פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:36 pm

Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:זיי טוען געהעריג קריימס? מהיכי תיתי?
לאמיר הערן לשיטתך, וואס איז די סיבה צו זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע?

די איינציגסטע עכטע סיבה איז אפשר געלט. אבער אויך דאס איז דיבעיטעבעל.

קענסט פליז ברייטער אויסשמועסן? איך באקום געלט צו זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע?

געלט מיין איך וואס עס קאסט פארן שטייער צאלער.

ריכטיג. דאס איז אויך איינס פון די גערעכטע טענות.
אבער לשיטתך אז ניטאמאל דאס איז א טענה, פארוואס טאקע בין איך קעגן אומלעגאלע אימיגראציע?
חוץ מזה וואס דו איגנארירסט גענצליך מיין ערשטע פראגע:
Think and Thank האט געשריבן:זיי טוען געהעריג קריימס? מהיכי תיתי?

ס'איז יא א שטיקל טענה הגם דיבעיטעבעל. כמעט די גאנצע געלט נעט וואס זיי קאסטן איז צוליב עדיוקעישן, פאבליק שולע, וואס זיי באקומען. עס איז דא פלאץ צו טענה'ן אז די עדיוקעישן צאלט זיך אבער אויס פונקט ווי ביי אנדערע קינדער.

איבער די צװײטע פראגע
מאך א גוגעל סוירטש וועסט טרעפן ביים ערשטן פרואוו.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג יוני 28, 2019 8:22 am

יש ברירה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די טענה איז נישט ריכטיג נאר אויב דו ביסט קעגן אימעגראציע בכלל, עפעס וואס איך גלייב נישט אז דו ביסט, און דא שטעקט א גרויסע חלק פון די נושא אין וואס אסאך מענטשן פאפן זיך.

ביטע זיי מסביר קלארער.

אויב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט די מיליאן לעגאלע אימיגראנטן טראץ וואס זיי ברענגן די זעלבע פארברעכענס, דאן איז דיין פראבלעם פון די אומלעגאלע אימיגראנטן נישט זייערע פארברעכענס. עפעס אנדערש באדערט דיך דא און דו דארפסט עס אויספיגערען.

לעגאלע אימיגראנטן ווערן געוועט. אויב איז ער איינמאל געווארן קאנוויקטעט אין פעסן א רויט לייט קען ער נישט אריינקומען!
אומלעגאל קען מען אריינקומען אפי' אויב דו ביזט א דראג לארד.

די פאקט איז אבער אז נאך די אלע וועטן טוען זיי געהעריג קריימס דאך האסטו נישט קיין פראבלעם דערמיט. דאס צייגט אז קריים איז א תירוץ נישט די עכטע סיבה.

וואס זענען די סטאטאטיסטיקס איבער לעגאלע אימיגראנטן קריים'ס ווס. אומלעגאלע?

און ווער זאגט ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט? וואס קענסטו אבער טוהן? ער האט געפאלאוט די לעגאלע פראצעדור, אויב איז דא לעכער אינעם סיסטעם דארף מען דאס טאקע פאררעכטן, אבער וואס האט דאס צו טוהן מיט דעם אז ווען דו קומסט אריין אומלעגאל ווייסט מען בכלל נישט פון דיין עקזיסטענץ און ווער דו ביזסט?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » פרייטאג יוני 28, 2019 11:29 am

רבותי! הערטס אויס יצחק קלאר אויף קול מ. 1030# ער זאגט זעהר וואויל...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 1:22 pm

טראמפ האט אפיעלט אן אורטייל פון א ריכטער, וועלכער האט פרייטאג בלאקירט דאס ווייסע הויז פון קענען נוצן 2 ביליאן דאלער פון פענטאגאן אנטי-דראג געלטער אויף צו קענען ווייטער בויען די גרעניץ וואנט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3732
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

צוריק מיט 5 יאהר. מיט דעם גוטען פרעזידענט

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יולי 03, 2019 9:38 pm

בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:45 am

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ האט אפיעלט אן אורטייל פון א ריכטער, וועלכער האט פרייטאג בלאקירט דאס ווייסע הויז פון קענען נוצן 2 ביליאן דאלער פון פענטאגאן אנטי-דראג געלטער אויף צו קענען ווייטער בויען די גרעניץ וואנט.


אין די אפיעלס קארט האט געארטיילט ווי די נידריעגע געריכט צו בלאקירן די געלט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:02 pm

יישר כח האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ האט אפיעלט אן אורטייל פון א ריכטער, וועלכער האט פרייטאג בלאקירט דאס ווייסע הויז פון קענען נוצן 2 ביליאן דאלער פון פענטאגאן אנטי-דראג געלטער אויף צו קענען ווייטער בויען די גרעניץ וואנט.


אין די אפיעלס קארט האט געארטיילט ווי די נידריעגע געריכט צו בלאקירן די געלט


דעמאקראטישע אקטיוויסטן אינעם 9'טן סירקוט.

מסתם איז זיין ציל ממילא דער סופרים קארט.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג יולי 08, 2019 12:30 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג יולי 08, 2019 1:04 pm

שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?


אויף וועלכע נייעס באריכטן באציט זיך טראמפ?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג יולי 08, 2019 1:31 pm

נודניק האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?


אויף וועלכע נייעס באריכטן באציט זיך טראמפ?

אז די מצב דארט איז געפערליך
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 08, 2019 1:58 pm

שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?

יא, די שאלה איז נאר וואס די קריזיס איז.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג יולי 08, 2019 2:17 pm

שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?

איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך כאפ בכלל נישט דיין קשיא? אז סיז דא א קריזיס מיינט עס אז מען הייסט די ארעסטאנטן טרינקען וואסער פון ביה''כ?

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מאנטאג יולי 08, 2019 2:20 pm

שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?

פרעגסט כמעט אזעלעכע גוטע קשיות ווי קופפער /קאומא
איבערפליסנדע גרעניץ....יא, טרינקן הכנות וואסער........ נישט, נאכאלס א סתירה

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג יולי 08, 2019 2:26 pm

פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א "נאציאנאלע עמערזשענסי" ס'טייטש אז עס איז דא א קריזיס וואס באדראעט ס'לאנד,
ווס די מידיע שרייט, אז עס בכלל נישט דא א קריזיס פאר אמעריקע, נאר פאר די אימיגראנטן,
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג יולי 08, 2019 2:30 pm

יש בו האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א "נאציאנאלע עמערזשענסי" ס'טייטש אז עס איז דא א קריזיס וואס באדראעט ס'לאנד,
ווס די מידיע שרייט, אז עס בכלל נישט דא א קריזיס פאר אמעריקע, נאר פאר די אימיגראנטן,

אה הייסט איך מיז אנעמען. אז דעס וואס די פרעזידענט זאגט איז קודש קדשים און איך טאר נישט טראכטען אנדערש
און דעס וואס מענטשען זאגן וואס זענען דארט געווען איז שקר מיחלט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג יולי 08, 2019 2:35 pm

שקר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א "נאציאנאלע עמערזשענסי" ס'טייטש אז עס איז דא א קריזיס וואס באדראעט ס'לאנד,
ווס די מידיע שרייט, אז עס בכלל נישט דא א קריזיס פאר אמעריקע, נאר פאר די אימיגראנטן,

אה הייסט איך מיז אנעמען. אז דעס וואס די פרעזידענט זאגט איז קודש קדשים און איך טאר נישט טראכטען אנדערש
און דעס וואס מענטשען זאגן וואס זענען דארט געווען איז שקר מיחלט


ניין מוזט בכלל נישט אן נעמען וואס טראמפ זאגט קענסט רואיגערהייט גלייבן דעם וועם דו ווילסט

אבער דיין סתירה אין טראמפס ווערטער איז קיין סתירה קיינמאל געווען

סטיק טו די פוינט

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יולי 08, 2019 2:35 pm

איינער פון די באמטעע דארט האבן געזאגט אויף די קשיא צי איז אמת אז עס איז דא פראבלעמען מיטן קענען באהאנדלן די אריינפליסינדע אימיגראנטן, האט ער געענטפערט יא, און מיר האבן דאס שוין איבערגעגעבן פאר קאנגרעס וכדו'

אבער זיי האבן פארדערוייל גארנישט געטאן צי לעזען דעם פראבלעם.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 08, 2019 3:15 pm

שקר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט דעקלערט א "נאציאנאלע עמערזשענסי" ס'טייטש אז עס איז דא א קריזיס וואס באדראעט ס'לאנד,
ווס די מידיע שרייט, אז עס בכלל נישט דא א קריזיס פאר אמעריקע, נאר פאר די אימיגראנטן,

אה הייסט איך מיז אנעמען. אז דעס וואס די פרעזידענט זאגט איז קודש קדשים און איך טאר נישט טראכטען אנדערש
און דעס וואס מענטשען זאגן וואס זענען דארט געווען איז שקר מיחלט

ווער רעדט פון אננעמען טראמפ'ס ווערטער אלס קודש קדשים? ער טענה'ט אז עס איז דא א קריזיס, אז עס איז דא אן איבערפלוס פון אומלעגאלע חברה וואס קומען אריין יעדן טאג? יא, איינער לייקנט עס? ניין. איז בכלל שייך עס צו לייקענען? ניין, יעדער קען עס זעהן מען מוז נישט צוקומען צו קורטעז זאל דאס אונז מודיע זיין. אבער אז מען גיט ביה"כ וואסער צו טרינקען, דאס האט ס"ה איינער געזאגט און אסאך אנדערע אינקלודינג דער פרעזידענט לייקענען עס, סאו פארוואס דארף איך אננעמען ווערטער פון איין קאנגרעסמאן וואס קומט מיר פארקויפן מעשיות? ווייל עס איז נישט שייך אויפצוווייזן אז זי איז א שקרן?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג יולי 08, 2019 4:02 pm

כ׳האב פלעין גענטפערט אויף די תגובה,
#אינעסענט תגובה
שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג יולי 08, 2019 4:36 pm

שקר האט געשריבן:
נודניק האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז די מידיא שטעלט ארויס "פאלשע באריכטן" איבער'ן שווערן צושטאנד פון אימיגראנטן אין די ארעסט צענטערן ביים גרעניץ.
איז יא דא א קריזיס אדער נישט?


אויף וועלכע נייעס באריכטן באציט זיך טראמפ?

אז די מצב דארט איז געפערליך



כהאב געוואלט ציקימען צי וואס אנדערע האבן מיר שוין אויסגעכאפט,

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:49 pm

די אמעריקאנער גרעניץ פאטראל אגענטור האט ארעסטירט בערך 36 טויזנט מענטשן וועלכע זענען אריבערגעקומען די אמעריקע-מעקסיקא גרעניץ אומלעגאל אין לויף פון אקטאבער, וואס דאס איז מיט צען פראצענט ווייניגער פון די ארעסטן אין סעפטעמבער.

די פרישע ציפערן זענען מיט דראסטישע 75 פראצענט! ווייניגער פון פארלאפענעם מאי, ווען די צאל אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען ארעסטירט געווארן איז געווען מער ווי 132,000 אין איין מאנאט. זינט יענעם מאי זענען די ציפערן שטארק געפאלן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 1:09 am

פעיק נוז האט געשריבן:די אמעריקאנער גרעניץ פאטראל אגענטור האט ארעסטירט בערך 36 טויזנט מענטשן וועלכע זענען אריבערגעקומען די אמעריקע-מעקסיקא גרעניץ אומלעגאל אין לויף פון אקטאבער, וואס דאס איז מיט צען פראצענט ווייניגער פון די ארעסטן אין סעפטעמבער.

די פרישע ציפערן זענען מיט דראסטישע 75 פראצענט! ווייניגער פון פארלאפענעם מאי, ווען די צאל אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען ארעסטירט געווארן איז געווען מער ווי 132,000 אין איין מאנאט. זינט יענעם מאי זענען די ציפערן שטארק געפאלן.

איד דעילי

אין דעצעמבער איז די צאל ארעסטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן ביי די גרעניץ מיט מעקסיקא געפאלן צו אונטער 33 טויזנט מענטשן, דאס איז מיט ארום 100 טויזנט מענטשן ווייניגער ווי ביי די הויך פונקט אין מאי.!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 1:44 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די שניי טוויט איז מאדנע, זעט אויס פארשפעטיגט דאס ארויסשיקן מיט דריי טעג.

בנוגע די ווענט געבויעכטס, דאס איז א בילד פון די 'נישט נייע' וואנט, מיט די אלטע בעריער דערנעבן.

בילד


די טראמפ אדמיניסטראציע האט לעצטע וואך אפגעצייכענט א מילשטיין פון הונדערט מייל גרעניץ וואנט געבויט ביים מעקסיקאנער גרעניץ.

עקטינג האומלענד סעקיוריטי סעקרעטערי טשאד וואלף האט אפגעהאלטן א פּרעסע קאנפרענץ אין יומא אריזאנע מיט די באטייליגונג פון די אריזאנע סענעטארשע מעקסעלי, וואלף זאגט אז דאס א היסטארישע דערגרייכונג, און אז די פלאן איז ווייטער צו האבן 450 מייל פון נייע ווענט ביז ענדע יאר 2020.

ער האט אוועקגעמאכט די אלע טאלקינג פוינטס פון די ליבעראלע פעיק-ניוז מידיע אז דאס איז נישט קיין נייע וואנט נאר ריפלעיסד אלטע, זאגנדיג אז דאס איז נאריש, ווען איינער בויט איבער א קליינע בודקע צו א הערליכע לוקסריעזער פאלאץ וואלסטו דאס אויך אנגערופן ריפלעיסד? דאס איז גענצליך א נייע וואנט!

די נייע ווענט פארמאגן אויך גאר סאפיסטיקירטע ראדארן, קאמערעס, לעקטערס, און טעכנאלאגיע אויפצוכאפן און אפשטעלן אפי' שמוגלער וואס זענען נאך היבש ווייט פון די גרעניץ.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 19, 2020 2:12 am

אוודאי קומען ווינטער אריין ווייניגער מענטשן ווי זומער.

און ביני לביני איז דער חורבן גרויס אז די וואוקס פון לאנד איז די נידעריגסטע אין דורי דורות.

-----------

למעשה טראץ אלע הספדים אין נאוועמבער 2018 בויעט מען די וואנט מיט א פעסטקייט, און טראמפ נעמט זיך 7.2 ביליאן פון די פענטאגאן קאסע, און די שונאים קענען גארנישט טון חוץ קריצן מיט די ציין.

(נישט ליטערעלי, עכ"פ נישט איך, אבער עס טוט וויי צו זעהן ווי טראמפ טוט זיך וואס ער וויל מיט די וואנט.)
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 2:23 am

צל עובר האט געשריבן:אוודאי קומען ווינטער אריין ווייניגער מענטשן ווי זומער.

און ביני לביני איז דער חורבן גרויס אז די וואוקס פון לאנד איז די נידעריגסטע אין דורי דורות.

-----------

למעשה טראץ אלע הספדים אין נאוועמבער 2018 בויעט מען די וואנט מיט א פעסטקייט, און טראמפ נעמט זיך 7.2 ביליאן פון די פענטאגאן קאסע, און די שונאים קענען גארנישט טון חוץ קריצן מיט די ציין.

(נישט ליטערעלי, עכ"פ נישט איך, אבער עס טוט וויי צו זעהן ווי טראמפ טוט זיך וואס ער וויל מיט די וואנט.)

ס'נישט ממש אזוי ווייל אין יענע געגנטער איז ווארעם א גאנץ יאר.
און די סטאטיסטיקס זעהט מען נישט אן עכטע אפשוואכונג יעדעס יאר אין די צייט.

די חורבן פאר ליבעראלס איז די אויפבוי פון די קאנסערוועטיוון.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sheetrock, בחצרות הקודש און 8 געסט