קאנגרעספרוי קארטעז

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איך רעד נישט אריין איצט איבער טראמפ און קארטעז אבער אין אלגעמיין זענען משוגע מיט טיפשות איז צוויי באזונדערע באגריפן

ביידע זענען גראדע לשון הקודש

משוגע קען זיין גאר קלוג אבער מאסיוו פאררוקט והנסיון מוכיח

וויפיל קלוגע צורוטשקעטע דרייען זיך ארום

שוטה און טיפשות איז גאר אן אנדער סארט

איך וואלט עס אראפגעשטעלט אזוי:
כדי צו קענען זיין משוגע דארפסטו קודם דורכגיין שער החכמה נאר דו גייסט נאך ווייטער אדער קענסטו פשוט נישט סטאביליזירן און באלאנסירן דיין חכמה
כדי צו קוואליפיצירן פאר טיפשות ביזטו נאכנישט אנגעקומען צום חכמה טויער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פעברואר 19, 2019 12:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@וויכי, @טשאדעלע האט פארשטאנען אז איך מיין אז טראמפ איז אין איין ברייט מיט קארטעז, זאג איך אים אז איך מיין נישט אזוי, נאר רעלאטיוו לוט די פאזיציע.

דאס יא, טראמפ איז זיכער קלוג, און קארטעז האט זיכער אויך א מעידזשער דעפיציט אין ידיעות וואס טוצעך מיט זיך, און מסתמא פעלט איר שכל אויך.

@הכל הבל דאס ווייס איך ווי דיר, טראמפ איז נישט קיין טיפוש, קארטעז מסתמא יא.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איך האב אביסל צוגעלייגט צו מיין תגובה
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אמאל געווען א זאך וואס האט געהייסן קאמוניזם, אין אמעריקע האט מען געציטערט אפילו ארויסצוזאגן די ווארט קאמוניזם, סא ווען פאליטישע פאנדיטס און קאנדידאטן האבן דעקלערט אז "סאשעליזם איקוועלס קאמוניזם" האט עס געטראגן א שטארקע געוויכט, אפי' די צוויי זענען נישט קיין קאזינס בכלל. די צייטן האבן זיך געביטן, נישטא מער קיין קאמוניזם, און מיליאנען מענטשן זעהן גארנישט ראנג מיט סאשעליזם, סא אויב די איינציגסטע שלאג-ווארט וועט זיין 'סאשעליסט' וועט עס איר נאר העלפן.

ס'דא סאשעליזם מיט שכל אויך, זי איז סאשעליזם מיטן קאפ אין וואנט...

ווילאנג דו ביסט קעגן יעדע פארעם פון סאציאליזם, האסטו נישט וואס אריינצורעדן צו דאס וואס זי שטיצט איז סאציאליזם מיט שכל אדער מיט'ן קאפ אין וואנט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

כ'גיי ניסלעך פאר דעם ניס ארבעט

א 29 יעריג מיידל וואס האט קיין שום השגה וואס קאממאן סענס מיינט
איז א קאנגרעספרוי !!! עטץ ווייסטס ווי ??? יא יא גוט צוגעטראפן דאהי, כאן, פה באמעריקע ..........!

מ'האלט מיר אויף א וועג ,קודם א גרין דיעל נעקסט קומט א פערפל וואל דיעל און נאכער העט זיין משזר צודרייט.....( אויב ס'נאכניש)

נדבנים קענען שוין מנדב זיין לעגויס מיט קליקס און פלעימאביל פאר די יו עס קעפיטעל .............
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

צל עובר האט געשריבן:@וויכי, @טשאדעלע האט פארשטאנען אז איך מיין אז טראמפ איז אין איין ברייט מיט קארטעז, זאג איך אים אז איך מיין נישט אזוי, נאר רעלאטיוו לוט די פאזיציע.

דאס יא, טראמפ איז זיכער קלוג, און קארטעז האט זיכער אויך א מעידזשער דעפיציט אין ידיעות וואס טוצעך מיט זיך, און מסתמא פעלט איר שכל אויך.

@הכל הבל דאס ווייס איך ווי דיר, טראמפ איז נישט קיין טיפוש, קארטעז מסתמא יא.

מ'האלט שוין אויף א וועג, און זי האט נאך פאר זיך 43 יאר איינצוקויפן די ידיעות וואס טראמפ האט אין זיין יארגאנג...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

משוגע = קרעיזי. (=טראמפ)

שוטה = סטופיד. (=קארטעז)

ופשוט הוא.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויפקלערונג: מסתמא מיינט לייקלי, דהיינו פון 75-80 פראצענט און ארויף.
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אמאל געווען א זאך וואס האט געהייסן קאמוניזם, אין אמעריקע האט מען געציטערט אפילו ארויסצוזאגן די ווארט קאמוניזם, סא ווען פאליטישע פאנדיטס און קאנדידאטן האבן דעקלערט אז "סאשעליזם איקוועלס קאמוניזם" האט עס געטראגן א שטארקע געוויכט, אפי' די צוויי זענען נישט קיין קאזינס בכלל. די צייטן האבן זיך געביטן, נישטא מער קיין קאמוניזם, און מיליאנען מענטשן זעהן גארנישט ראנג מיט סאשעליזם, סא אויב די איינציגסטע שלאג-ווארט וועט זיין 'סאשעליסט' וועט עס איר נאר העלפן.

ס'דא סאשעליזם מיט שכל אויך, זי איז סאשעליזם מיטן קאפ אין וואנט...

ווילאנג דו ביסט קעגן יעדע פארעם פון סאציאליזם, האסטו נישט וואס אריינצורעדן צו דאס וואס זי שטיצט איז סאציאליזם מיט שכל אדער מיט'ן קאפ אין וואנט.

פארוואס?
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

כ'האב קיינמאל געארבעט אין א משוגעים הויז אלזא ווייס איך נישט פינקלעך די חילוק פין משוגע אין שוטה,
וואס איך ווייסט יא וויאזוי קען זיין אז אזא אומבאליפערטע פרוי איינער מיט פלענער וואס קען על פי דרך הטבע קיינמאל פאסירן, איז אנגעקומען צו אזא פאזיציע? די ענפער איז טראמפ!

טראמפ האט קאמפיינט אז מעקסיקא וועט באצאלן פאר זיין וואנט, יעדע נארמאלע בר דעת האט געוויסט אז עס קען נישט געשען, אבער טראמפ האט געוויסט אז די פאלק האט הנאה דאס צו הערן, עס איז דא גענוג בהמות אין לאנד וואס זיי ווייסן בעסער ווי די אלע פאליטישען'ס, אין די עולם גולם גייט פאר דעם.
די זעלבע טוט זי מיט קליימאט טויש, מאכט א מאדנע בילל וואס קען נישט געשען, אבער אויף סאשעל מידיע האבן מענטשען הנאה פין דעם, אין דאס ברענגט איר וויילער.

ווער ווייסט וואס די נעקסטע טיפוש/שוטה/משוגענער וועט לויפן פאר..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אמאל געווען א זאך וואס האט געהייסן קאמוניזם, אין אמעריקע האט מען געציטערט אפילו ארויסצוזאגן די ווארט קאמוניזם, סא ווען פאליטישע פאנדיטס און קאנדידאטן האבן דעקלערט אז "סאשעליזם איקוועלס קאמוניזם" האט עס געטראגן א שטארקע געוויכט, אפי' די צוויי זענען נישט קיין קאזינס בכלל. די צייטן האבן זיך געביטן, נישטא מער קיין קאמוניזם, און מיליאנען מענטשן זעהן גארנישט ראנג מיט סאשעליזם, סא אויב די איינציגסטע שלאג-ווארט וועט זיין 'סאשעליסט' וועט עס איר נאר העלפן.

ס'דא סאשעליזם מיט שכל אויך, זי איז סאשעליזם מיטן קאפ אין וואנט...

ווילאנג דו ביסט קעגן יעדע פארעם פון סאציאליזם, האסטו נישט וואס אריינצורעדן צו דאס וואס זי שטיצט איז סאציאליזם מיט שכל אדער מיט'ן קאפ אין וואנט.

איך בין נישט קעגן סאשעליזם. נעמען טעקסעס בכלל איז סאשעליסטיש. די שאלה איז וויפיל. יש ויש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:משוגע = קרעיזי. (=טראמפ)

שוטה = סטופיד. (=קארטעז)

ופשוט הוא.

אמאל האט איינער געדארפט טוישן א רעדעל פין זיין קאר, און מיטן ארבעט זענען די שראפען (סקראס) אוועגעפלויגן ער איז געבליבן נאר מיט איינס, ער שטייט אזוי אין גאנצען פארלוירען שטייט דארט א משיגענער אין די זייט אין זאגט אים, נעם אראפ פין יעדע רעדעל איין שראפעל (עס איז נאך גיט בדיעבד) אין ניץ עס פאר די רעדעל, ער שטייט אזוי אין קוקט דער משוגנער פארשטייט נאך בעסער פין אים, זאגט אים די משוגנער "מעבי איי עם קרעיזי באט נאט סטופיט"
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@וויכי, @טשאדעלע האט פארשטאנען אז איך מיין אז טראמפ איז אין איין ברייט מיט קארטעז, זאג איך אים אז איך מיין נישט אזוי, נאר רעלאטיוו לוט די פאזיציע.

דאס יא, טראמפ איז זיכער קלוג, און קארטעז האט זיכער אויך א מעידזשער דעפיציט אין ידיעות וואס טוצעך מיט זיך, און מסתמא פעלט איר שכל אויך.

@הכל הבל דאס ווייס איך ווי דיר, טראמפ איז נישט קיין טיפוש, קארטעז מסתמא יא.

מ'האלט שוין אויף א וועג, און זי האט נאך פאר זיך 43 יאר איינצוקויפן די ידיעות וואס טראמפ האט אין זיין יארגאנג...

יא גענוי, אין 43 יאר פון היינט וועט זי מעגליך זיין ענליך צו טראמפ מיט געוויסע זאכן.

אין 84 יאר וועט זי זיכער זיין אין זעלבן ערד ווי אים...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

כאפצעם האט געשריבן:
בעיביסיטער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:טראמפ איז געווען א געווינס פאר דעמאקראטן? מיט וואס? מיט דעם וואס ער האט געווינען קעגן די מערסט עקספיריענס קאנדידאט?

מיטן זיי דערלאנגען די גרעסטע מידטורם מארזשין וואס זיי האבן געווינען זינט ניקסאן!

און מיטן זיי געבן שטאף יעדן מנוט פון טאג.

סוי אין 2011 האסטו געהאלטן אז אבאמא איז א געווינס פאר די ריפאבליקענס ? איך נישט

די איינציגסטע שטאף וואס איך געדענק אבאמא האט צוגעשטעלט אין 2011 איז געווען כאפן בין לאדין און אנטוהן א גרויע רעקל..

איך רעד פון 63 קאנגרעס סיעטס און 6 סענאט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

Shuli האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אמאל געווען א זאך וואס האט געהייסן קאמוניזם, אין אמעריקע האט מען געציטערט אפילו ארויסצוזאגן די ווארט קאמוניזם, סא ווען פאליטישע פאנדיטס און קאנדידאטן האבן דעקלערט אז "סאשעליזם איקוועלס קאמוניזם" האט עס געטראגן א שטארקע געוויכט, אפי' די צוויי זענען נישט קיין קאזינס בכלל. די צייטן האבן זיך געביטן, נישטא מער קיין קאמוניזם, און מיליאנען מענטשן זעהן גארנישט ראנג מיט סאשעליזם, סא אויב די איינציגסטע שלאג-ווארט וועט זיין 'סאשעליסט' וועט עס איר נאר העלפן.

ס'דא סאשעליזם מיט שכל אויך, זי איז סאשעליזם מיטן קאפ אין וואנט...

ווילאנג דו ביסט קעגן יעדע פארעם פון סאציאליזם, האסטו נישט וואס אריינצורעדן צו דאס וואס זי שטיצט איז סאציאליזם מיט שכל אדער מיט'ן קאפ אין וואנט.

פארוואס?

ווייל דעמאלס האט מען נישט א ניכטערע בליק צו מאכן א אונטערשייד, ווארום מ'האט דאך א נגיעה צו זאגן אויף יעדע סאציאליסטישע אידעע אז ס'איז נאריש און מיט'ן קאפ אין וואנט אריין.

נעם פאר א משל וואס אסדר האט געשריבן פריער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:טראמפ איז אבער א געווינס אויך פאר די רעפובליקאנער. ער האט געגעבן עפעס אויך. זי איז נאר דא חרוב צו מאכן.

סאו אסדר אלס רעכטער האלט אז טראמפ איז נאר משוגע, אבער מיט די אישוס איז ער אקעי משא"כ AOC... יעצט דו האלטסט נישט אז אלס לינקער וואלט ער געהאלטן פונקט פארקערט? סאו יעדער זעט זאכן פון זיין פרעספעקטיוו, און איינער וואס איז קעגן סאציאליזם וועט ענדערש זאגן אויף א סאציאליסטיש געדאנק אז "דאס איז סתם טיפשות/שגעון/קאפ אין וואנט אריין"...

(איך ווייס נישט צו די תגובה איז נאך גילטיג נאכדעם וואס אסדר האט שוין קלארגעשטעלט אז ער איז אויך נישט קעגן סאציאליזם...)
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2019 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני אדם »

נו וואדע האט געשריבן:
נדבנים קענען שוין מנדב זיין לעגויס מיט קליקס און פלעימאביל פאר די יו עס קעפיטעל .............

דאס האט מען געהערט פון אנגעשטעלטע ביי טראמפ אז מען דארף יעצט ביי די 60 יעריגע פרעזידענט
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

הכל הבל האט געשריבן:.

נישט אז סאיז א גרויסע חילוק די פונקטליכע נאמען פון די מטורפת אבער זי הייסט נישט "אקאסטע" נאר "אקעסיא"
alexandria ocasio-cortez

אפשר האסטעך פארמישט מיט דזשים אקאסטע אויך גאנץ גוט פאריקט אבער אנדערש..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קהל עדתינו האט געשריבן:

יישר כח פארן אויפמערקן
נו, וויאזוי קען מען אפדעיטן א קעפל פון אן אשכול?

הכל הבל האט געשריבן:

דאס דארף מען פרעגן די וועטעראן שרייבערס, אפשר הבל וואלט געוואוסט?...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

דער האט עס גענאגעלט מיט 4 ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

דער האט עס גענאגעלט מיט 4 ווערטער
אטעטשמענטס
Trump is crazy BUT....jpg
Trump is crazy BUT....jpg (91.85 KiB) געזען 1500 מאל
TRUMP is crazy But........jpg
TRUMP is crazy But........jpg (16.48 KiB) געזען 1500 מאל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

KMW האט געשריבן:
Shuli האט געשריבן::lol: :lol:
זי האט עס עכט געזאגט אדער עס איז פשוט לצנות אויף איר חשבון?
So I firmly believe that if we want to take that $3 billion dollars that we were willing to give to Amazon and invest it in our local community, we can do that.

אויב דאס איז אירע ווערטער זע איך נישט וואס די פראבלעם איז. מיט עמעזאן האט מען מסכים געווען צו נאכלאזן שטייערן וואס וואלט אנגעקומען צו דו נומערן, איז די טענה אינוועסט די זעלבע זאך אין די לאקאלע קאמיונעטי'ס דורכן נאכלאזן שטייערן פאר זיי פאר די סכום. נישט אזוי?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די פארלאפענע מידטוירמס האט קארטעז קאמפיינט פאר די פריימערי קעגנער פון קאנגרעסמאן לעיסי קלעי פון מיזורי

יענער האט ווי עס שיינט פארשטאנען דעם וואונק און איצט געווארן א קא ספאנסאר פון די ניו גרין דיעל
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

למעלה משבעים האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Shuli האט געשריבן::lol: :lol:
זי האט עס עכט געזאגט אדער עס איז פשוט לצנות אויף איר חשבון?
So I firmly believe that if we want to take that $3 billion dollars that we were willing to give to Amazon and invest it in our local community, we can do that.

אויב דאס איז אירע ווערטער זע איך נישט וואס די פראבלעם איז. מיט עמעזאן האט מען מסכים געווען צו נאכלאזן שטייערן וואס וואלט אנגעקומען צו דו נומערן, איז די טענה אינוועסט די זעלבע זאך אין די לאקאלע קאמיונעטי'ס דורכן נאכלאזן שטייערן פאר זיי פאר די סכום. נישט אזוי?

שטייער שניטן פאר קלענערע ביזנעסער? אקוראט דאס האט טראמפ געטון...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

יאצמעך האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
Shuli האט געשריבן::lol: :lol:
זי האט עס עכט געזאגט אדער עס איז פשוט לצנות אויף איר חשבון?
So I firmly believe that if we want to take that $3 billion dollars that we were willing to give to Amazon and invest it in our local community, we can do that.

אויב דאס איז אירע ווערטער זע איך נישט וואס די פראבלעם איז. מיט עמעזאן האט מען מסכים געווען צו נאכלאזן שטייערן וואס וואלט אנגעקומען צו דו נומערן, איז די טענה אינוועסט די זעלבע זאך אין די לאקאלע קאמיונעטי'ס דורכן נאכלאזן שטייערן פאר זיי פאר די סכום. נישט אזוי?

שטייער שניטן פאר קלענערע ביזנעסער? אקוראט דאס האט טראמפ געטון...

הייסט עס אפילו טראמפ שטיצט אירע געדאנקען? טאקע משוגע...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”