פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:39 am

אבער אז מענטשן לייגן זיך אריין אין געפאר צווי קומען מיינט עס געווענליך(מיט קאמאן סענס) אז דארט פון וואו ער קומט איז נאך ערגער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:43 am

ערגער ווי אין אמעריקע? יא. דאס מיינט אז וואס?

אגב, דאס אז צוויי שווערצער אוט אף מיליאנען זענען געשטארבן מיינט אז די טשענסעס צו שטארבן זענען בערך די זעלבע ווי די טשענסעס צו ווערן געטראפן פון א בליץ, און איז פיל א קלענערע סכנה ווי פארן אין א קאר.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:08 am

ערגער ווי אמעריקע? מיר רעדן דא פון די ערגסטע לענדער אין די וועלט. איך דארף נישט די פיקטשער דאס אויפצואווייזן, פארדעם זענען דא קריים רעיטס. אל סאוואדאר שטייט צווישן די שעדליכסטע לענדער אין די וועלט. ווער רעדט נאך צווישן יונגעטליכע וואס יעדער מוז דזשאוינען א גענג. די בילד ברענגט עס נאר שטארק ארויס, נישט אז דאס איז געבויט אויפן בילד.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:28 am

נו, זאלען זיי גיין קיין בראזיל, אדער אורוגוויי. ארגענטינא איז אויך נישט שלעכט. טשילע איז א דערהער.
נאר וואס דען? דארט ועט ער זיך נישט קאנען אנלייגען אויף די רעגירונג. נו אוודאי איז טראמפ שולדיג
בוי זיך זעלבסט

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:58 am

כאפצעם האט געשריבן:'נאציאנאלע עמערזשענסי' באדייט א געפאר וואס דרויעט אויפן 'לאנד'. ווי ווייט איך ווייס טוט דער טאטע מיטן 2 יעריג קינד נישט באדרויען קיינעם דא, סארי.

דאס יא, ס'איז אן "יומעניטערישע קריזיס", און כאנאך דערווייל געהערט קיין שום פלאן פון די אדמיניסטראציע וויאזוי דאס צו באהאנדלען.

טראמפ האט אדווערטייזט דעם בילד אז דאס צייגט א געפאר אויפן לאנד? די געפאר קומט פון די איבערלעבער, נישט פון די טויטע.

א יומענטערישע קריזיס איז דא ביים גרעניץ, אויפן מעקסיקאנער זייט. דאס איז מעקסיקא'ס פראבלעם, נישט אמעריקא'ס.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

ורחץ
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

תגובהדורך ורחץ » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:15 am

האט מען שוין בכלל פעסטגעשטעלט אז די צוויי אויפן בילד זענען טאקע א טאטע מיט זיין קינד?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:25 am

אוודאי, מהאט די פונקטליכע נעמען

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:32 am

כאפצעם האט געשריבן:די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.

איר האט אזױ סאך סימפאטיע אין גיט הארציקײט פאר די פליטים אין איך שעץ אײך זײער פאר דעם, אבער איך וויל פושט װײסען װי װײט אײער סימפאטיע אין גיט הארציקײט גײט װאלט איר ארײנגענימען אין אײער הױז װאונען אן אימיגראנט אױף צײטװײליג ביז זײ זענען זיך מסדר געהיריג דא אין לאנד אדער איר זענט בלױז גיט הארציג אױף אָנקעל סעמס אקקאונט?

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:36 am

כאפצעם האט געשריבן:אוודאי, מהאט די פונקטליכע נעמען

וואס זיי האבען אליין געזאגט ....

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:57 am

כאפצעם האט געשריבן:די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.

ביטע נימט אין אכט אז דאס בילד איז פון דער טײך װאס טײלט אפ צװישען מעקסיקא אין אמעריקע, מײלא אז דאס בילד איז פון א טײך צװישען גואטאמאלא אין מעקסיקא קענסטי זאגן אז ס׳איז געשען בשעת׳ן אנטלױפען פון זײער שרעקליכע לאנד אבער אז מ׳רעדט דא פון דער טײך װאס טײלט אפ צװישען מעקסיקא אין אמעריקע, װי קימט יעצט דא אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס ארײן? קײנער האט זײ נישט געבעטען צי אנטלױפען פון מעקסיקא, װען דאס בילד איז װי אײנער אנטלױפט פון שיקאגא צו מאנהעטען װאלט דאס אױך געװען א קריזיס?
לעצט פאראכטן דורך abeg אום דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:00 am

די עצה פון סכנה׳דיגע וועגן איז אז מ׳פארשפארט עס. כ׳האב נישט קיין השגה וואס די לינקע ווילן איבערצייגן טראמפ מיט א בילד וואס פראווד נאר וואס ער שרייט שוין אפאר יאר, און שמייסט זיי אין פנים.
.The door is in my view

.Once again. my door is in my view

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:29 am

דאס איז נישט עכט קיין עצה פאר די מענטשן וואס אנטלויפן פון זייער היימלאנד, עס איז א עצה אז זיי זאלן שטארבן אינדערהיים און נישט אויפן גרעניץ.

אויב וויל מען עכט העלפן די מענטשן און אין איינוועגס אויך נידערן די צאל אומלעגאלע אימיגראנטן ברויך מען טרעפן א וועג צו העלפן די לענדער אין וועלכע זיי וואוינען.

איך קען הערן איינער זאגן אז די מענטשן זענען נישט אמעריקע'ס פראבלעם, אבער שפילן די נערעטיוו אז מען בויט די וואנט 'זיי' צו העלפן איז אויפרעגנדיג.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:43 am

abeg האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.

ביטע נימט אין אכט אז דאס בילד איז פון דער טײך װאס טײלט אפ צװישען מעקסיקא אין אמעריקע, מײלא אז דאס בילד איז פון א טײך צװישען גואטאמאלא אין מעקסיקא קענסטי זאגן אז ס׳איז געשען בשעת׳ן אנטלױפען פון זײער שרעקליכע לאנד אבער אז מ׳רעדט דא פון דער טײך װאס טײלט אפ צװישען מעקסיקא אין אמעריקע, װי קימט יעצט דא אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס ארײן? קײנער האט זײ נישט געבעטען צי אנטלױפען פון מעקסיקא, װען דאס בילד איז װי אײנער אנטלױפט פון שיקאגא צו מאנהעטען װאלט דאס אױך געװען א קריזיס?

איך וועל לאזען כאפצעם ענפערען אליינס.
אבער איך האלט אז ער וואלט (האט) זיי אריין גענומען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:50 am

יישר כח האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אוודאי, מהאט די פונקטליכע נעמען

וואס זיי האבען אליין געזאגט ....

כשטעל מיר פאר זיי קענען מער נישט רעדן, בפשטות

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:07 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז נישט עכט קיין עצה פאר די מענטשן וואס אנטלויפן פון זייער היימלאנד, עס איז א עצה אז זיי זאלן שטארבן אינדערהיים און נישט אויפן גרעניץ.

אויב וויל מען עכט העלפן די מענטשן און אין איינוועגס אויך נידערן די צאל אומלעגאלע אימיגראנטן ברויך מען טרעפן א וועג צו העלפן די לענדער אין וועלכע זיי וואוינען.

איך קען הערן איינער זאגן אז די מענטשן זענען נישט אמעריקע'ס פראבלעם, אבער שפילן די נערעטיוו אז מען בויט די וואנט 'זיי' צו העלפן איז אויפרעגנדיג.


כ׳ווייס נישט. דער מאן מיט זיין טאכטער וואלטן נאך יעצט געווען ביים לעבן, אויב וואלטן זיי געוויסט אז ביים גרעניץ שטייט א הויעכע 30 פיסיגע שטאלענער וואנט.

וויזוי מ׳באהאנדלט הומעניטערישע קריזיס׳ן, און ווען, און וואס ס׳מיינט א קריזיס וכו׳.. דאס איז שוין א שטאפל אהינציר. דו קומסט יעצט מיט א אבאמא סארט פאלעסי, קודם שיק די געלט ארויס פון אמעריקא!
.The door is in my view

.Once again. my door is in my view

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:11 am

צו געזונט האט געשריבן:נו, זאלען זיי גיין קיין בראזיל, אדער אורוגוויי. ארגענטינא איז אויך נישט שלעכט. טשילע איז א דערהער.
נאר וואס דען? דארט ועט ער זיך נישט קאנען אנלייגען אויף די רעגירונג. נו אוודאי איז טראמפ שולדיג

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:13 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כ׳ווייס נישט. דער מאן מיט זיין טאכטער וואלטן נאך יעצט געווען ביים לעבן, אויב וואלטן זיי געוויסט אז ביים גרעניץ שטייט א הויעכע 30 פיסיגע שטאלענער וואנט.

וויזוי מ׳באהאנדלט הומעניטערישע קריזיס׳ן, און ווען, און וואס ס׳מיינט א קריזיס וכו׳.. דאס איז שוין א שטאפל אהינציר. דו קומסט יעצט מיט א אבאמא סארט פאלעסי, קודם שיק די געלט ארויס פון אמעריקא!

קודם כל דו ווייסט דאס נישט... און אפשר ער יא אבער אנדערע וואס האבן עס יא געמאכט נישט.

שיקן געלט איז לכו' די גרינגסטע וועג ארויס, און ווער ווייסט, אויב קען דאס אפשטעלן די פלייץ קען מען זיך איינשפארן די גאנצע וואנט און נידערן די צאל גרעניץ וועכטער, נידערן די צאל אימיגראנטן וואס נוצן פעדעראלע פראגראמען, שטארק מסתבר אז די זאך צאלט זיך ווען אליינס אויס

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:16 am

איז אנטלױפען פון מעקסיקא די זעלבע קאטיגאריע װי אנטלױפען פון גואטאמאלא האנדורעס אין על סאװאדאר?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3072
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:23 am

אקיצער. אז דו ווילסט זיי נישט האבען דא, דאן זאגען די חברה א דערהער. שיק אים געלט קיין זיד אמעריקא.
לויט זיי, ברויך זיי די אמעריקאנער רעגירונג סייווי אויסהאלטן. אדער לאזטו מיך אריין צו דיר, אדער שיק געלט צו די לאנד ווי איך וואוין...
איך האלט נישט דערביי. בלייב ווי דו ביזט, און האלט דיך אויס זעלבסט!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:41 am

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כ׳ווייס נישט. דער מאן מיט זיין טאכטער וואלטן נאך יעצט געווען ביים לעבן, אויב וואלטן זיי געוויסט אז ביים גרעניץ שטייט א הויעכע 30 פיסיגע שטאלענער וואנט.

וויזוי מ׳באהאנדלט הומעניטערישע קריזיס׳ן, און ווען, און וואס ס׳מיינט א קריזיס וכו׳.. דאס איז שוין א שטאפל אהינציר. דו קומסט יעצט מיט א אבאמא סארט פאלעסי, קודם שיק די געלט ארויס פון אמעריקא!

קודם כל דו ווייסט דאס נישט... און אפשר ער יא אבער אנדערע וואס האבן עס יא געמאכט נישט.

שיקן געלט איז לכו' די גרינגסטע וועג ארויס, און ווער ווייסט, אויב קען דאס אפשטעלן די פלייץ קען מען זיך איינשפארן די גאנצע וואנט און נידערן די צאל גרעניץ וועכטער, נידערן די צאל אימיגראנטן וואס נוצן פעדעראלע פראגראמען, שטארק מסתבר אז די זאך צאלט זיך ווען אליינס אויס

קודם כל א קאמפלימענט: דו ביזט די איינציגסטע לינקע [?] דא, וואס ענטפערט ווי א נארמאלע מענטש אן קיין בייסיגקייט וכדו'. צווייטנס: איך וויל באמת פארשטיין די חשבון דערפון, פארוואס דארף אונזער לאנד קעיר נעמען פון יענעמס פראבלעמען? מען רעדט נישט דא פון עפעס א מיטל-מזרח לאנד וואס איז צעריסן און צעפליקט פון אינעווייניג צווישן צענדליגע פראקציעס און רעליגיעס, דאס זענען סך הכל ארימע פארברעכן-געפלאגטע לענדער, אבער מיט א רעלאטיוו-נארמאלע רעגירונג. איז אויב זיי נעמען נישט קעיר פון זיך אליין פארוואס זאל איך קעיר נעמען... כ'מיין, מה פשט?!. דו ווילסט זיך סתם אנליינען אויף מיר? איך בין עפעס די וועלטס פארזארגער?... [און אויב איך וועל ווילן איינעם א טובה טון וועל איך שוין יענעם לאזן וויסן... אבער איך קום דיר "גארנישט"...]
נאכמער, קוק וואס טראמפ האט יעצט געטון מיט מעקסיקאו. ער האט זיי שיינערהייט געלאזט וויסן: ערעב איד! דו האסט די מעגליכקייט צו זיך קעיר נעמען פון דיינע גרעניצן... זיי מוחל און שאר ארויף די ארבל! גיי טו דיין ארבעט [איך גיי נישט יעצט אריין צו ער האט עס געטון אויף א ריכטיגע וועג צו נישט, איך ברענג ארויס די פוינט אז ווען זיי האבן זיך דערזען אין אן ערנסטע פראבלעם האבן זיי פלוצלינג געטראפן א סעלושן...].
נאכאמאל: ס'איז זייער א שיינע מידה צו האבן רחמנות אויף אנדערע. אבער וואס איז פשט אז טראמפ איז א בהמה פארן נישט לאזן אינוואדירן זיין לאנד מיט די מענטשן?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:52 am

Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:(נ.ב. ווער איך יעצט געוואויר ביי די דעבאטע אז די טאטע און טאכטער זענען קודם געגאנגען קלעימען אייסעלעם אבער זענען אוועקגעשיקט געווארן.)

און אז זיי האבן געקלעימט אסיילעם איז א ראי' אז?

און אז זייער אסיילעם אפליקאציע איז צוריקגעוויזן געווארן איז א ראי' אז זיי זענען נישט געווען עלידזשיבל פאר אסיילעם.

צווייטנ'ס, פארוואס איז ער נישט געבליבן אין מעקסיקאו?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:54 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כ׳ווייס נישט. דער מאן מיט זיין טאכטער וואלטן נאך יעצט געווען ביים לעבן, אויב וואלטן זיי געוויסט אז ביים גרעניץ שטייט א הויעכע 30 פיסיגע שטאלענער וואנט.

וויזוי מ׳באהאנדלט הומעניטערישע קריזיס׳ן, און ווען, און וואס ס׳מיינט א קריזיס וכו׳.. דאס איז שוין א שטאפל אהינציר. דו קומסט יעצט מיט א אבאמא סארט פאלעסי, קודם שיק די געלט ארויס פון אמעריקא!

קודם כל דו ווייסט דאס נישט... און אפשר ער יא אבער אנדערע וואס האבן עס יא געמאכט נישט.

שיקן געלט איז לכו' די גרינגסטע וועג ארויס, און ווער ווייסט, אויב קען דאס אפשטעלן די פלייץ קען מען זיך איינשפארן די גאנצע וואנט און נידערן די צאל גרעניץ וועכטער, נידערן די צאל אימיגראנטן וואס נוצן פעדעראלע פראגראמען, שטארק מסתבר אז די זאך צאלט זיך ווען אליינס אויס

קודם כל א קאמפלימענט: דו ביזט די איינציגסטע לינקע [?] דא, וואס ענטפערט ווי א נארמאלע מענטש אן קיין בייסיגקייט וכדו'.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:06 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:קודם כל א קאמפלימענט: דו ביזט די איינציגסטע לינקע [?] דא, וואס ענטפערט ווי א נארמאלע מענטש אן קיין בייסיגקייט וכדו'. צווייטנס: איך וויל באמת פארשטיין די חשבון דערפון, פארוואס דארף אונזער לאנד קעיר נעמען פון יענעמס פראבלעמען? מען רעדט נישט דא פון עפעס א מיטל-מזרח לאנד וואס איז צעריסן און צעפליקט פון אינעווייניג צווישן צענדליגע פראקציעס און רעליגיעס, דאס זענען סך הכל ארימע פארברעכן-געפלאגטע לענדער, אבער מיט א רעלאטיוו-נארמאלע רעגירונג. איז אויב זיי נעמען נישט קעיר פון זיך אליין פארוואס זאל איך קעיר נעמען... כ'מיין, מה פשט?!. דו ווילסט זיך סתם אנליינען אויף מיר? איך בין עפעס די וועלטס פארזארגער?... [און אויב איך וועל ווילן איינעם א טובה טון וועל איך שוין יענעם לאזן וויסן... אבער איך קום דיר "גארנישט"...]
נאכמער, קוק וואס טראמפ האט יעצט געטון מיט מעקסיקאו. ער האט זיי שיינערהייט געלאזט וויסן: ערעב איד! דו האסט די מעגליכקייט צו זיך קעיר נעמען פון דיינע גרעניצן... זיי מוחל און שאר ארויף די ארבל! גיי טו דיין ארבעט [איך גיי נישט יעצט אריין צו ער האט עס געטון אויף א ריכטיגע וועג צו נישט, איך ברענג ארויס די פוינט אז ווען זיי האבן זיך דערזען אין אן ערנסטע פראבלעם האבן זיי פלוצלינג געטראפן א סעלושן...].
נאכאמאל: ס'איז זייער א שיינע מידה צו האבן רחמנות אויף אנדערע. אבער וואס איז פשט אז טראמפ איז א בהמה פארן נישט לאזן אינוואדירן זיין לאנד מיט די מענטשן?

טענקס פאר די קאמפלימענט...

ווי דו האסט מן הסתם באמערקט אין מיינע תגובות האבעך קיינמאל אפילו נישט דערמאנט די ווארט טראמפ, ווייל עס איז נישט די אישו איבער וואס מיר רעדן. (איך פאר מיר האלט נישט אז די אימיגראנטן זענען א פראבלעם פאר אמעריקע און עס גייט מיך נישט אן די גאנצע מעשה, אפשר טאקע נאר די פעדעראלע פראגראמען וועלכע זיי נוצן דאס קען זיין א טייל פונעם געשפרעך איבער אימיגרעישין רעפארם אויב וויל מער דאס האבן)

אבער פארוואס זאגסטו אז די לענדער זענען ווייניגער מיוחסים ווי לענדער אינעם מיטל מזרח? זיי פרובירן קעיר נעמען אבער זיי טויגן נישט. נעם מעקסיקאו פאר א ביישפיל, זיי האבן אנגעהויבן א מלחמה קעגן דראגס מיט ארום 12 יאר צוריק. עס ווערט געשאצט אז די 'מלחמה' האט שוין געקאסט דאס לעבן פון 115,000 מענטשן. די לענדער וועלכע דו האסט דערמאנט זענען נאך ווייט ווייניגער סטאביל ווי מעקסיקא, די ארטיגע רעירונגען קענען נישט ארלעידיגן די דזשאב.

יעצט איז דא צוויי וועגן צו באהאנדלען די פראבלעם פון אימיגראנטן, אדער קען מען אויסגעבן הויפנס מיט געלט צו פרובירן פארזיכערען די גרעניץ, אדער קען מען פרובירן פאררעכטן די ווארצל פונעם פראבלעם און אזוי שליכטן די אישו. די צווייטע וועג פארמאגט די אויבערהאנט אז אין די זעלבע צייט וואס דו באהאנדעלסט דיין אייגענע פראבלעם וועסטן העלפן מיליאנען מענטשן לעבן בעסער און אין די לאנג ראון וועט עס נישט דארפן קאסטן מער געלט.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:08 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:צווייטנס: איך וויל באמת פארשטיין די חשבון דערפון, פארוואס דארף אונזער לאנד קעיר נעמען פון יענעמס פראבלעמען? מען רעדט נישט דא פון עפעס א מיטל-מזרח לאנד וואס איז צעריסן און צעפליקט פון אינעווייניג צווישן צענדליגע פראקציעס און רעליגיעס, דאס זענען סך הכל ארימע פארברעכן-געפלאגטע לענדער, אבער מיט א רעלאטיוו-נארמאלע רעגירונג. איז אויב זיי נעמען נישט קעיר פון זיך אליין פארוואס זאל איך קעיר נעמען... כ'מיין, מה פשט?!. דו ווילסט זיך סתם אנליינען אויף מיר? איך בין עפעס די וועלטס פארזארגער?... [און אויב איך וועל ווילן איינעם א טובה טון וועל איך שוין יענעם לאזן וויסן... אבער איך קום דיר "גארנישט"...]
נאכמער, קוק וואס טראמפ האט יעצט געטון מיט מעקסיקאו. ער האט זיי שיינערהייט געלאזט וויסן: ערעב איד! דו האסט די מעגליכקייט צו זיך קעיר נעמען פון דיינע גרעניצן... זיי מוחל און שאר ארויף די ארבל! גיי טו דיין ארבעט [איך גיי נישט יעצט אריין צו ער האט עס געטון אויף א ריכטיגע וועג צו נישט, איך ברענג ארויס די פוינט אז ווען זיי האבן זיך דערזען אין אן ערנסטע פראבלעם האבן זיי פלוצלינג געטראפן א סעלושן...].
נאכאמאל: ס'איז זייער א שיינע מידה צו האבן רחמנות אויף אנדערע. אבער וואס איז פשט אז טראמפ איז א בהמה פארן נישט לאזן אינוואדירן זיין לאנד מיט די מענטשן?

איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה פון "אונזער לאנד" אדער "נישט לעגאל" פון א סאציאלען שטאנדפונקט. וואס א מחותן ביסטו מיט אמעריקע מער ווי א צווייטער? אמעריקע איז א פרייע מדינה וואס לאזט יעדן אריין, פארשטייט זיך אז ס'דארף גיין מיט א סדר אבער דער עצם זיין דא פון סיי ווער איז עפעס אן אינוואזיע? אויך אין אמעריקע זענען דא וואס "לייגן זיך אן" אויפן ציבור פון געבורט ביזן טויט און אויך פון די וואס קומען אריין זענען דא אסאך וואס געבן צו פאר די מענטשהייט.

נאכדעם דער טענה וואס אסאך זאגן אז דער אדער יענער "וואלט נישט גע'הרג'ט געווארען ווען דער אומלעגאלער ווערט ווען נישט אריינגעלאזט" איז לדעתי ממש שטותים ס'איז אזא תחילתו בפשיעה וסופו באונס כאילו, דער טענה האלט נאר אויס אויב פערצענטואל זענען דא מער רוצחים ביי די אומלעגאלע אבער מ'הערט אט די טענה דוקא ווען זיי ווילן זאגן אז אפי' איינס איז צופיל.

די ערשטע זאך וואס מ'דארף איז צו פארגרינגערען צו עמיגרירן לעגאל, און אויב איינער איז שוין דא זאל ער זיך קענען מעלדן און ווערן א בירגער אדער א דאקומענטירטער און דאס וועט אראפברענגען די שווערצן און די סכנות ביים גרעניץ.

אבער פון א פאליטישען שטאנדפונקט קען מען טון אסאך מער, מ'מעג בויען א וואנט, און מ'דארף ווייל עס טאר נישט זיין אזא זאך אז מענטשן זאלן זיך דרייען אומדאקומענטירט ווייל דענסמאל איז נישטא קיין מוראה של מלכות. און אויך ווייל אן א וואנט קען מען דאך שמוגלען אומלעגאלע סחורה וכדו' בקיצור א וואנט איז די נארמאלסטע זאך.

אויך קען מען סטראשען אנדערע מדינות כדי צו נידערען די צאל אומלעגאלע אדער לעגאלע אימיגראנטען ווייל עס נישט קיין עוולה צו האלטן אז פאליטיש אדער עקאנאמיש לוינט פאר אמעריקא בעסער אז ווינציגער דערויסענדיגע זאלן דא אריינקומען, ממילא איז שכל'דיג צו טון סיי וואס צו זען אז מעקסיקא זאל וועלן צוליב טון אמעריקא און עטוואס אפשטעלן דעם פלייץ.

אזוי קען זיין בדרך אפשר

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:20 pm

ס׳איז גרינג ארײנציקימען ליגאל אין אמעריקא אבער א מיליאון מענטשען אימיגרירען ליגאל א יאר צי אמעריקא,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Volunteer, באגלייבט, חטאת הקהל, יש ברירה, ר' יום טוב, ששון און 38 געסט