רעפובליקאנער זענען ריכטיגע משוגעים, ווייל מילא די דעמאקראטן און אנטי טראמפער'ס אין 2016 מיט טראמפ, האבן נאכנישט געהאט פון וואו זיך צו לערנען אז מען טאר נישט געבן קיין עטענטשן פאר טראמפ, ווייל דאס בויעט אים. אבער די רעפובליקענ'ס יעצט - אויב זיי האבן זיך עס נאכנישט געלערנט, זענען זיי טאקע משוגע.


אלא מאי, פון דעם אז CNN רעדט ווי ווייניגער פון איר, און פאקס ווי מער, זעהט מען אז עס איז דא בראוד קאנסענסוס אז זי איז גוט פאר די רעפאבליקאנער. ווי יאך האב געשריבן די תגובה יאנואר 11.

צל עובר האט געשריבן:
און אז מען געט שוין קרעדיט פאר פאראויסשאצונגען, טראמפ האט געהאט א ווייטן בליק.
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: קוקט אויס ווי דער דעמאקראט אינקאמבענט זשאו קראולי (פון קווינס) פליעט!

ער איז געווען באטראכט אלס ווארשיינליכער נאכפאלגער צו נענסי פעלאוסי, אצינד קוקט אויס ווי א פראגרעסיוו קאנדידאט שיקט אים ליפטערן.

דער חכם זיך שפירענדיג משה גרויס איז פלעין נישט אנגעקומען צו א דעבאטע, געשיקט א סאראגעט זיינעם..

נו שוין, טרטמפ נעמט קרעדיט ווען א פראגרעסיוו געוואונט

Donald J. Trump

Verified account

@realDonaldTrump


Wow! Big Trump Hater Congressman Joe Crowley, who many expected was going to take Nancy Pelosi’s place, just LOST his primary election. In other words, he’s out! That is a big one that nobody saw happening. Perhaps he should have been nicer, and more respectful, to his President!


אוי פארדינט טראמפ פון AOC.[/quote]

איי טראמפ, קודם כל, עס איז ביי מיר ברור אז מיט די: קאומי דרשות תיכף פאר די וואלן-ענטאני ווינער-וויקיליעקס-אימעיל סקאנדאל-בענגאזי-דזשענערעל אומפאפילאריטי, וואלט קרוז שטערקער געווינען קעגן קלינטאן, זייענדיג אן די עקסעס האליוואד טעיפ מיט די גאנצע טראמפעריי, רוביא קעיסיג בוש וכו' אודאי און אודאי, סוי די דעמאקראטן האבן נישט דערלייגט מיטן גרויס מאכן טראמפ.

עס איז קלאר אז עס שאדט פאר א פארטיי צו נייגן צו איין זייט צו שטארק, און עס העלפט צו גיין נארמאל.

דאס איז ביי רוב מענטשן, אודאי איז דא א שיינע מיעוט וואס וועט ענדערש שטיצן איינעם אנקאנווענשינעל, אבער עס איז א גרעסערע מיינוס ווי פלאס.

פאר א דוגמא קענסטו זעהן ווי דער עולם איז געווארן לויט די אנקעטע וואס @וויכטיג מאכער האט נעכטן געברענגט די לינק אסאך מער פרא לייף ווייל די טייטש פון פרא טשויס איז געווארן אסאך מער עקסטרעם.

עס איז זייער גוט פאר די GOP, און אודאי אין די צייט פונעם אומפאפעלער טראמפ וואס די גאנצע שרייזשע תגובה קען מען סאך גרינגער זאגן אויף די געוועזענע רעפאבליקאנער - היינט טראמפיזם - פארטיי, אז קארטעז זאל זיין די פעיס פון די דעמאקראטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4059
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:17 pm

צל עובר האט געשריבן:ואס די גאנצע שרייזשע תגובה קען מען סאך גרינגער זאגן אויף די געוועזענע רעפאבליקאנער - היינט טראמפיזם - פארטיי

ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס די רעפובליקאנער פארטיי אין אלגעמיין זאל פרובירן צו באגראבן איינעם פאר'ן האלטן אנדערש ווי זיי?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:25 pm

די פארטיי איז פארמאכט אומעמטליך, ווילאנג טראמפ'ס עפראוועל ביי די רעפאבליקאנער איז סעט אין ביי די הויכע 80'ציגער איז בלויז דא איין זאך אין די פארטיי: טראמפ.

-------------------

וואס האלטסטו לגבי קארטעז, וועם העלפט זי פאליטיש, די GOP אדער די דעמס?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 5:08 pm

ס'קלאר אז קארטעזעלע איז א שטארקע עסעט פאר די דעמאקרעטס. ענליך וואס טראמפ איז פאר די רעפ., ווייל זי ענעדזשייסד די בעיז אין די חברה גייען נאכדעם ארויס וואטען.
אין ווי מער די ריפאבליקענ'ס אין די מידיע געבן איר אטענטשאן, אלס שטערקער ווערט זי. אין זי גייט נאך איין טאג זיין א סופער סטאר.
אין מ'קען שוין כמעט עפענען אן אשכול פאר פרעזידענט יא.. יא.. קארטעז
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 27, 2019 5:50 pm

פאר די פראבלעם פון גאזן וואס קיען גיבן ארויס און שאפן דורכדעם א סכנה פאר די אזאן שטאפלען אין די גלאבאלע אטמאספערע האט קארטעז אויך אן עצה:
קאנטראלירן די קיען פאפולאציע דורך עסן ווייניגער פלייש! זי אנערקענט אז 'עס וועט נישט גיין אזוי שנעל פטור צו ווערן פון די קיען פאפולאציע' צוליב די מאכטפולע פארמער לאבי און קארופטירטע קארפאראציעס. ביי א באזוך אין א קווינסער שולע האט די קרוין-רעבעצין תליט"א אויפגעטראטן פאר די קינדער בהאי לישנא:
“Give your tummy a break! Skip meat and dairy for a meal—easiest is breakfast; I do banana and peanut butter.”
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:15 pm

איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן
Sorry for my misspellings

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:23 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די פראבלעם פון גאזן וואס קיען גיבן ארויס און שאפן דורכדעם א סכנה פאר די אזאן שטאפלען אין די גלאבאלע אטמאספערע האט קארטעז אויך אן עצה:
קאנטראלירן די קיען פאפולאציע דורך עסן ווייניגער פלייש! זי אנערקענט אז 'עס וועט נישט גיין אזוי שנעל פטור צו ווערן פון די קיען פאפולאציע' צוליב די מאכטפולע פארמער לאבי און קארופטירטע קארפאראציעס. ביי א באזוך אין א קווינסער שולע האט די קרוין-רעבעצין תליט"א אויפגעטראטן פאר די קינדער בהאי לישנא:
“Give your tummy a break! Skip meat and dairy for a meal—easiest is breakfast; I do banana and peanut butter.”


פארשטיי איך איר שוין. איר מח איז צאגעשטעלט פון באנאנע און פינאטס

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך פאברואר 27, 2019 7:07 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ווי איך פארשטיי אין ווי איך האב מיט געהאלטן פון די לעצטע
פאר וואכן זי האקט כמעט נישט אויף רעפאבליקנס אין אויך נישט אויף טראמפ זי איז נאר פארנימען צו בויען איר פראגרעסיוו מאוומענט.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6757
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 2:31 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

זי איז מסביר אז די אלע יארן וואס זי האט געארבעט אלץ באר טענדער האט איר געגעבן די ערפארונג צו קענען גוט אויספרעגן קאהען
(אויב איר פארשטייט נישט די קאמענטארן ביטע זוכט א צווייטן וואס זאל עס אייך ערקלערן ווייל איך בין נישט קוואליפיצירט דערצו)

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 6:20 pm

הכל הבל האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

זי איז מסביר אז די אלע יארן וואס זי האט געארבעט אלץ באר טענדער האט איר געגעבן די ערפארונג צו קענען גוט אויספרעגן קאהען
(אויב איר פארשטייט נישט די קאמענטארן ביטע זוכט א צווייטן וואס זאל עס אייך ערקלערן ווייל איך בין נישט קוואליפיצירט דערצו)

קלעבט נישט איין ווארט מיטן צווייטן. זעהט אויס אז זי איז א מחמיר, אין טרינקט גאנץ חודש אדר.... סאיז נאך איבערגעבליבן פון יענע יארן
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:13 pm

פשוט
אלס בארטענדער פרעגט מען דאך די מענטשהייט וואס מען וויל באשטעלן האט זי שוין עקספיריענס צו פרעגן קשיות

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:39 pm

קראך.. סקאנדאל!
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די פראבלעם פון גאזן וואס קיען גיבן ארויס און שאפן דורכדעם א סכנה פאר די אזאן שטאפלען אין די גלאבאלע אטמאספערע האט קארטעז אויך אן עצה:
קאנטראלירן די קיען פאפולאציע דורך עסן ווייניגער פלייש! זי אנערקענט אז 'עס וועט נישט גיין אזוי שנעל פטור צו ווערן פון די קיען פאפולאציע' צוליב די מאכטפולע פארמער לאבי און קארופטירטע קארפאראציעס. ביי א באזוך אין א קווינסער שולע האט די קרוין-רעבעצין תליט"א אויפגעטראטן פאר די קינדער בהאי לישנא:
“Give your tummy a break! Skip meat and dairy for a meal—easiest is breakfast; I do banana and peanut butter.”

א חברהמאן האט געכאפט א בילד פין קארטעז ווי זי זיצט אין א רעסטעראנט מיט איר געהילף אין זיי בייסן אריין אין א .... ס'ציטערט מיר די ביינער פין זאגן די שרעקעדיגע ווארט... א פל... בררר... פוי... א פליישיגע בורגער... שרעק.. פעך...

ווער ווייסט וויפל נאך גאזן ווערט באשאפען פין די בורגער...
#פינאט מוח
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

זי איז מסביר אז די אלע יארן וואס זי האט געארבעט אלץ באר טענדער האט איר געגעבן די ערפארונג צו קענען גוט אויספרעגן קאהען
(אויב איר פארשטייט נישט די קאמענטארן ביטע זוכט א צווייטן וואס זאל עס אייך ערקלערן ווייל איך בין נישט קוואליפיצירט דערצו)

איך באצוגען אוף די וועג ווי זי האט גערעדט נישט וואס זי האט גערעדט.
זי האט גערעדט אן האס.
בד"ו ר'הכל ישר כח פאר שרייבען אזוי קלאר אין אלע הונזיכטען
Sorry for my misspellings

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 10:23 pm

שקר האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט

אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:41 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט

אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...

איך האב אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:45 am

שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט

אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...

איך האב אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט

און דו וועסט קיינמאל נישט...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:50 am

פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך גיב איר קרעדיט זי האט זיך נערמאל אויפגעפירט ביי די הערינג מיט מייקעל קאהן

ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט

אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...

איך האב אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט

און דו וועסט קיינמאל נישט...

וואל עס איז נישט דא פארוואס
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:55 am

שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:ישר כח זי האט געווארט אז די זאלסט איר זאגן אז זי טוט גיט

אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...

איך האב אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט

און דו וועסט קיינמאל נישט...

וואל עס איז נישט דא פארוואס

ווייל עס "איז" נישט דא פארוואס, ממילא "וועסטו" נישט, איך פארשטיי...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:59 am

פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אזוי ווי טראמפ ווארט אז דו זאלסט...

איך האב אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט

און דו וועסט קיינמאל נישט...

וואל עס איז נישט דא פארוואס

ווייל עס "איז" נישט דא פארוואס, ממילא "וועסטו" נישט, איך פארשטיי...

סארי איך האב נישט געלערענט אין בריסק איך קען נישט אזוי גיט קוועטשען ווערטער
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 03, 2019 7:13 pm

ברעיקינג:

די נ.י. פאוסט האט אויפגעדעקט אן ערענסטע סקאנדאל אויף דעם קאנגרעספרוי קארטעז, און פיגורירט פראמענענט אויפן פראנט דעקל פינעם פרישן פאוסט, איר אנמאכנדיג ערענסטע בזיונות.

די סקאנדאל איז בשיכות מיט איר נייע קאנטרעווערסיאלע פראפאסעל גערופן די 'גרין ניו דיעל' וואס רופט צווישן אנדערע צו עלימינרן גאז געטריבענע קארן.

די עקספלאדירנדע באריכט -וועלעכע איז דערווייל נאכנישט באשטעטיגט דורך אנדערע סטאנציעס- פארציילט פון סאורסעס וואס האבן נאכגעפאלגט אין געהיים מרת. קארטעז א לענגערע תקופה און באשטעטיגט נישמער נישווייניגער אז זי ניצט געהעריג קארס, פארנדיג פון פלאץ צו פלאץ, אפילו אין וואשינגטאן די.סי. (שוין גאר אצינד אלס קאנגרעספרוי).

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן ווי נאר די שאקירנדע באריכט וועט באשטעטיגט ווערן דורך אנדערע נייעס קוועלער.
Trumpism is a mental tragedy


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אהרן הלוי, והוא פלאי, קליינקעפיק און 44 געסט