נייעס פון עיה"ק טבריה תו"ב

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

נייעס פון עיה"ק טבריה תו"ב

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 2:03 am

טוט זיך אין עיה"ק טבריה

עס איז אריינגעקומען א נייער מעיאר, עפעס א שונא דת וואס עס איז נישט בנמצא, א טאג נאך זיין ערוויילונג אהט ער שוין געלאזט הערן אין די מידיע אז ער גייט נישט לאזן די וואוקס פון די חרדי'שע צבור אנקומען העכער 30% היל"ת, און ער גייט טוהן אלעס אפצושטעלן די בליה פון יהדות החרדית אין טבריה.

נאך איידער ער איז עמטליך אריין אין אמט, האט ער שוין געמאכט ריזיגער הוליערייען בעיצומו של יום השב"ק מיט חילולי שבת
ער איז אויך אריין אין ביהמ"ד פון הרב אוירעבאך שליט"א און בייזערהייט געריסען א קול קורא פון רב וועלכער איז געווען געשריעבן קעגן איהם.
ער האט נישט קיין שום אנדערע דאגות אין קאפ, נאר צי מרבה זיין חילולי שבת, קיין בודזשעט איז ער נישט מצליח צי דורכפירען, אבער דאס שטערט איהם נישט
ער איז ארום געפארן אין שטאט מיט א גרויסע פאמפע אין א באס אין שבת, אזוי צי עפענען פאבליק טראנספאטציע אין שבת ה"י.

ער האט זיך אויך אנגעהוביען להבדיל מיט די אראבער, ווען ער האט געוואלט נעמען א אלטע מאסק אין עס מאכן פאר א מוזעום, אבער מיט דעהם האט ער זיך געבראכן צי די דרוק פון די אראבער.

ברוז
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:49 pm

תגובהדורך ברוז » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 9:41 am

.
צוגעלייגטע
WhatsApp-Image-2019-02-13-at-21.33.04-1-707x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2019-02-13-at-21.33.04-1-707x1024.jpeg (139.82 KiB) געזעהן 4213 מאל

מי זה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 9:56 am

מחאה בטבריה.jpg
מחאה בטבריה.jpg (123.67 KiB) געזעהן 4183 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:01 pm

ס'קומט א גוטע בשורה
די אוטובוס וואס יענער האט געוואלט זאל פארן יעדע שבת, וועט בטל ווערן, נאך בלויז איין שבת וואס ער האט דאס איינגעפירט בקול רעש גדול.

די סיבה אפעציעל איז גאר ווייניג באנוצערס, און א מחלוקה ווער וועט דאס צאהלן.

כן יאבדו

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:44 am

נעכטן פארגעקומען א עצרת תפילה ביים קבר פון מחדש היישוב רבי חיים אבולעיפיא זיע"א





און אפילו דער מעיאר אליין איז געקומען זיכער מאכן אז מען העצט נישט קעגן איהם


אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג פאברואר 18, 2019 2:51 am

לחם לשובע האט געשריבן:נעכטן פארגעקומען א עצרת תפילה ביים קבר פון מחדש היישוב רבי חיים אבולעיפיא זיע"א





און אפילו דער מעיאר אליין איז געקומען זיכער מאכן אז מען העצט נישט קעגן איהם


ווי קומט דא אריין בילדער פון דעם עוכר ישראל ביים ליצנות מאכן פון די עצרת?

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:02 am

אבן יקרה האט געשריבן:ווי קומט דא אריין בילדער פון דעם עוכר ישראל ביים ליצנות מאכן פון די עצרת?

מען זאל וויסן מיט וואס א פארשוין מען האט צו טוהן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:11 am

קוקט אויס אז איר ווייסט נישט אז דער מעיאר אליין האט זיך משתתף געווען ביים עצרת!
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:16 am

דער רב פון טבריה הגרא"ד אויערבאך האט געזאגט ביים עצרת, אז ער גייט בקרוב פסקנ'ן אויב מ'מעג באצאלן שטייער פאר די שטאטראט וואס זענען מחזק חילול שבת רח"ל, און אז ער וועט מעגליך אנהייבן וועכנטליכע הפגנת בעצם יום השבת - נוסח ירושלים, אפצוהאלטן די חילולי שבת.

דער מעיאר שר"י האט זיך משתתף געווען און אויך מיטגעטיילט פאר זיינע נאכפאלגער לייוו אויף פייסבוק די תפילות ביים עצרת. ער האט דערנאך חוזק געמאכט דערפון פאר די פרעסע, זאגנדיג אז מ'איז מוחה אין בית החיים אויף די מתים...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:24 am

צוליב די ווייניג רעגן אין די פארגאנגענע יארן איז די וואסער לעוול אין כנרת געפאלן גאר נידריג און אלץ א תוצאה האט זיך אנגעפאנגן ארויסצוזעהן אן אינזעל אינמיטן ים וואס איז כסדר געווארן גרעסער אין גרעסער. מ'האט עס א נאמען געגעבן אי הבצורת.
היי יאר איז ב"ה דא מער רעגן און די אינזעל איז מצטמק ויפה.

שמע בני
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

כנרת -מיט א בליק פון נאנט צו מירון

תגובהדורך שמע בני » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:25 pm

טאקע נישט קיין נייעס יעצט אבער זייער א שיינע בילד.

IMG_3486(1)_resized.JPG
כנרת -מיט א בליק פון נאנט צו מירון
IMG_3486(1)_resized.JPG (399.33 KiB) געזעהן 3642 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:31 am

דריידל האט געשריבן:צוליב די ווייניג רעגן אין די פארגאנגענע יארן איז די וואסער לעוול אין כנרת געפאלן גאר נידריג און אלץ א תוצאה האט זיך אנגעפאנגן ארויסצוזעהן אן אינזעל אינמיטן ים וואס איז כסדר געווארן גרעסער אין גרעסער. מ'האט עס א נאמען געגעבן אי הבצורת.
היי יאר איז ב"ה דא מער רעגן און די אינזעל איז מצטמק ויפה.

https://www.jdn.co.il/news/israel/1109575/
צוגעלייגטע
אי הכנרת.jpeg
אי הכנרת.jpeg (38.84 KiB) געזעהן 3537 מאל

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » זונטאג פאברואר 24, 2019 4:16 pm

ער איז היינט געקומען צי די לשכת הגיוס צי אנשרייען חרדי'שע פרויען וואס שטייען דארט צי היטען אויף מיידלעך וואס קומען אהין אז זיי זאלן נישט אריין פאלן אין מיליטער ה"י.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:19 am

דער ראש העיר איז היינט אליינס ארומגעגאנגן רייסן צעטלעך וואס מען האט געהאנגן קעגן אים

המודעה-נגד-קובי.jpeg
המודעה-נגד-קובי.jpeg (116.62 KiB) געזעהן 3239 מאל

gm1lgoua__w470h390q95.jpg
gm1lgoua__w470h390q95.jpg (93.96 KiB) געזעהן 3239 מאל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אפריל 03, 2019 3:05 pm

דער מעיאר פון טבריה רון קובי שר"י איז פריער אנגעקומען צום מעמד פון דגל התורה לקראת די בחירות בראשות מרן הגר"ח שליט"א, ער האט געוואלט שטערן דעם מעמד. די פאליציי אויפן ארט האבן אים פארשיקט פון דארט....
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:01 pm

רון קובי האט נעכטען פאבירט אדורך צופירען דער תקציב פאר יאר 2019 און איז דורכגעפלן יעצט איז ער אויף צרות און דער משרד הפנים דארף מחלט זיין וואס צו טהון עס איז דא 2 וועגען אדער אהיים שיקען דער ראש העיר אדער אהיים שיקען דער חברי המועצה דער שר הפנים דארף מחלט זיין און דאס גייט געשעהן גלייך נאך דער בחירות!

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:10 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער מעיאר פון טבריה רון קובי שר"י איז פריער אנגעקומען צום מעמד פון דגל התורה לקראת די בחירות בראשות מרן הגר"ח שליט"א, ער האט געוואלט שטערן דעם מעמד. די פאליציי אויפן ארט האבן אים פארשיקט פון דארט....

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 7:09 am

יהלום האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער מעיאר פון טבריה רון קובי שר"י איז פריער אנגעקומען צום מעמד פון דגל התורה לקראת די בחירות בראשות מרן הגר"ח שליט"א, ער האט געוואלט שטערן דעם מעמד. די פאליציי אויפן ארט האבן אים פארשיקט פון דארט....

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

הא - דאס איז גוט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

שאלי שרופה באש

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך אפריל 10, 2019 5:01 pm

א שוידערליכע שריפה אין א בימה"ד האט ליידער פארברענט עטליכע ספרי תורה ל"ע

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 1:18 pm

גייט עס אזוי
מען קען זיין דאס גרעסטער נבל, מחרף און מגדף זיין מערכות אלקים חיים, פירען מערכות קעגן יעדע דבר שבקדושה, אבער ווען דער שליח חב"ד קומט איהם באזוכען צי ברענגען מצות, האט ער נישט קיין בעסערע פארשלאג פאר איהם, נאר אז... מען זאל מאכן די גרעסטע סדר נאכן אין די וועלט, יא, פון די גאנצע וועלט, ביי איהם אין שטאט, און ביי די כנרת ברעג, פונקט דארט ווי ער פארמערט כסדר שרעקליכע חילולי שבת.

גיי פארשטיי

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 3:34 am

דער געלונגענער ראש העיר טראכט ערנסט פון לויפן אין כנסת ביי די קומענדע וואלן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:15 am

וואס מיינט ביי דיר 'געלונגענער'?
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:38 am

הבעש''ט האט געשריבן:דער געלונגענער ראש העיר טראכט ערנסט פון לויפן אין כנסת ביי די קומענדע וואלן

אין וועלכע פארטיי?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:41 am

הייבט זיך נישט אן, ער טראכט נישט פון לויפן.

ער האט נאר געזאגט אז די חרדים האבן צו א שטארקע השפעה אין כנסת און ער וואלט געדארפט לויפן פאר כנסת און עס טוישן. דאס אלעס.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:56 am

ער האט געזאגט גאנץ אסאך
ער וויל לויפן ימין חילוני ער זאגט ער האט באשטעלט א סקר ווער איז מער ימין חולני ער אדער ליבערמאן און ער האט באקומען 70%


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”