פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3937
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 10, 2020 12:29 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:איינער געדענקט נאך די גרופע We Build The Wall געגרינדעט דורך ברייען קאלפעדזש?

א קורצע איבערבליק: בשעת די פאריעריגע וואנט שאטדאון האט ברייען קאלפעדזש א טריפל עמפיוטי (ד.מ. אפגעהאקט ביידע פוס און איין האנד רח"ל, אין איראק) וועטעראן, אנגעהויבן א גאו פאנד מי פראיעקט מיטן ציהל אויפצוטרייבן א ביליאן דאלאר און דאס איבערגעבן פאר די פעדעראלע רעגירונג כדי צו העלפן טראמפ בויען די מעקסיקא גרעניץ וואנט.

עס האט טאקע למעשה אויפגעטריבן איבער 20 מיליאן דאלאר אין עטליכע וואכן, אבער דאס איז נאך געווען גאר גאר ווייט פון די ארגינעלע ציהל פון 1 ביליאן דאלאר.

אין אנהייב האט ער געזאגט אז אויב ער דערגרייכט נישט די ציהל פון א ביליאן דאלאר גייט ער צוריקגעבן די געלטער פאר יעדן איינעם, אבער למעשה האט ער באשלאסן צו עפענען אן אייגענעם נאנפראפיט ארגענאזאציע, און מיט די געלטער וועט די ארגאניזאציע נעמען שריט צו באשיצן די גרעניץ און אנהייבן בויען וואנט אויף די אייגענע הענט דורך אליינס פארהאנדלען מיט לאנד אייגענטומער און פריוואטערהייט זיך נעמען בויען גרעניץ ווענט.

קריס קאובאך דער געוועזענער "קענסעס" סעקרעטערי אוו סטעיט און יעצטיגער קאנדידאט אין די רעפאבליקאנער פריימערי פאר די קענסעס סענאט זיץ צו ערזעצן סענעטאר פעט ראבערטס, האט זיך אנגעשלאסן און אנגעהויבן אנפירן מיט די ארגאניזאציע. און זיי האבן אויפגענומען די קאמפאני "פישער זאמד און גרעוועל". די קאמפאני איז אויך געווארן אויסגעקליבן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע צו זיין די קאנטראקטאר צו בויען א געוויסע חלק פון די וואנט ווערט געבויט דורך די פעדעראלע רעגירונג אין אריזאנע.


סוף מאי פארגאנגענעם יאר האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן געענדיקט בויען א וואנט אין סאנלענד ניו מעקסיקא אויף א שטח היבש גרעסער פון א האלבע מייל, פאר די קאסטן פון בלויז 6 מיליאן דאלאר, און זיי האבן דאס געבויט אין בלויז צוויי וואכן! זיי האבן אויך געבויט א שיינע געפעיווטע ראוד, מיט שטארקע לעקטערס און דיטעקטערס ווי אויך א קאנטראל פאוסט ביי די צוים.

די פראיעקט איז געווען צו פארמאכן א ריזיגע ליידיגע שטח אהן קיין וואנט אינמיטן א לאנגע גרעיץ וואנט פון איבער 21 מייל.
לויט ווי די גרעניץ פאטראל האט געזאגט האבן זיך פון יענע שטח אליינס אין יאר 2019 אריינגעשמוגלט איבער 100 מענטשן און ארום 100 טויזנט דאלער ווערט פון שעדליכע דראגס יעדע איינציגסטע נאכט!!
דער פראפערטי אוונער האט געלעבט אונטער שרעק יעדע נאכט וואוסענדיג אז די ערגסטע קרימינאלן און קארטעלן שמוגלען דורך אויף זיין פראפערטי, ער האט אויך געליטן פון כסדרדיגע גניבות און סטראשונקעס, ער האט זיך געבעטן ביי די ארמי קארפס צו פארמאכן די געפּ, אבער זיי האבן נישט געוואלט זאגנדיג אז דאס איז א שווערע בארג און ס'איז זייער שווער צו בויען דארטן א וואנט.

יעצט מיט די נייע וואנט וואס האט פארמאכט די געפּ ביי די גרעניץ האט זיך דאס אלעס 100 פראצענט אפגעשטעלט! דער אוונער זאגט אז די גרופע האט געטוהן אן אויסנאמליכע גוטע ארבעט און ער קען זיך נישט גענוג באדאנקן פאר זיי.

דאס איז א בילד פון די הערליכע וואנט וואס די גרופע האט געבויט.
Screenshot_20200119-004908~2.png



---------

די ארגאניזאציע האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי פראדזשעקט 1, נאר זיי האבן געמאלדן פראדזשעקט נומבער 2 און נומבער 3.
די צווייטע פראדזשעקט איז צו בויען א וואנט אין מישען טעקסעס נעבן די רייאו גראנדי טייך וואס טיילט אפ צווישן אמעריקע און מעקסיקא.

די פישער קאמפאני וויל בויען אזעלכע אייזערנע זוילן בלויז 35 פוס אוועק פונעם טייך אויף א שטח פון 3.5 מייל לאנג, געווענליך אין אזעלכע ערטער האט די רעגירונג געבויט די וואנט ארום 1 - 1.5 מייל ווייט פונעם טייך.

Rio_Grande_Bollard-Fence-NoBoatsD2-768x497~2.png



די נאציאנאלע פוטערפליג סענטער האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט דערקעגן זאגנדיג אז דאס וועט שלעכט אפעקטירן די ארטיגע וויילדלייף.
די פעדעראלע רעגירונג האט אויף די שליחות פון די (אמעריקאנער) אינטערנאציאנאלע גרעניץ און וואסער קאמיסיע זיך אויך אנגעשלאסן אין די געריכט קעיס מיטן טענה אז דאס בויען די וואנט אזוי נאנט צום וואסער קען טוישן די וואסער פלוס אוו דאס קען עווענטועל רוקן די גרעניצן זינט די וואסער דינט אלץ גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, און דאס וואלט פארלעצט די גרעניץ רעכטן פון ביידע לענדער.

אין דעצעמבער 3 2019 האט א פעדעראלע ריכטער ארויסגעגעבן א צייטווייליגע פארבאט צו פאראויסגיין מיט די ארבעט.
אין יאנואר 9 2020 האט א פעדעראלע ריכטער אראפגענומען די פארבאט זאגנדיג אז די רעגירונג און די באטערפליי צענטער זענען דורכגעפאלן און האבן נישט געקענט אויפווייזן וויאזוי די 18 פוס הויכע צוים וועט אפעקטירן די וואסער פלוס אדער די וויילדלייף.
די פישער גרופע האט גלייך באגריסט די פסק, און געמאלדן אז די ארבעט גייט זיל אנהייבן אין די נעקסטע וואך, און עס וועט נעמען גאר שנעל צו ווערן פארענדיגט.
פישער זאגט אויך אז זיינע חברה גייען אויסרייניגן די טייך אויף יענעם ארט אוועקנעמען אלע אראפגעפאלענע ביימער און שמוץ כדי די וואסער זאל בעסער פליסן און טאקע נישט ווערן אפעקטירט פון די נייע וואנט.

אין וועמענס שטח געפינט זיך דער טייך? אמעריקא אדער מעהיקא?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג פאברואר 10, 2020 6:13 am

The Rio Grande is one of the principal rivers in the southwest United States and northern Mexico. The Rio Grande begins in south-central Colorado in the United States and flows to the Gulf of Mexico. After passing through the length of New Mexico along the way, it forms part of the Mexico–United States border.

Wikipedia

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:38 am

"הכל הבל"]דאנערשטאג אחרי קדושים




די ארבעט מיטן פלאנירן און פאקטיש אויך בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקא און מעקסיקא זעצט פאר אין פולסטן שוואונג טראץ די אנגייענדע ווירוס עפידעמיע
צווישן קאנגרעס באשטעטיגטע געלט און געלט פון די טרעזורי און פארטיידיגונג דעפארטמענט האט פרעזידענט טראמפ שוין אויפגעטריבן 15 ביליאן דאלער פאר דעם צוועק און וועט מיט די געלט קענען העכערן די צאל מייל געדעקט מיט גרעניץ ווענט
בעפאר פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס איז א טאטאל פון 654 מייל געווען געדעקט ווען 300 דערפון איז געווען גרעניצן אפצושטעלן אפילו מענטשן פון אריבערגיין צופיס און 354 בלויז צו בלאקירן קארס פון אריבערפארן
אצינד מיט די נייע טראמפ פרראיעקטן אונטערוועגנס וועט די מיילן געדעקט ארויפגיין צו 945 און ווען פון דעם זענען 731 איינפאך צו פאררעכטן אלטע רואינירטע צוימען
די נייע פראיעקט איז דעזיגנירט ארויפצוציען 30 פיס הויכע ווענט מיט 6 אינטשיגע שטאנגען ווען צווישן יעדע צוויי שטאנגען איז דא ליידיג 4 אינטשעס וועלכע גיבט גענוג פלאץ פאר קלענערע סארט באשעפענישן זיך ווייטער ארומצודרייען פראנק און פריי צווישן די צוויי לענדער אבער צוריקהאלטן מענטשן פון זיך אריבערשמוגלען
עס קומט אבער איצט די נייעס אז ביי איינע פון די פריאקטן ווועלכע דעקט א שטרעקע צווישן קאליפארניע און טעקסאס און האט געדארפט דעקן 177 מייל וועט למעשה בלויז געבויעט ווערן 155 דערפון זינט די קאסטן פון יענע פראיעקט איז איבערגמאכט געווארן און מען האט אנערקענט אז אין יענע ראיאן וועט עס קאסטן מער פער מייל און דעריבער טרעפן זיך די פלאנירער מיט 22 מייל אין דעפיציט



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט