פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:47 am

סאיז נאך אזא עמערדזשנסי ווי די פאליס וואס וויל אריבערפארן די אינטער סעקשען אופן וועג צים פיצא סטאר פאר לאנטש. אין ער צינד זיינע לעמפלעך :P
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

חזן שמילאוויטש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:51 am

אמביציע האט געשריבן:דער פרעזידענט האט די רעכט צו דערקלערן א סטעט אף עמערדזשענסי דעקלעראציע, פריעדיגע פרעזידענטן האבן עס שוין געטאן. ד פראגע איז נאר צו ס'איז טאקע אן אמערדזשענסי

ס'איז נאך ביג טיים אזא עמערזשענסי ווי ביי אובאמא

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:51 am

אמביציע האט געשריבן:דער פרעזידענט האט די רעכט צו דערקלערן א סטעט אף עמערדזשענסי דעקלעראציע, פריעדיגע פרעזידענטן האבן עס שוין געטאן. ד פראגע איז נאר צו ס'איז טאקע אן אמערדזשענסי

ווי שוין פון פריער ערווענט, איך מיין אז פון א לעגאלע שטאנפונקט איז מער די שאלה וואס ער מעג אלס טון אין פאל פון אן עמערדזשענסי,

די שאלה צו עס איז טאקע אן עמערדזשענסי צו נישט האט קאנגרעס געגעבן פארן פרעזידענט צו באשליסן, פאליטיש קען מען זיך ארומטענה׳ ביז אייביג, אבער די קאורט מישט זיך נישט אריין אין דעם, דאס איז ווי קוועשטשענען די דזשאדזשמענט פון א פרעזידענט אין די ראמען פון זיין אויטאריטעט וואס איז אין לדבר סוף.

עי׳ ערך טרעוול בען ועוד.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:56 am

בני אדם האט געשריבן:JUST A REMINDER
דער ירום הודו איז דער זעלבע וואס האט געשריבן 2014 אז די רפליקאנע זאלן זיך נישט לאזן פון אבאמא צי ניצן אן עמערזשענסי וואל ער קען זיך נישט א עצה געבען מיט קאנגרעס


אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי אין פין דארט האט עס טראמפ גענומען, אין יעצט ברעטשעט מען אז ער זאל עס נישט
מאכען ווייל נאכדעם גייען עס די דעמאקראטען נאכמאכען קאט די העק.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:13 pm

דער טראמפ דזשאסטיס דעפ. (עס איז זייער דזשאב עס צו דיפענדן אין קאורט) האט געווארענט דעם פרעזידענט אז א 'נעשינעל עמערדזשענסי' גייט מן הסתם זיך נישט האלטן אין די קאורט סיסטעם.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:16 pm

sholom88 האט געשריבן:זעה אינעוויינדיג, פאר די וואס גייען שרייען פעיק ניוז, כסדרם
https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 3079431168

נעכטן איז אויך ארויסגעקומען א פיינעם טעיפ ווי ווייס פרעזידענט פענס האקט שטיקער קעגן אן עקזעקיאטיוו ארדער אויף אימעגרעישאן (נישט קיין נעשינעל עמערזשענסי), אז ער אווער-ריטשט זיינע פאווערס. א באנטש אוף פאוניס.....

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:21 pm

אמביציע האט געשריבן:דער פרעזידענט האט די רעכט צו דערקלערן א סטעט אף עמערדזשענסי דעקלעראציע, פריעדיגע פרעזידענטן האבן עס שוין געטאן. ד פראגע איז נאר צו ס'איז טאקע אן אמערדזשענסי


איך בין דורך געפארן אמאל די גרעניץ פון אמעריקע און קאנאדא, איך האב געזען אויסגע'שורה'ט אסאך בארדער פאטראל קארס, אלע האבן געהאט אזעלכע "עמערדזשענסי" לעמפלעך אויפן דאך גרייט נאך צו יאגן אומלעגאלע אריינדריגער.

ווייזט אויס די אנגענומענע מיינונג איז אז צו סטאפן אריינדרינגער איז א עמערדזשענסי אישו.

נו, אויב נאכלויפן אזא איליגעל איז אן עמערדזשענסי, איז אויב סאיז דא א הפקרות ביים גרעניץ און דער עולם שפאצירט אריין אין גרויסן, איז זיכער אן עמערדזשענסי צו לייגן די וואנט, ווי אויך זאלן אלע קאנסטראקשען טראקס האבן אן עמערדזשענסי לעמפל, ווייל דאס איז אן עמערדזשענסי.
צוגעלייגטע
1550251560350_download.jpg
אלעמאל געווען אן עמערדזשענסי, אפילו אין רבי'נס צייטן
1550251560350_download.jpg (9.33 KiB) געזעהן 1200 מאל
7307822618_f294720673_b.jpg
עמערדזשענסי
7307822618_f294720673_b.jpg (337.15 KiB) געזעהן 1200 מאל
3332654448_39b64bbbb4.jpg
עמערדזשענסי לעמפלעך (באמערק די גרויסע רעדער, ער זאל קענען פליען גאר שנעל)
3332654448_39b64bbbb4.jpg (97.48 KiB) געזעהן 1200 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:25 pm

ר' זעקל האט געשריבן:אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי

ווען?
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:29 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
בני אדם האט געשריבן:JUST A REMINDER
דער ירום הודו איז דער זעלבע וואס האט געשריבן 2014 אז די רפליקאנע זאלן זיך נישט לאזן פון אבאמא צי ניצן אן עמערזשענסי וואל ער קען זיך נישט א עצה געבען מיט קאנגרעס


אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי אין פין דארט האט עס טראמפ גענומען, אין יעצט ברעטשעט מען אז ער זאל עס נישט
מאכען ווייל נאכדעם גייען עס די דעמאקראטען נאכמאכען קאט די העק.

זאלסט אבער נישט האבן קיין טענות ווען א דעמעקראטישע פרעזידענעט וועט מאכען אן עמערדזשענסי אויף גאנס גרין נא דיל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:58 pm

אמביציע האט געשריבן:דער פרעזידענט האט די רעכט צו דערקלערן א סטעט אף עמערדזשענסי דעקלעראציע, פריעדיגע פרעזידענטן האבן עס שוין געטאן. ד פראגע איז נאר צו ס'איז טאקע אן אמערדזשענסי

א אמערדזשענסי איז עס זיכער, דער שאלה איז נאר צו עס איז א קאטאסטראפע. און עס איז אין דער פרעזידענטס פאוערס דאס צו באשליסען כאטש עס שמעקט מיר נישט אזוי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:00 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:דער פרעזידענט האט די רעכט צו דערקלערן א סטעט אף עמערדזשענסי דעקלעראציע, פריעדיגע פרעזידענטן האבן עס שוין געטאן. ד פראגע איז נאר צו ס'איז טאקע אן אמערדזשענסי

ווי שוין פון פריער ערווענט, איך מיין אז פון א לעגאלע שטאנפונקט איז מער די שאלה וואס ער מעג אלס טון אין פאל פון אן עמערדזשענסי,

די שאלה צו עס איז טאקע אן עמערדזשענסי צו נישט האט קאנגרעס געגעבן פארן פרעזידענט צו באשליסן, פאליטיש קען מען זיך ארומטענה׳ ביז אייביג, אבער די קאורט מישט זיך נישט אריין אין דעם, דאס איז ווי קוועשטשענען די דזשאדזשמענט פון א פרעזידענט אין די ראמען פון זיין אויטאריטעט וואס איז אין לדבר סוף.

עי׳ ערך טרעוול בען ועוד.

גוט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:01 pm

און אז ער האט אזוי באשלאסן זאל דיר עס יא שמעקן...
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:11 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דער טראמפ דזשאסטיס דעפ. (עס איז זייער דזשאב עס צו דיפענדן אין קאורט) האט געווארענט דעם פרעזידענט אז א 'נעשינעל עמערדזשענסי' גייט מן הסתם זיך נישט האלטן אין די קאורט סיסטעם.

די קארט האט נישט קיין דעה צו עס איז א עמורדענסי. ער קען טענה'ן אז אפילו איין נפש אין געפאר איז שוין א עמורדזענסי.

חוץ פון דעם, דאס אליין אז דער קאנגרעס האט פארהאקט דער טיר אויף אים דארטען ווי זיי אליין האלטען גלייך ווי אים אז עס איז א עמורדזענסי; דאס גיבט אים נאך א שטיפ צו דערקלערען עס א עמורדזענסי. ער האט דא א ליגאלע וועג צו סירקומוענטען זיינע טורמענטאס דער קאנגרעס, אויב זיי ווילען זאלען זיי אים אימפיעטשען פאר דעם. אויב דער 25'סטע עמענדמענט מעג מען ניצען פאר פאלשע עמורדזענסיס קעגען דער קאנסטיוציע, קען ער זיכער ניצען זיין ליגאלע פאוערס פאר וואס ער האלט אדער וויל האלטען פאר א עמורדזענסי.

פאליטיקס גייט ביידע וועגען, און פאר קרומע גייט מען קרום עס אויס צוגלייכען (פארשטייט זיך נאר אויב איז עס ליגאל אזוי ווי אין דער קעיס).

איך מוז עס נישט גלייכען, אבער ער מעג עס טוהן, און איך און דיר און יעדער פארשטייט פארוואס ער טוהט עס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי

ווען?

April 12, 2010: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Conflict in Somalia was in respect to threats posed by Somali pirates.

February 25, 2011: The National Emergency With Respect to Blocking Property and Prohibiting Certain Transactions Related to Libya froze the assets of Libyan leader Muammar Gaddafi.

July 25, 2011: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Transnational Criminals was in response to the rise in crime by specific organizations: Los Zetas (Mexico), The Brothers’ Circle (former Soviet Union countries), the Yakuza (Japan), and the Camorra (Italy).

May 16, 2012: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Persons Threatening the Peace, Security, or Stability of Yemen addressed political unrest within the Yemen government.

March 16, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Situation in Ukraine was in response to the Russian invasion of Crimea.

April 3, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons With Respect to South Sudan was in response to the ongoing civil war.

May 12, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Conflict in the Central African Republic was in response to violence towards humanitarian aid workers.

March 8, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking Property and Suspending Entry of Certain Persons Contributing to the Situation in Venezuela was in response to human rights violations.

April 1, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking the Property of Certain Persons Engaging in Significant Malicious Cyber-Enabled Activities was in response to Chinese cyber attacks on the U.S.

Nov 23, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Situation in Burundi was declared after a failed coup.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:14 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:זעה אינעוויינדיג, פאר די וואס גייען שרייען פעיק ניוז, כסדרם
https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 3079431168

נעכטן איז אויך ארויסגעקומען א פיינעם טעיפ ווי ווייס פרעזידענט פענס האקט שטיקער קעגן אן עקזעקיאטיוו ארדער אויף אימעגרעישאן (נישט קיין נעשינעל עמערזשענסי), אז ער אווער-ריטשט זיינע פאווערס. א באנטש אוף פאוניס.....

און נארמאלע צייטען איז עס טאקע א עביוז אוו פאוער, אבער היינט איז נישט נארמאלע צייטען, איז דער איינציגסטע שאלה צו עס איז קאנסטיטושענעלי אויס געהאלטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:17 pm

בני אדם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
בני אדם האט געשריבן:JUST A REMINDER
דער ירום הודו איז דער זעלבע וואס האט געשריבן 2014 אז די רפליקאנע זאלן זיך נישט לאזן פון אבאמא צי ניצן אן עמערזשענסי וואל ער קען זיך נישט א עצה געבען מיט קאנגרעס


אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי אין פין דארט האט עס טראמפ גענומען, אין יעצט ברעטשעט מען אז ער זאל עס נישט
מאכען ווייל נאכדעם גייען עס די דעמאקראטען נאכמאכען קאט די העק.

זאלסט אבער נישט האבן קיין טענות ווען א דעמעקראטישע פרעזידענעט וועט מאכען אן עמערדזשענסי אויף גאנס גרין נא דיל

טענות וועט מען קענען האבען אבער מען וועט טאקע גארנישט קענען טוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קושטא
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:21 pm

און יעצט אז מ'דארף שוין מער נישט צוקומען צו קאנגרעס, גייט מען אי''ה בויען א פעסטע ''קאנקריט וואל''
און ווען אפילו נאר א קליין חלק פון אזא וואנט וועט שטיין על תלו בנויה, איז טראמפ כמעט פארזיכערט מיטן 2020 געווינס.
אויב אזוי האט זיך שוין באלד געלוינט אז דעמאקראטן זאלן געווינען דעם הויז, ימים ידברו.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:22 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דער טראמפ דזשאסטיס דעפ. (עס איז זייער דזשאב עס צו דיפענדן אין קאורט) האט געווארענט דעם פרעזידענט אז א 'נעשינעל עמערדזשענסי' גייט מן הסתם זיך נישט האלטן אין די קאורט סיסטעם.



יע יע, יודע פענס נפש בהמתו.. ער קען גוט די אקטיוויסטן אין די ניינטע צירקוס
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:30 pm

איך שטיי און איך שטוין ווי אידן האבן אזא באהאווענשאפט אין די קאנסטיטוציע און געזעצן פון אמעריקע
אני כשלעצמי בין איך קיין לויער, אבער איך קען פונקט אזוי פארשטיין אז קאורט וועט זייער גרינג צוריקהאלטן דעם פרעזידענט פון נוצן אן עמערדזשענסי ארדער

די קאנסטיטוציע שטייט נישט אז א פרעזידענט קען באשליסן וואס אן עמערדזשענסי איז, אין קאנסטיטוציע שטייט אין פאל פון אן עמערדזשענסי, אפצולערנען ווען עס איז עמערדזשענסי בלייבט פארן ריכטער צו באשליסן

איי וועסטו פרעגן אויב אזוי, ווער זאגט אז אבאמא האט געמעגט? נו לאמיר זען וואס דער געריכט וואלט געפסק'ט אויב ער וואלט געווארן געטשעלענדזשט, איך שטעל מיר פאר אז דער ריכטער וואלט באשלאסן אין יעדן קעיס לויט יענע אומשטענדן

זעט זיך אויס אז ביי אבאמא איז עס אבוויעסלי יא געווען אן אזיכערע עמערדזשענסי אז קאנסערוואטיווע גרופעס האבן אים נישט געשלעפט אין געריכט

און נאכאמאל, איך בין קיין לויער, און איך קען פארשטיין ביידע צדדים, אבער למעשה ווערט באריכטעט איז די יודעי דבר שרייען אז טראמפ וועט ווארשיינליך פארלירן אין געריכט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:40 pm

אין כל חדש האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין ווי אידן האבן אזא באהאווענשאפט אין די קאנסטיטוציע און געזעצן פון אמעריקע
אני כשלעצמי בין איך קיין לויער, אבער איך קען פונקט אזוי פארשטיין אז קאורט וועט זייער גרינג צוריקהאלטן דעם פרעזידענט פון נוצן אן עמערדזשענסי ארדער

די קאנסטיטוציע שטייט נישט אז א פרעזידענט קען באשליסן וואס אן עמערדזשענסי איז, אין קאנסטיטוציע שטייט אין פאל פון אן עמערדזשענסי, אפצולערנען ווען עס איז עמערדזשענסי בלייבט פארן ריכטער צו באשליסן

איי וועסטו פרעגן אויב אזוי, ווער זאגט אז אבאמא האט געמעגט? נו לאמיר זען וואס דער געריכט וואלט געפסק'ט אויב ער וואלט געווארן געטשעלענדזשט, איך שטעל מיר פאר אז דער ריכטער וואלט באשלאסן אין יעדן קעיס לויט יענע אומשטענדן

זעט זיך אויס אז ביי אבאמא איז עס אבוויעסלי יא געווען אן אזיכערע עמערדזשענסי אז קאנסערוואטיווע גרופעס האבן אים נישט געשלעפט אין געריכט

און נאכאמאל, איך בין קיין לויער, און איך קען פארשטיין ביידע צדדים, אבער למעשה ווערט באריכטעט איז די יודעי דבר שרייען אז טראמפ וועט ווארשיינליך פארלירן אין געריכט

דזשאסט טו סטעי קארעקט: אן עמערדזשענסי דעקלערעישען איז נישט קיין "קאנסטיטוציאנאלע" רעכט פארן פרעזידענט...
עס איז א "געזעצליכע" רעכט וואס קאנגרעסס האט געגעבן פארן פרעזידענט!

די "נאציאנאלע עמערדזשענסי עקט" איז דורכגעפירט געווארן אין ביידע הייזער פונעם קאנגרעס אין יאר 1976 און אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט פארד חודש אלול תשל"ו.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:53 pm

ס'וואלט געווען גוט איינער זאל עפענען א אשכול איבער די "נאציאנאלע עמערדזשענסי עקט", פארוואס מען האט עס געמאכט, און צו טאקע זענען זיי געווען גערעכט מיט עס מאכען; און צו מען זאל עס שוין מאכען אויס; ווייל אויב עביוזען עס סיי די דעמעקראטען און סיי די רעפאבליקאנער, איז עס בעסער מסתמא אז עס עקזיסטירט נישט אזא רעכט. איך בין קעגען געבען גרעניץ'לאזע פאוערס צו פאליטשען'ס (אפילו אריין געוועלטע פאליטשען'ס) און רעגירונג בא'אמטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:59 pm

האביך געלייענט אמאל איבער איינער וואס איז דורך געפארן א שולע אין פלארידע און געזעהן פיל מיט פאליציי קארס, די קארס האבן געהאט "עמערזשענסי" לעמפלעך און האבן געבליטשקעט, ע"פ רוב בלויע און ווייסע קאלירן. אויף די אנפראגע וואס ס'גייט פאר האבן זיי געענטפערט אז ס'האט פאסירט אן עמערזשענסי דא, אמער איינער האט דורכגעפירט א מאסן גאן שיסעריי און מען פרובירט כאפן דעם שיסער.

די זעלבע מעשה האביך אויך געהערט איז געשעהן אין קאלאראדא, אין קאנעטיקוט, אין קאליפארניע, און אין טעקסעס. אלעס בלויז אין די לעצטע פאר יאר! און ווי כ'האב געהערט זענען איבעראל געווען די זעלבע "עמערזשענסי לעמפלעך" קארן.

דאס טייטש אז אפצושטעלן די אלע שיסער איז א פולקאמער "נאציאנאלער עמערזשענסי" און אזא פרעזידענטליכע דערקלעראציע איז קריטיש וויכטיג ווי אמשנעלסטנס.

אויב גלייבט איר נישט, אט איז עטליכע בילדער פון אזוינע אוטאס מיט די "עמערזשענסי" לעמפלעך.
צוגעלייגטע
IMG-20190215-WA0017.jpg
IMG-20190215-WA0017.jpg (53.43 KiB) געזעהן 911 מאל
IMG-20190215-WA0014.jpg
IMG-20190215-WA0014.jpg (38.63 KiB) געזעהן 911 מאל
IMG-20190215-WA0010.jpg
IMG-20190215-WA0010.jpg (70.02 KiB) געזעהן 911 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:00 pm

אז מ'רעדט שוין, געהערט פון איינעם וואס איז געווען אמאל אין קאליפארניע און געזעהן פיל מיט פייער לעשער טראקס, די טראקס האבן געהאט "עמערזשענסי" לעמפלעך און האבן געבליטשקעט, ע"פ רוב רויט און ווייסע קאלירן.

אויף יענעמס אנפראגע וואס ס'גייט פאר האבן זיי געענטפערט אז ס'האט פאסירט אן עמערזשענסי דא, די וואלד האט זיך אנגעצינדן פון די הייסע טריקענע וועטער און ס'פלאקערט שוין אזוי עטליכע וואכן, אפברענענדיג אזוי מיילן און מיילן פון וואלד, הייזער, קארס אזש אפילו קאסטנדיג ערענסטע מענטשליכע פאטאליטעטן.

די זעלבע מעשה האביך אויך געהערט איז געשעהן אין קאלאראדא, אין נעוואדע, און אין אריזאונע. אלעס בלויז אין די לעצטע פאר יאר! און אויב האביך גוט פארשטאנען זענען איבעראל געווען די זעלבע "עמערזשענסי לעמפלעך" טראקס.

דאס טייטש אז אפצושטעלן די שעדליכע הוץ וואס ברענגט די אלע פייערן איז א פולקאמער "נאציאנאלער עמערזשענסי" און א פרעזידענטליכע דערקלעראציע איז קריטיש וויכטיג ווי אמשנעלסטנס.

אויב גלייבט איר נישט, אט איז א בילד פון איינס אזא טראק מיט די "עמערזשענסי" לעמפלעך.
צוגעלייגטע
IMG-20190215-WA0016.jpg
IMG-20190215-WA0016.jpg (22.75 KiB) געזעהן 908 מאל
IMG-20190215-WA0015.jpg
IMG-20190215-WA0015.jpg (9.76 KiB) געזעהן 908 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:03 pm

אה, דערמאן איך מיר אויך, האביך געהערט אמאל אין בארא פארק סירענס פליען, נאכגייענדיג זעה איך אמבולאנסן מיט בליטשקעדיגע "עמערזשענסי לעמפלעך" זיך אפשטעלן ביי הויז, ב"ה נישט משלנו, און זיי ברענגען ארויס פון דארט איינעם און כ'האב גלייך געזעהן יענער איז דערנאך.

פרעג איך זיי וואס איז געשעהן, בקיצור ביז כהאב געקענט ארויסבאקומען זאגן זיי מיר אז דער האט געהאט א סיריעס אישו און עס קיינמאל נישט געטריעט געהעריג ביים דאקטער, נישט גענימען קיין מעדיקאציעס וכו' אמער ער האט נישט די געלט פאר די אינשורענס וואס עס קאסט היינט אפ ה"י!

די זעלבע מעשה האביך אויך געהערט איז געשעהן אין פילע שטעט דורכאויס די לעצטע יארן אין אמעריקא. און ווי כ'האב געהערט זענען איבעראל געווען די זעלבע "עמערזשענסי לעמפלעך" אמבולאנסן.

דאס טייטש אז אפצושטעלן די אלע פאטאליטעטן דורך צושטעלן פרייע העלט אינשורענס איז א פולקאמער "נאציאנאלער עמערזשענסי" און אזא פרעזידענטליכע דערקלעראציע איז קריטיש וויכטיג ווי אמשנעלסטנס.

אויב גלייבט איר נישט, אט איז א בילד פון איינס אזא אמבולאנס מיט די "עמערזשענסי" לעמפלעך.
צוגעלייגטע
IMG-20190215-WA0020.jpg
IMG-20190215-WA0020.jpg (133.61 KiB) געזעהן 907 מאל
IMG-20190215-WA0021.jpg
IMG-20190215-WA0021.jpg (487.25 KiB) געזעהן 907 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:05 pm

פאר איך פארגעס, בינעך געפארן אמאל אויפן רוט 17 און אזוי ערגעץ לעבן די פארד דיעלרשיפ כאפ איך א באמפ און בוםם!! איין רעדל איז א פארגאנגענהייט! כ'רוף אריין 311 רעפארטן דעם פראבלעם און כ'שטעל זיך אינדערזייט קעיר נעמען פון מיין צרה.

גייט דורך א שטיק צייט און ס'קומט צו פארן א קרו פון עטליכע טראקס מיט בליטשקעדיגע אראנזשע "עמערזשענסי לעמפלעך" און נעמען זיך צו די עבודה און פארדעקן דעם ריזיגן לאך מיט א גרויסן פעטש.

די זעלבע מעשה האביך אויך געהערט געשעהט טעגליך טויזענטער מאל אויף פילע ראודס, בריקן און הייוועיס דורכאויס אמעריקא. און ווי כ'הער קומען איבעראל אן די זעלבע "עמערזשענסי לעמפלעך" טראקס.

דאס טייטש אז אפצושטעלן די אלע שאדנס און הארץ עסענישן איז ווארשיינליך א "נאציאנאלער עמערזשענסי" און א פרעזידענטליכע דערקלעראציע איבער א ברייטפארצווייגטע "אינפערסטרוקטור פעקעדזש" איז קריטיש וויכטיג ווי אמשנעלסטנס.

אויב גלייבט איר נישט, אט איז א בילד פון עטליכע אזוינע טראקס מיט די "עמערזשענסי" לעמפלעך.
צוגעלייגטע
IMG-20190215-WA0019.jpg
IMG-20190215-WA0019.jpg (37.61 KiB) געזעהן 899 מאל
IMG-20190215-WA0013.jpg
IMG-20190215-WA0013.jpg (66.45 KiB) געזעהן 899 מאל
IMG-20190215-WA0018.jpg
IMG-20190215-WA0018.jpg (50.41 KiB) געזעהן 899 מאל
Trumpism is a mental tragedy


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Graphic24, בינוני, משהלע, נעם אין אכט, פינחס, פרעג נישט און 58 געסט