פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:01 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סימבאלישע קלאפ פאר טראמפ האט די סענאט נארוואס באשטעטיגט די קאנגרעס רעזעלוציע וואס ווארפט אפ דעם אומקאנסטעטוציאנאלע עמערזשענסי דערקלעראציע פארן אומפאפולערן וואנט.

די רעזעלוציע איז באשטעטיגט געווארן 59-41, מיט אלע דעמאקראטן און 12 רעפובליקענס אין שטיצע.

דאס קומט כאטש די שטארקע פרעשור וואס טראמפ האט געלייגט די לעצטע טעג פרובירנדיג צו לעיבלען די רעפובליקענס אין שטיצע אלס פעלאוסי אנהענגער. אויף אזוי ווייט אז ס'האט צירקולירט קלאנגען אנהויב וואך אז מ'האלט ביים אויסהאמערן א דיעל מיטן ווייסן הויז און די רעזעלוציע וועט ווערן אראפגעשטימט.

למעשה זעהט אויס ווי א שיין חלק רעפובליקאנער געזעצגעבער האבן באמת פרינציפאלן און גרייט צו שטימען קעגן זייער פרעזידענט ווען ער אינטערפירט מיטן קאנסטעטוציע. קודאס!

קענסטי מיר אנצײגען װי די קאנסטעטוציע רעדט בכלל פון די נושא?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:10 pm

כאפצעם איז צוריק מיט זיין ...

ברעיקינג:

!!!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:12 pm

כ׳מײן אז יעצט איז שױן טאקע די ביגנינג אָף די ענד

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:19 pm

@realDonaldTrump
VETO!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:26 pm

גאנץ א שטארקע זאך פאר טראמפ אז די גרעניץ סטעיט רעפאבליקאנער, קרוז מיט קארנין פון טעקסאס, מעקסעלי פון אריזאנע, האבן געשטימט מיט אים.

אין די האוז האט דער איינציגסטער רעפאבליקאנער ביי די גרעניץ געשטימט קעגן טראמפ, די אנדערע צוויי האבן פארלוירן אין 2018.

מארק קעלי דער דעמאקראט וואס לויפט קעגן מעקסעלי רייסט איר היינט שטארק אראפ אויף דעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סימבאלישע קלאפ פאר טראמפ האט די סענאט נארוואס באשטעטיגט די קאנגרעס רעזעלוציע וואס ווארפט אפ דעם אומקאנסטעטוציאנאלע עמערזשענסי דערקלעראציע פארן אומפאפולערן וואנט.

די רעזעלוציע איז באשטעטיגט געווארן 59-41, מיט אלע דעמאקראטן און 12 רעפובליקענס אין שטיצע.

דאס קומט כאטש די שטארקע פרעשור וואס טראמפ האט געלייגט די לעצטע טעג פרובירנדיג צו לעיבלען די רעפובליקענס אין שטיצע אלס פעלאוסי אנהענגער. אויף אזוי ווייט אז ס'האט צירקולירט קלאנגען אנהויב וואך אז מ'האלט ביים אויסהאמערן א דיעל מיטן ווייסן הויז און די רעזעלוציע וועט ווערן אראפגעשטימט.

למעשה זעהט אויס ווי א שיין חלק רעפובליקאנער געזעצגעבער האבן באמת פרינציפאלן און גרייט צו שטימען קעגן זייער פרעזידענט ווען ער אינטערפירט מיטן קאנסטעטוציע. קודאס!


מזל טוב!!

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:35 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:כאפצעם איז צוריק מיט זיין ...

ברעיקינג:

!!!


כ'מיין מ'טאר טאקע נישט שרייבן ברעיקינג, ווייל איינער האט אפגעמאכט אז 'ברעיקינג' אדער 'באמב שעל' מיינט אז צוויי מינוט שפעטער פליט טראמפ ארויס פון די ווייסע הויז ווינדאו ווי א באמבע, אדערווייז טאר מען ח"ו נישט שרייבן 'ברעיקינג' אדער 'באמב שעל'.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:43 pm

יאך האלט, יעדער קען דיסעגריען, אז ווען נישט די מכות און די קלארע מעסעדזש פונעם פרעזידענט "הלנו אתה, או לצרינו", און דאס וואס די ווייסע הויז האט קלאר געמאלדן פאר די סענעטארן, 22 פון זיי לויפן אין 2020, אז דאס קען מאכן פריימעריס, און אז די ווייסע הויז וועט אינטעפערן אין אזא פאל, וואלט געהעריג געקענט זיין צענדליגער רעפאבליקאנער יא שטימען.

און עס קוקט אויס אז עס וועט יעצט זיין א שטארקע פוש, פון "די רעכטע זייט" איינצוצוימען די עמערדזשענסי מאכטן פונעם פרעזידענט, פעלאוסי איז דערווייל נישט אן בארד. קאן זיין אז זי וויל אז א פרעזידענט בעטא אדער בערני זאלן קענען טון וואס זיי ווילן.

---------------------------

בען סעס איז מסביר פארוואס ער האט געשטימט מיטן פרעזידענט, אז למעשה איז דאס די 1976 געזעץ, און עס איז טאקע דא א עמערדזשענסי, און ער האלט טאקע אז מען ברויך עס איינצוימען.

D1pHtR5X0AAIGOb.jpg
בען סעס'ס סטעיטמענט.
D1pHtR5X0AAIGOb.jpg (155.2 KiB) געזעהן 1658 מאל


-----------------------------

abeg האט געשריבן:@realDonaldTrump
VETO!



עס איז דא וואס זאגן אז דאס האט שוין די הלכה פון א וועטא.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:45 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:כאפצעם איז צוריק מיט זיין ...

ברעיקינג:

!!!


כ'מיין מ'טאר טאקע נישט שרייבן ברעיקינג, ווייל איינער האט אפגעמאכט אז 'ברעיקינג' אדער 'באמב שעל' מיינט אז צוויי מינוט שפעטער פליט טראמפ ארויס פון די ווייסע הויז ווינדאו ווי א באמבע, אדערווייז טאר מען ח"ו נישט שרייבן 'ברעיקינג' אדער 'באמב שעל'.

סארי פאר דיין אומזיסטיגע צער

איך גלייך באמת זייער כאפצעם'ס געשמאקע בייעס און זיינע פארמאלע רעפארטאזשן מיטן אייגנארטיגן "ברעיקינג" אין אנהייב איז זייער נאטירליך און באטעמ'ט און דערפאר האב איך קאמענטירט ווערטלדיג.

moe
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 6:15 pm

תגובהדורך moe » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:54 pm

זייער אינטערעסאנט פארוואס טראמפ רייסט נישט מער אראפ די רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט קעגן אים וואם האט ער צו פארלירן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:28 pm

abeg האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סימבאלישע קלאפ פאר טראמפ האט די סענאט נארוואס באשטעטיגט די קאנגרעס רעזעלוציע וואס ווארפט אפ דעם אומקאנסטעטוציאנאלע עמערזשענסי דערקלעראציע פארן אומפאפולערן וואנט.

קענסטי מיר אנצײגען װי די קאנסטעטוציע רעדט בכלל פון די נושא?


ארטיקל 1, חלק שמונה:
צוגעלייגטע
congress.png
congress.png (87.75 KiB) געזעהן 1553 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:33 pm

וואס טוצעך דא?
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:48 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סימבאלישע קלאפ פאר טראמפ האט די סענאט נארוואס באשטעטיגט די קאנגרעס רעזעלוציע וואס ווארפט אפ דעם אומקאנסטעטוציאנאלע עמערזשענסי דערקלעראציע פארן אומפאפולערן וואנט.

די רעזעלוציע איז באשטעטיגט געווארן 59-41, מיט אלע דעמאקראטן און 12 רעפובליקענס אין שטיצע.

דאס קומט כאטש די שטארקע פרעשור וואס טראמפ האט געלייגט די לעצטע טעג פרובירנדיג צו לעיבלען די רעפובליקענס אין שטיצע אלס פעלאוסי אנהענגער. אויף אזוי ווייט אז ס'האט צירקולירט קלאנגען אנהויב וואך אז מ'האלט ביים אויסהאמערן א דיעל מיטן ווייסן הויז און די רעזעלוציע וועט ווערן אראפגעשטימט.

למעשה זעהט אויס ווי א שיין חלק רעפובליקאנער געזעצגעבער האבן באמת פרינציפאלן און גרייט צו שטימען קעגן זייער פרעזידענט ווען ער אינטערפירט מיטן קאנסטעטוציע. קודאס!


מזל טוב!!


וואס איז די מזל טוב טראמפ גייט עס וועטאואירן

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:54 pm

כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סימבאלישע קלאפ פאר טראמפ האט די סענאט נארוואס באשטעטיגט די קאנגרעס רעזעלוציע וואס ווארפט אפ דעם אומקאנסטעטוציאנאלע עמערזשענסי דערקלעראציע פארן אומפאפולערן וואנט.

קענסטי מיר אנצײגען װי די קאנסטעטוציע רעדט בכלל פון די נושא?


ארטיקל 1, חלק שמונה:

I don't see anything here that says that it's unconstitutional for the president to declare an emergency

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:07 pm

צל עובר האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:@realDonaldTrump
VETO!



עס איז דא וואס זאגן אז דאס האט שוין די הלכה פון א וועטא.


ס'איז מיר שוין לאנג אינטערעסאנט געווען וואספארא דין די טוויטער מעסידזשעס האבן, קען א ריכטער בויען דערויף?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:07 pm

אזוי אויך שטייט נישט אז ס'איז אומקאסטעטוציאנאל צו אונטערשרייבן דעם פאפיר מיט א פענסל.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Trumpism is a mental tragedy

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:10 pm

So how do you know that it's unconstitutional for a president to declare a national emergency? Which is a power congres gave him

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:14 pm

abeg האט געשריבן:So how do you know that it's unconstitutional for a president to declare a national emergency? Which is a power congres gave him

זאג, האסט געלייענט דעם קאנסטעטוציע ארטיקל וואס כ'האב דיר געברענגט?

דארט ווערט אויסגעשמועסט אין די לענג און די ברייט די קלארע מאנדאט וואס קאנגרעס באקומט איבער ספענדינג, אדער ווי אנדערע רופן דאס היינט "די פאוער פונעם בערזל".
Trumpism is a mental tragedy

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג מארטש 15, 2019 9:20 am

ני פיר אױס?איך פרעג דיך פון װי נעמסטי דאס אז ס׳איז אומקאנסטעטוציאנאל פארן פרעזידענט צו דערקלערן א עמערזשענסי ענפערסטי מיט "די פאוער פונעם בערזל" סלענגס
(קענסט פאר די זעלבע געלט זאגן די "עפען אױף די װינדא אלע בײדע אלע בײדע" סלענג, אָם נע כ׳צי צוריק װעגן קאנגרס האט נישט באשטימט געלט פאר די סלענג)
לעצט פאראכטן דורך abeg אום פרייטאג מארטש 15, 2019 9:36 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:35 pm

כ'גיי נאך איינמאל פרובירן דיר צו סומערייזן די א.ד. קאנסטעטוציע אויסצוג. דאס זאגגט אז אויף קאנגרעס ליגט די כח און די אויפגאבע פון ספענדינג.

שטייט דארט אינעם דאקומענט פון 300 יאר צוריק אז "דאנעלד זשעי טראמפ האט קיין רעכט צו ספענדן געלט פאר א מעקסיקאו וואנט"? ניין, די קאנסטעטוציע רעדט נישט פון קיין עתידות אדער בכלל ספעסיפיקס אבער דאס זאגן זיי יא קלאר אז די ספענדינג חלק אין די גאווערמענט איז קאנגרעס'ס אפטיילונג.

איז ווען קאנגרעס זאגט אויף א זאך "ניין" מיר ספענדן נישט פאר דעם און ס'קומט א פרעזידענט און נעמט זיך די פאוער פאר זיך מיט אן אזוי גערופענע עמערזשענסי און פייפט זיי אן און ספענדט יא איז ער אין ווייעלעישאן פונעם קאנסטעטוציע.

ספעציעל ווען קאנגרעס קומט נאך נאכדעם און ווארפט אפ זיין דערקלעראציע און ער גייט און פייפט ווייטער דערויף מיט א וויטאו איז ער אין טאפלטן ווייעלעישאן.
Trumpism is a mental tragedy

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:40 pm

So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:48 pm

abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?

ס'וועט זיין קעגן די קאנסטעטוציע אבער אן אמתע קריטישע עמערזשענסי פארן לאנד וואלטיך פארשטאנען ס'איז פיקוח נפש דוחה שבת, נו אוודאי די קאנסטעטוציע.
Trumpism is a mental tragedy

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:59 pm

You just baked a gishmaka amulike kugglu mit agittin apatite

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:06 pm

פרעזידענט טראמפ האט יעצט געסיינט זיין ערשטע וועטא
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:12 pm

abeg האט געשריבן:So in your opinion when something will be a real emergency he would be allowed to use money for that emergency?


אודאי אזוי, איך האב עס שוין געשריבן אפאר מאל.

אבער יו ענד איי קנאו אז ביי א ריעל עמערדזשענסי וואלט קאנגרעס מסכים געווען.

און בד"וו, עמערדזשענסי טייטש "נישט" דיזעסטער, נאר א "פלוצלונגדיגע" פראבלעם.

נאר וועגן די פלוצלונג חלק איז בכלל דא אזא זאך אז א פרעזידענט קאן טון זאכן אויף די אייגענע האנט וואס ער קאן נישט געווענליך, ווייל עס קען נעמען צו לאנג פאר קאנגרעס צו רעאגירן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וימאןX3, זעקס און ניינציגער, כאפצעם, שטארקע חסיד, שרייזשע, שתקן און 40 געסט