פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:20 pm

הויעך האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט יעצט געסיינט זיין ערשטע וועטא
צוגעלייגטע
6ef13aea4c5d46ae8287491e4048f2e5.jpg
6ef13aea4c5d46ae8287491e4048f2e5.jpg (85.42 KiB) געזעהן 1060 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:21 pm

אינטערשטע שורה; די דעקלעראציע איז בתוקפו. טראמפ האט עטליכע מינוט צוריק גע׳וועטא׳ט דעם ביל. דאס איז די סאמע ערשטע וועטאו אין זיין פרעזעדענסי.

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט דורכאויס זיין קאריער געשרעדעט ס״ה 12 בילס. אזוי אויך האט זיין פארגייער בוש אראפגעשליידערט 12 שטיק.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:עס גייט זיכער דורכגיין

דאן וועט עס טראמפ וועטאאירן און דאן איז די פראגע אויב די וועטא וועט ווערן איבערגעדרייט אבער מאמענטאל זעהט נישט אזוי אויס

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די פראגע איז אויב פעלאוסי וועט בכלל פראבירן איבערצודרייען די וועטא, דורכגיין וועט עס זיכער נישט.

ריכטיג


קאנגרעסמאן קאסטראו פון טעקסעס דער וואס האט געשריבן און לאביאירט פאר די רעזולוציע, האט נעכטן ביי א פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז מ'גייט דאס זיכער אויפברענגן נאכאמאל פאר וואוט, אפי' ער ווייסט אז ס'איז זייער שווער דאס צו אווערריידען.

יעצט באריכטעט מען אז די פלאן איז דאס ארויפצוברענגן פאר וואוט ערגעץ ארום מארטש 26.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 17, 2019 12:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

ס'וועט זיין קעגן די קאנסטעטוציע אבער אן אמתע קריטישע עמערזשענסי פארן לאנד וואלטיך פארשטאנען ס'איז פיקוח נפש דוחה שבת, נו אוודאי די קאנסטעטוציע.

זוינע שטותים! קאנגרעס האט געגעבן רעכט פאר א פרעזידענט צו ארומריקן געלט פון איין דעפארטמענט צום אנדערן אויב איז דא אן עמורדזשענסי, סאו וואס הייסט עס איז אנקאנסטיטושענעל?
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 17, 2019 1:12 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

ס'וועט זיין קעגן די קאנסטעטוציע אבער אן אמתע קריטישע עמערזשענסי פארן לאנד וואלטיך פארשטאנען ס'איז פיקוח נפש דוחה שבת, נו אוודאי די קאנסטעטוציע.

זוינע שטותים! קאנגרעס האט געגעבן רעכט פאר א פרעזידענט צו ארומריקן געלט פון איין דעפארטמענט צום אנדערן אויב איז דא אן עמורדזשענסי, סאו וואס הייסט עס איז אנקאנסטיטושענעל?

א געזעץ פון קאנגרעס קען זיין קעגן די קאנסטעטוציע, ע"ע אבאמאקעיר מאנדאט וואס אסאך זענען געווען ביי דעם מיינונג, וכו' וכו'

פאר דעם איז דאך דא דער קאורט סיסטעם אלס א טשעק אויף קאנגרעס.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 17, 2019 1:57 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

ס'וועט זיין קעגן די קאנסטעטוציע אבער אן אמתע קריטישע עמערזשענסי פארן לאנד וואלטיך פארשטאנען ס'איז פיקוח נפש דוחה שבת, נו אוודאי די קאנסטעטוציע.

זוינע שטותים! קאנגרעס האט געגעבן רעכט פאר א פרעזידענט צו ארומריקן געלט פון איין דעפארטמענט צום אנדערן אויב איז דא אן עמורדזשענסי, סאו וואס הייסט עס איז אנקאנסטיטושענעל?

א געזעץ פון קאנגרעס קען זיין קעגן די קאנסטעטוציע

נישט ווען דו רעדט פון א געזעץ וואס די קאנסטיטוציע האט געגעבן די מאכט פאר קאנגרעס צו באשליסן וואס צו טוהן.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 17, 2019 2:19 pm

כזעה נישט אזאנס דארט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג מארטש 17, 2019 3:36 pm

כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

ס'וועט זיין קעגן די קאנסטעטוציע אבער אן אמתע קריטישע עמערזשענסי פארן לאנד וואלטיך פארשטאנען ס'איז פיקוח נפש דוחה שבת, נו אוודאי די קאנסטעטוציע.


כאפצעם:
די זאגסט אן אינטערסאנטע פוינט אבער עס גלייבט זיך שווער
לאמיר מאכן אן את׳׳ל אז די רעגירונג האט נישט קיין שום עקסטרע דאללער וואס טוט דער פרעזידענט דאן אז ער קען נישט דרייען ווייל ער האט נישט פון ווי?
ביי בוש הראשון איז טאקע געווען יענץ געשעפט בי די מלחמה אין איראק ווען קאנגרעסס האט אים טאקע נישט געוואלט געבן געלט

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג מארטש 17, 2019 5:01 pm

נאכקוקנדיג וואס די לומדי ופרעפאסאריי הקאנסטיטושן שיילט זיך ארויס אז אונזער כאפצעם האט גוט אפגעלערנט פשט אינעם אפפרארעישנס קלאוז אפילו אין פאל פון עמערדזשענסי וכלשונם
The Appropriations Clause would appear to categorically enjoin the President and federal agencies to spend funds only as appropriated by Congress. Even where the President believes that federal spending is urgently needed, spending in the absence of appropriations is constitutionally prohibited. Of course, where an emergency exists, a President may decide that principles more fundamental than the Constitution’s appropriations requirement justify spending. For instance, at the outbreak of the Civil War—with the Nation itself at risk—Lincoln ordered the expenditure of two million dollars in federal funds in advance of appropriations.
לפי זה קומט אויס אז דער פרעזידענט קען טון צוויי זאכן:
איינס ספענדן געלט קעגן דעם קאנסטיטושן און און האפן ער וועט שפעטער ווערן צוריקבאצאלט (חוטא נשכר ?) און ווי זיי שרייבן אז לינקאלן האט טאקע אזו געטון. דהיינו ער האט גענוצט דעם קרעדיט קארד שלא ברשות
והשנית נעמען געלט וואס אן עידזשענסי האט וואס איז שוין לאנג אפפראריעטד און מען טייטשט אויס אז דעס ליגט אויך אין דעם.
דא האט אונזער יר׳׳ה געטון די צווייטע

מיכל הירש
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » זונטאג מארטש 17, 2019 5:40 pm

די עיקר טענה אנטקעגן טראמפ איז אז דא רעדט מען פון א נושא וואס קאנגרעס האט דערוועגן געהאנדלט און באשטימט וויפיל געלט זיי ווילן געבן דערפאר, און ער איז האט גענוצט די עמוירדזשענסי כח צו גיין קעגן זיי.
די מאכט פון א פרעזידענט צו באשטימען א עמערדזענסי איז געווענטליך פארטייטשט געווארן צו ווערן גענוצט דוקא אין א פאל ווי קאנגרעס האט נאכנישט גערעדט דארט. נישט צו גיין דירעקט אנטקעגן זיי.

דאס איז חוץ מזה וואס עס איז נישט קיין עמערדזענסי מצה, ווי דער פרעזידענט אליינס האט געזאגט. אבער דאס וועט דאך א טראמפ שטיצער נישט פארשטיין.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 17, 2019 5:58 pm

כאפצעם האט געשריבן:כזעה נישט אזאנס דארט.

מען רעדט דאך דא פון געלט וואס קאנגרעס האט אים שוין לאנג געגעבן, סאו פון יעצט אין ווייטער האט ער די פאוער - אויב ער האלט אז עס איז אן עמורדזשענסי - צו רוקן די געלט פון איין פלאץ צום צווייטן. דאס איז די רעכט וואס א פרעזידענט האט באקומען פון קאנגרעס ווען ער דערקלערט אן עמורדזשענסי.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:05 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אינטערשטע שורה; די דעקלעראציע איז בתוקפו. טראמפ האט עטליכע מינוט צוריק גע׳וועטא׳ט דעם ביל. דאס איז די סאמע ערשטע וועטאו אין זיין פרעזעדענסי.

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט דורכאויס זיין קאריער געשרעדעט ס״ה 12 בילס. אזוי אויך האט זיין פארגייער בוש אראפגעשליידערט 12 שטיק.

12 פאר 2 טערמינען מיינט אן עווריטש פון איינס יעדע 8 חדשים, דא רעדט מען פון באלד 27 חדשים זייט ער איז פרעזידענט.
קען זיין די וועטאס קומען שפעטער ווען מ'איז דעם גענוג באקוועם אויפן בענקל.

אוועטאר
הויעך
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:32 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אינטערשטע שורה; די דעקלעראציע איז בתוקפו. טראמפ האט עטליכע מינוט צוריק גע׳וועטא׳ט דעם ביל. דאס איז די סאמע ערשטע וועטאו אין זיין פרעזעדענסי.

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט דורכאויס זיין קאריער געשרעדעט ס״ה 12 בילס. אזוי אויך האט זיין פארגייער בוש אראפגעשליידערט 12 שטיק.

12 פאר 2 טערמינען מיינט אן עווריטש פון איינס יעדע 8 חדשים, דא רעדט מען פון באלד 27 חדשים זייט ער איז פרעזידענט.
קען זיין די וועטאס קומען שפעטער ווען מ'איז דעם גענוג באקוועם אויפן בענקל.


ליגט מיר אין קאפ אז אבאמא האט 3 מאל געוועטא'ט און די ערשטע 2 יאר (1 יעדע 8 חדשים סאונד רייט) טראמפס ערשטע איז שוין אין די 3יטע
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, חלה, שכל טוב און 25 געסט