פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:09 pm

כאפצעם די ביסט אייזן, גיט ארויס געברענגט די פוינט.

אוועטאר
שיך פון גאלד
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:40 pm

תגובהדורך שיך פון גאלד » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:11 pm

100% מיר האלטן מיט אייך, אבער פארדעם האט מען נאר ערוועלט איין פרעזידענט און ער איז דער מחליט, דא האלט ער שוין נאכן טרייען די געהעריגע וועג.

געב איהם צייט וועט ער אנקומען צי דיין גאנצע ליסטע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:13 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי

ווען?

April 12, 2010: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Conflict in Somalia was in respect to threats posed by Somali pirates.

February 25, 2011: The National Emergency With Respect to Blocking Property and Prohibiting Certain Transactions Related to Libya froze the assets of Libyan leader Muammar Gaddafi.

July 25, 2011: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Transnational Criminals was in response to the rise in crime by specific organizations: Los Zetas (Mexico), The Brothers’ Circle (former Soviet Union countries), the Yakuza (Japan), and the Camorra (Italy).

May 16, 2012: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Persons Threatening the Peace, Security, or Stability of Yemen addressed political unrest within the Yemen government.

March 16, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Situation in Ukraine was in response to the Russian invasion of Crimea.

April 3, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons With Respect to South Sudan was in response to the ongoing civil war.

May 12, 2014: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Conflict in the Central African Republic was in response to violence towards humanitarian aid workers.

March 8, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking Property and Suspending Entry of Certain Persons Contributing to the Situation in Venezuela was in response to human rights violations.

April 1, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking the Property of Certain Persons Engaging in Significant Malicious Cyber-Enabled Activities was in response to Chinese cyber attacks on the U.S.

Nov 23, 2015: The National Emergency With Respect to Blocking Property of Certain Persons Contributing to the Situation in Burundi was declared after a failed coup.

דו געדענקסט איינער זאל האבן געטשאלענזשד די פאלגענדע עמערזשענסיס? אפגערעדט פון אין געריכט אבער אפילו סתם פאליטיש האט איינער פארפירט?

ניין, ווייל דאס זענען געווען סיריעס עמערזשענסעס מיט אן אנגענימענע קאנסענסוס.
Trumpism is a mental tragedy

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:31 pm

אויב זאל די טויט פאלען פון דראגס פאלען מיט צען פראצענט נאך די וואנט שטייט, דאן איז די נעשענאל עמערזשענסי געטוהן געווארען מיט רעכט.

קענסט נישט פרופען היינט אז עס איז נישט קיין עמערזשענסי, דראגס איז א ריזיגע סכנה פאר די באפעלקערונג, קען זיין דו האלטסט נישט פון די סעלושען אבער איז ער פרעזידענט און ער האט רעכט צו דעסיידען וואס די סעלושען איז.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:31 pm

גאפל האט געשריבן:כאפצעם די ביסט אייזן, גיט ארויס געברענגט די פוינט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:31 pm

שיך פון גאלד האט געשריבן:100% מיר האלטן מיט אייך, אבער פארדעם האט מען נאר ערוועלט איין פרעזידענט און ער איז דער מחליט, דא האלט ער שוין נאכן טרייען די געהעריגע וועג.

געב איהם צייט וועט ער אנקומען צי דיין גאנצע ליסטע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:34 pm

מטעמים האט געשריבן:אויב זאל די טויט פאלען פון דראגס פאלען מיט צען פראצענט נאך די וואנט שטייט דאן איז די נעשענאל עמערזשענסי געטוהן געווארען מיט רעכט.

אויך גערעכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קושטא
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:54 pm

SPUSMN האט געשריבן:ס'וואלט געווען גוט איינער זאל עפענען א אשכול איבער די "נאציאנאלע עמערדזשענסי עקט", פארוואס מען האט עס געמאכט, און צו טאקע זענען זיי געווען גערעכט מיט עס מאכען; און צו מען זאל עס שוין מאכען אויס; ווייל אויב עביוזען עס סיי די דעמעקראטען און סיי די רעפאבליקאנער, איז עס בעסער מסתמא אז עס עקזיסטירט נישט אזא רעכט. איך בין קעגען געבען גרעניץ'לאזע פאוערס צו פאליטשען'ס (אפילו אריין געוועלטע פאליטשען'ס) און רעגירונג בא'אמטע.

זייער אינטערעסאנט, ווען קאנגרעסלייט נוצן זייער כח וואס די בירגער פון לאנד האבן זיי געגעבן אויפצוטוהן זאכן לטובת די בירגער, גייען זיי און נוצן דאס אויס נישט דורכצולאזן א בודשעט וואס אנטהאלט אין זיך נישטיגע 5 ביליאן דאללער פאר א צוועק וואס זיי אליין האבן בעבר בפירוש געשטיצט, און זענען גרייט אפילו צו לאזן א רעגירונג שאטדאון אין גאנג פאר איבער א חודש צייט, אלעס נאר אבי נישט נאכצוגעבן אן אינטש פארן פרעזידענט פונעם אפאנענט פארטיי, דאס איז נישט קיין אביוז אוו פאוער.

אבער ווען דער פרעזידענט וויל דורכפירן א זאך וואס די בירגער האבן דאס קלאר פארלאנגט פון אים, און דאס איז גאר געווען די הויפט סיבה פארוואס 63 מיליאן בירגער האבן געשטימט פאר אים, און נאכן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן, גייט ער באין ברירה און דעקלערט אן עמערזשנסי, דאן שפרינגט אויף מיט גאנצע דעבאטעס יא עביוז אוו פאוער צו נישט.

די פאלטשקייט און היפאקריטישקייט פון דעם, איז דאך מבהיל על הרעיון.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג פאברואר 15, 2019 2:56 pm

כאפצעם האט געשריבן:דו געדענקסט איינער זאל האבן געטשאלענזשד די פאלגענדע עמערזשענסיס? אפגערעדט פון אין געריכט אבער אפילו סתם פאליטיש האט איינער פארפירט?

ניין, ווייל דאס זענען געווען סיריעס עמערזשענסעס מיט אן אנגענימענע קאנסענסוס.

קוקנדיג די ליסט איז ביי מיר קלאר אז טראמפ איז גערעכט און דאס איז א שטערקערע עמערזשענסי עכ"פ פאר מענטשען דא אין לאנד מער ווי כמעט די גאנצע ליסט
אין דיין ראיה איז נישט קיין ראיה מען האט עס נישט געטשאלענזשד פשוט ווייל עס האט קיינעם נישט געשטערט און יעצט פאר פאליטיק שטערט עס יא אבער נישט ווייל עס איז א קלענערע עמערשענסי

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:16 pm

SPUSMN האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דער טראמפ דזשאסטיס דעפ. (עס איז זייער דזשאב עס צו דיפענדן אין קאורט) האט געווארענט דעם פרעזידענט אז א 'נעשינעל עמערדזשענסי' גייט מן הסתם זיך נישט האלטן אין די קאורט סיסטעם.

די קארט האט נישט קיין דעה צו עס איז א עמורדענסי. ער קען טענה'ן אז אפילו איין נפש אין געפאר איז שוין א עמורדזענסי.

חוץ פון דעם, דאס אליין אז דער קאנגרעס האט פארהאקט דער טיר אויף אים דארטען ווי זיי אליין האלטען גלייך ווי אים אז עס איז א עמורדזענסי; דאס גיבט אים נאך א שטיפ צו דערקלערען עס א עמורדזענסי. ער האט דא א ליגאלע וועג צו סירקומוענטען זיינע טורמענטאס דער קאנגרעס, אויב זיי ווילען זאלען זיי אים אימפיעטשען פאר דעם. אויב דער 25'סטע עמענדמענט מעג מען ניצען פאר פאלשע עמורדזענסיס קעגען דער קאנסטיוציע, קען ער זיכער ניצען זיין ליגאלע פאוערס פאר וואס ער האלט אדער וויל האלטען פאר א עמורדזענסי.

פאליטיקס גייט ביידע וועגען, און פאר קרומע גייט מען קרום עס אויס צוגלייכען (פארשטייט זיך נאר אויב איז עס ליגאל אזוי ווי אין דער קעיס).

איך מוז עס נישט גלייכען, אבער ער מעג עס טוהן, און איך און דיר און יעדער פארשטייט פארוואס ער טוהט עס.


דו ביסט א לויער?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

קושטא
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:29 pm

כאפצעם האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, געהערט פון איינעם וואס איז געווען אמאל אין קאליפארניע און געזעהן פיל מיט פייער לעשער טראקס, די טראקס האבן געהאט "עמערזשענסי" לעמפלעך און האבן געבליטשקעט, ע"פ רוב רויט און ווייסע קאלירן.

אויף יענעמס אנפראגע וואס ס'גייט פאר האבן זיי געענטפערט אז ס'האט פאסירט אן עמערזשענסי דא, די וואלד האט זיך אנגעצינדן פון די הייסע טריקענע וועטער און ס'פלאקערט שוין אזוי עטליכע וואכן, אפברענענדיג אזוי מיילן און מיילן פון וואלד, הייזער, קארס אזש אפילו קאסטנדיג ערענסטע מענטשליכע פאטאליטעטן.

די זעלבע מעשה האביך אויך געהערט איז געשעהן אין קאלאראדא, אין נעוואדע, און אין אריזאונע. אלעס בלויז אין די לעצטע פאר יאר! און אויב האביך גוט פארשטאנען זענען איבעראל געווען די זעלבע "עמערזשענסי לעמפלעך" טראקס.

דאס טייטש אז אפצושטעלן די שעדליכע הוץ וואס ברענגט די אלע פייערן איז א פולקאמער "נאציאנאלער עמערזשענסי" און א פרעזידענטליכע דערקלעראציע איז קריטיש וויכטיג ווי אמשנעלסטנס.

כ'קלער אפשר דאס צוצושטעלן צו א פריער'דיגע תגובה ווי דו האסט געשריבן אז קליימעט טשענדש איז אן עכטע עמערדשנסי.
און נאך די שרעקליכע פייערן אין קאלאפארניע, האבן די קלימאט עקספערטן געזאגט אז די געפערליכע שווארצע רויעך טעג נאכאנאנד, האט אפגעווישט אלע ''מכלומר'שטע'' פארשריט צו רייניגן דעם קלימאט פון די לעצטע דרייסיג יאהר. שוין איינמאל אן עמערדשנסי ניין ?
לעצט פאראכטן דורך קושטא אום מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:49 pm

קושטא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ס'וואלט געווען גוט איינער זאל עפענען א אשכול איבער די "נאציאנאלע עמערדזשענסי עקט", פארוואס מען האט עס געמאכט, און צו טאקע זענען זיי געווען גערעכט מיט עס מאכען; און צו מען זאל עס שוין מאכען אויס; ווייל אויב עביוזען עס סיי די דעמעקראטען און סיי די רעפאבליקאנער, איז עס בעסער מסתמא אז עס עקזיסטירט נישט אזא רעכט. איך בין קעגען געבען גרעניץ'לאזע פאוערס צו פאליטשען'ס (אפילו אריין געוועלטע פאליטשען'ס) און רעגירונג בא'אמטע.

זייער אינטערעסאנט, ווען קאנגרעסלייט נוצן זייער כח וואס די בירגער פון לאנד האבן זיי געגעבן אויפצוטוהן זאכן לטובת די בירגער, גייען זיי און נוצן דאס אויס נישט דורכצולאזן א בודשעט וואס אנטהאלט אין זיך נישטיגע 5 ביליאן דאללער פאר א צוועק וואס זיי אליין האבן בעבר בפירוש געשטיצט, און זענען גרייט אפילו צו לאזן א רעגירונג שאטדאון אין גאנג פאר איבער א חודש צייט, אלעס נאר אבי נישט נאכצוגעבן אן אינטש פארן פרעזידענט פונעם אפאנענט פארטיי, דאס איז נישט קיין אביוז אוו פאוער.

אבער ווען דער פרעזידענט וויל דורכפירן א זאך וואס די בירגער האבן דאס קלאר פארלאנגט פון אים, און דאס איז גאר געווען די הויפט סיבה פארוואס 63 מיליאן בירגער האבן געשטימט פאר אים, און נאכן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן, גייט ער באין ברירה און דעקלערט אן עמערזשנסי, דאן שפרינגט אויף מיט גאנצע דעבאטעס יא עביוז אוו פאוער צו נישט.

די פאלטשקייט און היפאקריטישקייט פון דעם, איז דאך מבהיל על הרעיון.


ס'וואלט אייך נישט געווען אזוי מבהיל על הרעיון ווען איר וואלט געוואוסט עטליכע הקדמות...

1) דו הויפט סיבה פארוואס 63 מיליאן בירגער האבן געשטימט פאר אים איז נישט געווען ווייל ער האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט.
2) ווען 63 מיליאן וויילער זענען בלויז 46% פון די עלעקטאראט הייסט נישט אז "די בירגער האבן דאס קלאר פארלאנגט פון אים" ווען מ'באקומט אט די וויילער.
3) די קאנגרעסלייט וואס האבן יעצט נישט אדורכגעלאזט געלט פאר א וואנט האבן בעבר בפירוש געשטיצט צוימען וואס שטייען שוין און נישט מער.

נאך מבהיל על הרעיון?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3087
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:54 pm

כאפצעם נאדער עטליכע גרינע

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 15, 2019 4:36 pm

יאצמעך האט געשריבן:כאפצעם נאדער עטליכע גרינע

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 8:59 pm

איך פארשטיי נישט.. סאיז אפשר נישט גענוג א שטארקע עמערדזשענסי, דאס אז טראמפ זאל קענען געווינען ריעלעקשאן?
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6834
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:טייל רעפובליקאנער סענאטארן האבן שוין רעאגירט צום מעגליכקייט פון א נאציאנאלע קריזיס דעקלעראציע

גרעסלי: איך וואלט מיך געוואונטשן ער זאל עס נישט טוהן
פאול: איך בין נישט עכט דערפאר
רוביא: שלעכטע געדאנק
אלעקסאנדער: אומנויטיג
קאלינס: גרייז
טומי: בין אומענטוזיאסטיש דערוועגן
בלאנט: האט געוויסע זארגן

טיליס שארף דערקעגן, (טיליס איז א סענאטאר וועלכע גייט לויפן אין 2020 למספרם פאר ווידערערוויילונג אין נארט קאראליינע)
קעפיטא און בראון (וועלכע איז ערוועלט געווארן אום 18 למספרם צום ערשטן מאל איןאינדיאנא) זענען אין שטיצע פון די דעקלעראציע

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:40 pm

קיקיון האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:GRATE IDEA.


What is the difference between Grate and Great ?

Malware website alert!
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:53 pm

דער פרעזידענט קען נישט נוצן דעם נעשאנעל עמערדזשענסי אויף קיין שום ערנסטע אישו , ער קען נישט ספענדן קיין הונדערטער ביליאנען דאלארן דורכדעם , און ער קען נישט מאכן קיין גרויסע געזעצן דורכדעם, א פרעזידענט קען סאך מער טון אויף רוב אישוס דורך רעגולעישאנס ווי דורך א נעשאנעל עמערדזשענסי.

די איינציגסטע סיבה פארוואס א נעשאנעל עמערדזשענסי איז יעצט בכלל אן אפציע איז ווייל עס רעדט זיך בס"ה פון א נישטיגע פאר ביליאן דאללער, נו וועט דער נאקסטער דעמאקראטישער פרעזידענט אויסגעבן צען ביליאן דאללער פאר קליימעט טשעינדזש אדער העלט קעיר, עס וועט גארנישט געשען.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:01 pm

קושטא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ס'וואלט געווען גוט איינער זאל עפענען א אשכול איבער די "נאציאנאלע עמערדזשענסי עקט", פארוואס מען האט עס געמאכט, און צו טאקע זענען זיי געווען גערעכט מיט עס מאכען; און צו מען זאל עס שוין מאכען אויס; ווייל אויב עביוזען עס סיי די דעמעקראטען און סיי די רעפאבליקאנער, איז עס בעסער מסתמא אז עס עקזיסטירט נישט אזא רעכט. איך בין קעגען געבען גרעניץ'לאזע פאוערס צו פאליטשען'ס (אפילו אריין געוועלטע פאליטשען'ס) און רעגירונג בא'אמטע.

זייער אינטערעסאנט, ווען קאנגרעסלייט נוצן זייער כח וואס די בירגער פון לאנד האבן זיי געגעבן אויפצוטוהן זאכן לטובת די בירגער, גייען זיי און נוצן דאס אויס נישט דורכצולאזן א בודשעט וואס אנטהאלט אין זיך נישטיגע 5 ביליאן דאללער פאר א צוועק וואס זיי אליין האבן בעבר בפירוש געשטיצט, און זענען גרייט אפילו צו לאזן א רעגירונג שאטדאון אין גאנג פאר איבער א חודש צייט, אלעס נאר אבי נישט נאכצוגעבן אן אינטש פארן פרעזידענט פונעם אפאנענט פארטיי, דאס איז נישט קיין אביוז אוו פאוער.

אבער ווען דער פרעזידענט וויל דורכפירן א זאך וואס די בירגער האבן דאס קלאר פארלאנגט פון אים, און דאס איז גאר געווען די הויפט סיבה פארוואס 63 מיליאן בירגער האבן געשטימט פאר אים, און נאכן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן, גייט ער באין ברירה און דעקלערט אן עמערזשנסי, דאן שפרינגט אויף מיט גאנצע דעבאטעס יא עביוז אוו פאוער צו נישט.

די פאלטשקייט און היפאקריטישקייט פון דעם, איז דאך מבהיל על הרעיון.


;l;p-
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:07 pm

@פאראינטרעסירט, די 1976 געזעץ האט איינגעצוימט די מאכט פונעם פרעזידענט, נישט פארקערט.

@שפוזמאן, א עמערדזשענסי מיינט א "פלוצלונג'דיגע דיזעסטער" און דאס איז פשוט נישט.

------------------------------

די גאנצע איידיע פון א נעשענעל עמערדזשענסי איז אז ווען עס פלאצט אויס א פראבלעם זאל דער פרעזידענט עס קענען מסדר זיין, נישט צו איבערקומען קאנגרעס בכלל, פשטות וואלט ער פארלוירן אין געריכט אפילו אויב עס וואלט געווען א עכטע עמערדזשענסי אויב מען האלט תיכף נאכדעם וואס קאנגרעס האט קלאר געזאגט איך וויל דיר נישט געבן קיין געלט.

----------------------

קיינמאל אין די היסטארי האט נאך א פרעזידענט נישט גענוצט א עמערדזשענסי צו נעמען געלט קעגן די ווילן פון קאנגרעס.

-------------------------

אחשורוש רעדט אזוי שטארק בשבח פון טשיינע'ס דעט פענעלטי פאר "דראג" פארלעצונגען, א וואך נאכן משבח זיין די פוירסט סטעפ עקט וואס פארגרינגערט די שטראף פאר נאן ווייעלענט "דראג" קריים.

----------------------------------

קושטא האט געשריבן:און יעצט אז מ'דארף שוין מער נישט צוקומען צו קאנגרעס, גייט מען אי''ה בויען א פעסטע ''קאנקריט וואל''
און ווען אפילו נאר א קליין חלק פון אזא וואנט וועט שטיין על תלו בנויה, איז טראמפ כמעט פארזיכערט מיטן 2020 געווינס.
אויב אזוי האט זיך שוין באלד געלוינט אז דעמאקראטן זאלן געווינען דעם הויז, ימים ידברו.


צל עובר האט געשריבן:נאכמאל און נאכמאל קומען ענק צוריק צו די נארישע איידיע פון בעיס פאליטיקס.

טראמפ האט ממילא זיין בעיס, און זיי זענען נישט גענוג צו געווינען.

טראמפ איז קלאר ארויף אין די פאלס נאכן אויפגעבן די שאטדאון צו פעלאוסי.


סוי אפשר ביזטו מיר מסביר וואס געוויינען אין 2020 האט מיט בויען די וואנט?

איך האלט אז עס איז דא מאקסימום צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס זייער שטימע פאר טראמפ ווענדט זיך אויב ער האט א וואנט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:21 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
בני אדם האט געשריבן:JUST A REMINDER
דער ירום הודו איז דער זעלבע וואס האט געשריבן 2014 אז די רפליקאנע זאלן זיך נישט לאזן פון אבאמא צי ניצן אן עמערזשענסי וואל ער קען זיך נישט א עצה געבען מיט קאנגרעס


אין למעשה האט אבאמא יא געמאכט א נאציאנאלע עמערדזשענסי אין פין דארט האט עס טראמפ גענומען, אין יעצט ברעטשעט מען אז ער זאל עס נישט
מאכען ווייל נאכדעם גייען עס די דעמאקראטען נאכמאכען קאט די העק.


נאדער עטליכע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:25 pm

צל עובר האט געשריבן:@פאראינטרעסירט, די 1976 געזעץ האט איינגעצוימט די מאכט פונעם פרעזידענט, נישט פארקערט.

@שפוזמאן, א עמערדזשענסי מיינט א "פלוצלונג'דיגע דיזעסטער" און דאס איז פשוט נישט.

------------------------------

די גאנצע איידיע פון א נעשענעל עמערדזשענסי איז אז ווען עס פלאצט אויס א פראבלעם זאל דער פרעזידענט עס קענען מסדר זיין, נישט צו איבערקומען קאנגרעס בכלל, פשטות וואלט ער פארלוירן אין געריכט אפילו אויב עס וואלט געווען א עכטע עמערדזשענסי אויב מען האלט תיכף נאכדעם וואס קאנגרעס האט קלאר געזאגט איך וויל דיר נישט געבן קיין געלט.

----------------------

קיינמאל אין די היסטארי האט נאך א פרעזידענט נישט גענוצט א עמערדזשענסי צו נעמען געלט קעגן די ווילן פון קאנגרעס.

-------------------------

אחשורוש רעדט אזוי שטארק בשבח פון טשיינע'ס דעט פענעלטי, א וואך נאכן משבח זיין די פוירסט סטעפ עקט וואס פארגרינגערט די שטראף פאר נאן ווייעלענט קריים.

----------------------------------

קושטא האט געשריבן:און יעצט אז מ'דארף שוין מער נישט צוקומען צו קאנגרעס, גייט מען אי''ה בויען א פעסטע ''קאנקריט וואל''
און ווען אפילו נאר א קליין חלק פון אזא וואנט וועט שטיין על תלו בנויה, איז טראמפ כמעט פארזיכערט מיטן 2020 געווינס.
אויב אזוי האט זיך שוין באלד געלוינט אז דעמאקראטן זאלן געווינען דעם הויז, ימים ידברו.


צל עובר האט געשריבן:נאכמאל און נאכמאל קומען ענק צוריק צו די נארישע איידיע פון בעיס פאליטיקס.

טראמפ האט ממילא זיין בעיס, און זיי זענען נישט גענוג צו געווינען.

טראמפ איז קלאר ארויף אין די פאלס נאכן אויפגעבן די שאטדאון צו פעלאוסי.


סוי אפשר ביזטו מיר מסביר וואס געוויינען אין 2020 האט מיט בויען די וואנט?

איך האלט אז עס איז דא מאקסימום צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס זייער שטימע פאר טראמפ ווענדט זיך אויב ער האט א וואנט.


ווען ער וואזט שטארקייט אין ער פירט אויס וואס ער וויל.
ברענגט עס אים אטאמאטיש ארויף, נישט קיין חוליק צו איך וויל א וואנט אדער נישט...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:27 pm

דערעולם גלייכט א שטארקער פירער...
ואני בתוכם, פארשטייט ווען ער זאגט/טוט אלעס וואס איך וויל הערן/טוהן !
לעצט פאראכטן דורך שכל'דיג אום מוצ"ש פאברואר 16, 2019 11:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:30 pm

די טראמפיסטן אריינגערעכנט דו ווילן א געווינער, אבער ענק האט ער עניוועי. דאס פאלק וויל א נארמאלער מענטש ענדערש, ווי מען זעהט קלאר אז טראמפ איז ארויף נאכן אויפגעבן דעם שאטדאון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:32 pm

b2bc789a8d7b460d8ec79a119a69d655.jpg
b2bc789a8d7b460d8ec79a119a69d655.jpg (132.1 KiB) געזעהן 1650 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, אחיך און 70 געסט